סטאפ "סייבער בוליאינג סענטראל"!! (אייוועלט)

סטאפ "סייבער בוליאינג סענטראל"!! (אייוועלט)

הודעהדורך שיטה מקובצת » דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 1:12 am

ס'איז יעצט הימל און ערד און סייבער-בוליאינג. וואס איז? וואוילע אידן האבן נישט געקענט צוקוקן די ווייטאג פון אידן וואס ווערן צעטרויטן און פארשעמט דורך אומפארשעמטע כוליגאנעס אויף די אנדערע זייט פון זייערע טעלעפאן סקרינס, און האבן מחליט געוועהן אז מ'דארף אויפשאקלען די וועלט.

אזוי קויף איך נישט דעם מאמענט יעדע וואך, אבער היינט בין איך געלאפן קויפן, און תיכף ארויפגעקלעבט דעם סטיקער אויף מיין קאר. וואס איז די געיעג? נאר ווי די גמרא זאגט אין חגיגה, "וחסרון לא יוכל להימנות זה שנמנו חביריו לדבר מצוה והוא לא נמנה עמהן", אז אידן נעמען זיך צוזאם צו טוהן אזא מצוה מעורר צו זיין אויף אזא שוידערליכע פארברעך ווי סייבער בוליאינג טאר מען נישט שטיין אין א זייט און גארנישט טוהן. מ'מוז אנטייל נעמען דערין. און ביי אזעלכע זאכן איז חסרון לא יוכל להימנות געזאגט געווארן אויף יעדן רגע!

יארן צוריק האט זיך געהאנדעלט פון א דבר מצוה מעורר צו זיין מענטשן אויף א געוויסע נושא וואס מו"ר הגה"ח רבי אביגדור מיללער זצוק"ל האט געהאלטן אז מ'דארף מפרסם זיין איבעראל די אמת'ע דעת תורה און די מאראלישע וועג ווי אזוי זיך אויפצופירן. האט ער דעמאלטס געזאגט אז דאס טאר מען נישט אפלייגען אפילו איין מינוט, ווייל די חסרון לא יוכל להימנות איז געזאגט געווארן אויף דעם. פשוט פשט אין די גמרא און אזוי טייטשט רש"י אז "לא יוכל להימנות" מיינט אז אויב מ'לייגט עס אפ וועט מען שוין נישט קענען "מיטציילן מיט'ן ציבור" אין דעם דבר מצוה ווייל זיי וועלן עס שוין האבן געטוהן. אבער מו"ר ז"ל האט געטייטשט נאך א דערהער, אז אין אזא פאל, אויב לייגט מען עס אפ, ווערט די חסרון אזוי גרויס אז מ'קען עס מער נישט ציילן ווייל יעדע רגע פארלירט מען נאך געלעגענהייטן אויפצוטוהן!

דא אין דעם פאל איז דאך ממש אזוי. יעדע רגע וואס אזא סטיקער איז ברבים איז נאך א געלעגענהייט צו מפרסם זיין אונזער אפשיי און גרויל פון די עקעלהאפטיגע אוממענטשן וואס פארשעמען אנדערע אידישע קינדער. דאס קען מעורר זיין אידן צו טראכטן צוויי מאל פאר'ן עפעס שיקן, און דאס איז אויך א דעקלעראציע פאר די וועלט אז לא אלמן ישראל, אידישע קינדער זענען קעגן די מושחתים!

מיר טארן זיך נישט אפשטעלן, נאר מיר דארפן אויסראטן די סייבער בוליאינג פון אונזער מחנה!

און דא קומען מיר צו צום אבן נגף וואס שטייט אין וועג פון יעדן עהרליכן איד, ה"ה די וועבסייט הידוע לשמצה אשר בשם אייוועלט יכונה. אייוועלט איז א וועבסייט וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך גראביאנעס און שמוציאנעס צו רעדן פון יעדן דבר אסור אויף די וועלט. די שמוציגסטע און עקעלהאפטיגסטע געשפרעכן וואס מתוקנים שבאומות שעמען זיך מיט אזעלכע זאכן. די דורכגעפוילטע מנובלישע הערצער פון די גרינדערס פון דעם נידריגען סייט האבן מיט די יארן אנגעהויבן אנטוהן איין שיכט און נאך א שיכט פון צביעות, ווי דעם חזיר וואס איז פושט טלפיו ואומר טהור אני.

ווי די וועלט זאגט, אוי'פן גנב ברענט דעם היטל. די חברה ווייסן זייער גוט ווער זיי זענען, לב יודע מרת נפשו, און זיי ווילן יעדעם איבערצייגן וואספארא הייליגע אידן זיי זענען געווארן אויף די עלטער. פארגעס פון די שמוציגע פילעמס, פארגעס פון די ספארטס, פארגעס פון די TV, פארגעס פון די שמוץ און איינגעטינקענקייט אין די ערגסטע טינופת וואס מ'קען אפילו נישט ארויסשרייבן ברמז דא --- איך בין היייייייייייייייייייייייליג!!!

און אזוי גייט יאר איין יאר אויס, א כאפטע פארברענטע מושחתים, אנגעזאפט מיט כל דבר אסור, וואס אין זייער פרואוו צו ווייזן ווי הייליג זיי זענען געווארן צעלאזן זיי זיך אויף יעדן עהרליכן איד וואס פראבירט צו טוהן פאר השי"ת אדער וויל צושטעלן עפעס גוט און זאכליך אין אונזערע געזעלשאפט.

זיצן אנגעפרעסענע בעלי תאווה אויף דעם אינטערנעט קעגן די פסק פון זייערע רבנים, און צעפירן זיך די הענט אויף יעדן עהרליכן עסקן וואס טוהט פאר אידן, יעדן זינגער וואס ברענגט אריין שמחה אין אידישע הערצער, יעדן שרייבער און רעדאקטער וואס וויל געבן פאר אונז און אונזערע קינדער עפעס פראדאקטיוו צו ליינען און וויסן, יעדן רעדנער וואס זאגט אמאל עפעס א חידוש. יעדער איז טמא און אפגעפרעגט ווייל ער גייט נישט אין דרך וואס אט די אנגעפאשעטע מנובלים און בעלי תאווה האבן אפגעמאכט.

אייוועלט איז "סייבער בוליאינג סענטראל", דארטען צערייסט מען און צעפליקט מען נשמות יעדן טאג פון יאר, דארטען שרייבט מען אין פובליק קעגן פרנסות פון מענטשען אלעס מיט א מאסקע פון עהרליכקייט און אידישקייט. און דארטען אין די פינסטערע פארמאכטע קעלערן בארעדט מען און באזינגט מען יחידים, מ'גראבט אריין אין מענטשען און מ'פארשפרייט נידעריגע שמועות קעגן יחידים, רבנים, עסקנים, און וועם נישט.

מיר קענען אלע די מעשה וואס מ'דארציילט אויפ'ן רמב"ם, פון יענער וואס האט געזאגט אז ער קען טרענירן א קאץ אז ס'זאל סערווירן מענטשן ביים טיש פונקט ווי א מענטש. האט דער רמב"ם ארויסגעלאזט א קליין מייזעלע און אלע קעץ האבן אראפגעלאזט די טעץ, און געלאפן כאפן די מייז. א קאץ בלייבט א קאץ.

דורכגעפוילטע מנובלים וואס האבן געעפענט א וועבסייט צו מעסטן ברכת שדיים ורחם, ווערן נישט פלוצלונג כאניאקישע קנאים מיט פארקנייטשטע שטערענס. זיי זענען דורכגעפוילט בין אדם למקום און בין אדם לחבירו, זיי זענען מנובלים און מושחתים, זיי זענען אונטערברענגערס און אונטערגראבערס. זיי זענען פארלאשן פון יעדן זיק פון עהרליכקייט און ערענסטקייט. אלעס איז א וויץ אלעס איז א געלעכטער ביי זיי. א מנובל בלייבט א מנובל.

אויסגעגאסן בלוט פון א אידיש קינד איז פאר זיי א געלעגענהייט ווי צו פלאטשעקענען. זיי זענען קאלטבלוטיגע רשעים וואס גלייבן נישט אין שכר ועונש -- די זעלבע פינצסטערע קעפ וואס קענען רעדן פון שמוציגע מאוויס און פון שיחות אנשים ואנשים, די זעלבע זאך וואס האט זיי געמאכט חברים מיט גרעסטע מנובלים וואס די אינטערנעט האט נאר באשאפן, די זעלבע מאכט זיי טרינקען אידיש בלוט מיט די גרעסטע געשמאק און הנאה.

סטאפ סייבער בוליאינג סענטראל!! סטאפ אייוועלט!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שיטה מקובצת אום דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 1:17 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 514
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1208 מאל

הודעהדורך ליפא » דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 1:15 am

רמב''ם מעשה געווען מיט ר' יונתן אייבשיץ
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1972
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1743 מאל

Re: סטאפ "סייבער בוליאינג סענטראל"!!

הודעהדורך טרויבן88 » דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:07 am

איך דריי מיך נישט צופיל אויף אייוועלט, אבער צי אנרופען אייוועלט די צענטער איז מיין איך איבערגעטריבן, איך האב געקוקט די אשכול איבער די מאמענט אויף אייוועלט און איך זע נישט על מה יצא הקצף, בסך הכל שרייבן אפאר מענטשן זייער מיינונג, ס'דא וואס זענען אנטקעגן די מאמענט האבן זיי געזאגט זייער מיינונג דערנאך האבן אפאר געזאגט זייטיגע באמערקונגען אבער קיינמאל נישט אראפגעריסן די עצם נושא,


יעצט האב איך געזען פון וואס מ'רעדט אבער דאך איז עס איז יחיד
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 272 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 478 מאל

הודעהדורך גאנצל » דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:35 pm

איך האב אויף זיי איין ווארט

סיקריקים טמאים

אזא וויכטיגע זאך אראפצורייסן בלויז ווייל עס קומט פון אזא איינעם וואס דו האסט זיך איינגערעדט אז יענער איז נישט גוט דער ענין איז די וויכטיגסטע פירצה פון היינטיגן דור אויף וואס מ'דארף מוחה זיין

א עקל
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2745
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1093 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 2:03 pm

טרויבן88 האט געשריבן:איך דריי מיך נישט צופיל אויף אייוועלט, אבער צי אנרופען אייוועלט די צענטער איז מיין איך איבערגעטריבן, איך האב געקוקט די אשכול איבער די מאמענט אויף אייוועלט און איך זע נישט על מה יצא הקצף, בסך הכל שרייבן אפאר מענטשן זייער מיינונג, ס'דא וואס זענען אנטקעגן די מאמענט האבן זיי געזאגט זייער מיינונג דערנאך האבן אפאר געזאגט זייטיגע באמערקונגען אבער קיינמאל נישט אראפגעריסן די עצם נושא,


יעצט האב איך געזען פון וואס מ'רעדט אבער דאך איז עס איז יחיד

טרויבן 88: איך וועל מיך נישט מפלפל זיין איבער דעם פרט צי זיי האלטן יא (עדיטאריעללי) פונ'ם מאמענט'ס אנטי בולליאינג קאמפין אדער נישט. אבער איין שטארקע נקודה וואס שיטה מקובצת (דער פותח האשכול) מאכט האלט איך אז ער איז 100% גערעכט. בכלליות'דיג גערעדט. די אייוועלט וועבסייט, וואס איז אן אפרייסונג פון הייד פארק. בראשית דרכם האבן זיי געשריבן אלעס אינגאנצן אומ-צענזורירט און אינגאנצן בלי שום מעצור. זייער גראב. און אפילו אפענע ניבול פה. אויפ'ן סטייל פון דעם (האפנטליך ) געפגר'טן פאליש. ואין צורך לפורטם. ווייל אנדערע האבן עס שוין געטון באריכות אין די פארגאנגענהייט. נאר ווען ס'איז שוין פארפארן צו ווייט האבן זיי זיך ארומגעזעהן אין וואספארא בלאטע זיי זענען. זענען זיי געגאנגען מן הקצה אל הקצה. און זיי האבן אנגעהויבן צו צענזורירן. נישט נאר די ניבול פה און די געמיינע זאכן. נאר אויך די אלע נייטראלע אפיניאנס און מיינונגען וועלכע זענען נישט עולה בקנה אחד מיט זייער אזוי גערופענע .."שיטה"... ביז דער אייבישטער האט געהאלפן אז אין חודש אדר שנת תשע"ב לפ"ק האטציך אויפגעמאכט קאווע שטיבל. וואס באשטייט פון א פאר איידעלע יונגעלייט וואס האבן נישט געקענט פארליידן די היפאקריטישקייט און פאלשקייט פון יענע וועבסייט. איך האב בשעתו געהערט איבער קאווע שטיבל פון א בחור אויף מיין באס. ער האט מיך געפרעגט אויב אין בין אין קאווע שטיבל. כ'האב נישט געוואוסט פון וואס ער רעדט. אבער שפעטער אין אנהייב זומער פון יענעם יאר בין איך ב"ה געווארן א מעמבער אין קאווע שטיבל. בקיצור. די היפאקריטן וועלכע הערן נישט אויף צו האקן און מבזה זיין קאווע שטיבל זאללן בעסער נישט רעדן. זיי שטעללן זיך אהער ווי זיי זענען געבוירן געווארן ל"ו צדיקים און קנאים. אבער דער עולם ווייסט דעם אמת...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:54 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12810 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7407 מאל

Re: סטאפ "סייבער בוליאינג סענטראל"!!

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 5:00 pm

איז עס טאקע די זעלבע פיהרער׳ס? די זעלבע ניקס?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7150
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6791 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 6:18 pm

.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 514
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1208 מאל

Re: סטאפ "סייבער בוליאינג סענטראל"!!

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 6:57 pm

איך ווייס נישט פארוואס מ׳האט עס פארמעקט.

איך האב גע׳עפענט די איי, גלייך געזע׳ען די בלוט טראפ, אבער אויף מאמענט האבען זיי 144 פעידזשעס. איך ווייס אז היינט נאכט איז ר"ח וואס מרבין בסעודה, און מיין קינדער זענען אייניקלאך פון דער תוי"ט וואס פאדערט אן עקסטער מאכל לכבוד א׳ אדר, אבער איך גלויב נאכאלס נישט אז איך וועל אפזיצען נאכדעם גענוג לאנג דורכצוליינען אזויפיהל. וועלכע תגובה דארט פונקט רירט אן די נקודה פון וואס מ׳רעדט דא? (איך ווייס נאכנישט די געשיכטע פון ׳קומסט צו מיר שאבעס׳).

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7150
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6791 מאל

הודעהדורך קאוריג » פרייטאג פעברואר 16, 2018 10:50 am

א שאד אז די מאמענט האט געלייגט סטיקערס איך בין נישט פון די מענטשן וואס גלייבן צו באקלעבן דעם אויטא מיט כעלערליי קלעבעכצער... העטעס געווען א מאגאנעט וואלט ער שוין היינט באצירט מיין וויהקל
קאוריג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

Re: סטאפ "סייבער בוליאינג סענטראל"!!

הודעהדורך זיכענדיגע שטיר » פרייטאג פעברואר 16, 2018 1:30 pm

אויב איך מעג וואלט איך געקענט באשטיין צוצילייגן מיינע צוויי צענט.
איך האב א קשיא, ווען די הערסט איינעם רעדן לשון הרע באדערט עס דיר אויך אזוי שטארק? איך בין נישט פון די וואס האלטן אז ארום שיקן קליפס איז א גוטע זאך, מיין אפיניען איז נאר אז פונקט ווי כמעט יעדער איינער רח״ל פאלט דורך מיט לשון הרע וועלן קליפס ארום פארן אזוי לאנג ווי מענטשן האבן קעמערעס. סאיז גארנישט מער ווי דעם. סאיז א נייע וועלט, די פראבלעם איז דא ביי גוים פונקט ווי ביי אידן.
און וועגן די ׳קומסט צי מיר עסען שבת׳ קוידעם קאל דער מאכט אליינס חוזק פון דער וואס האט עס אים געזאגט, ממילה איז עס פונקט ווי די זאגסט איבער א דזאוק, און צווייטענס דער איד ווי איך פארשטיי האט נישט קיין סמארט פאון, איינער האט אים געמוזט אויפקלערן אז די קליפס פארן ארום, יעצט ווען סוואלט ווען געווען א קליפ וואס טוישט די מיינונג וואס מענטשן האבן וועגן אים פארשטיי איך, אבער די איינצוגסטע צוויי זאכן וואס איך זעה איז ווי דער וואס כאפט עס אפ צאפט אים דאס בלוט, און די זאלסט מיך מוחל זיין די זייער פאני ׳קומסט צי מיר עסען שאבעס׳, ממילא, ווען איך וואלט געווען די מאמענט וואלט איך איך קאמפלימענטירט ווען די טשיקאווע חלק פון די קליפ, און גערעדט מער מיט ערנסקייט איבער די אפכאפן חלק.
אויסשליס. דאס איז נאך א קאמפיין וואס הערט זיך פארשטענדליך אבער האט נישט קיין טשענס פון סעקסידן, סעט אנהאלטן אין אפאר גרופס פאר א פאר וואכן און נאכדעם וועט אלעס צוריקגיין.
דאס איז מיין אפיניען, אדרבה, טויש עס!


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
זיכענדיגע שטיר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 13, 2018 12:59 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

הודעהדורך קאוריג » פרייטאג פעברואר 16, 2018 1:52 pm

ניט וואר

אין מיין אפיניאן האלט איך אז די קאמפיין וועט טוישן די מיינד סעט פון נארמאלע מענטשן, אז אנשטאט צו לאכן פון יעדע פאני קליפ וואס פארט ארום און עס גלייך שיקן ווייטער, וועט מען פון היינט און ווייטער טראכטן א מינוט, העי, אפשר איז דאס אפגעכאפט געווארן שלא ברצון, און די טשעין וועט זיך דארט אפשטעלן

נאך אזאך, ס'וועט אוועקנעמען די מאכטפולע דערנידערונג וואס געוויסע קליפ וואלטן ווען גורם געווען, פון היינט אין ווייטער ווען איינער שיקט א פאני קליפ, אנשטאט צו judge'ן דעם אפגעכאפטן אלס פאני, וועט מען טראכטן 'משוגענער יונגערמאן האט געשניטן א שטיקל פון א קליפ און עס געמאכט אויסזעהן איינעם פאני...'
קאוריג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

הודעהדורך ווייל אזוי » פרייטאג פעברואר 16, 2018 4:23 pm

איך גיי נישט אריינלייגן מיין 2 סענט אין יעדע פרישע אשכול איבער די נושא.

אבער מאכט עס נישט ערגער ווי ס'איז געווען ביז פאר די מערכה.
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 284
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 349 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 18, 2018 10:51 pm

ווייל אזוי: קיינער וויל דא נישט מאכן בעסער אדער ערגער. נאר די גאנצע מערכה פונ'ם מאמענט דארף ווערן ארויסגעהויבן בבחינת הוכח תוכיח את אחיך. ס'איז נישט קיין פראגע פון דעם ספעציפישן פאל (מיט ר' עקיבא קליין). נאר מער א כלליות'דיגער פראבלעים וואס עקזיסטירט אין די לעצטע פאר יאר ווען די וואטסעפ גרופס פענאמענאן האטציך פארשפרייט. די נקודה פון דעם מאמענט'ס קאמפיין איז אז מ'זאלל זיך בארעכענען איידער מ'שיקט ארום א קליפ ואס קען זיין אינטרעסאנט און פאני. אבער ס'קען אויך גורם זיין צער פאר א צווייטן מענטש. זאלל מען זיך צוריקהאלטן. ווייל ס'איז יצא שכרו בהפסדו...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12810 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7407 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » מאנטאג פעברואר 19, 2018 4:23 pm

באקומען דאס צוגעשיקט וואס פארט כנראה ארום
IMG-20180219-WA0049.jpg

IMG-20180219-WA0047.jpg

IMG-20180219-WA0045.jpg
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 514
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1208 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » מאנטאג פעברואר 19, 2018 4:25 pm

IMG-20180219-WA0044.jpg

IMG-20180219-WA0048.jpg

IMG-20180219-WA0046.jpg
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 514
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1208 מאל

הודעהדורך עמעזאן » מאנטאג פעברואר 19, 2018 6:05 pm

@שיטה מקובצת
דו האלסט אז תשובה העלפט נישט?
און וואס איז מיט הלבנת פנים? איך מיין אז עטליכע ניקים וואס מען זעהט דארט איז גאנץ באקאנט צווישען אנ''ש ודי בזיון... היינט שיינע איד מרביצי תורה... איך מיין אז עס קומט זיך זיי נארמאלע שידוכים פאר די קינדער, ואלה הצאן מה חטאו.

ועוד איך מיין אז די מנהל פון יענע יארן כאטש ער איז נאך היינט אקטיוו מער ווייניגער אלס א ציווילע שרייבער איז שוין די סייט נישט בידו.
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1783
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 998 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 19, 2018 11:27 pm

עמעזאן: דו כאפסט נישט. די נקודה וואס שיטה מקובצת ווילל דא מאכן איז, אז אייוועלט זאללן זיך נישט אהערשטעללן אלס צדיקי הדור און מוכיחים בשער. ווייל זיי זענען קיינמאל דאס נישט געווען. אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק אין תהילים..."שתו בשמים פיהם. ולשונם בארץ תהלך"...זיי שטעללן זיך אהער ווי הימל אידן. און דערווייל בארעדן זיי יעדן איינעם אויף די וועלט...! בכל אופן. קיין מוכיחים בשער קענען זיי נישט זיין. והא ראיה. מיט וואס זייער בלאג איז געווען אנגעפולט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12810 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7407 מאל

הודעהדורך עמעזאן » דינסטאג פעברואר 20, 2018 12:34 am

berlbalaguleh האט געשריבן:עמעזאן: דו כאפסט נישט. די נקודה וואס שיטה מקובצת ווילל דא מאכן איז, אז אייוועלט זאללן זיך נישט אהערשטעללן אלס צדיקי הדור און מוכיחים בשער. ווייל זיי זענען קיינמאל דאס נישט געווען. אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק אין תהילים..."שתו בשמים פיהם. ולשונם בארץ תהלך"...זיי שטעללן זיך אהער ווי הימל אידן. און דערווייל בארעדן זיי יעדן איינעם אויף די וועלט...! בכל אופן. קיין מוכיחים בשער קענען זיי נישט זיין. והא ראיה. מיט וואס זייער בלאג איז געווען אנגעפולט...!

קודם איך האב נישט באגעגענט ווי מען בארעדט יחידם אין אייוועלט אפשר צייגסטו מיר אן.
איך זעה נישט קיין עוולה אויסצודריקען מיינונגען אויף די קוואליטעט פון אויסגאבעס.
אפשר זאגסטו מיר מיט וועלכע רעכט בארעדטסטו ר' מנשה פילאפף און די נטורי קרתא צו נטרונה דאס איז עפעס נישט קיין אידישע פרנסות??

ובלאו הכי איך האב זיך באצויגען צו דאס וואס ער ברענגט ארויף חטאת נעירים פון יחידים וואס מען ווייסט ווער זיי זענען אין ריעל לייוו, און גלייב מיר ער ווערט אסאך מער מבוזה ווי הרב קליין פון טאהש וואס דיין - זוי גערופענע - גאלדענע הארץ פארטראגט ממש נישט זיין בזיון...

הגם איך פארשטיי אז צומאל זענען זיי צביעותדיג, דווקא דא בין איך מיט זיי, אלס א וואטסאפ פריי יונגערמאן האב איך די ערשטע מינוט געשטוינט אויף די מאמענט נישט גענוג ער איז מבוזה אין די עולם הוואטס אפ גייט ער עם יעצט פון פריש מבזה זיין פאר אנשים נשים וטף, עס איז א קאנטערוועשיל שריט וואס די קליין האט גענומען, עס איז קיינעם איינגעפאלן אז דאס איז אויף זיין פארלאנג גאר
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1783
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 998 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג פעברואר 20, 2018 12:50 am

מאכטס ענק נישט נעריש, אייוועלט שטעלט זיך נישט אהער פאר גארנישט. בסך הכל ווילן זיי האבן א סייט וואס די קהל'שע פילטערס וועלן לאזן אפען, וכמובן מוז זיין א שטרענגע צענזור כדי נישט ארויפצוגיין אויף די שווארצע ליסט.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3422 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2250 מאל

הודעהדורך עמעזאן » דינסטאג פעברואר 20, 2018 12:55 am

שמעון וואלף האט געשריבן:מאכטס ענק נישט נעריש, אייוועלט שטעלט זיך נישט אהער פאר גארנישט. בסך הכל ווילן זיי האבן א סייט וואס די קהל'שע פילטערס וועלן לאזן אפען, וכמובן מוז זיין א שטרענגע צענזור כדי נישט ארויפצוגיין אויף די שווארצע ליסט.

100% גערעכט און א געניט אויג כאפט אויף אז די מנהלים/אחראים דארט האבן געהעריג עקסעס...
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1783
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 998 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דינסטאג פעברואר 20, 2018 2:52 am

עמעזאן האט געשריבן: געהעריג עקסעס...

צו?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 783 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 680 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 20, 2018 9:27 am

שמעון וואלף האט געשריבן:מאכטס ענק נישט נעריש, אייוועלט שטעלט זיך נישט אהער פאר גארנישט. בסך הכל ווילן זיי האבן א סייט וואס די קהל'שע פילטערס וועלן לאזן אפען, וכמובן מוז זיין א שטרענגע צענזור כדי נישט ארויפצוגיין אויף די שווארצע ליסט.

מען מוז נאך נישט וועגן דעם האקן, צומאלן און צוקלאפן יעדן וואס האלט אנדערש ווי זיי. אסאך פון זיי (נישט אלע) זענען שלעכטע מענטשן וואס בוליען אנדערע.
עכ"ז בין איך זיך מצטרף צו די בקשה אז שיטה זאל אראפנעמען די סקרינשאטס. אדער לכה"פ פארמעקן די נעמען.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14797
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17158 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17585 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך פעברואר 21, 2018 1:19 am

עמעזאן האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:מאכטס ענק נישט נעריש, אייוועלט שטעלט זיך נישט אהער פאר גארנישט. בסך הכל ווילן זיי האבן א סייט וואס די קהל'שע פילטערס וועלן לאזן אפען, וכמובן מוז זיין א שטרענגע צענזור כדי נישט ארויפצוגיין אויף די שווארצע ליסט.

100% גערעכט און א געניט אויג כאפט אויף אז די מנהלים/אחראים דארט האבן געהעריג עקסעס...

יא יא.
אסאך מאל זעה איך לינקס צו וועבזייטלעך וואס משומר/גדר וואלט נישט דורכגעלאזט
אלא מאי?....
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3422 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2250 מאל

Re: סטאפ "סייבער בוליאינג סענטראל"!! (אייוועלט)

הודעהדורך אונטער חכם » מאנטאג מערץ 05, 2018 12:59 pm

איך זעה נישט אין די ניבול פה סקרין שאטס קיין איינס פון די באקאנטע אייוועלט ניקס,
אונטער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 200 מאל


גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט