מיין שלום בית מיט אינטערנעט

הודעהדורך אדונינו » זונטאג אוגוסט 16, 2020 3:44 am

פרעג איך אמאל מיין ווייב אויף א געוויסע נושא (נישט אינטערנעט), ווען מיר זענען ווען גוים, וואלט דאס אויך געשטערט אונזער רילעישענשיפּ? נו אויב אזוי, אז דו מיינסט נאר גאט, און צוליב דעם ווילסטעך קריגן, זאגט דער הייליגער באשעפער (ביי א סוטה) ״מעק אויס מיין נאמען!! און מאן און ווייב זאלן זיין בשלום!!
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 246 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » זונטאג אוגוסט 16, 2020 7:01 am

אדונינו האט געשריבן:פרעג איך אמאל מיין ווייב אויף א געוויסע נושא (נישט אינטערנעט), ווען מיר זענען ווען גוים, וואלט דאס אויך געשטערט אונזער רילעישענשיפּ? נו אויב אזוי, אז דו מיינסט נאר גאט, און צוליב דעם ווילסטעך קריגן, זאגט דער הייליגער באשעפער (ביי א סוטה) ״מעק אויס מיין נאמען!! און מאן און ווייב זאלן זיין בשלום!!

איי איז דאס גוט געזאגט !
שמחהלע קאפשטיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג אוגוסט 16, 2020 8:55 am

אמאהל פלעגן די רבנים מאכען א פארקערטע שפיל, און געהאקט אין טשייניק די אינגעלייט זאלען אכטונג געבן אויף די פרויען אז זיי זאלען נישט גיין אנגעטון אזוי צו אזוי, נישט ליינען מאגאזינען וכו', היינט ווען די אייגענע מוסדות רייסען ארויס פין די פרויען אלעס, מאכט מען זיי די שומרים אויך די מענער.

בקיצור, רעליגיע מישט זיך אריין אין שלום בית אייביג.

בעסטע איז אז מען קלערט אויף די ווייב, און מען שלאגט כפרות מיט די פאלשע עבודה זרה'ס וואס פריער. מען קען עס טוהן, מען דארף זיין אויסגערעכענט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1414 מאל

הודעהדורך טובה » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 10:41 pm

עס איז גאנץ מאדנע צו זעהן ווי מאנכע אן קיין עקספיריענס [בחורים או גרושים] גיבן עצה ווי אזוי צו ראטעווען דיין שלום בית, וד"ל....

איצט צו, דיין שאלה וואס דו זאסלסט טוהן נאכער וואס דו האטיך אליינס געשאסן אין די פיס, איך קען דיר באמת נישט העלפן אבער אזוי פיל יא כ'קען דיר געבן מיין בליק דעראויף, דיין ווייב האט נישט עכט קיין פראבלעם מיט וואסטעפ איר פראבלעם איז אז איר מאן איז נישט דער ירא השם וואס זי איז געווען אזוי גליגליך אירע כלה חדשים דערמיט, והא ראיה ער האט א אומגעפילטערטע סמראטפאון והא ראיה אז עפעס איז ראנג... ער באהאלט עס פון מיר... און ער פייט נאך דערפאר מיט עקשנות, אירע דמיונות גייען שוין אז איר מאן גליטז צוביסלעך פון אינעווייניג, און מי יודע וואו דאס גייט זיך ענדיגן זי זעהט די צווארצסטע בילדער פאר די אויגן ... איר מאן איז די נעקסטע עבי שטיין. רח"ל. זי וויינט יעדן טאג ביי דאווענען \תהילית\שבת לעכט\ פושקע\מקוה און ווי נישט,אז איר מאן זאל תשובה טוהן און צוריק ווערן א ירא השם אין נישט ארויספירן די שכינה פון זייער שטוב.

דאס אז זי הערט האטליינס און האט ערליכע חבר'טעס דאס וועט נאך מער מחזק זיין מיינע רייד.

אפשר איז צייט יעצט צו נעמען א ערענסע סטעפ צוריק אז זי זאל באמת זעהן וויסן אין פיהלן אז דו ביסט צוריק איר ליבע און ערליכע מאן....

[איי דיינע קליינעסט... קענסט האבן אויף דיי קאמפיוטער אין אפיס וואצעפ...]
טובה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 08, 2020 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט