איבער'ן אינטערנעט און דער מערכה דערקעגן

רעאגיר
גלעזעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

שליחה דורך גלעזעלע »

DotCom האט געשריבן:א מענטש וואס זאגט קלאר ער גלייבט נישט אין גאט רח"ל טאר מען זיך מיט אים נישט טענה'ן! כבעט ענק אחי ורעי! ענדערש עפענטס אויף עקסטערע אשכולות און דיסקוטירט דארט אלעס אפענערהייט, זיינערייד זענען נישט אזוי פשוט און מ'קען און מ'מעג דיסקוטירן, (באמת האט מען שוין יעדע זאך גערעדט דא כמ"פ) אבער נישט מיט אים! אין משיבין לאפיקורס!


מען טענה’ט זיך, צו איז דער שרייבער גלויביג צו נישט, און צו מען מעג/זאל איהם צוריקענטפערן.

צום הייליגען בארדיטשובער האט א חסיד זיינער זיך דערקלערט אז ער גלייבט נישט אין גאט! האט אים דער רבי גענטפערט: בארואיגט אייך, אין דעם גאט וואס דו גלויבסט נישט, גלייב איך אויך נישט.

עס קומט פאר פון די וויכוחים, אז די טאטאלע נושא פון טרוקען אמונה, יא גלייבן צו נישט גלייבן, איז מער ווייניגער נישט רעלעוואנט, נאר כלפי די מצוות מעשיות פון דעם פריוואטען מענטש.
לדוגמא: אויב וואלט דער שרייבער געזאגט אז נאך זיין קלארע הכרה אז לית מנהיג לבירה, איז איהם דאך גרינגער און פראקטישער צו מקיים זייו אלע מצוות בגלוי ובסתר. דאן וואלטן רוב טענות פון די שרייערס נעלם געווארן, און עס וואלט זיך קלאר געשטעלט אז בנוגע די פארעם פון אידישקייט וואס מיר פראקטיצירן היינט, זענען די מיינונגען פונעם מאמין און כופר אקוראט גלייך. און זאל זיך אמנון יצחק אויס'טענה'ן מיט ריטשארד דאקינס אז ער וויל, אבער צום היימישען שבת שמועס וועט עס קיינמאל נישט אריינקומען.

דער שרייבער האט געקענט שרייבן נאך 10 בלעטער פון לאגיק און זיינע אבזערוואציעס, און עס וואלט נישט ארויסגערינען צו ער גלויבט צו נישט. זיין איינציגסטע וועג אייך צו מודיע זיין אז ער איז א כופר, איז זיך אליינס דערקלערען אלס איינס. עפעס שמעקט נישט בסדר מיט א מצב, ווען "אין משיבין לאפיקורס" איז פשוט ווייל אלע זענען מסכים צו כמעט אלעס וואס ער האלט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גלעזעלע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3690 מאל

שליחה דורך יאנקל »

כאפטס דעם גלעזעלע און לאזט אים נישט ארויס פון דא, פאר ער אנטלויפט שוין ווידער.
גלעזעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

שליחה דורך גלעזעלע »

יאנקל האט געשריבן:כאפטס דעם גלעזעלע און לאזט אים נישט ארויס פון דא, פאר ער אנטלויפט שוין ווידער.

יאנקל מזל טוב צום 1000 לייקס. און אז דער בעל שמחה בעהט מען זאל זיך זעצן גיי איך נישט קיין ערגעץ.

אנטשולדיגט אז איך בין אנטשלאפן געווארן. אבער היינט ביי סליחות האב איך ביי יעדען אשמנו אינזינען געהאט אן אנדערע עוולה וואס איך בין דאס יאהר באגאנגען. און ערגעץ-וואו צווישן תעבנו-תעתענו בין איך אויסגעלאפן פון עבירות, ביז איך האב מיר דערמאנט דעם עוולה פון ממעט זיין ב'וויזיטס אין קאווע שטיבעל, און מקבל געווען צו זיין אן אפטער גאסט. איז אויב וועט דאס נישט האבן דעם זעלבן סוף ווי מיינע פאריעריגע קבלות, איים היער טא סטעי
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3690 מאל

שליחה דורך יאנקל »

אה, דאס איז פיינע נייעס! תשע"ג פאנגט שוין אן צו גיין מיט'ן רעכטן פוס.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6779 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ש'נה ת'מימה ע'ם ג'לעזעלע.
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך a1b2 »

א בריוו וואס איז ארויסגקומען אין אי אונטערגשריבן הרב וואזניר ר ניסן קארליץ
בייגעלייגטע פיילס
1348146076.jpg
1348146076.jpg (116.96 KiB) געזען געווארן 3612 מאל
yisroelotd
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

יעדע ווארט איז ריכטיג!!!!!

שליחה דורך yisroelotd »

נישט קיין חילוק וואס די תגובות וועלן זיין אויף מיין הודעה, גיי איך שרייבן וואס איך גיי שרייבן.

איך זעה מיר אין יעדע ווארט וואס ער שרייבט, נאר מיט איין שינוי אז איך האב אלץ געפרעגט קשיות, די אינטערנעט האט נאר אויפגעטוהן אז איך זאל טרעפן תירוצים, און איך האב אסאך חברים (אפגעפארענע) וואס זענען זיכער געווען אז איך האב געשריבן דעם בריוו, עס איז אבער נישט אזוי, פון מיין זייט זאלן די רבנים נישט טוישן די חינוך, און וועלן זיך בקרוב טרעפן מיט א דור פון אפיקורסים.

איך פערזענליך קען עדות זאגן, אז עס זענען דא הונדערטער - אויב נישט טויזענטער - אזעלכע וואס איך קען פערזענליך, אדער פון איינע פון די פייסבוק גראפ'ס וואס אונז האבן, "מסלתה ומשמנה פון כלל ישראל" רבנים און דיינים, אדמורי"ם וראשי ישיבות, מגידי שיעור (ואני בתוכם) און כל-ערליי כלי קודש, וואס זענען כופרים בעיקר, אדער ווי מען רופט עס ביי אונז, האלטן עס איז אפילו נישטא אויף וועמען צו זיין א כופר... איך פערזענליך קען א גרויסע רבי, פארהייליגט ביי גאנץ כלל ישראל, פון ארץ ישראל, א כופר הכל, איך טעקסט מיט אים שבת פאר ער גייט אריין פירן טיש פאר הונדערטער אידן....

נאר וואס איך וויל יא אויפטוהן דא (מיינע דברי כפירה גיי איך נישט שרייבן דא, איך רעספעקטיר דעם מנהג המקום, פאר דעם האב איך א בלאג), מיין הארץ גייט אויס צו טראכטן אז אזויפיל וועלן מיטמאכן וואס איך מאך מיט, על כן, איך בעט די אלע וואס קענען עפעס טוהן, איך ווייס קלאר אז אידישקייט קען זיין געשמאק אויב גלייבט מען, הערטס אויף אוועקלויפן פון ענקערע פראבלעמען און נעמטס קעהר דערפון, מען קען מחנך זיין קינדער אויף א וועג זיי זאלן נישט מוזן גיין זוכן דעם אמת, אויב ווילטס עס דווקא בלייבן ביי אידישקייט, טוט עס כאטש אויף א וועג אייערע קינדער זאלן נישט ליידן, ודי לחכימא, תן לחכם ויחכם, ואיש בער לא ידע, רק יענה מען טאר אים נישט ענטפערן ער איז אן אפיקורס, וד"ל.
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

yisroelotd האט געשריבן:איך פערזענליך קען א גרויסע רבי, פארהייליגט ביי גאנץ כלל ישראל, פון ארץ ישראל, א כופר הכל, איך טעקסט מיט אים שבת פאר ער גייט אריין פירן טיש פאר הונדערטער אידן....


ליגנט. ס'האקסטו אין קאפ...
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך villager »

yisroelotd האט געשריבן: איך זעה מיר און יעדע ווארט וואס ער שרייבט, נאר מיט איין שינוי אז איך האב אלס געפרעגט קשיות, די אינטערנעט האט נאר אויפגעטוהן אז איך זאל טרעפן תירוצים, און איך האב אסאך חברים (אפגעפארנע) וואס זענען זיכער געווען אז איך האב געשריבן דהן בריוו, עס איז אבער נישט אזוי, פון מיין זייט זאלן די רבנים נישט טוישן די חינוך, און וועלן זיך בקרוב טרעפן מיט א דור פון אפיקורסים.


אינטערעסאנט, איך האב אויך אלס געהאט אסאך קשיות און איך האב אויף אלעם געטראפן תירוצים אויף די אינטערנעט און היינט איז מיין אמונה אסאך שטערקער ווי אמאל, אין א וועג איז מיין אמונה שטערקער ווי מיינע רבי'ס און עלטערן'ס, היינט האלט איך קלאר אז איינער וואס איז א כופר הכל האט נישט קיין קאממאן סענס, און פונקט ווי איך פארשטיי נישט דעם מהלך המחשבה פון א פעדאפייל אזוי פארשטיי איך נישט דעם מהלך המחשבה פונעם עיטעאיסט, איך האב געליינט און געליינט, געקוקטט אומצאליגע יוטוב פרעזענטעישאן'ס פון אלע מינע דעבאטעס, און איך בין געקומען צום מסקנא אז אמונה איז די איינציגסטע "לאגיק" אויף בריאת העולם און די אידישע אמונה איז די מערסטע "לאגיק" פון אלע אמונות, איך האלט אז אויב אסר'ן די אינטערנעט דארפן עס די עיטעאיסטן אסר'ן, די רבנים דארפן עס מחזק זיין.
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16553
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19046 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

villager האט געשריבן:איך האלט אז אויב אסר'ן די אינטערנעט דארפן עס די עיטעאיסטן אסר'ן, די רבנים דארפן עס מחזק זיין.


שוין לאנג נישט אזוי געלאכט!
וירח ה' את ריח הניחוח
yisroelotd
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך yisroelotd »

מורינו הרב האט געשריבן:
yisroelotd האט געשריבן:איך פערזענליך קען א גרויסע רבי, פארהייליגט ביי גאנץ כלל ישראל, פון ארץ ישראל, א כופר הכל, איך טעקסט מיט אים שבת פאר ער גייט אריין פירן טיש פאר הונדערטער אידן....


ליגנט. ס'האקסטו אין קאפ...

איז וואס זאל איך טוהן? איך קען דאך נישט זאגען ווער ער איז, אבער צו דו גלייבסט מיר יא צו נישט איז עס א מציאות.
און בכלל מיט די מהלך פון שרייען עס אויף וואס עס שמעקט (נישט) קען איך גוט, עס איז א חלק פון דרך פון פרומע אידן לעצטענס, צו אנטלויפן פון פראבלעמען אנשטאט קער נעמען דערפון.
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 558 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 296 מאל

שליחה דורך zurich »

yisroelotd האט געשריבן:
מורינו הרב האט געשריבן:
yisroelotd האט געשריבן:איך פערזענליך קען א גרויסע רבי, פארהייליגט ביי גאנץ כלל ישראל, פון ארץ ישראל, א כופר הכל, איך טעקסט מיט אים שבת פאר ער גייט אריין פירן טיש פאר הונדערטער אידן....


ליגנט. ס'האקסטו אין קאפ...

איז וואס זאל איך טוהן? איך קען דאך נישט זאגען ווער ער איז, אבער צו דו גלייבסט מיר יא צו נישט איז עס א מציאות.
און בכלל מיט די מהלך פון שרייען עס אויף וואס עס שמעקט (נישט) קען איך גוט, עס איז א חלק פון דרך פון פרומע אידן לעצטענס, צו אנטלויפן פון פראבלעמען אנשטאט קער נעמען דערפון.

אינטערסאנט דו קענסט אונז נישט זאגן ווער די רבי איז, אבער די רבי וואס דו רעדסט וואס פירט טיש פאר הינדערטער חסידים האט זיך"יא" מגלה געוועין פאר דיר??!

בי עס!!!
yisroelotd
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך yisroelotd »

איך בין לאנג געווען אין קאנטאקט מיט אים, ביז איך בין געוואויר געווארען ווער ער איז, און דאס אויך נאר נאכן זיך טרעפן און א געוויסן מקום מיט איינער פון זיינע נענטסטע מענטשען (אויך א כופר),
טראכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 10:59 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך טראכט »

yisroelotd האט געשריבן:איך פערזענליך קען א גרויסע רבי, פארהייליגט ביי גאנץ כלל ישראל, פון ארץ ישראל, א כופר הכל, איך טעקסט מיט אים שבת פאר ער גייט אריין פירן טיש פאר הונדערטער אידן...

וואס די טעקסט זיך מיט רבינו שליט"א מעגן מיר וויסן? די גרייסט אום אן די תורת?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3780 מאל

שליחה דורך זר זהב »

yisroel טייערער, איך בין אויך א קויפער. ביזט נישט אליינס אויפ'ן וואסער.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1822 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

Yisroel, אויב קענסטו אביסעל פארציילען וואס צרות גייסטו דורך יעצט.אז דו האסט פשוט רחמניות אויף אנדערע און דיין מצב?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16553
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19046 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך בין נישט זיכער צו איך זאל עס בכלל אריינשטעלן דא, און בפרט אויב אין דעם אשכול,
אבער אזוי ווי מען האט דא גערעדט פון די אטאקעס פון די אייוועלט חברה אויף אונז, וויל איך דא מעתיק זיין נאך א פרישע תגובה פון דארט.
דאס מאל דורך "אנעים זמירות", א געוועזענער שרייבער דא ביי אונז, (וואס מאכט די הודעה ציפן נאך מער)
ס'טוט מיר וויי, איך האלט קלאר אז ער איז 90% נישט גערעכט, מחמת כמה סיבות, און כ'קען באשטיין עס אויסצושמועסן.
אויב שפירן די מנהלים פאר נישט ריכטיג עס מעתיק צו זיין, קען מען עס מעקן געזונטערהייט.

אנעים זמירות אויף אייוועלט האט געשריבן:עטליכע וואכן צוריק בין איך געזעסן אין מיין געשעפט שפעט ביינאכט, ווען עס איז צו מיר אריינגעקומען מיינס א קרוב, אן אמעריקאנער בחור, וואס איז פונקט דא געוועהן אויף א באזוך און האט מחליט געוועןן אפצושטייגן ביי מיר אין געשעפטל. ער איז גראדע א 'working boy', נאר פון אויבן אויף זעהט ער אויס צו זיין רעלאטיוו ערליך (עכ"פ שומר שבת, כשרות, נגיעה וכו').

שמועסענדיג מיט איהם האט ער מיר פארציילט ווי עס מאכט זיך כסדר פרייטאג צונאכטס נאכן טיש פון זיין רבי, גייט ער צוזאמען מיט עטליכע חברים אחים לדעה צו א bar ערגעץ-וואו ארויס פונעם געגענט, און זיי פארברענגען דארט א גאנצע נאכט. רח"ל. יענער האט זיך נאך פראבירט צו פארענטפערן אז קיין דאורייתא'ס איז ער זיכער נישט עובר, אפשר אמאל א דרבנן אבער דאס אויך לאו דוקא, ווייל ער אליין טראגט נישט די געלט (עכ"פ אזוי טענה'ט ער), און דער אונטער-ערדישע באן פארט דאך ממילא א.א.וו. דברי הבל ורעות רוח.

איך האב איהם נישט געלאזט אויסרעדן, נאר געזאגט ער זאל מיר ביטע נישט האקן אין קאפ מיט זיינע נארישע תירוצים. ער ווייסט גאנץ גוט אז וואס ער טוט איז כנגד דעם רצון ה' און עס איז בכלל נישט אינטרעסאנט פונטקליך וויפיל דאורייתא'ס און דרבנן'ס ער איז יא אדער נישט עובר. ער טוט פארקערט פון וואס דער אויבערשטער וויל און דאס איז שוין גענוג. ער האט אבער צוריקגע'טענה'ט אז אויב עס זענען פארהאנען loopholes אין הלכה קען מען זיי אויסנוצן, און ער האט פראבירט ווייטער מפלפל זיין און אויפווייזן אז ער טוט אלעס בהיתר, און אז מען קען זיין אן אויסגעהאלטענע יוד טראץ דעם אלעם.

"הער אויס," האב איך איהם איבערגעהאקט, "ראשית כל בין איך ב"ה פיהל מער ת"ח ווי דיר און איך קען דיר גרינגערהייט אויפווייזן בהלכה ובאגדה ווי דו טוסט נישט גוט, אבער עס איז א שאד אויף מיין און דיין צייט ווייל מיר ביידע ווייסן וויאזוי ערליכע יודען זעהען אויס. אויב וואלטן מיר געשטאמט פון גרים וואלט אפשר געוועהן שייך צו קלערן וואס מען מוז אלעס טוהן בכדי צו זיין אויסגעהאלטן כלפי שמיא, נאר היות מיר קומען ביידע פון ערליכע יודן, און מיר האבן ביידע געזעהן צדיקי אמת איז א שאד דאס גערעדעכץ."

"מיינסט איך בין עפעס דער איינציגסטער?" פראבירט ער זיך צו פארטיידיגן. "עס זענען דא צענדליגער יונגעלייט מיט ווייסע זאקען וואס זענען ווי מיר אדער ערגער און זיי הייסן ערליכע יודן. אזוי איז עס היינטיגע צייטן, מען דארף שפילן דעם שפיל, בלאפן פארן טאטע און שווער, און מען בלייבט א חלק פון דעם קלוב. אלעס איז איין גרויסע בלאף, אנגעהויבן ביי די רבנים..."

איך האב מיר אפגעשטעלט ביי זיינע רייד און גענומען טראכטן. איז דאס טאקע ריכטיג אז גאנצע חלקים פון 'היימישע יודן' זענען ליידער מחללי שבתים ואוכלי נבילות? וואס וועט זיין מיט זייערע קינדער און אייניקלעך, זיי וועלן דאך אויך אזוי שפילן דעם שפיל. הייסט דאס אז אויב חלילה משיח קומט נישט ביז א פאר יאר איז אויס מיטן כלל ישראל? און וואס איז מכח אלע טענות קעגן דעם סיסטעם און די רבנים, זענען דען נישט דא קיין ריכטיגע טענות? אויב אזוי דארף מען טאקע פארשרייען יעדער וואס האט טענות און שטעלט זיך ארויס קעגן סיסטעם, אדער אפשר איז טאקע ריכטיג מען זאל איינמאל פאר אלעמאל זיך אויפשטעלן און זאגן פאר די רע-בנים וואס מיר האלטן פון זיי?

אלץ והייתם נקיים מה' ומישראל וויל איך מקדים זיין אז איך האב נישט באמת די פראגעס, ווייל איך האב שוין בעזה"י פון לאנג אויסגעארבעט א מהלך דערין, נאר איך האב געוואלט ארויסברענגען אויפען שפיץ גאפל וואס אנדערע זאגן, ובאמת וואס איך האב געשטעלט אלץ פראגעס שרייבן אנדערע אלץ פאקטן און הוראות אויף אלערליי בלאגס, קאווע שטיבלעך און שבת בלעטלעך למיניהם וואס (כמעט) כל באיהם לא ישובו (מיין קרוב האט מיר טאקע געזאגט אז ער ער דרייט זיך בקביעות אויף איינער פון די דערמאנטע מקומות).

איך האב שוין פון לאנג געוואלט אפשרייבן אן ארטיקל אין די ענינים נאר איך האב מיר געפוילט, אבער יעצט האב איך געקלערט צו נעמען די מיה און דאס קלאר ארויסברענגען, מיט עטליכע קעפלעך און פראגעס:

זענען די בלאגס א סכנה פאר כלל ישראל? איז דער קאמף קעגן זיי א פארלוירענע? זענען די 'היימישע' מחללי שבתים א געפאר צום כלל ישראל? זענען זיי גערעכט מיט זייערע טענות? איז דער עתיד פון יודענטום דאס וואס רופט זיך 'חרדי לייט'?

די אלע בלאגס, משכילים, חרדי-לייט און היימישע פושעים קען מען אלע באטיטלען מיט איין כלליות'דיגע טיטל: אויבער חכמים. זיי מיינען אז זיי זענען קלוגער פון אלע ערליכע יודן, סיי היינטיגע און סיי פריערדיגע, און טייל פיהלען נאך פאר א פליכט 'מחנך' צו זיין כלל ישראל.

ובכן, דער וואס קען אפילו א קליין ביסל היסטאריע ווייסט אז עס זענען שוין געוועהן אין כלל ישראל צענדליגע אויבער-חכמים וואס האבן פראבירט מאכן נייע וועגן און גיין פארקערט פונעם סיסטעם. נאך בימי בית שני זענען געוועהן די צדוקים וביתוסים וואס האבען געהאט זייערע אייגענעם דרך, אנדערש ווי חז"ל. סוף בית שני זענען געוועהן די קריסטן וואס האבען גע'טענה'ט אז זייער וועג איז גאר די ריכטיגע. ומאז ועד עתה זענען אלעמאל געוועהן אויבער -חכמים וואס האבן געוואלט 'מחנך' זיין דעם כלל ישראל.

טייל פון די גרופעס זענעם אפילו געוועהן גאר גרויס און מאכטפול בשעתם, און האבען אריינגעשלעפט גרויסע טיילן פונעם כלל ישראל. די צדוקים האבען געהאט א שטארקן מאכט בזמן הבית, און האבן טיילמאל אפילו מצליח געוועהן אריינצושטעלן זייערע מענטשן אין די העכסטע אנשטאלטן. עס זענען געוועהן צדוקים ובתוסים וואס האבן אמטירט אלץ כהנים גדולים וראשי סנהדראות! לאמיר אבער קוקן היינט, וואס איז פון זיי געבליבן? גארנישט מיט גארנישט!

פון אלעס וואס זיי האבען געשאפט און געטוהן איז נישט געבליבן קיין זכר (אויסער א גוטן טשולענט להוציא מלבן של צדוקים...), און פון די חכמים איז געבליבן א כלל ישראל. וועט דאך דער משכיל טענה'ן אז עס טויג גארנישט אזא כלל ישראל - זאל זיין! זאל ער רעדן און טענה'ן וויפיל ער וויל, אבער א כלל ישראל וועט בלייבן.

די היינטיגע בלאגערס (רובם) און אפיקורסים מיינען אז זיי האבן אנטדעקט אמעריקע מיט זייערע טענות און ליצנות. עס הייבט זיך נישט אהן! זיי טוהן נישט מער ווי איבערקייען די זעלבע אלטע נארישקייטן פון די משכילים, צדוקים, נוצרים, קראים וכו' וכו' אין אלע דורות. און דאס זעלבע וואס האט באטראפן די פריערדיגע כתות וועט זיי אויך באטרעפן. דער יונגערמאן וואס זיצט ביים טיש מיט די ווייסע זאקן און סעלפון אין קעשענע מיינט אז ער האט יעדן אפגענארט. אה"נ ער האט אפשר אפגענארט זיין טאטע, זיידע, שווער, חבר, רבי, און אפילו ווייב און קינדער, אבער דעם אויבעשטן האט ער נישט אפגענארט!

אויב איז ער א שורש פורה ראש ולענה וועט זיין אייניקל (אדער אור-אייניקל) שוין נישט זיין קיין חלק פון כלל ישראל. א פארדארבענע צווייג קען נישט וואקסן און ארויסגעבן פירות. דער יונגערמאן וואס דרייט זיך אויף די בלאגס למיניהם און רעדט זיך איין אז ער קוקט אהן דעם כלל ישראל פון אויבן אראפ זאל וויסן אז פון די פאנאטישע יודעלעך וועט ארויסקומען יודישע דורות און פון איהם חלילה נישט. מען מוז נישט צוריק גיין אזוי ווייט ווי די צדוקים, אפילו אין די לעצטע הונדערט יאר, די וועלכע האבן געליינט ביכער און געהאט טריפה'נע מחשבות האבן נישט איבעגעלאזט קיין יודישע דורות. דער זיידע איז נאך געוועהן א 'היימישע' און זיך געדרייט צווישן יודן, אבער דער אייניקל, זאגאר אויב ער איז נאך בכלל א יוד, איז ער אפגעפארן אינגאנצן און שוין נישט קיין חלק פונעם כלל.

[איך האב בכונה ארויסגעשריבן אפיקורסות-פארומס ווייל איך ווייס אז עס זענען דא פיהל וואס דרייען זיך סיי דא און סיי אין אזעלכע מקומות, און זיי מיינען אז זיי זענען 'אימיון' צו די ליצנות און כפירה וואס ווערט דארט געשריבן. זיי געדענקען אבער נישט די רייד פון חז"ל - וואס זענען דעם אבסאלוטן אמת - שאני מינות דמשכי. ווען מען זאפט זיך אהן מיט ליצנות אויפן תוה"ק און כפירה דרינגט עס אריין כארס של עכנאי און איידער מען כאפט זיך איז מען שוין ליידער פאר'סמ'ט. ער טוט נישט אפ קיינער אויסער זיך אליין, שחת לא לו בניו מומם.]

איז צוריק צו אונזערע פראגעס: זענען די בלאגס א סכנה פארן כלל ישראל?
ניין! זיי זענען א סכנה פאר יודן אבער נישט פארן כלל ישראל! זיי זענען א שרעקליכן געפאר פאר יעדע יוד וואס גייט אויף זיי אבער דעם כלל ישראל אליין קענען זיי נישט טשעפען. עס וועט זיי אפשר געלונגען אראפצורייסן פיהל צווייגן פונעם בוים אבער דער שטאם וועט שטיין פעסט און דער מינדעסטע פארדארבונג וועט זיך נישט דארטן קענען אריינכאפן. אזוי איז געוועהן און אזוי וועט זיין. די סכנה און ספק איז נאר אויף יעדן יחיד, צי וועט ער בלייבן באהאפטן צום עץ החיים אדער ח"ו נישט.

דער עתיד פון יודענטום איז פונקט ווי דער עבר. מיר האפען אז משיח וועט קומען בקרוב ממש, אחכה לו בכל יום שיבא. אבער זאגאר ווען חלילה די גלות וועט זיך נאך ציען צוויי-דריי הונדערט יאר וועט דער כלל ישראל גארנישט אויסזעהן אנדערש פון יעצט. די ערליכע יודן אין דריי הונדערט יאר פון יעצט וועלן גיין מיט שווארצע הוטן און לאנגע רעקלעך, און די פרויען וועלן גיין צניעות'דיג געקליידעט. פון חרדי-לייט וועט בלייבן גוי-פול!


וואס דארף זיין מיין בליק אויף די וואס האקן קעגן רבנים אדער דעם סיסטעם?

אלץ קינד אין חדר ווען מיר האבן זיך אנגעשטויסן אין דעם ווארט 'צדוקים' האט דער רבי מסביר געוועהן אז זיי זענען געוועהן אזוינע וואס האבן נאר געגלייבט אינעם תורה שבכתב אבער נישט אינעם תושבע"פ. דער רמב"ם אין פיה"מ אבות (א' ג') ערקלערט אז אין אמת'ן אריין האבן די צדוקים געגלייבט אין גארנישט, נאר זיי האבן מורא געהאט צו פארציילן אז זיי גלייבן נישט אינעם אויבעשטן אדער אין די תורה (ווייל בימים ההם וואלט מען אזא איינעם גע'הרג'עט), האבען זיי דאס אנגעהאנגען כאילו די תורה אליין איז גוט נאר די 'רבנים' מיט זייערע פשטים און איסורים האבען עס פארדרייט.

רבותי, נקוט האי כללא בידך, דער וואס איז פארנומען אפצושפעטן פון די רבנים און זייערע איסורים איז דאס א סימן מובהק אז באמת וואלט ער געוואלט גענצליך זיין פורק עול מלכות שמים, נאר ער האט מורא (צוליב סאציאלע דרוק) דאס ארויסצוזאגן בפירוש. אין הארצן האט ער אבער אינגאנצן אראפגעווארפן פון זיך דעם עול התורה והמצוות.

הגם עס זענען דא פעלער פון לעגיטימע טענות כלפי רבנים און דעם 'סיסטעם', און מען קען נישט אפסטעמפלען יעדע וואס האט א קלאגע אלץ אפיקורוס, אבער די וואס זענען שטענדיג פארנומען דערמיט, ובפרט די וואס לאכן אפ פון די איסורים זענען אלע אין דעם כלל. (יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל, אבער עס איז טאקע דאס - א יוצא מן הכלל.)

איך ווייס עס וועלן זיין חולקים אויף מיין באהויפטונג, אבער דאך בין איך גערעכט (לענ"ד).

זאל דער אויבערשטער העלפן משיח זאל שוין קומען צו ראטעווען דעם שארית הפליטה און עס זאל מקויים ווערן דעם כי לא תשכח מפי זרעו.


נ.ב. מיט דעם אשכול טוה איך אביסל אריינדרינגען אין ר' שאץ מאץ'ס געביט און איך האף עס איז נישט קיין שאלה פון השגת גבול...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16553
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19046 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך האב ערהאלטן אין אישית אז די אויבנדערמאנטע תגובה איז שוין "נאכן" צענזור פון די דארטיגע הנהלה.
איך האב באקומען די אריגינעלע קאפי "בעפאר" די צענזור, און איך בין צעשוידערט.
די מענטשן דארפן ערנסט א דאקטאר אויב האלטן זיי באמת וואס זיי שרייבן.
איך גיי עס נישט ארויפלייגן ווייל עס איז א שאנדע און א פרעכער ליגנט פאר אונזער הערליכן שטיבל,
אבער די יעניגע זאלן וויסן אז מיר האבן עס, און ס'וועט נאך קומען א צייט ווען מען וועט זיך איבערצייגן, ונראה מה יהיו חלומותיו.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5132 מאל

שליחה דורך ראשעקאל »

אלע סימנים ווייזען אז אנעים זמירות איז וויליגער'ס שוואגער

villager האט געשריבן:דעם סוכות זאגט מיין שוואגער ביים טיש אז ס'דא א סייט קאווע שטיבל ווי מענער און פרויען שרייבן בתערובות רח"ל און זיי האבן אויך א באהאלטענע סייט ווי מרעדט אפן קעגן גאט און די תורה... און נאר איינער וואס שרייבט 75 אפיקורסישע תגובות קען ווערן א מעמבער דארט...
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך villager »

מיין שוואגער קען נישט קיין צורת מאשין, ער איז עס נישט.

איך פארשטיי נישט וויאזוי ער קען האקן אויף די וואס לאכן פון רבנים, ווען גאנץ אייוועלט איז א שטיק געלעכטער פון די רבנים, אויב ס'דא וואס באנוצן זיך מיט loophole אין הלכות, איז זיין א. ג. "היתר" צו שרייבן זיינע זיסע ארטיקלעך אויף אייוועלט נישט מער ווי א pinhole...

אויב מיינט מען ער ערנסט צו טהון רצון השם (זיין השם כמובן) זאל ער אינגאנצן נישט שרייבן אויף די ג'אסר'טע אינטערנעט און אויפגעבן זיין סמארטפאון.
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6779 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אנעים זמירות אויף אייוועלט האט געשריבן:ובכן, דער וואס קען אפילו א קליין ביסל היסטאריע ווייסט אז עס זענען שוין געוועהן אין כלל ישראל צענדליגע אויבער-חכמים וואס האבן פראבירט מאכן נייע וועגן און גיין פארקערט פונעם סיסטעם. נאך בימי בית שני זענען געוועהן די צדוקים וביתוסים וואס האבען געהאט זייערע אייגענעם דרך, אנדערש ווי חז"ל. סוף בית שני זענען געוועהן די קריסטן וואס האבען גע'טענה'ט אז זייער וועג איז גאר די ריכטיגע. ומאז ועד עתה זענען אלעמאל געוועהן אויבער -חכמים וואס האבן געוואלט 'מחנך' זיין דעם כלל ישראל.

ס'איז אנמערקבאר אז ער קען נישט קיין היסטאריע, נישט בחייכון, און נישט וביומיכון.
אנעים זמירות אויף אייוועלט האט געשריבן:די היינטיגע בלאגערס (רובם) און אפיקורסים מיינען אז זיי האבן אנטדעקט אמעריקע מיט זייערע טענות און ליצנות. עס הייבט זיך נישט אהן! זיי טוהן נישט מער ווי איבערקייען די זעלבע אלטע נארישקייטן פון די משכילים, צדוקים, נוצרים, קראים וכו' וכו' אין אלע דורות. און דאס זעלבע וואס האט באטראפן די פריערדיגע כתות וועט זיי אויך באטרעפן. דער יונגערמאן וואס זיצט ביים טיש מיט די ווייסע זאקן און סעלפון אין קעשענע מיינט אז ער האט יעדן אפגענארט. אה"נ ער האט אפשר אפגענארט זיין טאטע, זיידע, שווער, חבר, רבי, און אפילו ווייב און קינדער, אבער דעם אויבעשטן האט ער נישט אפגענארט!

אז איך האלט אנדערש ווי עם מיינט נאך נישט אז איך מוז זיין אויף די אנדערע - אפיקורסישע - טיעם, און מיט דעם איז ער גערעכט, היינטיגע אפיקורסים זענען פונקט ווי די אמאליגע, נאר זיי גייען מיט ריפסענע בעקיטשעס און שיעפע טאשן.

אנעים זמירות אויף אייוועלט האט געשריבן:דער עתיד פון יודענטום איז פונקט ווי דער עבר. מיר האפען אז משיח וועט קומען בקרוב ממש, אחכה לו בכל יום שיבא. אבער זאגאר ווען חלילה די גלות וועט זיך נאך ציען צוויי-דריי הונדערט יאר וועט דער כלל ישראל גארנישט אויסזעהן אנדערש פון יעצט. די ערליכע יודן אין דריי הונדערט יאר פון יעצט וועלן גיין מיט שווארצע הוטן און לאנגע רעקלעך, און די פרויען וועלן גיין צניעות'דיג געקליידעט. פון חרדי-לייט וועט בלייבן גוי-פול!

ערליכע יידן דריי הונדערט יאר ארום וועלן טראגן די זעלבע שווארצע קרויס ביבער הוטן און G&G רעקלעך און די פרויען וועלן גיין די זעלבע צניעות'דיג ווי די יידן פון דריי הונדערט יאר צוריק...

אנעים זמירות אויף אייוועלט האט געשריבן:רבותי, נקוט האי כללא בידך, דער וואס איז פארנומען אפצושפעטן פון די רבנים און זייערע איסורים איז דאס א סימן מובהק אז באמת וואלט ער געוואלט גענצליך זיין פורק עול מלכות שמים, נאר ער האט מורא (צוליב סאציאלע דרוק) דאס ארויסצוזאגן בפירוש. אין הארצן האט ער אבער אינגאנצן אראפגעווארפן פון זיך דעם עול התורה והמצוות.

דאס גיין קעגן די רבנים און די "סיסטעם" איז נישט קיין נייע ערשיינונג, שוין געווען אמאל א יונגע טראטשאק, א בחור'ל וואס האט אנגעהויבן אזא קאמפעין, ער האט געהאקט אויף די רבנים, די עסטעבלישמענט, ס'געווען אין א צייט ווען די רבנים און מנהיגים האבן געטוהן וואס זיי האבן געוואלט, זיי האבן אינטערדרוקט דעם עולם, געמאכט געלט אויפן עולם'ס חשבון, און פון דינען דעם באשעפער האבן זיי אינגאנצען פארגעסן, דער בחור האט זיך איינגעשטעלט זיין לעבן און ארום געלאפן אויף די גאסן און געשריגן "שמעו דבר ה' בית יעקב וכל משפחות בית ישראל. כה אמר ה' מה מצאו אבותיכם בי עול כי רחקו מעלי וילכו אחרי ההבל ויהבלו... ...הכהנים לא אמרו איה ה' ותפשי התורה לא ידעוני והרעים פשעו בי ... ...ההימיר גוי אלהים והמה לא אלהים ועמי המיר כבודו בלוא יועיל יב שמו שמים על זאת... ...כי שתים רעות עשה עמי אתי עזבו מקור מים חיים לחצב להם בארות בארת נשברים... ...מה תעשי כי תלבשי שני כי תעדי עדי זהב... ...אלכה לי אל הגדלים ואדברה אותם כי המה ידעו דרך יהוה משפט אלהיהם אך המה יחדו שברו עול נתקו מוסרות... ...כי מקטנם ועד גדולם כלו בוצע בצע ומנביא ועד כהן כלו עשה שקר..."
אזוי איר דער בחור ארומגעגאנגען, געשריגן, געבעטן, טוטס תשובה, דינטס דעם באשעפער, נישט די געלט, נישט די כבוד, נאר דעם עושה שמים וארץ, אבער ליידער האט עם קיינער נישט אויסגעהערט, מ'האט עם גערודף'ט, ער האט געמוזט אנטלויפן זיך באהאלטן, אבער ליידער וועגן דעם וואס מ'האט עם נישט אויסגעהערט און מ'האט נישט תשובה געטוהן זעמער נאך היינט דא אין גלות, מיט די זעלבע פראבלעם ווי דעמאלס ווי הכהנים לא אמרו איה ה' ותפשי התורה לא ידעוני והרעים פשעו בי, מה תעשי כי תלבשי שני, הגדולים - אך המה יחדו שברו עול, כי מקטנם ועד גדולם כלו בוצע בצע. ליידער ליידער.

אה, פאר ווער ס'האט נאך נישט אויסגעפיגערט, דער בחור האט געהייסן ירמיה, ירמיה הנביא.

און פאר דעם בעטן מיר יעדן טאג, השיבה שופטינו כבראשונה, להרים קרן התורה, ולהחזיר עטרה ליושנה, בקרוב, בביאת גואל צדק, אמן.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6290 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

דרך אגב, די אלע כיתות פון וואס ער רעדט האבן גאנץ שיין מצליח געווען. טאקע צדוקים זענען אפשר שוין נישטא, אבער קריסטן דאכצימיר זענען נאך דא אפאר, און די השכלה ציונות וכו' האט גאנץ פיין מצליח געווען.
אפשר איז טאקע צייט מיר זאלן טראכטן פארוואס די אלע זענען אזוי מצליח?
שרייען אפיקורס שייגעץ וכו' איז שוין בדוק ומנוסה אפאר טויזנט יאר אז סהעלפט בכלל נישט. [חוץ אויב הצלחה הייסט אז סבלייבט איבער אחד מעיר ושנים ממשפחה מיט יידושקייט]

בזכות אויבער חכמים איז דא יידושקייט בכלל, בזכות אויבער חכמים נגאלו אבותינו, ובזכותם עתידים להיגאל. אלע צרות קומט וייל מען פאלגט נישט די אויבער חכמים.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6290 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

פאר אזעלכע בחורים ווי אויבן דערמאנט קען איך נאר איין פתרון אין דער וועלט וואס ארבעט זיי האלטן ביי יידושקייט: ארגאנאזירן חברה'ס נוסח יואלי ראט, שלמה קרליבך, [אפשר ליפא'ס שול], וכדומה, ווי מזינגט און מטאנצט און מפרעסט פרייליכערהייט און מרדעט פונם באשעפער'ס אהבה און ליבשאפט צו יעדער איינער.
I have a dream
Martin Luther King ~
רעאגיר