וויפיל צייט געט איר ביז אן איסור אויף קאווע שטיבל?

באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 592 מאל

וויפיל צייט געט איר ביז אן איסור אויף קאווע שטיבל?

שליחה דורך DotCom »

אזוי ארומקוקנדיג דא לעצטענ'ס ווי דער שטיבל האט זיך ב"ה און בלע"ה פארברייטערט אויף א ברייטן פארנעם, איעדן טאג ווערט דא נתוסף כמה וכמה ספסלי מיט פרישע קאווע טרינקער'ס, א תגובה פון ראשעקאל מעלדט אז מען האלט שוין אריבער דרייסיג טויזנט תגובות, וואונדער איך מיר ווילאנג וועט נאך דויערן וואס מען וועט טרעטן איינעם אויף די הינער אויגן און עס וועלן נעמען פליען איסורים און חרמות אין אונזער ריכטונג? א שטייגער ווי די איסורים אויף וואס איז נייעס. קאם?....

איך וואלט עס נישט געגעבן מער ווי אפאר וואכן, וואס האלט איר?
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך אברעמעל »

ווי איז שייך צו אסר'ן?
וואס איז נייעס האט געהאט עדווערטייזמענטס.
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 592 מאל

שליחה דורך DotCom »

אברעמעל האט געשריבן:ווי איז שייך צו אסר'ן?
וואס איז נייעס האט געהאט עדווערטייזמענטס.


היידפארק איז אויך געווען ג'אסר'ט, סאטמארניוס? פאר ווער עס געדענקט איז אויך געווען אסור, בקיצור ליוו איט פאר די פרא'ס.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 558 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 296 מאל

שליחה דורך zurich »

DotCom האט געשריבן:אזוי ארומקוקנדיג דא לעצטענ'ס ווי דער שטיבל האט זיך ב"ה און בלע"ה פארברייטערט אויף א ברייטן פארנעם, איעדן טאג ווערט דא נתוסף כמה וכמה ספסלי מיט פרישע קאווע טרינקער'ס, א תגובה פון ראשעקאל מעלדט אז מען האלט שוין אריבער דרייסיג טויזנט תגובות, וואונדער איך מיר ווילאנג וועט נאך דויערן וואס מען וועט טרעטן איינעם אויף די הינער אויגן און עס וועלן נעמען פליען איסורים און חרמות אין אונזער ריכטונג? א שטייגער ווי די איסורים אויף וואס איז נייעס. קאם?....

איך וואלט עס נישט געגעבן מער ווי אפאר וואכן, וואס האלט איר?

אין איסור חל על איסור!! ;)
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1558 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

און אויך אויף איי וועלט איז געווען א איסור...

נע נישט ממש א איסור נאר א פאשקעוויל, און נישט ממש אויף גאנץ איי וועלט נאר אויף זייער צייטונג וואס איז ארויסגעקומען א שטיק צייט (ווינטער תשס"ט) פון אלע נייעס'ער וואס איז געמאלדן געווארן אויפן הויפט בלאט.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16553
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19046 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עס פעלט נישט אויס. ס'וועט זיין געבלאקט ביי אלע קהלה פילטערס. זיי האבן א ניי מין סארט געווער, די איסורים וחרמות וועלן זיין ווייניגער.
בקרוב גייען די פילטערס אריין אין קראפט, און מיר קענען זיך רישן צו זעהן די תגובות דא גיין דעם זעלבן וועג ווי די עקאנאמיע...
ווער ווייסט צי איך וועל נאך האבן א וועג דא צוריק אריין..

אבער... איך שעם מיך אביסל צו זאגן.. איך ווייס נישט אויב כ'וואלט געלאזט מיין קינד לייענען קאווע שטיבל. עס איז קלאר א "אויגן-עפענער" און נעמט אוועק די תמימות פון די מסורה. (איך זעה אפאר ניקס קוקן מיך אן שטרענג... אקעי, סארי)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 592 מאל

שליחה דורך DotCom »

שמואל הלוי האט געשריבן:און אויך אויף איי וועלט איז געווען א איסור...

נע נישט ממש א איסור נאר א פאשקעוויל, און נישט ממש אויף גאנץ איי וועלט נאר אויף זייער צייטונג וואס איז ארויסגעקומען א שטיק צייט (ווינטער תשס"ט) פון אלע נייעס'ער וואס איז געמאלדן געווארן אויפן הויפט בלאט.


אייוועלט ווייסעך איז געגאנגען מקדים זיין רפואה למכה און באקומען די היתר פאר די איסור, קוקט אויס ווי עס איז געווען אזא שמור לי ואשמור לך דיעל, און ביידע האלטן עס טאקע איין, אין אייוועלט טאלערירט מען נישט קיין קריטיק אויף קיינעם נאך עד היום הזה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום DotCom, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1558 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

שמעקעדיג האט געשריבן:(איך זעה אפאר ניקס קוקן מיך אן שטרענג... אקעי, סארי)

גראדע קוק איך מיט ווייכע ליבליכע אויגן
באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך אברעמעל »

קענסט אפשר פרעגן מער, האט איינער א פראבלעם מיט א איסור?
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2728 מאל

שליחה דורך משה געציל »

איך האף דו פארשטייסט, נאך כינוס כ״י ווי דער הייליגער דז׳יבאער צדיק האט געהאקט אויף די טרפהנ׳ע אינטערנאאאאט צוגלייכענדיג דאס צו ציונות, איז א דבר פשוט אז ביי אונז תלמידים פונעם רבי׳ן זי״ע וואס האבן זיך געווייקט אינעם רבינ׳ס של״ס תורה׳ס און פארשטיי מיר די חומר הענין איז אינטערנאאאט בלויז א זאך וואס פארנעמט א קאפיטעל היסטאריע. איי קאווע שטיבעל? מוז זיין אז די אלע שרייבערלעך למיניהם זענען ווייט פארקראכען פון די שיטה, פאר אזעלכע חברה דארף מען בכלל ארויס געבן א איסור?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16553
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19046 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

משה געציל מיין ווייב פרעגט פארוואס איך לאך אזוי שטארק......
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

א איסור וועט מסתם ציברענגען נאך הונדערטער ליינער, 8-)
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

שליחה דורך gehlungen »

פראפעסאר שפירא האט געשריבן:א איסור וועט מסתם ציברענגען נאך הונדערטער ליינער, 8-)

:P
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 1006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

א בקשה צו די גדולי הניקים שליט"א מפה קאווע שטיבל אונטער וועלכע עס שטייען אזעלכע וועמענס נעמען וועלן ווארשיינליך פיגורירן אויף אזא איסור: ביטע לאזט אונז וויסן עטוואס פריער פון דער גאס אויב און ווען אזא איסור האלט ביים ארויסקומען. ס'איז נישט מער ווי יושר אז מיר זאלן דערוועגן וויסן אביסאלע פריער ווי די שטאנגען אויף וועלכע די פלאקאטן מיט די געקעסטלטע מיטל-מזרח אותיות וועלן אנגעטשעפעט ווערן. ענייך עירך, פסק'נט דאך דער רבי, קדמה!
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 164 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

שליחה דורך קלאר »

פארוואס מיינען ענק אז די קול קורא הונגעריגע ארבעטן נאכנישט דערויף?
די ערשטע זאך ווען זיי הערן עפעס נעמט מען זיך איבערדרייען, אן קיין שום ציהל.
זיי וועלן קיינמאל נישט פראבירן צו רעדן מיט זייערע קרבנות אפי' נאכן ארויסגעבן די קול קורא (חוץ אויב יענער ווייסט וויאזוי צו שמירן, כידוע)
אויב עפעס, פרעג פארוואס עס נעמט אזוי לאנג.

פאר די וואס ווייסן נישט,
רוב רבנים ווילן שוין נישט אינטערשרייבן פאר דעם וואס נעמט חתימות יעדן שני וחמישי, צוליב זיינע פאלשקייטן אין די פאליטיק וואס ער שפילט ביי יעדע מערכה.
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

מגייט עס נישט אסרן ווייל אינטערנעט איז עניוועי אסור.
שיטראק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 5:52 pm
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך שיטראק »

דאס איז קלאר אז קאווע שטיבל איז אסור, על כל פנים עס איז נישט קיין פלאץ פאר אן ערליכן אינגערמאן זיך צו דרייען אזוי לכתחלה, פאר א סאטמארן אינגערמאן זיכער נישט, דא ווערט אויסגעלופטערט אפענע ציונות, הרב קוק ז״ל ווערט בא'טיטול'ט אויף א וועג וואס איז רח"ל, כ'האב אפילו נישט געוואלט אריינקוקן אין די טעמע.
דער עיקר חסרון פון קאווע שטיבל איז אבער די קרירות און ליצנות וואס ווערט אריינגעברענגט אין הערצער פון די ליינער על כל הקודש לנו, (למשל אפלאכן פון תגלחת נשים, אדער פון נישט שערן די בארד) ווי נישט ווי איז די מסורה און ערליכקייט ביי געווענליכע קאווע שטיבל ליינער היבש וואקלענדיג, און עס פעלט נישט מער אויס ווי א דאוזע ליצנות עס צוצוברעכן.
נאך א פראבלעם איז רח"ל די ניבול פה טעמעס וואס קומען אויף פון צייט צו צייט, דאס איז א געפערליכע עבירה, יעדן גלוסט טאקע צו רעדן דאס וואס עס לונגט אויף די לונג, אבער מען טאר נישט און עס איז א געפערליכער עוון, עס איז שוין צייט אז די מנהלים זאלן פון פראנאויס גלייך פארמעקן טעמעס וואס רעדן זיך פון ניוול פה, כ'מיין אז יעדער דאהי ווייסט פון וואסערע טעמעס כ'רעד
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2728 מאל

שליחה דורך משה געציל »

שיטראק האט געשריבן:דאס איז קלאר אז קאווע שטיבל איז אסור, על כל פנים עס איז נישט קיין פלאץ פאר אן ערליכן אינגערמאן זיך צו דרייען אזוי לכתחלה, פאר א סאטמארן אינגערמאן זיכער נישט, דא ווערט אויסגעלופטערט אפענע ציונות, קוק שר"י ווערט בא'טיטול'ט אויף א וועג וואס איז רח"ל, כ'האב אפילו נישט געוואלט אריינקוקן אין די טעמע.

איך זע טאקע אויף דיין שפראך אז דו ביזט ב״ה בייגעשטאנען דעם נסיון און נישט אריינגעקוקט אין יענעם אשכול.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
ענן כבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 172 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

שליחה דורך ענן כבד »

איך האב לעצטענס אויסגעטשעקט איינע פון די קהלה פילטערס וואס איז שוין אין קראפט, און קאווע שטיבל איז געבלאקט דערויף.
ויהי קולות וברקים וענן כבד....... ויחרד כל העם!
באניצער אוואטאר
גלות יוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך גלות יוד »

עס וועט נישט ארויסקומען קיין איסור בפרט נאך סיטי פיעלד ווייל מ'קען נישט מאכן א שבות לשבות, וואס דען זאל מען קוקן דראדזש עי בי סי וכו'? דא האלט איך איז די הפסד פון סיטי פיעלד, ווען וואלט עס געווען פאר דעם, וואלט מען עס געקענט אסר'ן בכלליות ביים כינוס און בפרטיות יעדער על מחנהו אבער די קאווע שטיבל קוקט אויס לעגיטים קעגן אלע אלגעמיינע בלאגס למיניהם וואס קען מען טין אפשר אפאר דיי הארדס וועלן אסר'ן
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך אברעמעל »

ענן כבד האט געשריבן:איך האב לעצטענס אויסגעטשעקט איינע פון די קהלה פילטערס וואס איז שוין אין קראפט, און קאווע שטיבל איז געבלאקט דערויף.

ס'שטייט א קעטעגארי?
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך chasid »

אברעמעל האט געשריבן:
ענן כבד האט געשריבן:איך האב לעצטענס אויסגעטשעקט איינע פון די קהלה פילטערס וואס איז שוין אין קראפט, און קאווע שטיבל איז געבלאקט דערויף.

ס'שטייט א קעטעגארי?

מסתם ביי קאווע אן א הכשר..

לעניננו, אזוי ווי שמעקעדיג האט פריער דערמאנט, כ'מיין אז רוב עולם דא וואלט נישט געלאזט זייערע קינדער ליינען דא אסאך אשכולות, דעריבער וועל איך פארשטיין אויב א מנהיג וועט פארשטיין אז זיין עולם דארף נישט ליינען דא
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16553
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19046 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שיטראק האט געשריבן:דאס איז קלאר אז קאווע שטיבל איז אסור, על כל פנים עס איז נישט קיין פלאץ פאר אן ערליכן אינגערמאן זיך צו דרייען אזוי לכתחלה, פאר א סאטמארן אינגערמאן זיכער נישט, דא ווערט אויסגעלופטערט אפענע ציונות, הרב קוק ז״ל ווערט בא'טיטול'ט אויף א וועג וואס איז רח"ל, כ'האב אפילו נישט געוואלט אריינקוקן אין די טעמע.
דער עיקר חסרון פון קאווע שטיבל איז אבער די קרירות און ליצנות וואס ווערט אריינגעברענגט אין הערצער פון די ליינער על כל הקודש לנו, (למשל אפלאכן פון תגלחת נשים, אדער פון נישט שערן די בארד) ווי נישט ווי איז די מסורה און ערליכקייט ביי געווענליכע קאווע שטיבל ליינער היבש וואקלענדיג, און עס פעלט נישט מער אויס ווי א דאוזע ליצנות עס צוצוברעכן.
נאך א פראבלעם איז רח"ל די ניבול פה טעמעס וואס קומען אויף פון צייט צו צייט, דאס איז א געפערליכע עבירה, יעדן גלוסט טאקע צו רעדן דאס וואס עס לונגט אויף די לונג, אבער מען טאר נישט און עס איז א געפערליכער עוון, עס איז שוין צייט אז די מנהלים זאלן פון פראנאויס גלייך פארמעקן טעמעס וואס רעדן זיך פון ניוול פה, כ'מיין אז יעדער דאהי ווייסט פון וואסערע טעמעס כ'רעד


שרייבסט אביסל אמת אבער זייער שארף.
לשיטתך איז עס פאר א סאטמארן מער אסור ווי פאר א וויזניצ'ן.

איך האלט אז היינט ביינאכט זאל מען אויסרופן ביים סיום הש"ס אז נאר די וועלכע באטייליגן זיך ביים סיום האבן דעם בענעפיט פון מעגן ליינען קאווע שטיבל. ושלום על ישראל.
וירח ה' את ריח הניחוח
רעאגיר