דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?

קול גדול
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?

שליחה דורך קול גדול »

קארלסבורג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:09 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?

שליחה דורך קארלסבורג »

אךשמח, אין דעם אשכול וועגן דעם גרויסן כינוס, האט געשריבן:http://dteitelbaum.blogspot.com/2012/04/open-letter-to-ichud-hakehillos.html


דער הרב טייטלבוים שרייבט געוואלדיג!
לאמיך עס איבערגעבן אין קורצן:
הרב טייטלבוים שרייבט אז דער אינטערנעט איז טאקע א "ריזיגער" פראבלעם און דארף טאקע א "ריזיגע" לעזונג, און עס איז גוט אז מ'האט זיך געכאפט אז אסר'ן ארבעט נישט, כאטש 15 יאר צו שפעט. פילטערס קלינגען פיין און מאכן אונז שפירן גוט, אבער זענען בכלל נישט עפעקטיוו צוליב עטליכע סיבות, ווי דאס אז עס איז זייער גרינג אויסצוקרויזן פילטערס, און אז אומגעפילטערטע וויי-פיי ווערט מער און מער פארשפרייט, און וועט עווענטועל זיין געדעקט איבער גאנץ אמעריקע.
הרב טייטלבוים זאגט אז די ריכטיגע לעזונג איז E - א שורה ווערטער וועלכע פאנגען זיך אן מיט E:
Education, Excitement, Entertainment, Endearment, Exposure, Expression, Embracement, Enjoyment.

עדיוקעישאן - מחנך זיין די קינדער אז אונזערע ווערטן זענען בעסער ווי דאס וואס זיי זעען אין דער גאס און אויף דער אינטערנעט. מיר דארפן לערנען אונזערע קינדער וויאזוי אויסצואוועלן דעם ריכטיגן מהלך החיים.

עקסייטמענט - די ישיבות דארפן זיין לעבעדיגער און געשמאקער.

ענטערטעינמענט - אונזער יוגנט דארף האבן כשר'ער ענטערטעינמענט ווי קאנצערטן, טריפס, וכו'. יא, זיי וועלן טאקע אפשר לערנען ווייניגער ווי ביז יעצט, אבער אין לענגערן טערמין וועלן מיר האבן קינדער וועלכע האבן ליב צו זיין אידן.

ענדיערמענט - יעדעס קינד דארף שפירן רעלאוואנט און וויכטיג סיי דורך זיין פאמיליע און סיי דורך די ישיבות. מען דארף ענדיגן מיט די לעיבלס ווי "קידס עט ריסק" - יעדער איז "עט ריסק" און מ'דארף יעדן ארייננעמען אין די ישיבות מיט שטארקער ליבשאפט.

עקספאוזשור - אויב מ'האלט א קינד אייביג אינדערהיים וועט ער דאס ערשטע מאל גייענדיג אויף דער גאס כאפן א פארקילעכץ. קינדער דארפן היינט זיין אפן צו דער וועלט, און וויסן וואס די ברייטע גאס שטעלט פאר, און זיין גרייט פאר א לעבן מיט אינטערנעט.

עקספרעשן - מיר דארפן ערלויבן אונזערע קינדער זיך אויסדרוקן, פרעגן פראגעס און אויסדרוקן געפילן.

עמברעיסמענט - מיר דארפן ארייננעמען טעכנאלאגיע וואס דאס איז אונזער פארבינדונג צו דער דרויסנדיגער וועלט. דאס איז דער וועג וויאזוי זיי קאמוניקירן און עס גייט זיך נישט טוישן. ווען איר מאכט חוזק פון "טעקסטן" מאכט איר חוזק פון אונזער יוגנט; ווען איר פארבאט פעיסבוק אסר'ט איר זיי זעלבסט און איר דערווייטערט זיך פון זייער וועלט. ווי איין יוגנטליכער האט געזאגט: "איך בין נישט עדיקטעד צו מיין סעלפאן אדער פעיסבוק, איך בין עדיקטעד צו מיינע חברים!"

ענדזשוימענט - מיר דארפן זיכער מאכן אז אונזערע קינדער טרעפן הנאה אין זיין אידן. בעסער זאלן מיר האבן ווייניגער בחינות און לאזן די קינדער האבן מער פאָן, אנשטאט זיי זאלן טראכטן אז אידישקייט איז לאנגווייליג און אומאפעטיטלעך.

הרב טייטלבוים דערמאנט דעם בוך "אף דה דרך", און ברענגט ארויס אז די שטודיעס אויף די סיבות פארוואס מען פארלאזט דעם דרך ווייזט אז עס פעלט פאזיטיווע געפילן, און מ'אדרעסירט נישט קיין פראגעס אויף אידישקייט. קיינער איז נישט אפגעפארן וועגן טעכנאלאגיע. טעכנאלאגיע איז נאר דעם מיטל וויאזוי מ'קען אפפארן נאכדעם וואס מ'שפירט נישט קיין געשמאק אין אידישקייט.

איך האב בלויז ציטירט די הויפט נקודות, און עס איז כדאי דורכצולייענען דעם אריגינעלן ארטיקל.
.Cogito ergo sum
René Descartes -
קארלסבורג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:09 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?

שליחה דורך קארלסבורג »

"וואס איז נייעס" האט יעצט ארויפגעשטעלט הרב טייטלבוימ'ס ארטיקל אויף זייער וועבסייט:
http://www.vosizneias.com/104676/2012/0 ... citi-field
.Cogito ergo sum
René Descartes -
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6778 מאל

Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?

שליחה דורך געפילטע פיש »

http://www.hawaii.edu/PCSS/biblio/articles/1961to1999/1999-effects-of-pornography.html האט געשריבן:It is certainly clear from the data reviewed, and the new data and analysis presented, that a massive increase in available pornography in Japan, the United States and elsewhere has been correlated with a dramatic decrease in sexual crimes and most so among youngsters as perpetrators or victims.
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 10:45 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 247 מאל

Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?

שליחה דורך חיים נחום הלוי פריעד »

איך פארשטיי נישט וואס הרב טייטלבוים וויל. קודם כל, איך ווייס נישט וואספארא סארט חינוך ער האט באקומען, אבער איז דען אונזער חינוך נישט פאזיטיוו?! וואס הייסט א שבת-טיש? וואס הייסט הכנות לפסח און א סדר-נאכט? פון וועלכע סארט אידישקייט קומט ער?
ועוד, אפשר איז אייביג דא א מקום מוסף צו זיין אין צופרידנקייט מיט אידישקייט, אבער וואס האט דאס א שייכות מיט דער אסיפה וועגן דעם אינטערנעט? וואס האט איינס מיט'ן צווייטן? די אסיפה ברענגט אויפמערקזאמקייט צו דעם שרעקליכן פראבלעם פון תהום'דיגע שמוץ, און ווי דאס פירט ל"ע אראפ אידן אין אפגרונד. און בשם ה' נעשה ונצליח. פארוואס איז דאס א סתירה צו פאזיטיווקייט אין אידישקייט?
באניצער אוואטאר
שמואל שלום שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?

שליחה דורך שמואל שלום שלמה »

אוי ר' חיים נחום זאגט איר גוט!!!! :like
דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די כינוס איז נישט קיין גוטע געדאנק - ווי קענען מיר זיך מאחד זיין מיט די מענטשען אונטער איין דאך?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך האב א זייטיגע נקודה איבער דעם נושא צי דער אינטערנעט איז גוט אדער שלעכט.

אפגעזעהן איבער די רוחניות'דיגע שאלות, איז דא נאך א נקודה וואס איך האלט דאס האט שטארק געשאדט פאר אידן, ובעיקר דעם היימישן ציבור.

מיר האבן פארלוירן אונזער פריוואטקייט! מיר זענען געווען אפגעזונדערט פון די גאנצע וועלט, וואס איז געווען א מחי'. און היינט?

ניין, איך מיין נישט דאס וואס דו טראכסט. אז די קינדער (און עדאלטס) האבן נישט געהאט צוטריט צו גארנישט און היינט האט מען יא. איך מיין אינגאנצן עפעס אנדערש.

די גויים די אומות העולם האבן נישט געוואוסט גענוי וואס טוט זיך ביינונז. מאנכע האבן יא פרובירט צו פארשטיין, אבער גיי לערן מיט א גוי ברטנורא. אבער די לעצטע פאר יאר, איז אן א שיעור מאל אויסגעקומען ווי מען עפנט אויף אלע טויערן, אלע אונזערע ענינים, מנהגים, מחלוקת, שמוץ, לשון הרע און פאפעריי, און וואס נישט - אלע אונזערע שמוצ-וועש ווערט אויסגעלופטערט לעיני העולם אין אלע סארטן שפראכן, ואין פוצה פה.

ס'ארא עקל!

חוץ מזה וואס דאס האט געגעבן א געזונטן פלאטפארמע פאר אלע שונאי ישראל, און אויך די סעלף-העיטינג דזשוס, מכם ובכם, אויסצושרייען אלע זייערע שנאה געפילן קבל עולם ומלואה, מיט א האס וואס איז נישט געווען אזוי באוואוסט ביז די אינטערנעט עפאכע, האט עס געגעבן א געלעגנהייט פאר אלע סארטן קרייזן (און אויך שטאטישע טאטעס וד"ל) אריינצוקוקן וואס טוט זיך ביי אונז אונטער די דאכענע און אין די מקוואות, אן דעם וואס זיי זאלן זיך דארפן עפעס אנשטרענגען צו זיין א מציץ מן החרכים אדער הונטערשיקן שפיאנען און מוסרים, אלעס ווערט זיי צוגעשטעלט אויף א גאלדענעם טאץ!

דאס איז איינע פון די גרעסטע חסרונות פונעם פארשאלטענעם אינטערנעט.

אמת. עס איז פארדעם אויך געווען א מידיא, און פרידאם אף ספיטש, אבער עס האט נישט געהאט צופיל מיט אונז אידן. היינט נאכן אינטערנעט, ווער עס פארט אפ פון אידישקייט פאר סיי וועלכע סיבה, קען זיך אליינס אינטערוויעון און ארויסשטעלן זיינע מחשבות זרות אויף יוטוב און אנדערע מקומות, גיין אויף TV שאוס, און אויסער ארויסגעבן בוכער, אויך באשרייבן דעם בוך אויפן אינטערנעט און אויסהערן און פארענטפערן די קאמענטס פון יעדן שמויגער.

אוי לנו שכך עלתה בימינו.

איך וואלט געקענט מער מאריך זיין, אבל אין העת אתי. ועוד חזון.
וירח ה' את ריח הניחוח
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?

שליחה דורך gehlungen »

Somebody once asked me how come the subject about BOINE OILAM is such a publicized subject. So I (personally ) asked Reb mechel stnm"tz & he smiled & said you know children know you don't buy children in the hospital
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 647 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל

Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?

שליחה דורך א איד »

אפילו בגשמיות איז עס נישט גוט

איך האב א קרוב וואס דארף עס האבן אינדערהיים פאר ביזנעס
מיט א היתר

אבער זיין ווייב, און חתונה געהאטע קינדער גייען דארט שאפינג אויף טויזנט (ווילסט וויסן וואס טויזנט מיינט??? פרעג שמואל הלוי!!!)
ער וואלט עס שוין לאנג אוועק גענומען ווען נישט ער דארף עס האבן!
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5131 מאל

Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?

שליחה דורך ראשעקאל »

שמעקעדיג
די משפחה מעגעזין האט געהאט אפאר וואכען צירוק א אינטערוויא מיט די אידישע ליעזאן (גוט געספעלט) אין די ווייט האוז. א איד מיר א קליינע קאפעלע. ער האט געזאגט אז ער ליינט בקביעות וואס איז נייעס וועבסייט און אויך איבערגעטייטשטע שטיקלעך פון דער איד און דער בלאט!
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3690 מאל

Re: דער אינטערנעט: גוט אדער שלעכט?

שליחה דורך יאנקל »

חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס הרב טייטלבוים וויל. קודם כל, איך ווייס נישט וואספארא סארט חינוך ער האט באקומען, אבער איז דען אונזער חינוך נישט פאזיטיוו?! וואס הייסט א שבת-טיש? וואס הייסט הכנות לפסח און א סדר-נאכט? פון וועלכע סארט אידישקייט קומט ער?
ועוד, אפשר איז אייביג דא א מקום מוסף צו זיין אין צופרידנקייט מיט אידישקייט, אבער וואס האט דאס א שייכות מיט דער אסיפה וועגן דעם אינטערנעט? וואס האט איינס מיט'ן צווייטן? די אסיפה ברענגט אויפמערקזאמקייט צו דעם שרעקליכן פראבלעם פון תהום'דיגע שמוץ, און ווי דאס פירט ל"ע אראפ אידן אין אפגרונד. און בשם ה' נעשה ונצליח. פארוואס איז דאס א סתירה צו פאזיטיווקייט אין אידישקייט?

איר האט, ווייזט אויס, נישט פארשטאנען די כוונה פון טייטלבוימ'ס ארטיקל. אוודאי זענען פאראן פאזיטיווע חלקים פון דעם חינוך, אבער למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט א מצב אז די לא-תעשה'ס קעניגן איבער די אונטערטעניגע עשה'ס. דער חינוך איז לעצטנס שטארק געבויט אויף וואס מ'טאר "נישט" טון, און מ'האט פארגעסן זיכער צו מאכן אז דאס לעבן דארף האבן א טעם, און מ'דארף שפירן א סיפוק.
הרב טייטלבוים טענה'ט אז די אסיפה ווארפט פשוט זאמד אין די אויגן, און מאכט אז מ'זאל זיך פארהוילן פון דעם עיקר פראבלעם. אויב וואלט מען פארשטאנען וואס דער עיקר פראבלעם איז און מ'וואלט געקלערט וויאזוי עס צו לעזן, און מ'וואלט בנוסף צו דעם אויך געמאכט די אסיפה, גלייב איך אז הרב טייטלבוים וואלט עס געשטיצט. אבער אז מ'רעדט נישט פון דעם שורש, נאר מ'וויל זיך איינרעדן אז מיט א מעכטיגער אסיפה וואו מ'גייט רעדן וועגן פילטערס גייט מען לעזן דעם פראבלעם, פרעגט דאס אפ די קאמפעטענץ פון די וואס פירן עס אן.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3690 מאל

שליחה דורך יאנקל »

אין א פרישער אינטערוויו ווערט דער היסטאריקער דוד אסף געפרעגט וואס עס איז די גרעסטע סכנה פאר חסידים. ער ענטפערט:

DA: The Internet and feminism. That’s what I always say. It’s already been proven that Orthodoxy can survive modern life. The Internet, in my eyes, is the biggest problem for them. The problem is not the pornography. You are now able to reach everything. You have access to all sources of information. You have knowledge everywhere without any inspection. In other regards, they could check if you comply; they can check the level of a woman’s tzniyus, they can check what kind of books you read, what kind of education you give your children but with the Internet, they can’t control you like that. All the secular knowledge; it’s very tempting. It passes through the ghetto wall and it’s very powerful.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4713 מאל

שליחה דורך יידל »

יאנקל האט געשריבן:אין א פרישער אינטערוויו ווערט דער היסטאריקער דוד אסף געפרעגט וואס עס איז די גרעסטע סכנה פאר חסידים. ער ענטפערט:

DA: The Internet and feminism. That’s what I always say. It’s already been proven that Orthodoxy can survive modern life. The Internet, in my eyes, is the biggest problem for them. The problem is not the pornography. You are now able to reach everything. You have access to all sources of information. You have knowledge everywhere without any inspection. In other regards, they could check if you comply; they can check the level of a woman’s tzniyus, they can check what kind of books you read, what kind of education you give your children but with the Internet, they can’t control you like that. All the secular knowledge; it’s very tempting. It passes through the ghetto wall and it’s very powerful.

מיט דעם אלעם טענה'ט ער אז דאס גייט נישט צופיל טוישן די חסידישע וועלט, און וועט נאר האבן אן אפעקט אויף די "שולי המחנה".
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5131 מאל

שליחה דורך ראשעקאל »

הלכות אינטערנעט!!...
http://freepdfhosting.com/185b6b90ff.pdf

קרעדיט חכם צבי אין אייוועלט
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
רק בשמחה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 29, 2012 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

אינטערנעט אין מאלעיסטעישן

שליחה דורך רק בשמחה »

ר' יואלי W איז מסביר די פראבלעמען ביים היימישן ציבור אין
וויאזוי זיך צו ספראווענען דערמיט
http://www.youtube.com/watch?v=OMXe8yS3 ... ata_player
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3690 מאל

שליחה דורך יאנקל »

אינטערעסאנטער ארטיקל איבער די חורבנות פון פעיסבוק פאר דעם פארהייראטן לעבן:
http://blogs.smartmoney.com/advice/2012 ... marriages/
(קרעדיט: VIN)
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

שליחה דורך דבילה »

אינטרעסאנטע ארטיקל ווי א 9 יעריגע (!) מיידל האט באוויזן צו פארעכטן די מיטאג אנבייסן (לאנטש בלע"ז) אין איר שולע דורך עפענען א בלאג.

די בלאג:
http://neverseconds.blogspot.com.es/

די נייעס:
http://grist.org/list/nine-year-olds-lu ... g-changes/

קרעדיט:
http://gawker.com/5912773/little-girls- ... 554193&%7B
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

שליחה דורך ידען »

יעצט דארף מען מאכן א בלאג פאר די גוטע ברייטע און נארהאפטיגע לאנטשעס ביי די חדרים און סקולס...

נעעה אונז האמער דאך נישט קיין אינטערנעט.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3780 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך ווייס נישט צו מ'מעג דאס קוקן, איך נעם נישט קיין אחריות! אבער דא (ביי 1:00) קען מען אפשר זעהן די ערשטע וויקטים פון אינטערנעט ?

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=PpI3v0OG7SE[/youtube]

דרכו המפותלת של יוסף (לאונרד) כהן, חסיד סאטמר ממוצא חלבי, החלה בברוקלין (שקר וכזב! - זר זהב). את אשתו לונה כהן הוא הכיר בשידוך. השניים התחתנו לפני 12 שנה ונולדו להם ארבעה ילדים. ב-98' הם החליטו לעלות לארץ להתנחלות גדיד בגוש קטיף. אלא שהחיים ברצועה לא התאימו למשפחת העולים החדשים, וכעבור זמן קצר הם עברו לנתיבות. כהן עבד בין היתר ברובע היהודי בירושלים, שם הוא החל ליצור קשר עם מוסלמים. בשלב מסוים הוא אף התכתב עם אנשי דת מוסלמים באינטרנט והחל לקרוא את הקוראן באנגלית.

לפני מספר חודשים גמלה ההחלטה בלבו לחצות את הקווים: הוא התאסלם, שינה את שמו ליוסף אל חטאב, ואשתו שינתה את שמה לקמה. גם את שמות ילדיו הוא שינה. הילדים כבר לומדים בבית ספר איסלאמי ומדברים ערבית שוטפת. חטאב עצמו מדבר מעט עברית ובעיקר אנגלית, ונמצא בשלבים מתקדמים של לימוד ערבית.


mu.jpg
mu.jpg (3.65 KiB) געזען געווארן 11940 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום זר זהב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

דער קוקט דאך אויס ווי א געבוירענער איסלאמער.
אומגלויבליך...
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3780 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ס'דא אסאך קליפס פון וואס ער רעדט אלץ צוזאם אויף די פאלק אין וואו ער איז געבוירן, איך וויל עס נישט ארויפלייגן סיז א שרעק צו הערן, איך גיי מיר יעצט מאכן ש"י טבילות. איך האב בעיקר געוואלט ארויסברענגען די פוינט אז ער האט ער האט גע'טשעט מיט מוסילמענער כ'ווייס נישט צי דאס איז געווען דער אנהייב אדער די מכה בפטיש.

אגב, די אלע באריכטן אין די העברעאישע בלעטער שרייבן אז ער איז געבוירן אין א סאטמארע שטוב, ס'נישט אמת, ער איז געבוירן צי א סעקולערע אידישע פאמיליע ווי ער אליין זאגט עס אויף איינע פון זיינע ווידעא'ס. ער איז אליינ'ס פרום געווארן ביי די 18 יאר.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 321 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

ער האט זיך זיכער געדרייט אין סאטמאר.

ביים סוף פון די קליפ איז ער מסביר אז עס איז נישטא קיין אומשולדיגע איזראעלי בירגער, צוליב דעם וואס זיי אלע גייען וועלן ביי די בחירות, ממילא האבן זיי אלע א חלק אין די רעגירונג וואס אונטערדרוקט פאלעסטינער....
רעאגיר