בלאט 1 פון 2

גדולי ישראל מיט סמארטפאנס

הודעהפורסם: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 11:02 pm
דורך ראשעקאל
שוין די העכסטע צייט צי עפענען א אשכול פון די אלע חשובע רבנים וואס זענען ריכטיגע סעמפעלס פאר זייערע תלמידים און חסידי וויאזי מקען לעבען אין די היינטיגע וועלט אין זיין ערליך מיט די אלע פראבלעמען אין ניסיונות און זיי באנוצען זיך אליין מיט א סמארטפאן.
האדמו"ר מקארלין איז דא א באקאנטע פיקטשער ווי ער סקראולט אויף א סמארטפאן און עירפארט.
האדמור הליטאי רבי שלום בער סורוצקין איז דא א באקנטא פיקטשער ווי ער טשעקט בחדרי חרדים צי וויסען מהנעשה והנשמע.
האדמו"ר מבעלעד האב איך געזעט מיט א אייפאן (דולה ומשקה קום אריין מיט א קלארע באריכט)
אנדערע וואס האבען סמארטפאנס אין צומאל זענען זיי די אדמינס אויף די קהלה וואטסעפפ גרופעס
האדמו"ר מזלאזיץ איז שטארק טעטיג אויף וואטסעפפ
האדמו"ר מקאמעניץ האב איך געזען אמאל מיט א סמארטפאן
וועמען נאך?

הודעהפורסם: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 11:04 pm
דורך ליפא
אב''ד דאבשענא און אדמו''ר מ'פעסט

הודעהפורסם: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 11:08 pm
דורך שמעון וואלף
שלום עליכם הויכבאשפריצטע (קרעדיט :זעמיל) ראשעקאל, מיר האבן זיך געבענקט נאך אייך. ס'האט זיך געשפירט דא כצאן בלי רועה, ווי א דארף אן א הינט.
וויאזוי איז געווען די וואקאציע?

הודעהפורסם: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 11:09 pm
דורך קורקלענד
'בּלעקבּעררי' גייט אריין בגדר סמארט-פאון?

הודעהפורסם: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 11:10 pm
דורך רביה''ק זי''ע
י.

הודעהפורסם: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 11:35 pm
דורך קאצקע ציקער
האדמור מקרייניץ קיקט אריין אינעם סמארט פאן און קיקט טי ווי ווען ס'איז נויטיג 8-)

הודעהפורסם: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 11:36 pm
דורך איסר האטלקי
קאצקע ציקער האט געשריבן:האדמור מקרייניץ קיקט אריין אינעם סמארט פאן און קיקט טי ווי ווען ס'איז נויטיג 8-)

נישט אין זיינס, ס'איז דעם גבאי'נס.

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 12:07 am
דורך יין שרף
רבי שי טאהאן איז גאר שטארק טעהטיג אויף וואטסאפפ.

הרב שמואל ניימאן האט א שבת גוי צו פאוסטן זיינע שיעורים.. אבער די שאלות אויף אימעיל ענפערט ער אליינס. (שאלה מוז זיין אין אידיש אדער קען מען שיקן א וואוסנאוט אויף אימעיל..)

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 12:10 am
דורך יין שרף
בכלל וואלט געווען א געוואלדיגע זאך צו האבן היימישע מורי הוראה און פוסקים אויף אימעיל און וואטסאפפ. אז מען קען צאמשטעלן א ליסטע פון דעם וואלט עס געווען א גרויסע תועלת פאר גאר אסאך אידן.

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 1:32 am
דורך ראוונע
רבי יוסף יצחק יעקובזאהן

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 1:55 am
דורך לבי ובשרי
אמנן יצחק

Re: גדולי ישראל מיט סמארטפאנס

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 1:59 am
דורך יהושע חיים
טאהש'ע דיין פון ב.פ. הגאון ר בנימין לאנדא האט א בלעיקבערי (עכ"פ איך האב עהם געזען עס ארויסנעמען פון טאש אפאר יאר צוריק

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 10:36 am
דורך שצם_חנכל
כ״ק אדמו״ר מראצפערט ב״פ שליט״א

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 12:08 pm
דורך berlbalaguleh
יהושע חיים האט געשריבן:טאהש'ע דיין פון ב.פ. הגאון ר בנימין לאנדא האט א בלעיקבערי (עכ"פ איך האב עהם געזען עס ארויסנעמען פון טאש אפאר יאר צוריק

א בלעקבעררי איז שוין היינט פארצייטיש. ס'איז שוין כמעט אזוי (גוט) ווי א פליפ-פאון...!

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 12:31 pm
דורך מארמאראשער
איינער האט רבי שמואל ניימאןס אימעיל עדרעס ? איז שוין דא א אשכול פון אים ?

הודעהפורסם: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:05 pm
דורך ניקולייעב
סאדיגערע רבי זז''ג ( עכ''פ ביי זיין פאטער'ס לויה האט ער נאך געהאט)

הודעהפורסם: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 6:24 pm
דורך מאך זיכער
א מין טיפשות, כ'ווייס נישט ווער עס האט געעפנט דעם אשכול אבער... עס איז דא א מין מושג פון דער אמת בלייבט אמת און וואו איך האלט מיש זיך נישט אריין, סיי דו און סיי איך ווייסן גאר גוט וואס דער סמארטפאון איז און עס איז א שאד צו שפילן בלינדע קאטשקע און זיך פרייען מיט יעדער איינער וואס טראגט שיפע טאשן וועלכער האט אין זיין באזיץ א סמארטפאון.
א סמארטפאון קען זיין העלפט ארויס מיט קאמיוניקאציע און מיט ביזנעס, אבער א רב אין א שול וואס לעבט אויף וועיזשעס פון די בעלעבאטים אין זיין ביהמ"ד האט נישט וואס צו האבן קיין סמארטפאון און אויב יא האט ער נישט צו זיין קיין רב, (שיין גיי מיר אויסזען ווען דער דיין גייט דיר שיקן א יוטוב לינק וויאזוי מען כשר'ט טעפ ערב פסח...) די רבי'שע מענטאליטעט איז לדאבונינו א מענטאליטעט פון לעקעריי פוילקייט און גאוה, (חלילה נישט צו פוגע זיין אין קיינעם, איך רעד בדרך כלל) דאס נעמט זיך פון דעם וואס זיי לעבן בעיקר פון אלס קליין קינד אן פון יענעמס געלט און טובות און זיי ווערן צוגעוואוינט אז עס קומט זיך זיי אלעס און אז א עושר איז אלעס.
דעריבער, ווען א רב האט א סמארטפאון איז עס נישט ווייל ער האלט אז מען מעג, ער וויל נאר אז איר בעלעבאטים זאלט הנאה האבן פון אים און אים נוצן אלס הכשר אויף אייערע כלים.
אלע ווייסן אז דזשעיקאבסאן איז א לעקער און וויל אטענטשן פון די סאטמארע באמעס וואס דעווענען ביי שיינער, אלע ווייסן אז מאטא פראנק האט אויך ליב די שאבאבניקים מער ווי א פרומער אינגערמאן, אלע ווייסן אויך אז שמואל ניימאן נוצט וואטסעפפ אבער נישט אלע ווייסן אז עס אויף זיין לעפטאפ געסינקט צו איינעמס טעבלעט, נישטא קיין סמארטפאון אינקלאדעט אין זיין וואטסעפעריי, און פאר דער וואס קלעימט אז ער האט געזען טאהשע דיין מיט א בלעקבערי וויל איך בעטן אז ער זאל זיך ווישן די גלעזער אדער טוישן לענזעס...
כ'קען אים פערזענליך, ער איז סקולענע רבי'ס שטעקן ביי טעכנאלאגיע און ער האט נישט קיין בלעקבערי...
הכלל, א רב מיט א סמארטפאון איז א לעקער און נישט קיין רב.

הודעהפורסם: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 6:28 pm
דורך יין שרף
מאך זיכער האט געשריבן:א מין טיפשות וכו' וכו' וכו'

Couldn't agree more

הודעהפורסם: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 6:46 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיין רבי זז"ג האט א סמארטפאון און ער לעבט פון די אייגענע געלט (בדחקות, כפי רצונו). ער גייט נאך געלט פאר זיין כולל, אבער זיין לעבען איז פון זיין (קליינע) אינוועסטמענטס פון יארען צוריק.

גראדע הייבט ער נישט אן צו וויסען וויאזוי מ׳נוצט א סמארטפאון, און ביי אים איז עס נאר א פאון, אבער זיין ווייב קען אים ווייזען זאכען אויף דער אינטרנט, און ער שעמט זיך נישט נאכצוזאגען דערפון.

ועוד, עס איז דא. פיל סבות צו האבען א סמארטפאון און ארום גייען דזשאדזשען מענטשען איז זינלאז. דער דארף מיטהאלטען משפחה אין חו"ל, דער דארף נאכפארשען זאכען און ער וויל נישט קיין קאמפיוטער וואס די קינדער קענען צורירען, דער האט אנדערע נוצען דערפון. עס איז נישט אייניג, און קיינער ווייסט נישט וטאס טוט זיך ביי יענעם.

מאך זיכער מאך זיכער איידער איר רעדט.

הודעהפורסם: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 6:58 pm
דורך calculator
אלימלך לאווי בן הרה"ק מטאהש האט א סמארטפאון לצורך פרנסה, מען קען נישט פירן קיין ביזנעס אנדערש

הודעהפורסם: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 7:49 pm
דורך פערינא
מער ווי איין פון סאטמארער (רבי אהרן'ס) דיינים האב איך פרעזענליך געזען מיט סמארטפאונס

הודעהפורסם: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 8:21 pm
דורך אגרות צפון
מיין ראש ישיבה זז"ג האט אויך א סמארטפאון

הודעהפורסם: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 8:44 pm
דורך דאכצעכמער
מיר דערציילט א בחור אז ער איז זיך גאגאנגן אינטערוויוען ביי א באקאנטע ראש ישיבה און צו זיין מזל האט טראמפ יר"ה אויספראבירט צו די סיסטעם ארבעט אז אין פאל מ'אינפיטשט אים זאל ער קענען מודיע זיין די גוטע נייעס פארן גאנצן לאנד און דער בחור סמארטפאן האט זיך צעפיפן... דער ראש ישיבה האט נאכנישט עספיעט צו פרעגן: נו! וואס איז דאס? ווען זיין באהאלטענע שיפע טאש האט זיך אויך צעפיפו זיי האבן אפגעמאכט שמור לי ואשמור לך...

הודעהפורסם: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 8:45 pm
דורך שמעון וואלף
כמעט אלע ליבאוויטשע רבנים (שלוחים) האבן סמארטפאון'ס

הודעהפורסם: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 8:46 pm
דורך שמעון וואלף
דאכצעכמער האט געשריבן:מיר דערציילט א בחור אז ער איז זיך גאגאנגן אינטערוויוען ביי א באקאנטע ראש ישיבה און צו זיין מזל האט טראמפ יר"ה אויספראבירט צו די סיסטעם ארבעט אז אין פאל מ'אינפיטשט אים זאל ער קענען מודיע זיין די גוטע נייעס פארן גאנצן לאנד און דער בחור סמארטפאן האט זיך צעפיפן... דער ראש ישיבה האט נאכנישט עספיעט צו פרעגן: נו! וואס איז דאס? ווען זיין באהאלטענע שיפע טאש האט זיך אויך צעפיפו זיי האבן אפגעמאכט שמור לי ואשמור לך...

פשוטע סעלפאונ'ס האבן נישט באקומען די אלערט?