נוח האט געשריבן:
וועגן דעם פראבלעם פון סאשעל מידיא דארף א מענטש האבן גבולים וויפיל צייט ער קען פארברענגען אויף די סייטס אין איין טאג, און בלאקירן די סייטס דורכאויס צייטן ווען ער ארבייט, לערנט, איז מיט די ווייב און קינדער, וכו'. דאס הייסט סיי ער זאל האבן א סקעדזשועל דורכ'ן טאג ווען די סייטס זענען בלאקירט, און סיי ער זאל האבן א טיים לימיט וויפיל צייט ער קען פארברענגען אויף די סייטס, און די רגע וואס ער אריבער דעם לימיט, לאמיר זאגן א האלבע שעה, זאלן זיי ווערן בלאקירט.
וואס טו איך הלכה למעשה? איך בין גענצליך בלאקירט פון שמוציגע סייטס, און לגבי סאשעל מידיא בין איך אויך בלאקירט רוב שעות פונעם טאג. א טיים לימיט האב איך נאך נישט איינגעפירט. חוץ מזה איז דלתי האינטערנעט פתוחים לרווחה, און כ'בין ב"ה נהנה פון דעם גרויסן חסד ה' פון האבן צוטרירט צו אזויפיל אינפארמאציע איבער יעדער נושא איבער דער וועלט און אין אידישקייט.
שאלתיאל האט געשריבן:איך האב גענצליך בלאקירט סאושעל מידיע, בעיקר נאכן וואטשן 60 minutes אינטערוויו מיט tristan harris און נאכן וואטשן זיין Ted אויפטריט ווי ער האט אויפגעדעקט וויאזוי פעיסבאק און אירס גלייכן ארבעטן אויף אונזערע מוחות. איך האב דאס געזען ביי מיר אליין ווען איך האב פארפאטשקעט טייער צייט און זיך געטראפן הילפלאז און מאכטלאז ווען עס איז געקומען צייט צו גיין ארבעטן, שלאפן, אדער רעדן מיט די ווייב. איך האב איינגעזען אז עס איז כעמט אוממעגליך זיך צו ספראווען דערמיט און ס'העלפט נישט קיין שום טאקטיק ווארום ס'נישט קיין פארגלייך מיינע ארימע כוחות קעגן א מאכטפולע אינדעסטריע פון הונדערטע סייענטיסטן, פסיכאלאגן און אינדזשענירן וואס זייער גאנצע ציל איז צו גורם זיין מענטשן צו שפענדן נאך א מינוט אויף סאושעל מידיע. די בוך 'מהפכת הקשב' פון ד"ר מיכה גודמן האט מיר אויך געמאכט סדר אין דעם נושא.
Just be Happy האט געשריבן:שאלתיאל האט געשריבן:איך האב גענצליך בלאקירט סאושעל מידיע, בעיקר נאכן וואטשן 60 minutes אינטערוויו מיט tristan harris און נאכן וואטשן זיין Ted אויפטריט ווי ער האט אויפגעדעקט וויאזוי פעיסבאק און אירס גלייכן ארבעטן אויף אונזערע מוחות. איך האב דאס געזען ביי מיר אליין ווען איך האב פארפאטשקעט טייער צייט און זיך געטראפן הילפלאז און מאכטלאז ווען עס איז געקומען צייט צו גיין ארבעטן, שלאפן, אדער רעדן מיט די ווייב. איך האב איינגעזען אז עס איז כעמט אוממעגליך זיך צו ספראווען דערמיט און ס'העלפט נישט קיין שום טאקטיק ווארום ס'נישט קיין פארגלייך מיינע ארימע כוחות קעגן א מאכטפולע אינדעסטריע פון הונדערטע סייענטיסטן, פסיכאלאגן און אינדזשענירן וואס זייער גאנצע ציל איז צו גורם זיין מענטשן צו שפענדן נאך א מינוט אויף סאושעל מידיע. די בוך 'מהפכת הקשב' פון ד"ר מיכה גודמן האט מיר אויך געמאכט סדר אין דעם נושא.
וואס הייסט גענצליך פארמאכט סאשעל מידיא? אפילו וואטסעפפ?
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:סעלף קאנטראל. אויב דער רעבאה ראאאאוו אדער ווער אימער עס איז יעצט אויף די ראי' פון האקען אויף אידן קענען זיך נישט קאנטראלען די תאוות און טוען אפ כל דבר אסור מיינט נישט אז אנדערע וועלען אויך.
יהורם האט געשריבן:איך נוץ א פילטער וואס ווערט אנגערופן: האלט זיך ביזי. היות איך בין נישט אפט לאנגווייליג אויף דער אינטערנעט קען איך זיך צוריקהאלטן פון גיין אין אומגעוואונטשענע ערטער. ווען איך האב ליידיג צייט בין איך פארנומען מיט פאמיליע אדער ליין איך צייטונגען און ביכער. ב״ה אז איך שעם זיך נישט צו ווייזן מיין סיורטש היסטאריע פאר סיי וועמען, כ׳האב נישט וואס צו באהאלטן.
אויף מיין טעלעפאן האב איך עפל רעסטריקשנס און בלאקסייט וואס מאכן זיכער אז איך זאל נישט שווענדן קיין איבריג צייט אויף סאציאלע מידיא און אז עס זאלן מיר נישט אויפשפרינגען קיין אומעטישע אדווערטייזמענטס. אז מען רעדט שוין פון סאושעל מידיא, הלואי וואלט איך געקענט טרעפן אן אלטערנאטיוו צו וואטסעפ, איך וואלט עס אנאינסטאלד די רגע וואס איך טרעף עפעס וואס איז אזוי נוצבאר און יוזער פרענדלי.
גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט