בעריש'ס הייליג פייער אויף סטאטוס

אמירה רכה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל

בעריש'ס הייליג פייער אויף סטאטוס

שליחה דורך אמירה רכה »

מיט'ן אנקום פון דער אינטערנעט און מער אזוי סאציאלע מידיע האט עס ערמעגליכט אז די שטימלאזע זאלן מיטאמאל באקומען א שטימע.

פאליטיקאנטן האבן זיך געטראפן אדרעסירן די מאסן אן דארפן דורכגיין די פילטערס פון די מידיע, און אומפאפולערע געדאנקען האבן פלוצים געקענט באקומען א פלאטפארמע. די רעזולטאטן אין דער פאליטישער וועלט האט נישט געשפעטיגט צו קומען: מיר האבן א פאפוליסטישן ביליאנער אן קיין שום פאליטישע ערפארונג אלס פרעזידענט, און א זעלבסט געקרוינטער דעמאקראטישער סאציאליסט אלס פראנט-ראנער אין דער דעמאקראטישער פארטיי.

אין דער אראבישער וועלט האט די ערשיינונג פון סאציאלע מידיע געברענגט אן אראבישן פרילינג וואס האט צעווארפן היסטארישע קעניגרייכן און אראפגענומען דעם יאך פון לאנגיעריגע טיראנען און וועמענס היציגע וועטערן האט זיך נאך אלץ נישט אפגעקילט מיט א צעריסענער סיריע וועמענס בירגער קריג מלחמה ווייזט נישט די מינדעסטע צייכנס אין ריכטונג פון אן ענדע.

אזוי קען מען געבן אן א שיעור ביישפילן וויאזוי סאציאלע מידיע האט געטוישט די וועלט, צום גוטן ווי צום שלעכטן.

דאס איז אבער אלעס געזאגט געווארן "דארט" אבער "דא" איז אלץ ביים אלטן.

וואס כ'מיין צו זאגן איז, אז אין דער חרדישער וועלט איז די השפעה פון סאציאלע מידיע געבליבן שטארק מינימאל. כ'וואלט עס צוגעגליכן צו די סאציאלע מידיע באנוץ אין כינע. איין פאקטאר איז געוויס די באגרעניצטע באנוץ אין חרדישן לאגער צו אינטערנעט אין אלגעמיין, אבער דערנאך איז דא א זעלבסט-צענזורירונג ווען עס קומט זיך צו באנוצן מיט אזעלכע פלאטפארמעס ווי טוויטער און פעיסבוק.

א געווענליכער חסידישער איד קען זיך נישט ערלויבן צו האבן אן אקטיווער לעבן אויף סאציאלע מידיע פאר די פשוטע סיבה ווייל אפנקייט און וואלנערביליטי זענען נישט קיין ארטיקלען וואס ווערן געשעצט ביי אונז אדער בכלל אקצעפטירט נאר ליבערשט פארמאכטקייט און באהאלטנקייט.

אז א מענטש וועט פשוט דאקומענטירן זיין יעדן טאגיגע אקטיוויטעטן אויף אינסטאגראם צי פעיסבוק, אדער ליפטערן זיינע אומגעפילטערטע מיינונגען אויף טוויטער, וועט ער נישט קענען קיין שידוכים טון און זיינע קינדער וועלן נישט קענען ווערן אנגענומען אין קיין שום מוסד.

די איינציגסטע פארום פון סאציאלע מידיע וואס איז פאפולער צווישן דעם חסידישן עולם איז טאקע וואטסעפפ, ווייל ס'לויפט בלויז אין אינערליכע צירקלען און א מענטש קען האבן אן אקטיוון לעבן אויף וואטסעפפ אן דעם וואס זיין מחותן אדער שכן זאל קענען אריינדרינגען א בייז-אויג.

מיט'ן אנקום פון סטאטוס איז אבער געשען אן אינטערעסאנטע קאמבינאציע, מענטשן האבן אייגנטליך אנגעהויבן זען ווי זיי קענען זיך ערלויבן צו האבן א שטימע און דאך זיך נישט טרעפן אנטבלויזט צו די גאנצע גרויסע ווארלד ווייב וועב. רוב חרדישע סטאטוסער באשטייען טאקע פון אנאנסן און שנאר קאמפיינען, אבער דא און דארט באגעגנט מענטשן וואס פארשטייען די עקסטרעם נוצבארע געצייג וואס סטאטוס שטעלט צו און נוצן עס אויס צו דינען ווי א הילכיגע שטימע פאר פארשידענע צוועקן אדער ווי א מיטל צו באאיינפלוסן. א פשוט'ער ביישפיל איז די לעצטיגע השפעה פון אויפגייענדן שטערן הרה"צ רבי משה יעקב הורוויץ שליט"א וועלכער האט געפארעמט כמעט א גאנצער ווירטועלער קהלה מיט פילצאליגע נאכפאלגער, אלעס צענטערירט ארום הין און צוריק סטאטוס מעסעדזשעס.

די עסטעבלישמענט איז זייער ראפינירט אויפצוכאפן די מינדעסטע אנדייטונגען פון עפעס וואס טוט באדראען זייער ענדלאזע מאכט און קוקט טאקע אויף "סטאטוס" וואס שענקט מאכט און קאנטראל איבער דעם נאראטיוו פאר'ן יחיד, מיט א בייז אויג און וועלן פרובירן דערשטיקן סיי וועלכע בולט'דיגע שטימע, וואו עס איז ברייט באקאנט זייער קאמפיין וואס זיי האבן לעצטנס געטון צו אן אינדיווידועלן יונגערמאן און באוויזן צו פארשטילן א שטימע פון פאזיטיוויטעט און חסד

*

איינציגע האבן דעם שכל און נעמען עס אבער צום קומענדיגן שטאפל און נוצן אויס סטאטוס מיט א ציל צו ברענגען טויש און ווי א הויכהילכער קעגן אומרעכטן און עוולות אדער זיך אנצונעמען פאר די באקריוודעטע און די וואס זענען די ווייניגסטע באשיצט אינערהאלב דער געמיינדע.

געציילטע זענען די וואס האבן די דרייסט און קוראזש צו פארפולקאמען דאס וואס רש"י די וואך טייטשט אויפ'ן פסוק כל אלמנה ויתום לא תענון, אז מיינט מען דען בלויז אן עלנדע אלמנה אדער א צעבראכענער יתום, נאר ווי דער פייערדיגער לשון פון אונזער גרויסן הייליגן רבי'ן רבינו שלמה יצחקי זי"ע, "הוא הדין לכל אדם אלא שדבר הכתוב בהווה לפי שהם תשושי כח ודבר מצוי לענותם" אז די סאדיסטישע טבע פון מענטשן איז זיך צו קאניבאלן אויף "תשושי כח", אויף דער פאמיליע וואס האט נישט קיין פראטעקציע אין שכר לימוד, אדער האט נישט קיין פעטער א גביר, און די גיבורי כח זענען דא צו דינען אלס א קאנטער שטימע און הוקע זיין נגד השמש אומרעכטן און אוממענטשליכקייטן.

אין דער פריערדערמאנטער גאטונג פאלט אריין די "סטאטוס" פון האברך החשוב הצדיק הרב בעריש געטץ, א טייערער באבובער יונגערמאן וואס נוצט אויס זיינע ענגע מעגליכקייטן צו פאקטיש מאכן א דיפערענץ, ווארפן ליכט אויף ענינים הצריכים חיזוק ועומדים על הפרק און אז כאטשיג אין זיין אייגענע ד' אמות זאל אויסגעשריגן ווערן א הילכיגן קול מחאה אז אין לנו חלק ונחלה מיט סיי וועלכע פארעם פון סיסטעמאטישע רשעות אדער השחתה עס זאל נישט מאכן אין דער חרדישער געזעלשאפט.

ר' בעריש טוט די נבואה'שע ארבעט פון דינען ווי איינזאמע, אפטמאל אומפאפולערע און איזאלירטע שטימע קעגן דעם אלגעמיינעם שטראם, מיט פעלזן פעסטע כוחות הנפש פארפולקאמט ער ערליך דער פסוק פון דער וואכנדיגער סדרה וואס ווערט אזוי אפט איגנארירט און ווי אויסגעמעקט פון דער תורה ה"י, אז "לא תהיה אחרי רבים לרעת" און ווי אונזער הייליגן גרויסן רבי'ן רש"י הקדוש ערקלערט, "אם ראית רשעים מטין משפט לא תאמר הואיל ורבים הם הנני נוטה אחריהם".

*

פארלאפענע וואך, צום שלוס פון די ימי השובבי"ם, האט ר' בעריש פארעפנטליכט א פייערדיגע שובבי"ם תורה וואס וויינט און קלאגט מיט זוידיגע טרערן אויף דעם ביטערן חטא הידועה וואס מיר ווערן ליידער אלע נכשל כמעט יעדן טאג, פון פארנאכלעסיגן די וואוילזיין פון אונזערע טייערע ליבע קינדער אינדערהיים ווי אין שולע.

אט דער טרערנרירנדער מאנאלאג געשריבן פון טיפן הארצן ארויס, מיט אן אש קודש ווי נאר בעריש קען, איז קריטיש וויכטיג עס זאל פאראייביגט ווערן און נישט אפשטארבן אין דער 24-שעה'יגער סטאטוס לעבנס ערווארטונג ווי אויך אז עס זאל אנקומען צו א ברייטערן מאסן.

דעריבער האב איך זיך גענומען די העזה צו קאפירן דעם שובבי"ם תורה (מיט מינימאלע עדיטינג), טאקע צוליב וואס דאס איז נישט בלויז א הארציגער כרוז קודש וואס איז נוגע יעדן איד, נאר ווארפט אייגנטליך אריין האפענונג אין הארצן ווען מ'זעט אז כלל ישראל איז נאכנישט אונטערגעגאנגען און ס'איז נאך אייגנטליך פארהאן ברויזנדע הערצער וואס זארגן זיך פאר אונזער צוקונפט און טרוימען פון א בעסערן מארגן און איבערמארגן.




שובבים תורה תש״פ - דברים חוצבים להבת אש

נמסרה על בערי׳ס וואטסעפפ סטעטוס לאור המאורע בקרית יואל


לאמיר אביסל ארומרעדן בנוגע אונזער קינדערלעך, אינדערהיים און אין חדר.

אין אמעריקע אין 2020 איז דא צוויי סארט פרומע אידן. דער ערשטער סארט: דעם פרומער יונגערמאן; תורתו אומנתו, די נייעס און אינפארמאציע וואס ער פארמאגט קומט בד״כ פון לוח הציבור, קול מבשר אדער פון שנעלערהייט דורך בלעטעלען די צייטונג אין גראסערי.

לעצטנס גראדע, איז ער אביסל מער אפ טו דעיט ווייל א פרישער יונגערמאן מיט שיינע פיאות האט זיך געזעצט נעבן אים אין כולל. יענער זיצט דארט פשוט ווייל זיין שווער האט צופיל געלט, און דער אברך האט נאך נישט געטראפן די קוראזש צו פארציילן פאר זיין ווייב דעם ריינעם אמת, אז ער ווערט משוגע מיט׳ן טאג, און אז זינט די קינדערישע יארן קען ער נישט איינזיצן ביי א גמרא פאר מער ווי אפאר מינוט.

א קיצור, ער זיצט דארט איינגעמיירעט, מיט די סמארטפאן אונטער'ן קאפעלוטש און יעדע פאר מינוט פאלט ער ווידעראמאל תחנון צו ליינען ״מלך הדרייווער׳ס סטאטוס״ , טראמפ טוויטער וכדו׳, און ער פארשפרייט נייעס צו די תמימים אין כולל.

א מיילעך בידערמאן קליפ וועט זיך דער פרומער ערלויבן צו וואטשן אבער אויף טראמפ & מעלאניע וואלט ער זיך נישט דערוואגט א בליק צו טון. ער פרובירט שטארק זיך מונע צו זיין פון ווערן צו היימיש מיט דעם יונגערמאנטשיק ווייל ער שפירט דער כח המושך פונ׳ם כלי. דערפאר אויב איז נישט גאר וויכטיג, ווי למשל ס'רעגנט און ער דארף אן uber, פרובירט ער אוועקצושטיין.

*

יעצט לאמיר זיך נעמען צו דעם צווייטן סארט איד.

יא יא, איך מיין מיר און איך מיין דיר: אונז פייפן אויף די סיסטעם ווען ס׳איז אונז גרינגער, באקוועמער און געשמאקער אזוי צו טוהן. אין קורצן, דא רעדט מען פון די אפען-מיינדעד וואטסאפ אידן, וואס באקומען זייער נייעס אנליין, קורצע ערמל טראגער, גייען אויף פעסטע וואקעישאנס, שניצן זיך דעי בארד, טרינקען סטארבאקס, זינגען קארליבך, קומזיצן, וואטשען טראמפ רעליס, נעטפליקס, און סטאונערס אז ס׳גייט א רויעך. עטליכע טענה׳ן זיך אויף טוויטער מיט פאלשע נעמען, טשעקן אויס נשים אויף פעיסבוק, סנעפטשעט און אינסטעגראם מיט גאר א דריטן נאמען.

את חטאי אני מזכיר, מ׳איז צוגעקלעבט צו אונזערע סמארטפאנס ווי בינען צו האניג, יומם ולילה לא ישבותו. מען קען עס נישט אראפלייגן. נישט קיין חילוק וויפיל ס'שטערט אונז אין די מאמענט. מען טעקסט ביים דרייוון, מ׳נעמט עס ארויס זיצנדיג מיט אונזער פאמיליע אדער אין וויכטיגע מיטינגס. ס׳געט א קיצל און מ׳ציט עס ארויס ווי עבדים ממש, ווי אן אויטאמאטישן ריעקשאן.
עטליכע פון אונז פארן אויף פלארידע, פראקן זיך אויס ווי אנטינוניס קייזער אין sojo, האבן מער ליב טראמפ/בערני/מייק ווי אונזער רבי אדער רב. פרעסן, פרעסט זיך צוויי אינטשיגע סטעיקס אין די לאפט, ריזערוו קאט, וכדו׳, און דערנאך פליט מען ביזנעס קלאס צו ר' שמעון, א תנא וואס האט געגעסן באקסער אין א מערה פאר 13 יאר.

משה מאיער פארקויפט אונז וויין און אלע ערליי אלקאהאל וואס אחשוורוש וואלט זיך נישט ערלויבט. עטליכע פון אונז, מגושמ'דיגע, צווייטע סארט אידן, זעצן זיך יעדן שבת אינדערפרי זויפן ביי קידוש אזויווי שיכורים אין קרעטשמע פלעגן טרינקען (זע די געלע און בלויע דערציילונגען פון צדיקים בוך פאר רעפערענס). מ׳זיצט דארט ווי הונגעריגע בערן נאכן אויפשטיין פון הייבערנעישאן; וואס האבן נישט געזען עסן פאר חדשים, דורכאויס דעם לאנגע קאלטע ווינטער.

מען נעמט זיך בריקען, און שטופן, און רוקן ווי וואלד חזירים. מ׳שאשקעט אוי וויי ווי, באטעמס אפ, נאך א ״קאפ״, אט אזוי...

מ׳גראבט אריין אין די הערינג און אין די געפילטע. נאכדעם אין די לעבערליך, די טשולענט, די קישקע, די קוגל, ערשט קארטאפל נאכדעם לאקשן; געזאלצן און דערנאך זיסע מיט א פיקל. דערנאך נאך א לחיים. נישט טראכטנדיג אפילו פאר איין רגע, פון אונזער פרויען וואס שטייען אויף די פיס א גאנצע מעת לעת. ערליכערהייט באקן חלות, קאכן פיש, טשולענט און כל מיני מטעמים.

אין קורצן, מ׳שטאפט זיך אן ווי עגלים מיט גענוי די זעלבע עסן וואס ווארט אונז אפ אין שטוב. די איינציגסטער חילוק איז, אין שטוב איז די עסן צוגעגרייט מיט ווייניגער אויל, און מער ליבשאפט דורך אונזערע געטרייע פרויען און קינדערלעך. און וואך נאך וואך, ווי מיט א געגליטע שפיז, טוט מען איר ווידעראמאל דורכשטעכן, און לעכערן דאס הארץ. מען קוילערט זיך קוים אריין, ס׳שוין גוט שפעט, און מ׳איז שיכור, אנגעפרעסן און אנגעצויגען. מ׳באמערקט ניטאמאל די צער און טרויער אויף די פנימ'ער פון אונזער אשת חיל און טעכטער.

די נשים צדקניות טון אלעס וואס זיי קענען, וואך איין און וואך אויס, אז דער שבת, דער הייליגער שבת, זאל זיין לעכטיג אין שטוב. די איין טאג וואס די קינדערלעך זענען צוזאמען אין שטוב מיט טאטי און מאמי, און מ׳האט אויסגעלאשן אלע כלים וואס באהעפטן אונז שטענדיג צו דער ארומיגער וועלט - מען זיצט ענדליך צוזאמען, אן שטערונגען. די גאנצע וועלט האט זיך טאקע נישט אפגעשטעלט און טוט אנגיין כרגיל אבער אין יעדע אידיש שטוב הערשט א רואיגקייט, א שטילקייט און די מעגליכקייט זיך צו פאראייניגן מיט דאס וויכטיגסטע, אונזער ב״ב און די קינדערלעך.

אוי, ווי די טייערע קינדערלעך דורשטן דעם אטענשאן פונ׳ם טאטן וואס צו זיי איז ער נישט קיין שיכור, צו זיי איז ער ״טאטי״ און וועט אלעמאל זיין ״טאטי״. אבער טאטי איז נישט דא, ער איז פשוט נישט דא. ער איז אומבאקוועם, אומגעדולדיג און יאגט זיך שוין צו בעט ווי א זאק שטיינער.

דאס קינד האט אמאל צעטלעך וואס ער וויל פון זיי נאכדערציילען ענינים, אפשר איז דא א ניגון וואס ער וויל זינגען אדער אפשר גאר וויל ער ארויפברענגען אן ענין פון דורכאויס די וואך וואס דרוקט אים.
אבער ביים ראש פון טיש, זיצט א טאטע וואס קאנעקט נישט צום קינד און דעם קינד פילט איגנארירט, צובראכן און צושאסן.

*

אשמנו, איך בין אביסל פארפארן ביים קידוש. צוריק צו די עיקר נקודה וואס איך וויל ארויסברענגען דעם שובבים צוואנציג צוואנציג.

דער כלי קודש וואס לויפט אין שול פינעווע פארטאגס, און שרייט קולי קולות אויף זיין זון איבער פרומע משוגעת׳ן, און שיכור'ט זיך אן מיט פלאם שליוואוויץ, אויף אים האב איך נישט קיין שום טענות. ער האט זיך קיינמאל נישט געעפנט די אויגן צו באמערקן און אנערקענען די אומרעכטיגקייט און רשעות פון מאלעסטן, שלאגן, שרייען, פארשעמען און איגנארירן קינדער.

אבער דו, וואס פאר די הצלחה פון דיין ביזנעס שמועסטו זיך דורך מיט אנדערע סוחרים אין דיין פעלד, זיכער צו זיין אז די האסט די לעיטעסט אפ טו דעיט אינפארמאציע. אזוי אויך ליינסטו די לעיטעסט ארטיקלען אנליין, וואטשט טאני ראבינס, פליעסט צו shows, באנוצט זיך מיט אקאונטענטס און פראפעשענעלס וואס פארשטייען דיין פעלד, און בעיקר, און דאס איז דא די נקודה, טוסטו זיך פארלאזן אויף די פארשטאנד וואס קומט צו דיר נאכן דורך אקערן יעדן ענין מיט פראפעשינאלס. פארוואס, ידיד מיינער, אין ביזנעס פארקויפסטו נישט גאטשעס אין די גארמענט דיסטריקט, נאר דו ביזט אויף עמעזאן וכדו׳ און דו ביזט א 2020 איד, אבער ווען עס קומט צו דיינע קינדערלעך ביסטו א 1985 בירגער?

פארוואס ביסטו אקעי מיט דעם אז דיינע קינדערלעך זענען געצווינגען צו זיצן אויף א קליין און אומבאקוועמער בענקל פאר 8 שעה, פונקט אזוי ווי דו ביסט געזעצן מיט 30 יאר צוריק?! שומו שמים !דו שטרעקסט זיך אויס ביים ביעטש אין מיאמי, און דיין בחור׳ל האט נישט געפילט די שיין פון די זון זייט ברכת החמה! און דו הייבסט נישט אויף קיין אצבע קטנה פאר טשעינדזש!?

דו האלסט דיך אפען מיינדעד און דו האסט קיינמאל נישט געזאגט פאר דיין קינד אז זיין סעיפטי און אז ער זאל זיין פראטעקטעד, איז די וויכטיגסטע זאך אין די וועלט. דו האלסט דיך אפען מיינדעד און דו זעסט ווי דיין קינדער וואס לויפן צום באס 7 אינדערפרי און קומען צוריק אהיים שפעט אין די אווענט, קענען נישט מסביר זיין צום דאקטער און דענטיסט אין ענגליש וואס טוט זיי וויי. זיי קענען אויך נישט שרייבן אדער רעכענען ווי יעדער געזונט קינד אין די גארער וועלט קען.

און וואס האסטו געטון דערוועגן?? דו האלסט דיך אפען מיינדעד און דו ביסט נישט אראפגעגאנגען צו דער רבי און דער מנהל ווען דיין קינד איז געטשעפעט געווארן אדער געשלאגן געווארן אין חדר. אויסשעלטן די סיסטעם אויף וואטסאפ גרופעס, קאווע שטיבל, אין דיין קרעמל אנליין אדער אין שול, וועט נישט ברענגען דעם טשעינדזש וואס דיין קינדערלעך דארפען. טרעף דעם קוראזש צו גיין צו די הנהלה און שריי אויס: ״מיין הארץ בלוטיגט פאר מיין און יעדעס איינציג קינד אינעם חדר וואס דיזערווט פיל בעסער״!

אידן אין אמעריקע הערטס מיך אויס, לאמיר אראפלייגן די כלים אין שטוב און לאמיר אויף מאכן אונזער הערצער פאר אונזער קינדערלעך, די עפל פון אונזער אויג, די תשב״ר שלא טעמו טעם חטא. לאמיר זיך אויפהערן אויפטון מיט א סטעטוס, א באטל וואס מען האט געברענגט צום קידוש, א מאסאדזש מ׳האט געקריגן, א דיעל מ׳האט געשלאסן, א קומזיץ מ׳האט געפייערט, א קאר מ׳האט זיך געליסט, א קאנטרי מ׳גייט צו. לאמיר זיך באווייזן אז א דאנק אונזערע פעולות, אונזער הערן און לאזן הערן אונזער אינערליכן גייסטיש און אויטענטישן קול, א דאנק אונזער אפענמיינדנעס, שלאגט מען מער נישט אין קיין איין חסידיש חדר, פארשעמט מען נישט קינדער אין חדר. גאר פארקערט, מ׳בויט און עדזשוקעיט יעדן יחיד מיט א הכרה אז נישט יעדעס קינד איז געבוירן געווארן גענוי דאס זעלבע און מוז ווי אין טורמע שווייגען און שמאכטן.

חנוך לנער על פי דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנה! על פי דרכו, נישט דרכך פון 100 יאר צוריק ווען מ׳איז נאך געפארן מיט פערד. דאס איז די ריכטיגע דרך און יעדער אנדערע וועג פירט קינדער אראפ פון דרך.
לאמיר אנערקענען די אינערליכע כוחות פון יעדן איינציגן קינד און לאמיר שוין אויפהערן פייניגן די טייערע קינדערלעך אזוי ווי אסורים אין א תפיסה.




רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אמירה רכה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1409 מאל

שליחה דורך הקטן »

איך ווייס נישט וואס ער וויל, אויף דעם איז אויך שילדיג די "סיסטעם"

אוי זאגט ער גיט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10586 מאל

שליחה דורך אבטולמוס »

הייליגע ווערטער.
ווער ווייסט, אפשר איז משיח א באבוב-45ער יונגערמאן מיט א געשטיצטן בארד.
באניצער אוואטאר
יהורם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2198 מאל

שליחה דורך יהורם »

טרעף א באבוב 45'ער מיט א געשטיצטן בארדע און דאן העמיר דן זיין צו ער איז משיח...
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9689
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3429 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9085 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אע באוועגונג קומט אן צום נעקסטן שטאפל, ווען זי קענען נעמן אינערליכע קריטיק. טאמער די באוועגונג פון פלעצער ווי קאוועשטיבעל וואס טרעפן זיך נישט די פלאטץ אין די סיסטעם קען אייננעמן די קריטיק וואס דער סטאטוס שרייבער טענה'ט, און מ'זעט טאקע איין די חרבן פון די 'שוואוילטאג לעבן' פון די וואס ווייזען א רוק צום סיסטעם און האבען נאך נישט געטראפן קיין ממלא מקום, איז א געוואלדיגע ווענדפונקט אין די באוועגונג.

די חרדישע סיסטעם קען נאך היינט, נאך זיבעציג יאר, נישט דולדן קיין עכטע קריטיק. אלס איז אדער פאליטיק, אדער פארווייטאגטע, אדער סתם האס אדער 'שנאת ע"ה לת"ח'. עס איז נאך immature און פרימיטיוו. מיט די צייט וועט עס ווערן מער סאפיסטיקירט און קענען אייננעמן און אויסהערן קריטיק.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
המלוכה והממשלה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1135
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1502 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1929 מאל

שליחה דורך המלוכה והממשלה »

זייער זייער גיט ארויסגעברענגט.
איך מיין אז די איידיע'ס איז די יסוד פון [tag]קטלא קניא[/tag]'ס ספר ותינוק ללמדו ספר
בייגעלייגטע פיילס
Cover, high rez-min.jpg
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלסטעישן
נאר מייקעל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדאקעישען
נאר די סעקעלער געריכטן טוהן עפעס פאר יושר און צדק
רעאגיר