איבער'ן ניסיון האינטערנעט און אידישקייט

באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 592 מאל

איבער'ן ניסיון האינטערנעט און אידישקייט

שליחה דורך DotCom »

דער אשכול האב איך שוין פונלאנג געוואלט עפענען אבער צוליב קוצר הפנאי בין איך געבליבן ביים וועלן, און יעצט ווייל עס איז געווארן אביסל ענינא דיומא האב איך געטהון למעשה.

די ערשטע שאלות וואס איך וויל אדורכשמועסן איז קודם כל, וואס איז אידישקייט? מה ד' אלקיך שואל מעמך?
ווי נאנט אדער ווייט זעמיר פון די ריינער אמונה?
וואס איז דער ניסיון האינטערנעט? און וואס וויל דער באשעפער מיט דעם ניסיון?
קען מען ביישטיין דעם ניסיון? אויב יא וויאזוי?

פליז פארן ענטפערן זאל מען אויסטהון די חסידישע און פארטייאישע גלעזער, און קוקט בלויז מיט אייערע ריינע אידישע אויגן.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 448 מאל

שליחה דורך חד גדיא »

יישר כח פארן עפענען. דא איז א בריוו אין די ענין וואס איך האב געשריבן.

למעלות כבוד רבנים גאונים וצדיקים, אדמורי"ם, ראשי ישיבות, וכל שום וחניכא דאית לכי, כולם קדושים, כולם טהורים, שליט"א.

אחר דרישת שלומכם הרמה בטוב ובנעימים.

פתח דברי, וואלט איך געוואלט בעטן ממעלות כבוד תורתכם מיר צו געבן אפאר פון אייער גאר טייערע מינוטן. איך קום דא נישט נאר פאר מיינעטוועגן, איך קום דא פאר די אינטערעסן פונעם כלל, פון די קומענדיגע דורות, און פאר אייערע אינטערעסן. 

איך וויל אייך געבן אביסל פרטים איבער מיר. איך בין א פרומער ערליכער אינגערמאן וואס איז נאמן לה׳ ולתורתו. איך האב זיסע לעכטיגע קינדערלעך וואס לערנען אין אייערע מוסדות, און אסאך וועלן זאגן אז איך בין א שטיקל בר אוריין. ווען עס איז עין רואה, פיר איך מיך אויף פרום און ערליך. און אזוי ווי חז״ל זאגן אונז (אבות ב,א) איז אייביג ״עין רואה ואוזן שומעת״ - דעריבער פיר איך מיך אייביג אויף ווי אן ערליכער איד, אפילו ווען איך בין בכסה, ווען שלעכטע אויגן זעהען נישט.

יעצט צום ענין וואס איז עומד על הפרק און ווערט נידון על שלחן מלכים, מאן מלכי רבנן. דאס איז דער ברענעדיגער פראבלעם פאר אידישקייט, דער אינטערנעט.

איך וועל אייך דערציילן אביסל סודות פון חדר. אני הקטן קען צענדליגער היימישע מענטשן וואס זענען כופרים, און זיי פירן זיך אויף ווי פרומע פערזאנען אין אייערע בתי מדרשים. מענטשן וואס זאגען דעם ונתנה תוקף אום יום הקדוש אויפן פולן מאגן. צווישן זיי געפינען זיך: מחוטב עציך ועד שואב מימיך, אנשים ונשים, אייערע ראשי קהלה, שיינע אידן, ווי אויך מגידי שיעור, כלי קודש, און אפילו אזעלכע וואס טראגן דעם טיטל רבנים גאונים וצדיקים. רובא דרובא פון זיי זענען קאליע געווארן אויפן אינטערנעט!

איך קען צענדליגער, און איך קען נאר א מקצת, און אפשר גאר, נאר א מקצת שבמקצת. 

איר וועט אודאי פרעגן: פארוואס פארצייל איך אייך דאס? פארוואס גיב איך אייך ארויס סודות? פארוואס דארפט איר צדיקים וויסן וואס עס גייט פאר בחדרי חדרים? דער תירוץ איז זייער ווייטאגליך.

שוין אן ערך פון פופצן יאר וואס איר רבנים פרובירן אויסצוראטן דעם שטן המשחית, דעם אבן נגף לבית ישראל, דעם "כלי". דער הויכפונקט איז געווען דער כינוס כלל ישראל. זינט דעמאלס, האט איר זיך גענומען מיט אלע כוחות, ביי האק און ביי קראק, דאס אויסצוראטן. טייל האבן גע'אסר'ט קאמפיוטערס אינדערהיים, אנדערע האבן גע'אסר'ט אינטערנעט אינדערהיים, כולם פה אחד האבן גע'אסר'ט אומגעפילטערטע אינטערנעט ווי און ווען אימער. איר פראבירט מיט כל מיני גדרים וסייגים, קהילה פילטערס, ווייט ליסטעס אא"וו. איר פראבירט מיט אלע ערליי טעראר מיטלען, די קינדער, פסול לעדות, נישט קענען דאווענען פאר'ן עמוד, כלי קודש ווערן געסטראשעט מיט זייערע פרנסות, וכו' וכו' וכו'.

און עס ארבעט נישט! ניין, עס ארבעט נישט. צו איר ווילט עס מודה זיין ברבים צו נישט, אבער פרייוועט ווייסן עס די מער קלוגערע און מער באהאווענטע צווישן אייך. דער עולם רעוואלטירט, אין גרויסן!

איר ווילט אודאי פארשטיין מה נשתנה, פארוואס איז דער אינטערנעט עפעס ווי אייערע פסקים און גדרים ווערן נישט אנגענומען ביי כלל ישראל? וואס איז געשעהן אז דער איסור ווערט אויסגעלאכט? כאפט טאקע נישט דער עולם ווי שעדליך עס איז? 

איך וועל אייך פראבירן פארשטיין געבען, צוטיילט אויף עטליכע חלקים 1. דער פראבלעם 2. פארוואס אייער וועג ארבעט נישט 3. וואס קען אפשר יא ארבעטן.


***



[b]דער פראבלעם[/b]

אנדערש ווי איר מיינט אז דער פראבלעם איז ראיות אסורות און זנות, איז דער פראבלעם א פיל גרעסערער, עס איז מינות וכפירה. דער יסוד פון אידישקייט ווערט אויפגעשאקלט. די דרייצן אני מאמין'ס זענען אויפן וואגשאל.

נישט דער ולא תתורו איז אייער גרעסטער פראבלעם. גוגל, וויקיפידיע, בלאגס, יוטוב אד"ג זענען. דאס פרייהייט פון אינפארמאציע איז דער גרעסטער שטער! איר זענט מער נישט בעל הבית אויף אייערע תלמידים וחסידים'ס מוחות, איר קענט מער נישט קאנטראלירן וואספארא אינפארמאציע זיי זאלן באקומען, און נאך ערגער, איר קענט שוין נישט קאנטראלירן וואספארא אינפארמאציע זיי זאלן "נישט" באקומען! איר האט אן השגה וואספארא חורבנות איין "שבת בלעטל" זייעט אן? איר ווייסט אפילו וואס א שטיקל קטלא קניא מיינט? א לומדות פון שטריימאל? א פראקטיק פון שפיטצעל? א דערהער פון אנפיאות? איינמאל איינער גייט ארויף אויפן אינטערנעט האט איר פארלוירן די עקסקלוסיוו רעכטן אויף זיין/איר מהלך המחשבה!

איין אזא אפיקורס ל״ע דערציילט מיר: ״איך בין אויפגעצויגן געווארן אין אייער חינוך סיסטעם, מיט אמונה פשוטה, חלילה צו טראכטן און פרעגן, אלעס וואס מען לערנט אין חדר איז אמת ויציב, צו מען פארשטייט עס יא און אודאי אויב מען פארשטייט עס נישט. עס האט פיין געארבעט, ביז איך בין ארויף אויפן אינטערנעט.״

״אויף איין מאל האט זיך דער גאנצער וועלט געעפענט. פונעם רמב"ם און דעם כוזרי, ביז שלום עליכם און היטשענס. פונעם ברית החדשה און דעם קאראן, ביז אמנון יצחק און אורי זוהר. אלעס. גארנישט איז מער געווען פארהוילן פון מיר.״

״פלוצלינג האב איך געטוישט מיין בליק אויף די וועלט. מיינע אויגן און מחשבה האבן זיך געעפענט, זאכן וואס איך פלעג אייביג גלייבן האבן פלוצלינג אנגעהויבן אויסצוזעהן נאריש און נישט צו דער זאך. איך האב אנגעהויבן צו טראכטן און געהאט אסאך קשיות.״

״איך האב געזוכט, גענישטערט, געפרעגט, געאימעילט, פארברענגט אויף היימישע גרופעס בשבת אחים ואחיות גם יחד, גערעדט מיט גרויסע קירוב אגענט'ן, מיט אפענע אפגעפארענע, מיט באהאלטענע אפגעפארענע, ביז איך בין געקומען צו די החלטה אז אלעס וואס איר האט מיט מיר געלערנט איז נישט ווי איר האט מיר פארקויפט.״

״אינפארמאציע האט מיך געטוישט, און איך בין נישט דער יוצא מן הכלל. כמעט יעדער איז היינט-צו-טאגס צוגעבונדן צום אינטערנעט, עס איז קרוב אליך הדבר מאוד, עס ליגט אין טאש. און א גרויס חלק האבן שוין גע'גוגל'ט דאס ווארט "גאט".״

דער ערא פון האלטן דעם עולם פארמאכט איז געקומען צו אן ענדע!!! 

דאס איז דער פראבלעם! דער אידישקייט וואס מיר זענען אויפגעצויגן געווארן דערין, איז געשטעלט אויף תמימות, עס קען נישט אויסהאלטן קיין אפענקייט, אבער דער היינטיגער וועלט, דער אינטערנעט וועלט, איז געשטעלט אויף אפענקייט. די צוויי זאכן גייען נישט אינאיינעם, עס איז אש ומים.

***


[b]פארוואס אייער וועג ארבעט נישט[/b]

איר פרובירט מיט אלע מיטלען צו האלטן דעם עולם אוועק פונעם אינטערנעט. עס האט נישט געארבעט ביז יעצט און עס וועט ווייטער נישט ארבעטן.

איר האט נאך אזא מערכה נישט געהאט, קיינמאל. אדרבה, טראכט אריין, ווען אין די אידישע היסטאריע האט מען געדארפט נוצן קינדער אלס וואפן קעגן עלטערן? קיינמאל! מען האט אויסגעראטן דעם טעלעוויזיע ביי כלל ישראל אן נוצן די מוסדות פאר א שטעקן. דער עולם האט געהארכט און געפאלגט.

אינטערנעט איז אבער גאר אן אדער מסכת, דער שווערסטער מסכת כלל ישראל האט אמאל קענען-געלערענט. 

ראשית כל, מען קען נישט לעבן אן דעם, אוממעגליך! מען דארף דאס האבן פאר פרנסה און פאר אלעם אנדערש.

איר קענט דאס אליין פארשטיין. אייער גבאי/הויז בחור/שיק יונגל מוז האבן אינטערנעט, און ער האט. אנדערש וואלט ער נישט געקענט ארויסשיקן די טוויטערס פון אייער לאקאציע יעדע פינף מינוט, די אימעילס מיט אייער פיקטשערס, ער וואלט אייך נישט געקענט דיפענדען אויף די פורומס, ארום שיקן אייער דברי תורה ושיחות חולין, אייער פראפעגאנדע מאטריאל. איר וואלט געווען אויס קאפעלוטש מאכער. אויב איז עס גענוג וויכטיג פאר אייך, איז עס על אחת כמה וכמה לעבנס-וויכטיג פאר איינעם וואס ארבעט פאר פרנסה.

נאך מער, א חלק פון אייך האבן שוין רעזיגנירט צום פאקט אז עס איז וויכטיג פאר פרנסה, אבער האלטן אז פארן טאג-טעגליכן לעבן איז עס מותרות, אומוויכטיג. אבערווייז, נאך ווי איז עס וויכטיג, און וויפיל עס איז יעצט וויכטיג, וועט עס ווערן אלף פעמים ככה וויכטיג אין די קומענדיגע יארן. מייקראסאפט, עפל, גוגל, סעמסאנג אא"וו קומען יעדען טאג אויף מיט נייע המצאות וואס מאכן דעם אינטערנעט א חלק פונעם לעבן, נישט דוקא פאר פרנסה, נאר פארן מינוט ביי מינוט געברויך. 

נעמט גוגל'ס "עקס לאבארטאריע" פאר א דוגמא. דארטן זיצט דער ס"מ אליינס, הוא השטן הוא היצר הרע הוא המלאך המות. ער ארבעט דארטן אויף פראיעקטן וואס גייען ארויסקומען אין די קומענדיגע יארן. איבער הונדערט פראיעקטן ווערן דארטן אויסגעארבעט. כמעט קיינער ווייסט נישט פונקטליך וואס, אבער עטליכע זאכן זענען ארויסגערינען, ווי: א קאר וואס דרייווט זיך אליין, טעלערס וואס וועלן האלטן חשבון וויפיל קעלעריס איר עסט, אפלייענסעס וואס וועלן ווערן קאנטראלירט דורכן סעלפאון, גלעזער וואס וועט זיין א קאמפיוטער, שיך וואס מען וועט קענען אנשטעלן צו ווייזן און פירן אויף דעם וועג וואס איר ווילט גיין, און אסאך אנדערע זאכן. אלעס וועט זיין פארבינדן מיטן אינטערנעט. זאגט איר אליין, וועט נאך שייך זיין צו אסר'ן אינטערנעט? 

אויב ארבעט ביי גוגל דער ס"מ, ארבעט ביי עפל די לילית. אויך דארטן שלאפט מען נישט, אויך דארטן ווערן פאבריצירט כלים מכלים שונים וואס מען וועט נישט קענען לעבן אן דעם.

נישט אלע זייערע חלומות וועלן זיך אויסארבעטן, אבער אסאך דערפון גייען ווערן א מציאות.

עס איז נישט ווייט די טעג ווען די לעקטער קאמפעני וועט נאר שיקן דעם ביל דורך אימעיל; ווייפיי וועט זיין אומזיסט איבעראל, אלעס וועט זיין פארבינדן מיט דעם, עס וועט נישט זיין מעגליך דאס צו פילטערן; געלט גייט ארויסגיין פון באנוץ, אלעס וועט זיין עלעקטאראניש, אנליין. וועט נאך זיין מעגליך צו אסר'ן אינטערנעט?

טראכט אריין, ווען פרייע ווייפיי וועט זיין איבעראל, מיר וועלן זיין ארומגענומען דערמיט איבעראל, אייביג, מיר וועלן זיין דערינען ווי אין די סוכה, מיט אלע רמ"ח אברים ושס"ה גידים, בנוסף צו דעם וועלן אלע עלעקטאראנישע כלים זיין אנגעבינדן דערמיט, און נישט דוקא דער קאמפיוטער, טעבלויט, און סעלפאון, נאר דער האנט זייגער, וואנט זייגער, וועקער זייגער, דער דיש-וואשער, וואש מאשין, מייקראוועיוו, דער קאר, קעמרא, אלע קינדער שפילערייען, און וואס נישט? וועט דען נאך זיין מעגליך דאס צו אסר'ן?

ועוד, צו ווייסט איר אז עס שוין יעצט איז נישט מעגליך צו פילטערן א סמארטפאון? ווער עס זאגט אייך אנדערש איז א שוטה, א געלט גייציגער, און/אדער א פאוער זיכער. וואס איז אייער עצה צו דעם? אסר'ן סעלפאונס?

און לאמיר שוין זאגן אז מען וועט קענען פילטערן פון שמוץ, ווי אזוי גיבט מען זיך אבער אן עצה מיטן עכטן פראבלעם? מיט אינפארמאציע, מיט דרויסענדיגע השקפות, ווי אזוי פילטערט מען דאס?
דער אינטערנעט האט אריבער א האלב ביליאן וועב-זייטלעך, אפילו איר פילטערט ניין און ניינציג פראצענט דערפון, בלייבט נאך אלץ איבער אריבער א האלב מיליאן אומגעפילטערטע וועב זייטלעך! און קיין איינס דערפון האט נישט קיין הכשר, נישטאמאל פונעם או יו.

און צום לעצט אביסל חומר למחשבה. יעדער ווייסט שוין היינט אז מען קען נישט מחנך זיין קינדער מיט שטרענגקייט און פעטש. יעדע נארמאלע מוסד האט שוין געטוישט דעם חינוך סיסטעם צו גיין מער מיט גוטן (על אף וואס עס פארלאנגט זיך נאך אסאך ארבעט אין דעם נושא, עס איז אן עקסטערע שמועס פאר זיך). אויב ארבעט נישט טעראר ביי קינדער, היעלה על הדעת אז ביי ערוואקסענע וועט דאס יא ארבעטן? איר האלט טאקע אז דער עולם איז גולם? אז איר קענט סטראשענען דעם עולם און מען וועט פאלגן? צו האלט איר טאקע אז איר קענט איינפירן שאריא געזעצן און דער עולם וועט נאכגיין ווי בלינדע שאף? דער אינטערנעט וואס איר פארבירט צו אסר'ן מיט אלע כוחות, האט שוין אראפגעווארפן דיקטאטורן וואס האבן געהאט צו זייער באנוץ מער פון מוסדות, זיי האבן געהאט טאנקען, עראפלאנען, און באמבעס. בדבר אשר זדו, עליהם.

וועקט אייך אויף פון אייערע חלומות און דמיונות. אייערע תכסיסי מלחמה ארבעטן נישט, דעם אינטערנעט קען מען נישט אסר'ן און נישט פילטערן אז עס זאל זיין אויסגעהאלטן על טהרת הקודש, פינטל.

***


[b]וואס קען אפשר יא ארבעטן[/b].

רבותינו, הגיע זמן קריאת שמע, עס איז אנגעקומען די צייט צו לערנען מיט די קינדערלעך דעם שמע ישראל, דעם אחד, דעם ואהבת.

מען קען שוין נישט מחנך זיין א פארמאכטן דור וואס דארף גלייבן ווייל מען דארף גלייבן. עס זענען דא צופיל כוחות דערקעגן, איר שלאגט אייך מיט א רוח שאינו מצויה. איר דארפט פילעווען אמונה מיט די קינדער, מסביר זיין, פארשטיין געבן, זיי אויפבויען. איר דארפט זיי אנגרייטן צו קענען ביישטיין די שרעקליכע ווינטן וואס זיי וועלן זיך באגעגענען ווען זיי וועלן זיין אויפן אינטערנעט, און זיי וועלן זיין אויפן אינטערנעט, רעדט אייך נישט איין אנדערש.

אנשטאט נוצן דעם געווער וואס איר האט אין אייער האנט, די מוסדות, אלץ א טעראר מיטל, ניצט עס מחנך זיין קינדער מיט א פארשטאנד פארוואס מען דארף גלייבן, וואס די אני מאמין'ס מיינען, וואס עולם הבא מיינט, וואס תחיית המתים מיינט, דעם אנכי ולא יהיה לך, ווייזט זיי אויף אז איר פארקויפט זיי דעם אמת, גיבט זיי די כלי מלחמה און די פאנצערס אז זיי זאלן קענען אויסהאלטן דעם שונא'ס שווערע אטאקעס.

והשנית, איר דארפט זיס מאכן אידישקייט, איר דארפט בא'טעמ'ט מאכן דעם פרומען געזעלשאפט און לעבנס שטייגער. זאגן פאר קינדער ווי שלעכט א גוי'איש לעבן איז, האט געארבעט איידער עס איז געווען יוטוב, נעט פליקס, און האולאו. עס ארבעט שוין נישט היינט. מיט איין דרוק, מיט איין קוק, פאלט אלעס אוועק.

עס איז געקומען די צייט צו טוישן. דער מהלך פונעם ראשית חכמה ארבעט נישט היינטיגע צייטן.

הערט אויף מיט דעם נעגאטיוון דרך, ענדיגט מיט די איסורים שאין בהם ממש, ווי: אסר’ן ליפא שמעלצער, קול מבשר, עירוב, פרעס טראק, צוויי שטיקעלדיגע דאסטערס, קאנצערטן, דער שטערן, די פיקטשער ביכלעך, גל פז, ארטסקרול, אד"ג. יעדער ווייסט און זעהט אז עס איז א פורים שפיל, עס מאכט נאר דעם אידישן לעבן אומאנגענעם, פרעשור'דיג. בנוסף וואס עס מאכט אז אייערע אנדערע פסקים, דארט ווי עס האט יא האפט, זאל מען אויך נישט צוהערן. 

הייבט אן צו ארבעטן אויף א פאזעטיווער דרך, מאכט דעם עולם וועלן זיין אידיש, זיי זאלן נישט זיין אינטרעסירט צו זוכן עפעס אנדערש. עס איז דא גענוג אינטערטעינמענט בדרך התורה, נוצט עס. קוקט ווי אזוי די "שוואכע" אינגעלייט ווערן צוגעצויגן צו ברסלב, מען טאנצט, מען זינגט, מען זאגט זיי אז זיי זענען וואויל און פיין, זיי באקומען דארט גענוג גייסטישע דראגס אז זיי זענען צופרידן און טראכטן נישט. לערנט אייך פון זיי.

און קורצן, איר דארפט קענען מחנך זיין א אידיש דור וואס קען ארבעטן מיט אינטערנעט!!!

***

מורי ורבותי! ביטע, הערט אויף צו טוהן וואס איר טוט אייביג; רעאקציע. סאיז צייט, איינמאל פאר אלעמאל צו טוהן אן אקציע!!! זייט מקדם את פני הרע איידער עס איז צו שפעט!

עס איז דא צווישן אייך וואס האבן נישט די כשרונות צו פארשטיין וואס איך האב געשריבן, צו זיי האב איך נישט קיין טענות ותביעות. אנדערע צווישן אייך זענען אונטער די איינפלוס פון "עסקנים" וואס פארקויפן אייך תורת לאקשן, דעם מאנהעטן מיט'ן ברוקלין בריק, צו די בעט איך: עפענט אויף אייער אויגן און זעהטס, זעהטס וואס עס גייט פאר אין אייערע ד' אמות, אונטער אייער נאז. ווידער איז דא צווישן אייך אזעלכע וואס ווייסן אז איך בין גערעכט, איך האב שוין גערעדט מיט עטליכע פון אייך און איר האט מודה געווען אז איר ווייסט אז וואס איך האב געשריבן איז גערעכט, נאר איר האט מורא צו זאגן דעם אמת און טוישן דער סיסטעם, איר ציטערט פון אפאר פאשקעווילן שרייבער, איר ווילט נישט הייסן קיין לינקער, צו אייך האב איך טענות! איר וועט נישט קענען זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה!

און אויב דאס אלעס איז נישט גענוג אייך אויף צו וועקן, וועל איך אייך מגלה זיין נאך איין קלייניקייט: עס איז דא צווישן אייך רבנים וואס האבן קינדער און אייניקלעך מחללי שבת! זיי זיצן ביי אייער טיש און זינגען דעם קה רבון עלם מיט התלהבות, ווייקען זיך ביים צמאה נפשי לאלוקים, דערנאך גייען זיי אהיים און באנוצן זיך מיטן קאמפיוטער. איך קען זיי פערזענליך. אויב כלל ישראל אינטרעסירט אייך נישט, מעגליך אז אייערע דורות וועלן אייך יא אינטרעסירן. עשה למענך אם לא למעננו.

יותר ממה שקריתי לפניכם קען מען באהאנדלען, איך בין א מגלה טפח ומכסה עשרה טפחים, נישט אלעס קען מען באהאנדלען ברבים און נישט אלעס קען איך אייך זאגן, עס איז דא זאכן וואס דארפן בלייבן בסוד כדי איר זאלט נישט וויסן ווי אזוי מענטשן וואס זענען אין מיין מצב גיבן זיך אן עצה. אויב ווילט איר זיך פארבינדן מיט מיר, שיקטס מיר אן אימעיל צום אימעיל אדרעסס וואס איז ביים סוף פון דעם בריוו. אויב איר האט נישט קיין אינטערנעט פארבינדונג קענט איר בעטן אייער גבאי'ן צו שיקן אן אימעיל, איך גאראנטיר אייך, ער האט אינטערנעט.

איך האב נישט די צייט אהיים צו שיקן דעם בריוו צו אייערע היים אדרעסן, ממילא בין איך עס מפרסם אויף עטליכע פלעצער ווי אייערע חסידים ותלמידים פארברענגען אויפן אינטערנעט, מיטן האפענונג אז זיי וועלן עס אייך איבערגעבן.

איך ענדיג מיט א בקשה פון טיפעניש פון הארץ: שמעו נא רבותי, קבל את האמת ממי שאמרו, ביטע מאכט נישט אוועק מיינע רייד מיט ביטול ווייל מיינע טענות זענען אזעלכע וואס ווייניג האבן דעם קוראזש דאס צו זאגן. איר זענט די בקיאים אין ש"ס ופוסקים, ווייל איר פארברענגט מיט דעם א גאנצן טאג. איך אבער, בין א בקי באינטערנעט ואבזרייהו ווייל איך פארברענג מיט דעם א גאנצן טאג, און בתוך עמי אנוכי יושבת, איך ווייס וואס עס גייט פאר ביים עולם.

ביטע, מורי ורבותי, ליינט איבער מיינע ווערטער מיט אן אפענעם קאפ, גיבט עס דעם מעגליכקייט אז איך האב גערעכטע פונקטן. עשה למען יונקי שדים שלא יחטאו, עשה למען גמולי חלב שלא יפשעו, עשה למען תינוקות של בית רבן, עשה למען חייכון, ובניכון, וחיי דכל בית ישראל, בעגלא ובזמן קריב.


ווי עס ווייטאגט און פאדערט

אן ערליכער איד וואס וויל האבן ערליכע קינדער און אייניקלעך
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

שליחה דורך ידען »

אביסל ענלעך צו דעם

viewtopic.php?f=26&t=155&

נישט אזוי?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

איך וויל אויך עפעס פרעגן. פון א סטריקטלי הלכה וויו פוינט, איז עפעס ראנג מיט די אינטערנעט? איך רעד נישט וועגן ספעסיפיק סייטס נאר וועגן די אינטערנעט בכלליות. אז מ'ווייסט די ענטפער אויף דעם קען מען גיין צו השקפה.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6779 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

לאדיך אפ האט געשריבן:איך וויל אויך עפעס פרעגן. פון א סטריקטלי הלכה וויו פוינט, איז עפעס ראנג מיט די אינטערנעט? איך רעד נישט וועגן ספעסיפיק סייטס נאר וועגן די אינטערנעט בכלליות. אז מ'ווייסט די ענטפער אויף דעם קען מען גיין צו השקפה.

קלאר אז נישט, ווי שוין אויסגעשמועס געווארן דא.
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 592 מאל

שליחה דורך DotCom »

לאדיך אפ האט געשריבן:איך וויל אויך עפעס פרעגן. פון א סטריקטלי הלכה וויו פוינט, איז עפעס ראנג מיט די אינטערנעט? איך רעד נישט וועגן ספעסיפיק סייטס נאר וועגן די אינטערנעט בכלליות. אז מ'ווייסט די ענטפער אויף דעם קען מען גיין צו השקפה.

איך זעה נישט וי עס מאכט אויס, אפילו לו יהא אז עפ"י הלכה איז עפעס ראנג איז אבער דאס אסר'ן נישט קיין סאלושען, אבער דער פאקט איז דאך אז עס איז נישט אסור געווארן, און לכאורה ווייזט עס אז דאס עצם אינטערנעט מאנט עפעס פון אידישקייט, נישט אוועקוקן ווי דער בת היענה.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

אויב אזוי קען מען פרעגו אפילו אן אינטערנט. איז א לייבערי א פראבלעם פאר אידישקייט?
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 592 מאל

שליחה דורך DotCom »

לאדיך אפ האט געשריבן:אויב אזוי קען מען פרעגו אפילו אן אינטערנט. איז א לייבערי א פראבלעם פאר אידישקייט?


קען זיין, אבער נישט אויף אזא פארנעם.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
רעאגיר