איבערן אינטערנעט און דער מערכה דערקעגן #2

BHphoto
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 3:47 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

איבערן אינטערנעט און דער מערכה דערקעגן #2

שליחה דורך BHphoto »

למעלות כבוד רבנים גאונים וצדיקים, אדמורי"ם, שליט"א. אחר דרישת שלומכם הרמה בטוב ובנעימים.

פתח דברי, איך קום דא נישט פאר מיינעט וועגן, איך קום דא פאר די אינטערעסן פונעם כלל, פון די קומענדיגע דורות, און פאר אייערע אינטערעסן. אזוי ווי איך שרייב מיך נישט אונטער מיט מיין ריכטיגן נאמען, וועל איך אייך געבן אביסל פרטים איבער מיר. איך בין וואס איר רופט אן 'נישט גלייבער'. איך גלייב נישט אין גארנישט. מיט דעם אלעם, וואוין איך אין א היימישע געגענט, איך האב א פרומע ווייב וואס האט נישט קיין אהנונג איבער מיין "מצב", איך האב זיסע לעכטיגע קינדערלעך וואס לערנען אין אייערע מוסדות, איך בין א "שיך און זאקן" אינגערמאן, און אסאך וועלן זאגן אז איך בין א שטיקל בר אוריין. ווען עס איז עין רואה, פיר איך מיך אויף פרום און ערליך. אבער ווען איך בין בכסה, ווען שלעכטע אויגן זעהען נישט, טוה איך מה שלבי חפץ, אלעס וואס די גוי'אישע וועלט האלט פאר מאראליש און עטיש.

יעצט צום ענין וואס איז עומד על הפרק. דאס איז דער ברענעדיגער פראבלעם פאר אידישקייט, דער אינטערנעט. איך וועל אייך דערציילן אביסל סודות פון חדר. אני הקטן קען צענדליגער היימישע מענטשן וואס זענען כופרים ווי מיר, און אויך זיי פירן זיך אויף ווי פרומע פערזאנען אין אייערע בתי מדרשים. מענטשן וואס זאגען דעם ונתנה תוקף אום יום הקדוש אויפן פולן מאגן. צווישן זיי געפינען זיך: מחוטב עציך ועד שואב מימיך, אנשים ונשים, אייערע ראשי קהלה, שיינע אידן, ווי אויך מגידי שיעור, כלי קודש, און אפילו אזעלכע וואס טראגן דעם טיטל רבנים גאונים וצדיקים. רובא דרובא פון זיי זענען קאליע געווארן אויפן אינטערנעט!

איך קען צענדליגער, און איך קען נאר א מקצת, און אפשר גאר, נאר א מקצת שבמקצת.

איר וועט אודאי פרעגן: פארוואס פארצייל איך אייך דאס? פארוואס גיב איך אייך ארויס סודות וואס איז קעגען מיין אינטערעס אז איר זאלט וויסן? מה לו לכהן בבית הקברות? פארוואס דארפט איר צדיקים וויסן וואס עס גייט פאר בחדרי חדרים? דער תירוץ איז זייער פשוט, איך בין צושאסן און צובראכן ביי מיר. אויב מיינט איר אז איך פיר א גליקליך לעבן, וויל איך ענק זאגן לא! איך עס טאקע יום הקדוש, אבער בין איך דען באקוועם? מיין הארץ קלאפט מיר ביי יעדע ביסן, מיינע שולד געפילן לאזן מיך נישט במנוחה קיין רגע. יעדעס מאל איך פראביר עס אוועקצושטופן קומען זיי צוריק שטערקער און ציפעדיגער. ווען איך טרעף מיך עסן אן קיין קאפל בעצם היום און איך ווייס ביי מיר אז אין בית המדרש זיצן מיינע חברים און זינגען מיט א הארציגקייט דעם אחת ואחת ווער איך אומעטיג, איך ווער צושאסן און צוקלאפט, א דעפרעסיע לויפט מיר אדורך אין מח.

איך בין ווי אסאך פון אייך געווען א גרויסע אויבער-חכם און נישט געלייגט א פילטער ווען די רבנים האבן געהייסן לייגן, נאך א שטיק צייט וואנדערן האב איך מיך אנגעליינט אביסל דא און אביסל דארט, און אזוי בין איך געווארן נענטער און נענטער צו מיין באשלוס אז דאס איז עס. איך בין א 'נישט גלויבער'. כהיום בין איך מיט א גרופע אידן, אלע קוקן אויס חסיד'יש און וואויל, אבער אלע פארמאגן די זעלבע מחשבות ווי איך. פול מיט אויפגעקלערטקייט און שאלות אויף אלעס און אלעמען. אבער ווי איך, פארמאגן אלע די דעפרעסטע מחשבות וואס לאזט אונז נישט מנוחה פאר קיין רגע. נישט קיין חילוק וואס מיר וועלן טון וועט אייביג די קליינע ווערימעל זיכער מאכן אריין צוקריכן אין אונזער מח קעמערל און דערקוטשען דאס לעבן.

דער פראבלעם איז זייער גראב און בולט. פון איין זייט דריי איך מיך מיט א קאפ פול מיט שאלות און תמיהות פון ליינען און פארשן פלעצער וואס מיינע עלטערן וואלטן קריעה געריסן ווען זיי זעען מיך דאס ליינען; פון די אנדערע זייט אפילו איך האב שוין יא אפגעמאכט אז דאס איז עס און איך ווארף אלעס אוועק ווען קיינער זעט נישט, בלייב איך אבער מיך מיין אידיש הארץ וואס לאזט מיך נישט גיין קיין טריט ווייטער. איך בין צוריסן און צופליקט בתוככי.

איך בין נישט דער וואס זאל קומען זאגן וואס די לייזונג זאל זיין, איך בין נישט דער וואס פארשטייט וויאזוי א קרייז באלאנגט זיך צו פירן און וויאזוי מ'ספראוועט זיך מיט פראבלעמען אינערהאלב דעם קרייז, ווייל ווי געזאגט קען איך זיך נישט ספראווען מיט מיין אייגן קעפל, כ"ש מיט א רבים. אבער טייערע רבנים נעמט מיך און אלע מיינע נאנטע אלס משל. לויפט ארום האקן אין טיש און מסביר זיין פאר אלע יונגעלייט און בחורים, שרייטס מיט אלע כוחות אז קיינער זאל נישט קלערן פון גיין דעם וועג! דאס וועט אים נישט העלפן לינדערן זיינע שמערצן. אויב האט איינער עפעס שאלות זאל ער גיין צו א קלוגן איד און זיך דורך שמועסן, אויב איינער האט זיך אנגעליינט צופיל זאל ער זיך אויסוויינען פארן אדון כל אז ער זאל אים העלפן. אבער קיינמאל קיינמאל זאל די באשלוס נישט זיין אז מ'דראפט אלעס און מ'גייט זוכן גליקן ביי די דרויסענדיגע. גלייבטס מיר אז קיין גליקן איז נישטא! די הארץ רייסט, די נשמה וויינט, מ'האט נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט. נישט די וועלט און נישט יענע וועלט. רבותי!! גלייבטס מיר אז די ווארימקייט וואס מיין טאטע מאמע האבן אריין געלייגט אין מיר דאס שלעפט מיך, דאס רייסט מיך, איך בעט אייך אידן, טוט עס פאר אייערע קינדער'ס וועגן. שטאפט זיי אן מיט ליבשאפט, באווארפט זיי מיט ווארימקייט, באגיסט זיי מיט אהבה, באדעקט זיי מיט איבערגעגעבנקייט. לערנט זיי אז אידישקייט איז זיס און לעכטיג. דאס איז א גאראנטי אז דער ווארים וועט אייביג בלייבן טליען אין זיי, און דאס וועט זיי באגלייטן אויף אייביג. פארלאזט אייך נישט אויף קיינעם, טוט עס אליין און דאס מערסטע וואס מעגליך, און דאס און נאר דאס וועט זיי צוריק האלטן פון אריין פאלן אין אזא מצב ווי איך בין.

ביטע, מורי ורבותי, ליינט איבער מיינע ווערטער מיט אן אפענעם קאפ, גיבט עס דעם מעגליכקייט אז איך האב גערעכטע פונקטן. עשה למען יונקי שדים שלא יחטאו, עשה למען גמולי חלב שלא יפשעו, עשה למען תינוקות של בית רבן, עשה למען חייכון, ובניכון, וחיי דכל בית ישראל, בעגלא ובזמן קריב.

ווי עס ווייטאגט,

אן אפגעפארענער
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4717 מאל

שליחה דורך יידל »

האוקס.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1416 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1682 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

א שטיק שקר ווי נאר א פרומער שוטה קען אהערשטעלן. (גייט אייך אויסוויינען פארן אדון עולם זאגט איר? איר גלייבט דאך נישט אין גארנישט?).
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16553
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19046 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הדא היא דכתבנו לעיל:
די זענען נישט קיין ריכטיגע כופרים, נאר קילע/הייסע יונגען וועלכע פארשטעלן זיך ווי כופרים בחיצוניות.

גלייבט ער דען נישט?
אויב אזוי העט ער דעך נישט געוויינט!

דאס זענען צובראכענע נשמות.

לענ"ד דארף מען ארויפברענגען אויף קאווע שטיבל איינער וואס איז רגיל בכך, צו פארענטפערן די אלע שאלות (אפשר קווארטינ'ס שוואגער...), נישט ממש אמנון יצחק, אבער לכה"פ ענליך צו אים, אין היימיש אידיש, און אנהויבן א מערכה צו ערקלערן יסודות האמונה ותורת ה'.

אויב וועט אזא איינער זיך באווייזן דא, שכרו הרבה מאוד, און וועט האבן א מורא'דיגע זכות.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

שליחה דורך ידען »

א נייע משוגעת דא?

יעדער חכם וועט נעמען עפענעם אשכולות מיט זיינע בויך וויי?

מע דארף מאכן איין אשכול ווי אלע כופרים, חוקרים, אפיקורסים, אנגעלייענטע, אויסגעלייענטע, אנגעווייטיגטע, מאגן קרמפענדיגע, אויג פארקרימטע זאלן ארויסטראסקענען זייערע געמויזעכצער.

און פליעז הער שוין אויף מיטן דרייען דעם ספאדיק אז קאווע שטיבל האט איינעם קאליע געמאכט. סע ווייזט אז דו קומסט בשליחות פון אנדערע בלאגס סתם אויפצוהעצין דעם עולם.

איך בין שוין דא זייער לאנג און מיין אמונה איז קיין פינטעלע נישט שוואכער געווארן פון קאווע שטיבל. קאט די דעמן קרעפ.

אויב עפעס איז מיין ליעבשאפט צום באשעפער נאר שטארקער געווארן דא, און מיין ציטער פונעם גרויסען גאט איז נאר גרעסער געווארן דא, און אפי׳ נאר פון איין אשכול וואס כאב היינט געלייענט פון איינשטיינס תורה.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16553
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19046 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

BHphoto האט געשריבן: איך עס טאקע יום הקדוש, אבער בין איך דען באקוועם? מיין הארץ קלאפט מיר ביי יעדע ביסן, מיינע שולד געפילן לאזן מיך נישט במנוחה קיין רגע. יעדעס מאל איך פראביר עס אוועקצושטופן קומען זיי צוריק שטערקער און ציפעדיגער. ווען איך טרעף מיך עסן אן קיין קאפל בעצם היום און איך ווייס ביי מיר אז אין בית המדרש זיצן מיינע חברים און זינגען מיט א הארציגקייט דעם אחת ואחת ווער איך אומעטיג, איך ווער צושאסן און צוקלאפט, א דעפרעסיע לויפט מיר אדורך אין מח.


אויב האסטו אעלכע שרעקליכע געפילן, פארוואס טאקע זיצטו און דו עסט? גלייב מיר, עס איז גרינגער צו פאסטן!
ווער לאזט דיר נישט קומען אין ביהמ"ד מיט א קיטל און מיטזינגען מיט דיינע חברים??

BHphoto האט געשריבן:'קאווע שטיבל' האט אויך אסאך צוגעגעבן צו מיינע ידיעות


ידיעות צו וואס? אראפצופארן פונעם דרך??

BHphoto האט געשריבן:דער פראבלעם איז זייער גראב און בולט. פון איין זייט דריי איך מיך מיט א קאפ פול מיט שאלות און תמיהות פון ליינען און פארשן פלעצער וואס מיינע עלטערן וואלטן קריעה געריסן ווען זיי זעען מיך דאס ליינען; פון די אנדערע זייט אפילו איך האב שוין יא אפגעמאכט אז דאס איז עס און איך ווארף אלעס אוועק ווען קיינער זעט נישט, בלייב איך אבער מיך מיין אידיש הארץ וואס לאזט מיך נישט גיין קיין טריט ווייטער. איך בין צוריסן און צופליקט בתוככי.


אז דיין אידיש הארץ לאזט נישט, דאן רעד זיך אדורך מיט א קלוגן איד, באשלוס אז "איך בין א נאר און איך גלייב". איך בין נישט קלוגער ווי מיינע עלטערן און זיידעס, און רבי'ס, וועלכע האבן מקבל געווען די תורה איש מפי איש פון משה רבינו אליינס. און איך דארף נישט אלעס פארשטיין. ועל כגון דא אמרו ז"ל, במופלא ממך אל תדרוש!

BHphoto האט געשריבן: (רבנים), לויפט ארום האקן אין טיש און מסביר זיין פאר אלע יונגעלייט און בחורים, שרייטס מיט אלע כוחות אז קיינער זאל נישט קלערן פון גיין דעם וועג! דאס וועט אים נישט העלפן לינדערן זיינע שמערצן. אויב האט איינער עפעס שאלות זאל ער גיין צו א קלוגן איד און זיך דורך שמועסן, אויב איינער האט זיך אנגעליינט צופיל זאל ער זיך אויסוויינען פארן אדון כל אז ער זאל אים העלפן.


רבנים האקן שוין און שרייען שוין זייט מיר זענען א אידיש פאלק אז דא איז דער אמת'ער גליק. אלע ספרים זענען פול דערמיט. וואס נאך זאלן זיי טון?
און פארוואס זאגסטו עס בלויז פאר יענעם? וואס איז מיט דיר אליין??

BHphoto האט געשריבן:רבותי!! גלייבטס מיר אז די ווארימקייט וואס מיין טאטע מאמע האבן אריין געלייגט אין מיר דאס שלעפט מיך, דאס רייסט מיך, איך בעט אייך אידן, טוט עס פאר אייערע קינדער'ס וועגן. שטאפט זיי אן מיט ליבשאפט, באווארפט זיי מיט ווארימקייט, באגיסט זיי מיט אהבה, באדעקט זיי מיט איבערגעגעבנקייט. לערנט זיי אז אידישקייט איז זיס און לעכטיג. דאס איז א גאראנטי אז דער ווארים וועט אייביג בלייבן טליען אין זיי, און דאס וועט זיי באגלייטן אויף אייביג. פארלאזט אייך נישט אויף קיינעם, טוט עס אליין און דאס מערסטע וואס מעגליך, און דאס און נאר דאס וועט זיי צוריק האלטן פון אריין פאלן אין אזא מצב ווי איך בין.


די ווארימקייט פון די עלטערן העלפן יא אדער נישט? מאך עס ביטע קלאר.

הער אויף, טו תשובה!!

געדענק וואס איך זאג דיר: דו גייסט דא שרייבן א תגובה נאך יום כיפור אז דו האסט געפאסט, און אז דו ביזט געזעסן א גאנצן טאג אין ביהמ"ד. דו הערסט????
גיב מיר יעצט א תקיעת כף דערויף!!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

שמעקעדיג דאנט געט סאו עמאשענעל. די בריוו איז פאלש. ער איז א פרומער איד, מיי פראמיס.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1416 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1682 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

לאדיך אפ האט געשריבן:שמעקעדיג דאנט געט סאו עמאשענעל. די בריוו איז פאלש. ער איז א פרומער איד, מיי פראמיס.


אדער גאר שמעקי אליין. ר' שמעלקי מוסר דרשות העמיר הערן גאנץ חודש אלול איך געב אייך תקיעת כף איר וועט קיין איין בעל תשובה דא נישט מאכן.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6779 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

שמעקעדיג, נעם דיך נישט אזוי צום הארצן, דאס איך נישט מער ווי א פאוני, אפשר מיינט ער דעם באשעפער, אבער וואס ער ווייל ארויסברענגען איז אז אלע וואס פארן אפ, בסתר צי בגלוי, זענען מיזעריבעל, און אז איינער וואס זאגט בפירוש אז ער איז א כופר (אבער זאגט אז מיט תפילה קען דער אייבישטער דיר צוריק מאכן א מאמין...) זאגט אליינס אזוי דעמאלס מוז זיין אז ס'איז אזוי, און ממילא זאלסטו ציטערען פון אנקומען אין זיין ביטערען שיקזאל, און זאפארט ארויף לייגט א פילטער, אזוי וועסטו מקרב זיין די "גאולה" בעגלא ובזמן קריב...

--

לאדיך און תמליון האקן, יא, עקזעקטלי וואס איים סעינג.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16553
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19046 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אקעי, סארי. רבו עלי חבריי וידידיי. איך צי צוריק און גיב אויף...
וירח ה' את ריח הניחוח
רעאגיר