אקעי שרגא, דו מיינסט מיר. פאר צוויי סיבות - איינס וויל איך בין געקומען מיט "אינסייד אינפא" אז מ'האט נישט קיין שום פלאן, און צוויי - ווייל איך בין דער וואס "שרייבט געווענליך צו דער זאך"...
איך האלט קלאר אז מ'דארף עפעס טון וועגן דעם אינטערנעט, און איך האב שוין געשריבן דערוועגן לאנגע דרשות אין "אייוועלט" (איין לענגערער ארטיקל וואס איך האב געשריבן אויף דעם ענין האב איך געוואלט אהערברענגען פון דארטן, אבער ס'איז, ווייזט אויס, פארמעקט געווארן דורך די דארטיגע באהערדע). אבער - מ'קען נישט פורים מאכן פונעם עולם! האסט געזען דעם עד "המשל והנמשל" וואס זיי האבן די וואך אריינגעשטעלט אין די אידישע צייטונגען און געהאנגען אין די גאסן? רחמנא ליצלן! די מענטשן גייען אין די פיסטריט פון די אמאליגע עדס וועלכע האבן צוגעגליכן אינטערנעט צו אוישוויץ. פארגלייך דאס צו די עדס וואס זיי לייגן ארויס פאר דעם ענגליש-רעדנדן ציבור. דארטן שטעלן זיי זיך אהער קיל, פארגעשריטן, אויפגעקלערט און מאדערן. דער גאנצער מהלך וואס זיי האבן אנגענומען איז געבויט אויף דעם אז מיר זענען א באנדע בהמות וועמען מ'קען פארדרייען א קאפ.
פאנג נאר אן מיט דער ריזיגער כינוס פון רבנים וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם אלול: פאר דעם אידיש-רעדנדן עולם האט מען געהאלטן אין איין פארקויפט אז עס זענען דארטן געווען "טויזנט רבנים," און פאר דעם ענגליש רעדנדן עולם האט מען באריכטעט אז עס זענען דארטן געווען זעקס-הונדערט רבנים. אויך יעצט פארדרייען זיי א קאפ אז עס וועלן זיך באטייליגן "איבער פופציג טויזנט אידן", ווען דער סטאדיום איז באשריבן שווארץ-אויף-ווייס אז עס פארמאגט 42,800 זיצן. פארוואס זענען זיי אזוי אדיקטעד צו ליגנט? מוז יעדע זאך צוגיין מיט שקרים וכזבים?
און אז איך הער קלארע פאקטן אז די "עסקנים" האבן נישט קיין מושג וואס זיי גייען טון מיט די באס-לאודס באטייליגטע, און אז איינער פון זייערע מיטלען וויאזוי מרבה צו זיין באטייליגטע וועט זיין דורך אנגאזשירן די תשב"ר אז זיי זאלן דערקוטשען די עלטערן, ווערט קלארער אז אלעס איז געבויט אויף דער איין הנחה: מ'וועט שרייבן צעטלעך, מאכן אינטערוויוס אויף "קול מבשר", שיטן שטרוי אין די היימישע צייטונגען, געבן ביליגע פרייזעס פאר די קינדער, און אלע בהמה'לעך וועלן קומען.
מיין פראטעסט איז, ניין! מיר זענען נישט קיין קעלבעלעך. אז די עסקנים ווילן נעמען אזא וויכטיגע אישו אויף מאכן א כינוס לדורות, דארפן זיי האבן א פלאן. זיי דארפן וויסן וואס זיי ווילן, און פירן א קאמפיין געבויט אויף רעספעקט פאר די אלע וועמענס קאאפעראציע זיי ווילן.
ווי איך האב שוין געשריבן שטיץ איך אוודאי דעם געדאנק פון א כינוס, און פאקטיש האב איך פרובירט אפילו צו געבן אן עצה פאר די עסקנים. איך האב פריער געשריבן: "וואס איך קען זיי נאר עצה'ן איז אז דער קאמפיין איז זייער קענטיג געבויט אויף דעם פרעמיס אז מיר זענען א באנדע בהמות, און גלאנציגע צעטלעך וועלן אונז פירן גלייך אין סטאדיום אריין. ביטע טוישט שוין די ריכטונג פון אייער קאמפיין, שרייבט נעמען פון מענטשן וועלכע שטייען אונטער דעם, גיט נישט ארויס אפילו נאך איין צעטל איידער איר האט א "מישען סטעיטמענט" און א פינקטליכן פלאן וואס איר גייט דארטן טון."
אויב וועט דער קאמפיין אננעמען אזא אויסזען, וועל איך אוודאי מיטשטיין דערמיט, און זיך זעלבסט באטייליגן.