לויט מיין בליק איז AI דא צו ראטוועווען די חרדים פון גענצליכע אינטערגאנג,
אין הימל זעענדיגע ווי די גאנצע אינטערנעט מהלך איז געבויעט אויף קינוים איסורים וחרמות אנשטאט צו ניצען די מוח אויסצולערנען די יוגענט א מהלך החיים פון מחשבה ואחריות, דערפאר האט מען אריינגעשיקט די נייע פראגראם, יעצט ביי דיפאלד ווען מען בעל כרחם מוזען אנהייבן מיט שכל און פשוט אנהייבן אויסלערנען זעלבסט רעספעקט באנדריס און אחריות ווייל דא גייט שוין נישט נישט העלפן קיין איסורים, כנלענ"ד.
יא. זיכער: אז דו וועסט דאס וויסן 'עסטו שוין פארשטיין פארוואס איך זאג אייביג הרב ש.ב. מרגליות המכונה שמואל שלמה טעללער. ווייל זיין עכטן נאמען ניצט ער זייער ווייניג. ער ניצט אייביג נאר זיין שם הכינוי. דעם פסעוודאנים.
די זעלבע איז מיט זיין קאלעגע (דעמאגאג) הדומה לו. ער הייסט עכט מנשה פיליפ (שוין לאז זיין הרה"ק). ער ניצט אייביג דעם נאמען הרב ישראל מ. סופר...!
פארוואס רוף איך הרב ישראל מעם א דעמאגאג?! ווייל ער טענה'ט אז בעיקבתא דמשיחא וועט אן ערליכער איד נישט קענען לערנען תורה. נאר דער וועם די סיטרא אחרא העלפט (צו) דער וועט קענען לערנען תורה.
מה נפשך. טאמער גלייבט ער עכט אין די שטותים. איז ער מ---. און אויב נישט איז ער א דעמאגאג...!
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
די גאנצע איסור'אציע אויף AI איז אבסורד (אפילו נניח אז עס איז בכלל לעגיטים). AI איז א מושג נישט קיין ספעציפישע חפץ, AI איז נישט קיין חפץ וואס מען קען אסר'ן אדער מתיר זיין. AI איז א מושג - און עס קען זיך געפינען אין יעדע זאך. פילע זאכן וואס ווערן גע'powered מיט קאמפיוטער פארמאגן שוין היינט AI במידת מה. Google גיבט אייך די גוטע רעזולטאטן אויף אייער סוירטש דורך א לימיטעד כח פון AI, דורכן פארשטיין וואס איהר מעגליך ווילט - פון אייער דאטא וואס עס זאמעלט צאם. Google האט געמאלדן ביי זייער לעצטע קאנפערענץ אז זיי גייען בקרב צולייגן AI tool's צו פילע פון זייערע סערוויסעס - אריינגערעכנט זייער search engine און Gmail. צו פלאנען די רבנים צו אסר'ן נוצען Gmail? די אמת איז אז זיי פלאנען נישט, זיי כאפן זיך פשוט צו צו דער געלעגנהייט צו פירן מערכות און פראקלעמירן איסורים - פשוט'ע virtue signaling צו ווייזן ווי פרום זיי זענען.
There's no relationship between being smart & being wise. (Jordan Peterson)
אזוי ווי די איסור אויף AI איז נאך גאר גאר פריש, קענט איר ממש יעצט זיך דעקלערן אלס עסקן און ארום גיין עוסק זיין אין די דאזיגע שרעקליכע פירצה, דאס נעמט אריין:
* ארומלויפן צו רבנים און אויפקלערן און לייגען פרעשור אויב דער רב וויל מחמת איזה סיבה נישט צושטימען,
* שאפן גרויס געלט פון גוטהארציגע גבירים לצורך קדושת ישראל,
* ארוםשיקען און הענגען קול קורא’ס,
* מאכן כינוסים לשם שמים,
ס’איז א מציאה רבה פאר א בנש"ק וואס קען נישט זיין א מלמד אדער א נאכט לייגער און קען נישט ארויסגיין ברענגן פרנסה כאחד האדם...
די בענעפיטן זענען גאר גאר שטארק:
1) איר וועט מעגן האלטן א סמארטפאון [באהאלטענערהייט] ווייל עת לעשות למען הצלת כלל ישראל הפרו התקנות...
2) אויב אייער זוהן [אדער איר אליין] וועט מאלעסטן איינעם וועט מען עס גלייך ריין-וואשען...
3) איר וועט האבן א מעגליכקייט צו רייטען אויפ’ן ציבור בפרט אויף די תמימי לב...
נ.ב. איך נעם נישט קיין שום שטעלונג לגבי AI - כאנישט קיין אנונג וואס דאס איז - ס’קען טאקע זיין שעדליך, אבער היות איך בין טרוד על המחיה ועל הכלכלה כ’האב נישט קיין צייט צו נאכגיין, אפשר וועלן מיר די עסקנים אויפקלערן מיט די קול קורא’ס און דרשות וועל איך באקומען פון זיי קלארע אנווייזונגען וויאזוי זיך צו באנוצען דערמיט
הער איך א פרימען אינגערמאן טענה'ן: AI איז כפירה! די גאנצע געדאנק פון דעם איז דאך אז א קאמפיוטער איז בעסער ווי א מענטש! מיר ווייסן דאך אז א מענטש איז א חלק אלוקי ממעל, קומט דאך אויס אז דאס איז א שטיק כפירה!
די חברה זענען desperate צו אויפקומען מיט סיבות צו אסר'ן.
There's no relationship between being smart & being wise. (Jordan Peterson)