שליחה
דורך פאלאצ'ינטא »
טאטי וואס מיינט סמארטפאון?
דו דערמאנסט מיר אן אלטען ווארט. א רבי אין חדר לערענט מיט די קינדער פרשת נח.
צא... גיי ארויס.
אתה... דו.
ואשתך... ואשתך...
פרעגט א אינגעלע... רבי וואס איז טייטש ואשתך?
זאגט דער רבי ואשתך, איז טייטש ואשתך.
אבער פרעגט דער אינגעלע... אויף אידיש וואס איז טייטש ואשתך?
זאגט דער רבי. אזא זאך וואס איך האב... און דיין טאטע האט... און ווען דו וועסט עלטער ווערען וועסטו אויך האבען.
זאגט דער אינגעלע... איך ווייס שוין... א הויקער
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!