אינטערנעט פילטערס אנקעטע

yesiknow
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך yesiknow »

במכולת לא רואים אדם וחווה בגן עדן קודם החטא אני חושב שאתה סתם מכה בטשייניק.

אי אפשר לראות בחנות מה שרואים שם דאנט פלעי דאם
גאר קיין יאוש איז נישט פארהאנען, געוואלד זייט אייך נישט מיאש!!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2392
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 6000 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5705 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

שרייב נישט וואולגאר
מנהל
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
yesiknow
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך yesiknow »

קהל'ס נער האט געשריבן:
נפה האט געשריבן:אינטערנעט אן א פילטער איז נאר ליכא דרכא אחרינא ווילאנג די פילטער בלאקט אויך אנדערע זאכען און נישט נאר ראיות אסורות .
אט דאס איז טאקע די פראבלעם מיטן פילטער
אגב ווייס איך נישט פארוואס דו ברענגסט ר' יוסף קארו כפי זכרוני ברענגט ער בכלל נישט די איסור פון אדורכגיין דארט ווי נשים עומדות על הכביסה ער אסר'ט נאר להסתכל וזהו.
זעהסטו די בית יוסף איז נאך מער מקיל ווי די גמ', הייסט אפילו איכא דרכא אחרינא איז מותר צו גיין על שפת הים ולענינינו דארף מען נישט קיין פילטער אפילו לו יצוייר די פילטער וואלט געוועהן דרכא אחרינא.

(אין פסחים פרק כל שעה, רעדט די גמ' פון גיין על שפת הים מילא איז עס מיר געליגען אין קאפ אז גיין איז אליין א איסור בדאיכא דרכא אחרינא.)
https://shulchanarukh.alhatorah.org/Ful ... /21.1#e0n6
גאר קיין יאוש איז נישט פארהאנען, געוואלד זייט אייך נישט מיאש!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3107
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8505 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

yesiknow האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:
נפה האט געשריבן:אינטערנעט אן א פילטער איז נאר ליכא דרכא אחרינא ווילאנג די פילטער בלאקט אויך אנדערע זאכען און נישט נאר ראיות אסורות .
אט דאס איז טאקע די פראבלעם מיטן פילטער
אגב ווייס איך נישט פארוואס דו ברענגסט ר' יוסף קארו כפי זכרוני ברענגט ער בכלל נישט די איסור פון אדורכגיין דארט ווי נשים עומדות על הכביסה ער אסר'ט נאר להסתכל וזהו.
זעהסטו די בית יוסף איז נאך מער מקיל ווי די גמ', הייסט אפילו איכא דרכא אחרינא איז מותר צו גיין על שפת הים ולענינינו דארף מען נישט קיין פילטער אפילו לו יצוייר די פילטער וואלט געוועהן דרכא אחרינא.

(אין פסחים פרק כל שעה, רעדט די גמ' פון גיין על שפת הים מילא איז עס מיר געליגען אין קאפ אז גיין איז אליין א איסור בדאיכא דרכא אחרינא.)
https://shulchanarukh.alhatorah.org/Ful ... /21.1#e0n6
סך הכל שטייט אין שו"ע אז מען טאר נישט קוקן ווי מען טאר נישט. עס איז נישטא קיין איסור פון האבן א כלי וואס 'עס איז דא דערויף די מעגליכקייט' צו זעט וואס מען טאר נישט.

אז מען האט אזא כלי, און מען האלט ביי א מצב אז מען וויל אנפייפן די שו"ע און יא קוקן, דאן איז די שו"ע סייווי נישט נוגע...

סך הכל דארף מען שפעטער תשובה טון פארן קוקן, אויף די עצם כלי איז לכאורה נישטא קיין איסור.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5359 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6493 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

קהל'ס נער האט געשריבן:און ס'ענדערש צו שפאצירן אויפן געוועב ווי איידער אויפן ביטש אין מיאמי......
שרייב נישט וואולגאר
מנהל


ענדיוועיס, צוריק צום נושא האשכול, איך זעה אז אפאר קאממענטירער האבן ערווענט סמארטפאונס האב איך מיך געכאפט אז איך'האב טאקע פארגעסן צו פארציילן איבער מיין רילעישנשיפ מיט'ן סמארטפאון. איז אזוי, ווילאנג איך האב געוואוינט אינעם געטאו האט מיר אינגאנצן נישט אויסגעפעלט א סמארטפאון, די גאנצע הלוך ילך דארט איז זייער גוט צוגעשטעלט פאר די פליפ פאון לייפסטייל, דער עולם דרייט זיך ארום אויסהערן וואויסמעילס, מ'דייעלט נאמבערס אן אויפהער, מ'שרייט אריין טעלעפאון און סאושעל סעקיוריטי נאמבערס אינעם טרייבל אריין צוואנציג מאל ביז דער מקבל האט עס ריכטיג, מ'לויפט אין באנק קוקן די באלאנס, א.א.וו. ס'פאלט קיינעם ניטאמאל ביי וועגן א סמארטפאון, ס'פונקט גוט אזוי! די אינטערנעט לאזט מען אין שטוב און די עיקר עסק איבער'ן טאג איז מיט'ן פליפ פאון. הערשט א שטיק צייט נאך כ'האב מיך געצויגן אביסל אינדרויסן פונעם היימישן געגנד און איך האב מיך געטראפן אויסגעשלאסן פון מיינע שכנים'ס וואטסעפפ גרופעס, מיטאמאל טרעף איך מיך אין א פרעמדע געגנד וואו איך פיל מיך אומבאקוועם אפצושטעלן א שגץ אין גאס פרעגן דירעקציעס, איך האב שוין נישט קיין דרייצענטע עוועניו וואו איך קען מיט איין סיבוב אריינטשעקן אין אלע מיינע בענק זיכער מאכן אז איך בין נישט אין די רויט, א.א.וו. שוין, בלית ברירה האב איך מיר געקויפט א סמארטפאון. און הפלא ולעפלע, די מינוט וואס איך האב מיך איינגעהאנדעלט דעם סמארטפאון האט שוין מיין מאמע געוואוסט צו זאגן אז די סמארטפאון איז וואס האט מיך קאליע געמאכט... זעהט עטץ די כח פון א סמארטפאון, נישט נאר וואס ס'מאכט א מענטש קאליע ווערן פון היינט און ווייטער, ס'מאכט איהם אפילו קאליע למפרע אויף צוריק...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 4005 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 921 מאל

Re: אינטערנעט פילטערס אנקעטע

שליחה דורך פרנס החודש »

גא״מ, מיר האט עס אויך חרוב געלייגט למפרע…[emoji1783]
Don’t ask unless you want to hear the answer.
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 454 מאל

שליחה דורך כוואליעס »

איך האב א פילטער אין קאפ!!!
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2100 מאל

Re: אינטערנעט פילטערס אנקעטע

שליחה דורך פאליטיקאנט »

יין שרף האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:איך האב א פילטער אויף מיין פאון (אויך האב איך טעלעגראם דערויף...), ווייל עס העלפט אביסל זיך צו האלטן, און בעיקר פאר די קינדער.
"דוקא נישט קיין היימישע פילטער"


איך האב נישט קיין פילטער אין אפיס (כ'האב א פייערוואל און א פריוואטע ד.נ.ס. וואס בלאקירט כמעט אלע שמוץ און געמבלינג) ווייל עס פעלט נישט אויס, און קען נאר ברענגען פראבלעמען.
פאר די קינדער, זיי זאלן וויסן אז דו האסט א פילטער אדער זיי נוצן אויך די פאון? אויב נוצן זיי עס איז טעלעגראם אליינס נישט געפילטערט, ממילא...

און btw וואס טוט מען מיט די מוסדות?
פאר מיינע קינדער ווייל זיי נוצן עס דא דארט.
זיי ווייסן נישט פון טעלעגראם בכלל, און עס איז נישט אזוי גרינג (מיט איין פשוט'ע סוירטש) צו טרעפן אויף טעלעגראם.

מוסדות שיק איך ווי קיינער האט מיך נאך נישט געפרעגט ווען אינטערנעט און כלים.
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 583 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 369 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

קהל'ס נער האט געשריבן:
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן: ולעצם השאלה צו מען דארף א פילטער שטייט נישט אין ערגעץ אזא הלכה
דער ארגומענט איז ווינדערליך, ס'שטייט נישט אין ערגעץ, משמע טאקע אז ר' יוסף קארו האט געהאלטן אז מען ברויך נישט האבן קיין פילטער.

מענטשן נוצן איבער די זעלבע שליסל ווערטער זיבן מאל א טאג אויף יעדע שאלה וואס איז נאר פארהאלן, ביז מ'פארגעסט זיך און מען נוצט עס אויף פלעצער ווי סקומט בכלל נישט אריין.

דיסקלעימער, כהאב נישט וואס אריינצורעדן אין די הלכהדיגע שאלה [אויב סאיז בכלל דא א שאלה] פון יא פילטער צו נישט פילטער, פאר מיר מאכט דער פילטער גוט אלזא איז די פראגע נישט נוגע, מיין פראגע איז נאר ווי דער ארגומענט קומט דא אריין.
ר' יוסף קארו האלט אזוי, בדליכא דרכא אחרינא מעג מען אריבערגיין א פלאץ אפילו ווי ס'איז וודאי דא ראיות אסורות, אינטערנעט איז ליכא דרכא אחרינא (א פילטער איז נישט דרכא אחרינא, ווייל א פילטער לאזט דיך בכלל נישט אדורך, ס'איז אזוי ווי צי זאגן ביי די שפת הים "איכא דאכא אחרינא, ווייל די קענסט בלייבן אינדערהיים).
וכל זה בהנחה אז אינטערנעט איז א שפת הים, וואס אין אמת'ן אריין איז עס דאס אויך נישט ווייל ס'נישט קיין וודאי צו זעהן ראויות אסורות.

לסיכום, ר' יוסף קארו האט געהאלטן א אינטערנעט אן א פילטער איז מותר לכתחילה, און ס'ענדערש צו שפאצירן אויפן געוועב ווי איידער אויפן ביטש אין מיאמי......

אבער ווער געט בכלל א דעמן פאר'ן בית יוסף, אין אונזער סיסטעם שטייט אז גיין קיין מיאמי מעג מען, אבער א סמארטפון נישט.....
אויף דעם האב איך טאקע געזאגט אז כ'רעד נישט אריין אין די הלכה שאלה, דיין וועג פון עס שרייבן האט מיר נאר געצויגן אן אויג.

דאן האסטו געשריבן אז "ס'שטייט נישט אין ערגעץ אזא הלכה" יעצט זאגסטו אז "על פי הלכה מעג מען לכאורה" צוויי אנדערע זאכן.

אבער סאיז נישט געפערליך, מען קען זאגן אז אגב חורפיה לא דק והכל על מקומו יבוא בשלום.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1186 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 757 מאל

שליחה דורך מונטסורי »

ה!

אויב איז הלכה סטאטיק און מען קען נישט גורע זיין קען מען דאך אויך נישט מוסיף זיין אפגעזען אויב עס איז הרב וואזנער אדער דער בעל דברי יואל (אדער זאל מיר איינער מסביר׳ן די חילוק פארוואס ״אראפנעמען״ אן איסור אזויווי הוצז״ל איז נישט אקעי אבער ״צולייגען״ אן איסור אזויווי פארברענגען אויפן געוועב איז יא אקעי).

אויסערדעם וואס דער שלחן ערוך אליינס איז אוודאי נישט סטאטיש, גענוג דברים האסורים וואס מען איז זיך נוהג היתר וביניהם מכירת חמץ, זמן תפילה, איסור האכילה לפני התפילה, תענית לנשים, וכו. און דערנאך איז דא אסאך פלעצער וואו די מחבר און רמ״א זענען אליינס מודה אז מ׳פירט זיך נישט אזויווי הלכה וואלט פארלאנגט, איין אזא ביישפיל איז אין אבן העזר סימן א׳. און אז מען איז שוין פלעקסיבל זע איך נישט וויאזוי דעת תורה ווערט געפארעמט און וואס מאכט איינעמס דעה מער מאסגעבענד ווי א צווייטענס? וואספארא מין לערנען מאכט איינעם מער ראוי אויסצוציען און איינצוציען הלכה לויט ווי עס שמעקט אים?
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1517 מאל

Re: אינטערנעט פילטערס אנקעטע

שליחה דורך דיכטער »

זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:ב

איך נוץ די טעקלאג פילטער וועלכע איז גאר באקוועם און פראקטיש, רוב ריקוועסטס ווערן גענטפערט אונטער א מינוט און עס איז כמעט נישט דא קיין נארמאלע אינפארמאציע וואס זיי וועלן דיר נישט גיבן עקסעס.
איך שטום צו. איך האב טעקלאק אויף מיין Windows און איך האב Netspark אויף מיין טאבלעט (א סמארטפאון פארמאג איך נישט ווייל איך האלט אז ס'פעלט נישט אויס טאמער האט מען א טאבלעט) דער חילוק צווישן טעקלאק און נעטספארק איז הימל און ערד. אדרבה איינע וואס קען רעקאמענדירן א בעסערע פילטער פאר אן אנדרויד טאבלעט וואלט איך זייער דאנקבאר געווען.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2392
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 6000 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5705 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן: ולעצם השאלה צו מען דארף א פילטער שטייט נישט אין ערגעץ אזא הלכה
דער ארגומענט איז ווינדערליך, ס'שטייט נישט אין ערגעץ, משמע טאקע אז ר' יוסף קארו האט געהאלטן אז מען ברויך נישט האבן קיין פילטער.

מענטשן נוצן איבער די זעלבע שליסל ווערטער זיבן מאל א טאג אויף יעדע שאלה וואס איז נאר פארהאלן, ביז מ'פארגעסט זיך און מען נוצט עס אויף פלעצער ווי סקומט בכלל נישט אריין.

דיסקלעימער, כהאב נישט וואס אריינצורעדן אין די הלכהדיגע שאלה [אויב סאיז בכלל דא א שאלה] פון יא פילטער צו נישט פילטער, פאר מיר מאכט דער פילטער גוט אלזא איז די פראגע נישט נוגע, מיין פראגע איז נאר ווי דער ארגומענט קומט דא אריין.
ר' יוסף קארו האלט אזוי, בדליכא דרכא אחרינא מעג מען אריבערגיין א פלאץ אפילו ווי ס'איז וודאי דא ראיות אסורות, אינטערנעט איז ליכא דרכא אחרינא (א פילטער איז נישט דרכא אחרינא, ווייל א פילטער לאזט דיך בכלל נישט אדורך, ס'איז אזוי ווי צי זאגן ביי די שפת הים "איכא דאכא אחרינא, ווייל די קענסט בלייבן אינדערהיים).
וכל זה בהנחה אז אינטערנעט איז א שפת הים, וואס אין אמת'ן אריין איז עס דאס אויך נישט ווייל ס'נישט קיין וודאי צו זעהן ראויות אסורות.

לסיכום, ר' יוסף קארו האט געהאלטן א אינטערנעט אן א פילטער איז מותר לכתחילה, און ס'ענדערש צו שפאצירן אויפן געוועב ווי איידער אויפן ביטש אין מיאמי......

אבער ווער געט בכלל א דעמן פאר'ן בית יוסף, אין אונזער סיסטעם שטייט אז גיין קיין מיאמי מעג מען, אבער א סמארטפון נישט.....
אויף דעם האב איך טאקע געזאגט אז כ'רעד נישט אריין אין די הלכה שאלה, דיין וועג פון עס שרייבן האט מיר נאר געצויגן אן אויג.

דאן האסטו געשריבן אז "ס'שטייט נישט אין ערגעץ אזא הלכה" יעצט זאגסטו אז "על פי הלכה מעג מען לכאורה" צוויי אנדערע זאכן.

אבער סאיז נישט געפערליך, מען קען זאגן אז אגב חורפיה לא דק והכל על מקומו יבוא בשלום.
פארדרייסט מיינע ווערטער, און די פרעיגסט קשיות?
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16550
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18710 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19040 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דיכטער האט געשריבן:
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:איך נוץ די טעקלאק פילטער וועלכע איז גאר באקוועם און פראקטיש, רוב ריקוועסטס ווערן גענטפערט אונטער א מינוט און עס איז כמעט נישט דא קיין נארמאלע אינפארמאציע וואס זיי וועלן דיר נישט גיבן עקסעס.
איך שטום צו. איך האב טעקלאק אויף מיין Windows און איך האב Netspark אויף מיין טאבלעט (א סמארטפאון פארמאג איך נישט ווייל איך האלט אז ס'פעלט נישט אויס טאמער האט מען א טאבלעט) דער חילוק צווישן טעקלאק און נעטספארק איז הימל און ערד. אדרבה איינע וואס קען רעקאמענדירן א בעסערע פילטער פאר אן אנדרויד טאבלעט וואלט איך זייער דאנקבאר געווען.
שוין גענוצט ביידע, טעקלאק איז פיל א שטרענגערע פילטער און א שיעור זאכן זענען געבלאקט ממש פאר נאו גוד ריעזאן, (כאטש זיי וועלן עס טאקע עפענען ווען דו פארלאנגסט, אבער גענוג מאל וועלן זיי דענייען דיין ריקוועסט), משא"כ נעטספארק וועט נאר בלאקן דאס מינימום (אויב נעמסטו די לייכטסטע לעוועל). אבער מיט דעם ביסטו גערעכט אז קאסטומער סערוויס איז טעקלאק פי מאה בעסער.
וירח ה' את ריח הניחוח
שלג זהב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2023 11:00 pm
האט שוין געלייקט: 318 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

Re: אינטערנעט פילטערס אנקעטע

שליחה דורך שלג זהב »

דיכטער האט געשריבן:
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:ב

איך נוץ די טעקלאג פילטער וועלכע איז גאר באקוועם און פראקטיש, רוב ריקוועסטס ווערן גענטפערט אונטער א מינוט און עס איז כמעט נישט דא קיין נארמאלע אינפארמאציע וואס זיי וועלן דיר נישט גיבן עקסעס.
איך שטום צו. איך האב טעקלאק אויף מיין Windows און איך האב Netspark אויף מיין טאבלעט (א סמארטפאון פארמאג איך נישט ווייל איך האלט אז ס'פעלט נישט אויס טאמער האט מען א טאבלעט) דער חילוק צווישן טעקלאק און נעטספארק איז הימל און ערד. אדרבה איינע וואס קען רעקאמענדירן א בעסערע פילטער פאר אן אנדרויד טאבלעט וואלט איך זייער דאנקבאר געווען.
GenTech פאר ענדרויד איז די מעערסט ענדליך צו Techloq.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2100 מאל

Re: אינטערנעט פילטערס אנקעטע

שליחה דורך פאליטיקאנט »

טעקלאק האט די וואך ארויסגעלייגט א 'בעטא' פאר סעמסאנג דעווייסעס, זיי גייען לכאורה גיין פאבליק אין די קומענדיגע חדשים.
די פאר וואס נוצן עס זענען זייער צופרידן.
אז איר ווילט זיין א בעטא אויספרובירער קענט איר עס פארלאנגען פון "טעג" (נישט אלע אפיסעס)

אלס די לעוועל פון די פילטערינג איז נעטספארק די בעסטע (און ביליגסטע) און מאכט די ווייניגסטע פראבלעמען (אבער עס איז בעיקר נאר גוט פאר ענדראיד דעווייסעס)
שלג זהב האט געשריבן:GenTech פאר ענדרויד איז די מעערסט ענדליך צו Techloq.
ממש נישט.
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1517 מאל

Re: אינטערנעט פילטערס אנקעטע

שליחה דורך דיכטער »

כוואליעס האט געשריבן:איך האב א פילטער אין קאפ!!!
הלוואי...
שלג זהב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2023 11:00 pm
האט שוין געלייקט: 318 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

Re: אינטערנעט פילטערס אנקעטע

שליחה דורך שלג זהב »

פאליטיקאנט האט געשריבן:
שלג זהב האט געשריבן:GenTech פאר ענדרויד איז די מעערסט ענדליך צו Techloq.
ממש נישט.
טעות לעולם חוזר, איך אליין האב נישט קיין פילטער אויף מיין פאון (וועל מיר שוין צוקומען צום פוסח האשכול'ס פראגע) איינער האט מיר אמאל געזאגט דאכט זיך אויף GenTech אז ס'איז ענדליך צו טעקלאק, אדער ווייסט ער נישט וואס ער רעדט, אדער האב איך פארגעסן אויף וועלכע פילטער ער האט עס געזאגט.

לעצם הענין, איך האב נישט קיין פילטער כהסבר אות ה'.
ועוד, משומר/גדר וכו' האלט איך נישט ביים האבן, סיי צוליב וואס זיי פילטערן נישט, נאר זיי בלאקן, ווי אויך וויל איך נישט אז איינער במחנינו זאל האבן עקסעס צו מיין דעווייס (אפילו זיי קוקן נישט) און ביי עני אנדערע פילטער איז עס ברצותי מרחיב וברצותי מקצר, (אין אפיס נוץ איך טעקלאק, וואס איז סתם א וויץ, וואס איך פארלאנג עפנט מען) מילא זעה איך נישט וואס איך וואלט אויפגעטון.
סוף דבר, סיי מיט א פילטער סיי אן א פילטער, רוב מענטשן ווען זיי דארפן אפענע אינטערנעט קענען זיי עס במילא האבן גרינגערהייט, איז די עיקר די פילטער אין מח ווי איינער האט שוין אויבן געברענגט.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16550
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18710 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19040 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שלג זהב האט געשריבן:(אין אפיס נוץ איך טעקלאק, וואס איז סתם א וויץ, וואס איך פארלאנג עפנט מען).
ווי אזוי איז דאס מעגליך? איך האב א לענגערע צייט גענוצט טעקלאק און ארום 15-20% ריקוועסטס וואס איך האב געבעטן צו עפענען איז געווען דינייד!
וירח ה' את ריח הניחוח
שלג זהב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2023 11:00 pm
האט שוין געלייקט: 318 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

שליחה דורך שלג זהב »

שמעקעדיג האט געשריבן:
שלג זהב האט געשריבן:(אין אפיס נוץ איך טעקלאק, וואס איז סתם א וויץ, וואס איך פארלאנג עפנט מען).
ווי אזוי איז דאס מעגליך? איך האב א לענגערע צייט גענוצט טעקלאק און ארום 15-20% ריקוועסטס וואס איך האב געבעטן צו עפענען איז געווען דינייד!
אמת, אבער ווען איך ריפליי please allow, עפענען זיי ביז געציילטע מינוט.
אסאך מאל האבן זיי אפילו א לינק אין די רידזשעקשאן אימעיל וואס מ'קען אליינס עפראווען אז זיי זאלן יא עפענען.
טעקלאק.jpg
יצחק פיש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 02, 2023 10:35 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך יצחק פיש »

yesiknow האט געשריבן:עין רואה והלב חומד והכלי המעשה "גומרים" זהו מציאות אי-אפשר לחלוק על זה, ואם אתה חכם בעיניך לבסוף תראה שזה אמיתי, לא משנה אם אתה דתי או חרדי או ערבי.
לילה טוב אחי.
אמת ויציב

מבשרי (ליידר) אחזה.
שטרומפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 17, 2023 12:18 am
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך שטרומפ »

שלג זהב האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
שלג זהב האט געשריבן:(אין אפיס נוץ איך טעקלאק, וואס איז סתם א וויץ, וואס איך פארלאנג עפנט מען).
ווי אזוי איז דאס מעגליך? איך האב א לענגערע צייט גענוצט טעקלאק און ארום 15-20% ריקוועסטס וואס איך האב געבעטן צו עפענען איז געווען דינייד!
אמת, אבער ווען איך ריפליי please allow, עפענען זיי ביז געציילטע מינוט.
אסאך מאל האבן זיי אפילו א לינק אין די רידזשעקשאן אימעיל וואס מ'קען אליינס עפראווען אז זיי זאלן יא עפענען.
טעקלאק.jpg
אויב א'ז דיין פלען אונטער א חסידות שטעלט די חסידות אוועק וואס זיי מעגן עפענן און וואס נישט.
רעאגיר