דורך שיטה מקובצת » דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 1:12 am
ס'איז יעצט הימל און ערד און סייבער-בוליאינג. וואס איז? וואוילע אידן האבן נישט געקענט צוקוקן די ווייטאג פון אידן וואס ווערן צעטרויטן און פארשעמט דורך אומפארשעמטע כוליגאנעס אויף די אנדערע זייט פון זייערע טעלעפאן סקרינס, און האבן מחליט געוועהן אז מ'דארף אויפשאקלען די וועלט.
אזוי קויף איך נישט דעם מאמענט יעדע וואך, אבער היינט בין איך געלאפן קויפן, און תיכף ארויפגעקלעבט דעם סטיקער אויף מיין קאר. וואס איז די געיעג? נאר ווי די גמרא זאגט אין חגיגה, "וחסרון לא יוכל להימנות זה שנמנו חביריו לדבר מצוה והוא לא נמנה עמהן", אז אידן נעמען זיך צוזאם צו טוהן אזא מצוה מעורר צו זיין אויף אזא שוידערליכע פארברעך ווי סייבער בוליאינג טאר מען נישט שטיין אין א זייט און גארנישט טוהן. מ'מוז אנטייל נעמען דערין. און ביי אזעלכע זאכן איז חסרון לא יוכל להימנות געזאגט געווארן אויף יעדן רגע!
יארן צוריק האט זיך געהאנדעלט פון א דבר מצוה מעורר צו זיין מענטשן אויף א געוויסע נושא וואס מו"ר הגה"ח רבי אביגדור מיללער זצוק"ל האט געהאלטן אז מ'דארף מפרסם זיין איבעראל די אמת'ע דעת תורה און די מאראלישע וועג ווי אזוי זיך אויפצופירן. האט ער דעמאלטס געזאגט אז דאס טאר מען נישט אפלייגען אפילו איין מינוט, ווייל די חסרון לא יוכל להימנות איז געזאגט געווארן אויף דעם. פשוט פשט אין די גמרא און אזוי טייטשט רש"י אז "לא יוכל להימנות" מיינט אז אויב מ'לייגט עס אפ וועט מען שוין נישט קענען "מיטציילן מיט'ן ציבור" אין דעם דבר מצוה ווייל זיי וועלן עס שוין האבן געטוהן. אבער מו"ר ז"ל האט געטייטשט נאך א דערהער, אז אין אזא פאל, אויב לייגט מען עס אפ, ווערט די חסרון אזוי גרויס אז מ'קען עס מער נישט ציילן ווייל יעדע רגע פארלירט מען נאך געלעגענהייטן אויפצוטוהן!
דא אין דעם פאל איז דאך ממש אזוי. יעדע רגע וואס אזא סטיקער איז ברבים איז נאך א געלעגענהייט צו מפרסם זיין אונזער אפשיי און גרויל פון די עקעלהאפטיגע אוממענטשן וואס פארשעמען אנדערע אידישע קינדער. דאס קען מעורר זיין אידן צו טראכטן צוויי מאל פאר'ן עפעס שיקן, און דאס איז אויך א דעקלעראציע פאר די וועלט אז לא אלמן ישראל, אידישע קינדער זענען קעגן די מושחתים!
מיר טארן זיך נישט אפשטעלן, נאר מיר דארפן אויסראטן די סייבער בוליאינג פון אונזער מחנה!
און דא קומען מיר צו צום אבן נגף וואס שטייט אין וועג פון יעדן עהרליכן איד, ה"ה די וועבסייט הידוע לשמצה אשר בשם אייוועלט יכונה. אייוועלט איז א וועבסייט וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך גראביאנעס און שמוציאנעס צו רעדן פון יעדן דבר אסור אויף די וועלט. די שמוציגסטע און עקעלהאפטיגסטע געשפרעכן וואס מתוקנים שבאומות שעמען זיך מיט אזעלכע זאכן. די דורכגעפוילטע מנובלישע הערצער פון די גרינדערס פון דעם נידריגען סייט האבן מיט די יארן אנגעהויבן אנטוהן איין שיכט און נאך א שיכט פון צביעות, ווי דעם חזיר וואס איז פושט טלפיו ואומר טהור אני.
ווי די וועלט זאגט, אוי'פן גנב ברענט דעם היטל. די חברה ווייסן זייער גוט ווער זיי זענען, לב יודע מרת נפשו, און זיי ווילן יעדעם איבערצייגן וואספארא הייליגע אידן זיי זענען געווארן אויף די עלטער. פארגעס פון די שמוציגע פילעמס, פארגעס פון די ספארטס, פארגעס פון די TV, פארגעס פון די שמוץ און איינגעטינקענקייט אין די ערגסטע טינופת וואס מ'קען אפילו נישט ארויסשרייבן ברמז דא --- איך בין היייייייייייייייייייייייליג!!!
און אזוי גייט יאר איין יאר אויס, א כאפטע פארברענטע מושחתים, אנגעזאפט מיט כל דבר אסור, וואס אין זייער פרואוו צו ווייזן ווי הייליג זיי זענען געווארן צעלאזן זיי זיך אויף יעדן עהרליכן איד וואס פראבירט צו טוהן פאר השי"ת אדער וויל צושטעלן עפעס גוט און זאכליך אין אונזערע געזעלשאפט.
זיצן אנגעפרעסענע בעלי תאווה אויף דעם אינטערנעט קעגן די פסק פון זייערע רבנים, און צעפירן זיך די הענט אויף יעדן עהרליכן עסקן וואס טוהט פאר אידן, יעדן זינגער וואס ברענגט אריין שמחה אין אידישע הערצער, יעדן שרייבער און רעדאקטער וואס וויל געבן פאר אונז און אונזערע קינדער עפעס פראדאקטיוו צו ליינען און וויסן, יעדן רעדנער וואס זאגט אמאל עפעס א חידוש. יעדער איז טמא און אפגעפרעגט ווייל ער גייט נישט אין דרך וואס אט די אנגעפאשעטע מנובלים און בעלי תאווה האבן אפגעמאכט.
אייוועלט איז "סייבער בוליאינג סענטראל", דארטען צערייסט מען און צעפליקט מען נשמות יעדן טאג פון יאר, דארטען שרייבט מען אין פובליק קעגן פרנסות פון מענטשען אלעס מיט א מאסקע פון עהרליכקייט און אידישקייט. און דארטען אין די פינסטערע פארמאכטע קעלערן בארעדט מען און באזינגט מען יחידים, מ'גראבט אריין אין מענטשען און מ'פארשפרייט נידעריגע שמועות קעגן יחידים, רבנים, עסקנים, און וועם נישט.
מיר קענען אלע די מעשה וואס מ'דארציילט אויפ'ן רמב"ם, פון יענער וואס האט געזאגט אז ער קען טרענירן א קאץ אז ס'זאל סערווירן מענטשן ביים טיש פונקט ווי א מענטש. האט דער רמב"ם ארויסגעלאזט א קליין מייזעלע און אלע קעץ האבן אראפגעלאזט די טעץ, און געלאפן כאפן די מייז. א קאץ בלייבט א קאץ.
דורכגעפוילטע מנובלים וואס האבן געעפענט א וועבסייט צו מעסטן ברכת שדיים ורחם, ווערן נישט פלוצלונג כאניאקישע קנאים מיט פארקנייטשטע שטערענס. זיי זענען דורכגעפוילט בין אדם למקום און בין אדם לחבירו, זיי זענען מנובלים און מושחתים, זיי זענען אונטערברענגערס און אונטערגראבערס. זיי זענען פארלאשן פון יעדן זיק פון עהרליכקייט און ערענסטקייט. אלעס איז א וויץ אלעס איז א געלעכטער ביי זיי. א מנובל בלייבט א מנובל.
אויסגעגאסן בלוט פון א אידיש קינד איז פאר זיי א געלעגענהייט ווי צו פלאטשעקענען. זיי זענען קאלטבלוטיגע רשעים וואס גלייבן נישט אין שכר ועונש -- די זעלבע פינצסטערע קעפ וואס קענען רעדן פון שמוציגע מאוויס און פון שיחות אנשים ואנשים, די זעלבע זאך וואס האט זיי געמאכט חברים מיט גרעסטע מנובלים וואס די אינטערנעט האט נאר באשאפן, די זעלבע מאכט זיי טרינקען אידיש בלוט מיט די גרעסטע געשמאק און הנאה.
סטאפ סייבער בוליאינג סענטראל!! סטאפ אייוועלט!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך
שיטה מקובצת אום דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 1:17 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.
--שיטה מקובצת