מ'האט שוין אסאך מאל ארויפגעברענגט בילדער פון זיינע ציטאטן און דברי גאונות ופקחות אויף אינטערנעט און סמארטפאונ'ס, און איך מיין אז ער פארדינט זיך שוין אן אייגענער אשכול פאר זיך.
אין די אשכול איז ער שוין אביסעל בארעדט געווארן אבער איך וויל אויסברייטערן די נושא.
ווער איז ער? מה טיבו?
וואס וויל ער מיט זיינע קוריאזע, מאדנע סטיטמענטס אויף די מענטשען מיט סמארטפאונס?
וועלכע קליענטעל באדינט ער?
ווען האט ער זיך דערקלערט אלס סאמע שפיץ פיקוח און די אינטערנעט מערכה, אז ער מיז יעדע שטיק צייט לאזן פאלן א.ג. פסקים -וואס איז נישט געשטויגן און געפלויגן- איבער די מענטשען מיט סמארטפאונס?
חוץ די טרויעריג בארימטע שונד-בלעטל 'השמיענו את קולך' איז דא נאך איינער וואס הערט איהם אויס??
אויב איינער האט מער דעטאלן ביטע ארויפקומען.