טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך שרגא » מאנטאג מערץ 26, 2012 3:14 pm

רואיק האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:
רואיק האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:וואלט איר געהאט א פראבלעם אז אייער פערצן-יעריגע בחור האט פרייע אינטערנעט צוטריט?

יא

אקעי.
יעצט זיי ביטע קלאר מסביר פארוואס דו וואלסט געהאט א פראבלעם דערמיט?

פונקט ווי איך וואלט געהאלטן אן אויג וויפיל ער טרינקט פורים, און פונקט ווי איך וואלט געהאלטן אן אויג מיט וועם ער חברט זיך.. א 14 יעריגער בחור איז נישט עקוויפט צו פארשטיין די קאנסעקווענסעס פון זיינע אקטיוועטעטן.

וועלכע ספעציפישע פראבלעם האסטו מורא קען זיך אנטוויקלען מיט דיין בחור'ל אויב האט ער פרייע צוטריט צום אינטערנעט?
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 789 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך רואיק » מאנטאג מערץ 26, 2012 3:17 pm

שרגא האט געשריבן:
וועלכע ספעציפישע פראבלעם האסטו מורא קען זיך אנטוויקלען מיט דיין בחור'ל אויב האט ער פרייע צוטריט צום אינטערנעט?

פארשידנס. וואטס יור פויאנט?
באניצער אוואטאר
רואיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 3:55 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך שרגא » מאנטאג מערץ 26, 2012 3:20 pm

רואיק האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:
וועלכע ספעציפישע פראבלעם האסטו מורא קען זיך אנטוויקלען מיט דיין בחור'ל אויב האט ער פרייע צוטריט צום אינטערנעט?

פארשידנס. וואטס יור פויאנט?

כ'וועל דיר שוין זאגן. קודם ביטע געב מיר איין שורה צו מסביר זיין וועלכע חלק ספעציפיש האסטו מורא אז דיין בחור'ל איז נישט געראטן צו האבן אינטערנעט עקסעס?
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 789 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך רואיק » מאנטאג מערץ 26, 2012 3:31 pm

שרגא האט געשריבן:
רואיק האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:
וועלכע ספעציפישע פראבלעם האסטו מורא קען זיך אנטוויקלען מיט דיין בחור'ל אויב האט ער פרייע צוטריט צום אינטערנעט?

פארשידנס. וואטס יור פויאנט?

כ'וועל דיר שוין זאגן. קודם ביטע געב מיר איין שורה צו מסביר זיין וועלכע חלק ספעציפיש האסטו מורא אז דיין בחור'ל איז נישט געראטן צו האבן אינטערנעט עקסעס?

די אינטערנעט איז פול מיט כל ערליי שטותים און מ׳דארף צוגיין דערצו מיט א מהלך פון תוכו אכל קליפתו זרק. א יונג בחור׳ל איז נאך נישט דעוועלאפט גענוג. לויט לעצטיגע ברעין סקענס ווערט די מוח ערשט אינגאנצן אנטוויקלט ביי די פיר און צוואנציג, ואם אין דעת הבדלה מנין...
באניצער אוואטאר
רואיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 3:55 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך שרגא » מאנטאג מערץ 26, 2012 3:49 pm

אקעי, רואיק, דו ווילסט נישט ארויסזאגן קלאר וועלכע פראבלעם דער אינטערנעט קען פירן צו דיין קינד, וועל איך מוזן צוקומען צום פונקט.
איך האב געקלערט אז אויב איך זאל אנהייבן מיט לאנגע הסבירים איבער די רוחנית'דיגע געפארן פונעם אינטערנעט, וועסטו אלץ קענען מסביר זיין עפעס פארקערט און פארואוס עס איז נישט קיין פראבלעם. צו שפארן צייט און ווערטער, האב איך ענדערש געוואלט הערן איין נקודה וואס דאס ביסטו כאטש אויך מודה אז עס קען זיין א געפאר פאר דיין קליינעם בחור'ל, און דאן קען איך דיר גרינגער פארשטיין געבן אז גענוי די זעלבע פראבלעם איז אויך פאר "גרויסע מענטשן".
יעצט וואס איך האב געקענט ארויסקראצן פון דיר איז אז "די אינטערנעט איז פול מיט כל ערליי שטותים און מ׳דארף צוגיין דערצו מיט א מהלך פון תוכו אכל קליפתו זרק. א יונג בחור׳ל איז נאך נישט דעוועלאפט גענוג. לויט לעצטיגע ברעין סקענס ווערט די מוח ערשט אינגאנצן אנטוויקלט ביי די פיר און צוואנציג, ואם אין דעת הבדלה מנין...". יעצט וויל איך דיר פרעגן, דו האלטסט טאקע אז גרעסערע מוחות האבן יא דעם שכל צו קענען מבחין זיין צווישן די כל ערליי שטותים און קענען יא אויסזויגן דאס עסן און אוועקווארפן די שאלעכץ? אדער האבן דען די ערוואקסענע יא די גבורה צו קענען אויסמיידן די שקאצעריי, און טאקע טאג איין און טאג אויס? האלטסט טאקע אז דער אינטערנעט קען נישט אוועקפירן דעם עלטערן מענטש אין כאזעריי שטאל אדער כפירה קלויז?
דו קלערסט טאקע אז די סכנה שטעלט זיך אפ ווען מ'ווערט פיר און צוואנציג? כ'מיין אז כהיום דארף אונזער וויכוח מער נישט זיין קיין פילאזאפישער וויכוח נאר א טריקענע סייענס. ווילסט נעמען א סטאטיסטיק וואס דער אינטערנעט האט שוין "אויפגעטאן"? און איך רעד נישט פון בחורים, נאר טאקע פון ערוואקסענע. סאו פארוואס זאלסטו טענה'ן אז דו האלטסט נישט אז עס איז קיין שום רוחניותדיגע סכנה?
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 789 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך קארל » מאנטאג מערץ 26, 2012 4:04 pm

שרגא, יו לאסט מי. איך האלט קלאר אז ערוואקסענע מענטשן דארפן זיין בכח צו קענען האבן דעם אינטערנעט און זיך ספראווען מיט די פאטענציאלע פראבלעמען. איבער דער וועלט הערט מען בכלל נישט אז דער אינטערנעט זאל מאכן אזעלכע חורבנות, פארקערט עס ברענגט גאר גוטע זאכן פאר יעדן. יא, אמת, ביי חרדישע אידן האט עס געברענגט גרויסע פראבלעמען, אריינגערעכנט כפירה, זנות און גיטין, אבער דאס איז נישט א רעזולטאט פון דעם אינטערנעט פער סעי, נאר א קאנסעקווענץ פון אונזער פארמאכטן חינוך. פוק חזי די סטאטיסטיקס פון חרדישע גיטין אין די לעצטע פופצן יאר - בעת ביי חרדים האט זיך עס שטארק פארמערט, איז עס אין אלגעמיין געבליבן זייער סטאביל.
אויף דעם ארויף זאג איך אז חינוך איז די עצה, און איך מיין נישט אז מ׳זאל ״מחנך״ זיין ווי שעדליך דער אינטערנעט איז, נאר א שפאגל נייעם חינוך סיסטעם וואס רייסט ארויס דעם לעצטיגן סיסטעם פון פארמאכטקייט און מיסאינפארמאציע.
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
קארל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:09 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 467 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך שרגא » מאנטאג מערץ 26, 2012 4:11 pm

קארל האט געשריבן:שרגא, יו לאסט מי. איך האלט קלאר אז ערוואקסענע מענטשן דארפן זיין בכח צו קענען האבן דעם אינטערנעט און זיך ספראווען מיט די פאטענציאלע פראבלעמען. איבער דער וועלט הערט מען בכלל נישט אז דער אינטערנעט זאל מאכן אזעלכע חורבנות, פארקערט עס ברענגט גאר גוטע זאכן פאר יעדן. יא, אמת, ביי חרדישע אידן האט עס געברענגט גרויסע פראבלעמען, אריינגערעכנט כפירה, זנות און גיטין, אבער דאס איז נישט א רעזולטאט פון דעם אינטערנעט פער סעי, נאר א קאנסעקווענץ פון אונזער פארמאכטן חינוך. פוק חזי די סטאטיסטיקס פון חרדישע גיטין אין די לעצטע פופצן יאר - בעת ביי חרדים האט זיך עס שטארק פארמערט, איז עס אין אלגעמיין געבליבן זייער סטאביל.
אויף דעם ארויף זאג איך אז חינוך איז די עצה, און איך מיין נישט אז מ׳זאל ״מחנך״ זיין ווי שעדליך דער אינטערנעט איז, נאר א שפאגל נייעם חינוך סיסטעם וואס רייסט ארויס דעם לעצטיגן סיסטעם פון פארמאכטקייט און מיסאינפארמאציע.

קודם, צי ערוואקסענע דארפן זיין בכח זיך צו ספראווען מיט דעם אינטערנעט און צי אונזער סיסטעם איז נישט גוט, איז א באזונדערע טעמע. מען רעדט יעצט ווען דאס איז פאקטיש דער מציאות, אזוי וואקסט היינט אויף אונזער חרדישער דור, יעצט אויב דערווייל איז דער אינטערנעט א גרויסע סכנה פאר אזעלכע מוחות, ווילן זיך די פירער און עסקנים פון די וואס באלאנגען צו דער סיסטעם פרובירן קעיר נעמען פון דעם געפערליכן אינטערנעט פראבלעם. דאס שטערט דיך? (און כ'דיר שוין געזאגט דעם פונקט, אז אויב דו האלטסט אז עס איז דא נאך א פראבלעם, אפילו א גרעסערע, מיינט דאס נישט אז קיינער טאר זיך נישט פרובירן אפגעבן מיט אנדערע פראבלעמען וואס שטערט, אפילו עס איז לדעתך נאר א רעזולטאט פון עפעס גרעסער. יענער מעג פרובירן.)
יעצט אויב דו האלטסט נישט פון א פארמאכטן חינוך, מעגסטו אבער פארשטיין אז עס זענען דא אנדערע, און זיי זענען רובא דרובא, וואס זענען יא צופרידן און ווילן ווייטער אזוי אויפציען זייערע קינדער אויף דעם סיסטעם. איך און דו זענען נישט געמאכט זיי צו וועלן שטערן דערפון. וועם עס געפעלט נישט, קען זיך ארויסציען.
אגב, ביי די מאדערנע ארטאדאקסן איז מען נישט אזא פארמאכטע חינוך, און גיי געפין אויס צי זיי פלאגן זיך נישט מיט דעם אינטערנעט מגיפה.
און דזשאסט פאר די רעקארד, ווי ווייט איך געדענק איז די צאל גטין געשטיגן אויך אין דער אלגעמיינער וועלט, נאר עס איז דארט נישט קיין נייע ערשיינונג. ווי אויך פאלט אנשטאט דראסטיש די צאל וואס הייראטן בכלל, וואס איז ביי אונז נישט שייך, סאו עס פעלן שוין דארט נישט אזוי אויס קיין גטין.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 789 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג מערץ 26, 2012 4:23 pm

קארל, איך בין מיט דיר (מער-ווייניגער) מסכים.

שרגא האט א פאינט (הגם ער האט עס נישט דערזאגט) אז "למעשה" איז דער חרדי'שער סאסייעטי אויסגעשטעלט אז דער יחיד זאל פארן אויף א טרעק, אנשטאט אליין שפאנען אויפ'ן דרך החיים. דער אינטערנעט איז א פראבלעם, ווייל דארט איז נישטא קיין קאנטראל, במילא איז דער יחיד סך מער אויסגעשטעלט אראפצוקריכן פון דער באשטימטער ליניע. (איך בין נישט זיכער אז דאס האסטו, שרגא, געהאט אין זינען, והוא רחום יכפר וכו'.)

איך בין אבער פארט גענויגט צו טראכטן ווי קארל, ווייל "למעשה" איז דער אינטערנעט א פאקט; ס'איז א מציאות וואס איז דא און איז טייל פונעם לעבן. דערפאר קענען די אלטע מיטלען דא פשוט נישט קיין סך אויפטאן. איך קוק עס אן ווי מיר, די חרדי'שע געזעלשאפט, האלט אינמיטן טראנספארמירט ווערן. דער מהלך פון בויען מויערן און טאן אלעס וואס מעגליך צו פארשטאפן לעכער -- זיכער מאכן אז אלע בלייבן אינעווייניג און אז אינעווייניג זאל אלעס פארן ווי ס'דארף צו זיין, וועט נישט ארבעטן פאר צו לאנג נאך. דערפאר דארף דער פאקוס זיך פארקירעווען פון אנהאלטן דעם עולם צו אויפבויען יחידים בתורת יחידים. דער געוואונטשענער וועג וואלט געווען עפעס א מין מיזוג פון ביידן. וואס און וויאזוי, ווייס איך נישט. וואלט איך יא געוואוסט, וואלט איך דאך געזעצן ביים מייק אנשטאט שרייבן אין "קאווע שטיבל".
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1368 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג מערץ 26, 2012 4:29 pm

שרגא,

דערלויב מיך צו שפילן "טייוול'ס אדוואקאט". קארל און אנדערע זענען סקעפטיש צו דער אסיפה ווייל זיי האלטן אז דער פועל יוצא וועט זיין 1. א ריי גזירות, וואס 2. וועלן במילא נישט ברענגען קיין רעזולטאטן.

איך (דהיינו, נישט-טייוול, נישט-אדוואקאט) זאג עס נישט; איך האף אז די וואס שטייען אונטער דער אסיפה זענען מענטשן וואס צילן צו תכלית. איך טראכט נאר אז דאס איז די סיבה צו דער צינישער רעאקציע ביי א סך מענטשן - אריינגערעכנט ערנסטע יונגעלייט, וואס וואלטן זייער שטארק יא געוואלט זען עפעס א תיקון.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1368 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך שרגא » מאנטאג מערץ 26, 2012 4:38 pm

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:קארל, איך בין מיט דיר (מער-ווייניגער) מסכים.

שרגא האט א פאינט (הגם ער האט עס נישט דערזאגט) אז "למעשה" איז דער חרדי'שער סאסייעטי אויסגעשטעלט אז דער יחיד זאל פארן אויף א טרעק, אנשטאט אליין שפאנען אויפ'ן דרך החיים. דער אינטערנעט איז א פראבלעם, ווייל דארט איז נישטא קיין קאנטראל, במילא איז דער יחיד סך מער אויסגעשטעלט אראפצוקריכן פון דער באשטימטער ליניע. (איך בין נישט זיכער אז דאס האסטו, שרגא, געהאט אין זינען, והוא רחום יכפר וכו'.)

איך בין אבער פארט גענויגט צו טראכטן ווי קארל, ווייל "למעשה" איז דער אינטערנעט א פאקט; ס'איז א מציאות וואס איז דא און איז טייל פונעם לעבן. דערפאר קענען די אלטע מיטלען דא פשוט נישט קיין סך אויפטאן. איך קוק עס אן ווי מיר, די חרדי'שע געזעלשאפט, האלט אינמיטן טראנספארמירט ווערן. דער מהלך פון בויען מויערן און טאן אלעס וואס מעגליך צו פארשטאפן לעכער -- זיכער מאכן אז אלע בלייבן אינעווייניג און אז אינעווייניג זאל אלעס פארן ווי ס'דארף צו זיין, וועט נישט ארבעטן פאר צו לאנג נאך. דערפאר דארף דער פאקוס זיך פארקירעווען פון אנהאלטן דעם עולם צו אויפבויען יחידים בתורת יחידים. דער געוואונטשענער וועג וואלט געווען עפעס א מין מיזוג פון ביידן. וואס און וויאזוי, ווייס איך נישט. וואלט איך יא געוואוסט, וואלט איך דאך געזעצן ביים מייק אנשטאט שרייבן אין "קאווע שטיבל".

דיין פוינט איז זיכער טייל פון מיין פוינט, אבער דא האב איך נישט געוואלט פארקריכן מיט לאנגע הסבירים איבער אלע פראבלעמען פונעם אינטערנעט פאר אידן און חרדים בפרט, אבער רוב פונקטן זענען זעלבסטפארשטענדליך און פעלט נישט אויס קיין לאנגע הסבירים.
למעשה זאגסטו אויך אז לויט דיין מיינונג קען עס נישט ארבעטן צו לאנג. פיין. זענען דאך אבער דא אנדערע וואס זענען נישט גרייט צו זאגן פיין, אויפהייבן א ווייסע פאן און אונטערגעבן, זיי ווילן קעמפן מיט ציין און נעגל צו יא פרובירן אנהאלטן דעם סיסטעם פון זייערע עלטערן. קענסטו האבן טענות אויף זיי?
פאקטיש האלט מען דאך יעצט נישט ביי דעם שטאפל ווי זיי שרייען סתם "אינטערנעט פוי!", נאר שרייבן אלייין אפן אויף די פראפאגאנדע צעטלעך אז WE CAN"T LIVE WITHOUT IT, דאס הייסט זיי זעען דעם מציאות, קוקן עס אין פנים בלית ברירה, און ווילן יעצט פרובירן טאן וואס מעגליך צו מינימיזירן די שאדן. איז דאס א קריים? פארוואס זאל עס איינעם פון אונז שטערן? (אויסער אויב איינער איז שוין סייווי אנגעווייטאגט אויף דעם גאנצן סיסטעם, און יעצט מאכט אים שוין נישט אויס וואס ער זעט איינער טוט, עס איז נישט קיין חילוק צי א צעטל וועגן דעם עירוב, שמאלע קליידער, ווערעמיגע טרויבן, שטערן/שפאקטיוו. דאס אלעס איבלט אים. יעצט ווען עס קומט א נארמאלע מערכה ווי אזא זאך וועגן אינטערנעט, וואס יעדער דארף ווען פארשטיין אז דאס איז עפעס וואס פארלאנגט אן ערנסטע מערכה, מאכט מען נישט קיין אונטערשייד און אויך דאס מוז מען אפלאכן און אוועקמאכן.)
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 789 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך שרגא » מאנטאג מערץ 26, 2012 4:46 pm

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:שרגא,

דערלויב מיך צו שפילן "טייוול'ס אדוואקאט". קארל און אנדערע זענען סקעפטיש צו דער אסיפה ווייל זיי האלטן אז דער פועל יוצא וועט זיין 1. א ריי גזירות, וואס 2. וועלן במילא נישט ברענגען קיין רעזולטאטן.

איך (דהיינו, נישט-טייוול, נישט-אדוואקאט) זאג עס נישט; איך האף אז די וואס שטייען אונטער דער אסיפה זענען מענטשן וואס צילן צו תכלית. איך טראכט נאר אז דאס איז די סיבה צו דער צינישער רעאקציע ביי א סך מענטשן - אריינגערעכנט ערנסטע יונגעלייט, וואס וואלטן זייער שטארק יא געוואלט זען עפעס א תיקון.

זייער שיין סאמערייזט.
יעצט איך האלט אז מען דארף זיי געבן א שאנס. לאמיר זיי נישט גלייך אויסלעשן דעם מייק נאך איידער די דרשה, נאר לאמיר זיי לאזן קומען צום ווארטן און זען וואס זיי גייען פרובירן טאן.
אויך, וויבאלד עס רעדט זיך פון אזא ערנסטע זאך וואס קען ממש אפעקטירן דעם גאנצן צוקונפטיגן דור, ווייל רעאליסטיש גערעדט וועלן אין עטליכע יאר רוב בחורימלעך קענען האבן אומזיסט א סמארט-פאון אין טאש, סאו אויב איינער האט אביסל ערנסטקייט און וויל אז די צוקונפטיגע דורות זאלן זיך האלטן, נישט דוקא צום ויואל משה נאר צום שו"ע, וואלט נישט געדארפט אוועקמאכן אזא מערכה מיט א ביטול, אפגעזען אלע שיינע תירוצים פארוואס מען האט נישט ליב "וויאזוי" מען מאכט די מערכה. איך פריי מיך אז עס איז דא איינער וואס פרובירט כאטש עפעס טאן.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 789 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג מערץ 26, 2012 4:52 pm

שרגא,

נישט אז אונזער סיסטעם פון זיין חרדישע אידן וועט נישט ארבעטן פאר צו לאנג, נאר דער אופן וויאזוי מיר פארזיכערן אז די חרדישע געזעלשאפט ווי א געזעלשאפט זאל בלייבן ווי זי איז.

אויפהייבן א ווייסע פאן? חלילה. ביי אונז אין פראנקרייך האט מען פון ווייסע פענער געווייכט ווי פונעם טייוול. איך רעד פון דווקא יא קאנפראנטירן די פראבלעם, נאר מיט דעם ריכטיגן מהלך. און ס'איז יתכן -- כ'האף זייער שטארק -- אז זיי האבן דעם מהלך.

איך האב נישט געזען דעם צעטל we can't live without it. ס'זאגט טאקע עפעס. אולי יש תקוה.

וואס יא, אויב וועט די אסיפה זיין נאך א רינגעלע אין דער קייט פון עירוב/שטערן מערכות, דעמאלט וועט מען האבן פארפאסט א געלעגנהייט גורם געווען א סך שאדן פאר צוקונפטיגע אינציאטיווען.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1368 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג מערץ 26, 2012 4:55 pm

שרגא האט געשריבן:זייער שיין סאמערייזט.
יעצט איך האלט אז מען דארף זיי געבן א שאנס. לאמיר זיי נישט גלייך אויסלעשן דעם מייק נאך איידער די דרשה, נאר לאמיר זיי לאזן קומען צום ווארטן און זען וואס זיי גייען פרובירן טאן.
אויך, וויבאלד עס רעדט זיך פון אזא ערנסטע זאך וואס קען ממש אפעקטירן דעם גאנצן צוקונפטיגן דור, ווייל רעאליסטיש גערעדט וועלן אין עטליכע יאר רוב בחורימלעך קענען האבן אומזיסט א סמארט-פאון אין טאש, סאו אויב איינער האט אביסל ערנסטקייט און וויל אז די צוקונפטיגע דורות זאלן זיך האלטן, נישט דוקא צום ויואל משה נאר צום שו"ע, וואלט נישט געדארפט אוועקמאכן אזא מערכה מיט א ביטול, אפגעזען אלע שיינע תירוצים פארוואס מען האט נישט ליב "וויאזוי" מען מאכט די מערכה. איך פריי מיך אז עס איז דא איינער וואס פרובירט כאטש עפעס טאן.

איך זאג: אמן. לו יהי כדבריך. איך וועל נישט נאר נישט לעשן, נאר בין גרייט צו האלטן דעם מייק פארן בעל דרשן.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1368 מאל

Re:

הודעהדורך קול גדול » מאנטאג מערץ 26, 2012 5:13 pm

amechiya האט געשריבן:האסט דאך געענטפערט ממש צום זאך.

ווען מ'רעדט פון די חרבנות וואס די איטערנעט מאכט אן, רעדט מען וואס איז נוגע פאר אונז און על בנינו ועל דורותינו, און נישט פון די גוישע וועלט. חז"ל האבן אונז געלערנט הרחק מן הכיעור ודומה לו, מיטן אינטערנעט ברענגט מען עס אריין אין שטוב, פארדעם פעלט זיך אויס א פילטער פאר זיך, און מאכן זיכער אז די קינדער האבן בכלל נישט קיין צוטריט דערצו.

אונז האבן פונקט די זעלבע רעכטן ווי יעדער, למה נגרע? פארוואס זאלן אונז נישט קענען געניסן פון אזעלכע עלעמענטארע רעכטן ווי פרייהייט פון אינפארמאציע אן קיין צענזור, פרייהייט פון אויסדרוק, א.א.וו
אזויווי ס'שטייט אין די תורה וקראת דרור בארץ, ס'זאל זיין פרייהייט אינעם לאנד, נישט קיין דיקטאטורישע הערשאפט וואס האלט אונז פארשפארט ווי קנעכט.
קול גדול
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

Re: Re:

הודעהדורך chasid » מאנטאג מערץ 26, 2012 5:46 pm

קול גדול האט געשריבן:

ARE YOU JEWISH??
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:02 am
האט שוין געלייקט: 172 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

Re: Re:

הודעהדורך amechiya » מאנטאג מערץ 26, 2012 5:47 pm

קול גדול האט געשריבן:
amechiya האט געשריבן:האסט דאך געענטפערט ממש צום זאך.

ווען מ'רעדט פון די חרבנות וואס די איטערנעט מאכט אן, רעדט מען וואס איז נוגע פאר אונז און על בנינו ועל דורותינו, און נישט פון די גוישע וועלט. חז"ל האבן אונז געלערנט הרחק מן הכיעור ודומה לו, מיטן אינטערנעט ברענגט מען עס אריין אין שטוב, פארדעם פעלט זיך אויס א פילטער פאר זיך, און מאכן זיכער אז די קינדער האבן בכלל נישט קיין צוטריט דערצו.

אונז האבן פונקט די זעלבע רעכטן ווי יעדער, למה נגרע? פארוואס זאלן אונז נישט קענען געניסן פון אזעלכע עלעמענטארע רעכטן ווי פרייהייט פון אינפארמאציע אן קיין צענזור, פרייהייט פון אויסדרוק, א.א.וו
אזויווי ס'שטייט אין די תורה וקראת דרור בארץ, ס'זאל זיין פרייהייט אינעם לאנד, נישט קיין דיקטאטורישע הערשאפט וואס האלט אונז פארשפארט ווי קנעכט.

סארי, ס'נישט דא קיין דיסלייק אפשען

דו זוכסט פרייהייט? די זעלבע פרייהייט וואס די געמיינע אמעריקאנע שקצים זוכן? זיי שרייען אויך למה נגרע.

מיר זאגן פסח "הוציאנו מעבדות לחירות" וואספארא חירות/פרייהייט האבן אידן באקומען? אז אונז זעמיר געווארן משועבד לה' ולתורתו! דאס איז אונזער חירות אונזער פרייהייט!

ווען דו באקומסט "פרייהייט" אינעם אינטערנעט, גייסטו צוריק אריין אין שיעבוד מצרים, מ'ווערט משוקע אין די גרעסטע טמאות מצרים!

כלל ישראל דארף פרייהייט, פריי פון נסיונות, פריי פון מושחתות, אונז וויל מיר זיין משועבד צו השי"ת!
באניצער אוואטאר
amechiya
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

Re: Re:

הודעהדורך קול גדול » מאנטאג מערץ 26, 2012 7:00 pm

chasid האט געשריבן:ARE YOU JEWISH??

די שאלה איז וואס באטראכסטו אלץ JEWISH? און דאן גייט מען אריין אין די סוגיה פון מיהו יהודי וואס איז שוין א באזונדערע נושא אינגאנצן. איז פארוואס פארדרייען דעם אשכול, דא רעדט מען פון צוטריט צו טעכענאלאגיע און דעם אינטערנעט.
קול גדול
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך רואיק » מאנטאג מערץ 26, 2012 8:16 pm

שרגא האט געשריבן:אקעי, רואיק, דו ווילסט נישט ארויסזאגן קלאר וועלכע פראבלעם דער אינטערנעט קען פירן צו דיין קינד, וועל איך מוזן צוקומען צום פונקט.
איך האב געקלערט אז אויב איך זאל אנהייבן מיט לאנגע הסבירים איבער די רוחנית'דיגע געפארן פונעם אינטערנעט, וועסטו אלץ קענען מסביר זיין עפעס פארקערט און פארואוס עס איז נישט קיין פראבלעם. צו שפארן צייט און ווערטער, האב איך ענדערש געוואלט הערן איין נקודה וואס דאס ביסטו כאטש אויך מודה אז עס קען זיין א געפאר פאר דיין קליינעם בחור'ל, און דאן קען איך דיר גרינגער פארשטיין געבן אז גענוי די זעלבע פראבלעם איז אויך פאר "גרויסע מענטשן".
יעצט וואס איך האב געקענט ארויסקראצן פון דיר איז אז "די אינטערנעט איז פול מיט כל ערליי שטותים און מ׳דארף צוגיין דערצו מיט א מהלך פון תוכו אכל קליפתו זרק. א יונג בחור׳ל איז נאך נישט דעוועלאפט גענוג. לויט לעצטיגע ברעין סקענס ווערט די מוח ערשט אינגאנצן אנטוויקלט ביי די פיר און צוואנציג, ואם אין דעת הבדלה מנין...". יעצט וויל איך דיר פרעגן, דו האלטסט טאקע אז גרעסערע מוחות האבן יא דעם שכל צו קענען מבחין זיין צווישן די כל ערליי שטותים און קענען יא אויסזויגן דאס עסן און אוועקווארפן די שאלעכץ? אדער האבן דען די ערוואקסענע יא די גבורה צו קענען אויסמיידן די שקאצעריי, און טאקע טאג איין און טאג אויס? האלטסט טאקע אז דער אינטערנעט קען נישט אוועקפירן דעם עלטערן מענטש אין כאזעריי שטאל אדער כפירה קלויז?
דו קלערסט טאקע אז די סכנה שטעלט זיך אפ ווען מ'ווערט פיר און צוואנציג? כ'מיין אז כהיום דארף אונזער וויכוח מער נישט זיין קיין פילאזאפישער וויכוח נאר א טריקענע סייענס. ווילסט נעמען א סטאטיסטיק וואס דער אינטערנעט האט שוין "אויפגעטאן"? און איך רעד נישט פון בחורים, נאר טאקע פון ערוואקסענע. סאו פארוואס זאלסטו טענה'ן אז דו האלטסט נישט אז עס איז קיין שום רוחניותדיגע סכנה?

ערשטנס וויל אייך באדאנקען ר' שרגא פאר א mature שמועס אין אזא controversial טעמע.

יעצט צום ענין, קארעקט מי איף איים ראנג. לויט ווי איך פארשטיי קען מען צוטיילן דיין תגובה אין פיר מאמרים.

1. עקספואזשער צו פארנאגראפיע איז אן ערענסטע פראבלעם.
2. ערוואקסענע מענטשען זענען נישט מער ווי 14 יעריגע בחורים לגבי אינטערנעט.
3. אפילו אויב אן ערוואקסענער קען זיך אלגעמיין יא באהערשן קען ער אבער דורכפאלען אין א שוואכע מינוט.
4. אונזער געזעלשאפט איז נישט עקוויפד צו הענדלען עקספואזשער צו כפירה.

איך וועל פראבירן צו ענפערן לויטן סדר..

1. אונזער אלערגיע צו אזוינע ענינים איז א נייע ערשיינונג וואס ווערט אלץ ערגער און ערגער (בורקעס וכדו'). אין תנ"ך, אין משניות און גמרא, זעהט מען פיל מאמרים וואס היינט וואלט מען געשריגן "פוי שייגעץ ארויס". מען האט זיך קיינמאל נישט דערשראקן אז קינדער פארשטייען דברים שבין איש לאשתו. ווען די משנה זאגט בן חמש למקרא שטייט נישט אז מ'זאל אויסלאזן "והאדם ידע את חוה". אין די צייטן פון חזקיהו המלך שטייט בדקו מדן ועד באר שבע ולא מצאו תינוק ותינוקת איש ואשה שלא היו בקיאין בהלכות טומאה וטהרה. ווילסט מיר זאגן אז מ'האט אויסגעלאזט געוויסע חלקים פון הלכות טומאה וטהרה? ווען מ'דערציילט אויף געוויסע צדיקים אז זיי האבן געקענט ד' חלקי שו"ע ביי די בר מצוה, ווילסטו זאגן אז מ'האט אויסגעלאזט געוויסע סימנים יו"ד ח"ב?

בנוגע נאקעטע בילדער... פון די כרובים ביז שער בלעטער, נישט נאר האבן מיר נישט געמאכט אן עסק פון נאקעטקייט און ראמאנטישע אילוסטראציעס, מיר האבן גאר דוקא גענוצט אזעליכע געשטאלטן, און אין די הייליגסטע מקומות ביי אונז.

עס זענען דא וואס ווילן מסביר זיין אז אונזער היינטיגע עקסטרעמקייט אין די ענינים איז א תוצאה פון די לאנגע גלות וואס מיר האבן געשמאכט אין קריסטליכע לענדער. ביי די קריסטן טאר דער גלח נישט חתונה האבן ווייל איינער וואס איז נאנט צו גאט טאר נישט עוסק זיין אין אזעלכע נידריגע אקטיוויטעטן שבין איש לאשתו. ווי אויך איז סעקסועלע באציאונגען ביי זיי אפיציעל ערלויבט נאר בהכרח, און אויך נאר כדי צו האבן קינדער (נוסח גור). פארשטייט זיך אז אויב אידן האבן געוואלט אז דער אנשטענדיגער גוי זאל זיי רעספעקטירן האבן זיי געמוזט מיטהאלטן מיט אזעלכע שטימונגען. און אזוי האבן אזעלכע ווינטן אנגעהויבן בלאזן ביי אונז ביז היינט...

היוצא לנו מזה, די פחד פון די איידעלע ענינים ביי אונז איז אומנייטיק at best און פרעמד (קאטויליש) at worst.

2. אזעלכע וואס האבן אדיקטיוו טענדענסיז זענען טאקע פונקט ווי קינדער ווען עס קומט צו די אינטערנעט, אלקאהאל, און פעין קילערס וכדו'. זיי דארפן טאקע אן אנדערן צוגאנג צו אזעלכע זאכן. זיי זאלן זיך אדורכדעדן מיט א דאקטאר און אן אדיקשען ספעציאליסט.

3. אויף א שוואכע מינוט שטייט שוין ילבש שחורים וכו'. נאך שטערקער, די אינטערנעט איז פונקט גוט פאר די שוואכע מינוטן ווי ס'ווערט געברענגט אז ענדערש זאל מען טוהן וואס מ'דארף זיך צו בארוהיגן ווי איידער טוהן בעילות אסורות ח"ו.

4. אויב ווילסטו בויען אזא אידישקייט וואס קען זיך נאר האלטן אויב דער עולם ווערט געהאלטן סטופיד און פארשפארט אין א קלאזעט, גוד לאק טו יו.

צו די אלע וואס האבן אלץ אין טראנק גרייט פעך און שוועבל, איך קען שוין פארזעהן די טויטע קללות וואס עטץ גייט אנהייבן שיטן אויף מיר. אבער טראכט אריין וועט איר זעהן אז איך רעדט פראקטיש און צו דער זאך. איר זענט נאר נישט געוואוינט צו אזא מין וועג פון טראכטן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רואיק אום מיטוואך מערץ 28, 2012 7:19 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רואיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 3:55 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 8:24 pm

בילד

האט דאס אויך מיט די כינוס כלל ישראל קאמפיין, אדער איז דאס א צווייטע סעקטע?
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1476 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך happy » מאנטאג מערץ 26, 2012 8:28 pm

רואיק האט געשריבן:
3. אויף א שוואכע מינוט שטייט שוין ילבש שחורים וכו'. נאך שטערקער, די אינטערנעט איז פונקט גוט פאר די שוואכע מינוטן ווי ס'ווערט געברענגט אז ענדערש זאל מען טוהן וואס מ'דארף זיך צו בארוהיגן ווי איידער טוהן בעילות אסורות ח"ו.

ר"ל מהאי דעתא
happy
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 11, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך קארל » מאנטאג מערץ 26, 2012 8:57 pm

שרגא האט געשריבן:אקעי, קארל, יעצט פארשטיי איך בעסער דיין שיטה דא. נאר אייניגע פונקטן: קענסט אראפלייגן די ווילדע עדס ווי זיי האלטן דעם עולם פאר בהמות, אדער ענדערש ווייל זיי קענען אונזער עולם און ווייסן (ליידער) אז פאקטיש וועט דאס די בעסטע ארבעטן ביי רוב עולם. כ'בין זיכער אז דאס האט טאקע די מערסטע געצויגן די אויג פון אונזערע סארט מענטשן. א "היינטיגע" סארט טעכנאלאגישע עד, וואלט אויסדריקליך קיין רושם אויף קיינעם געמאכט.

אין אנדערע ווערטער, דיין טענה איז אז זיי מאכן נישט קיין בלבול אז מיר זענען בהמות, נאר מיר זענען טאקע! און דאס פארענטפערט די ערשיינונג פון אזא עד:

בילד

שרגא האט געשריבן:צו זאגן 50 טויזנט, ווען עס האט 42 טויזנט איז לדעתי א קליינער ליגנט. זיי רעכענען דאך אז ארום 20 פראצענט וועלן קומען און גיין, סאו, עכ"פ לויט זייער חשבון, וועט קענען אריבער מער ווי 50 טויזנט.

אויף "קול מבשר" האט ארי פרענקל מסביר געווען אז עס איז פאראן איבער פופציג טויזנט "פלעצער". א גראבער שקר. און דו האסט נישט אדרעסירט דעם עיקר שקר וואס ווייזט אויף זייער צוגאנג - דאס אז אין אידיש האבן זיי געשריבן אז עס האבן זיך באטייליגט טויזנט רבנים און אין ענגליש זעקס הונדערט.

שרגא האט געשריבן:יעצט צוריק צום משל: ווען איך זע מיין הויז איז איינגעהילט אין פלאמען, אפילו דו קומסט צו לויפן ווי א שוטה בלויז מיט א פייער עקסטינגווישער, וועל איך דיך נישט באקוויטשען. איך פריי זיך אז קודם פרובירסט עפעס וואס האסט צו דער האנט. די זעלבע גיי איך נישט דא קומען מיט קריטיק, נאר אנשטאט זיך פרייען אז איינער הייבט אן זיין פארנומען און וויל כאטש פרובירן טאן עפעס וועגן די גרויסע פראבלעם ואוס באדראעט אונזער רוחניות'דיגן עקזיסטענץ.

און וואס איז אויב איך זע יענעם קומען מיט טעפלעך וואסער, ווייל מיט זיין נאאיוויטעט ווייסט יענער נישט אז וואסער פלאמט פשוט אויף דעם פייער? דאס זעלבע דא: א קאמפיין וואס איז מיוסד אויף דעם אז מיר זענען בהמות וועט נאר איבערצייגן די נישט-בהמות צווישן אונז אז עס איז נישט דא מיט וועמען צו גיין צום טיש. די רבנים און עסקנים זענען בלינד צום מצב, און האבן נישט קיין טראפ קוראזש צו פעיסן ריעליטי.
און צו ציטירן פשוט-קאמפליצירט: "אויב וועט די אסיפה זיין נאך א רינגעלע אין דער קייט פון עירוב/שטערן מערכות, דעמאלט וועט מען האבן פארפאסט א געלעגנהייט [און] גורם געווען א סך שאדן פאר צוקונפטיגע אינציאטיווען."
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קארל אום מאנטאג מערץ 26, 2012 9:20 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
קארל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:09 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 467 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך amechiya » מאנטאג מערץ 26, 2012 9:00 pm

רואיק האט געשריבן:צו די אלע וואס האבן אלץ אין טראנק גרייט פעך און שוועבל, איך קען שוין פארזעהן די טויטע קללות וואס עטס גייט אנהייבן שיטן אויף מיר. אבער טראכט אריין וועט איר זעהן אז איך רעדט פראקטיש און צו דער זאך. איר זענט נאר נישט געוואוינט צו אזא מין וועג פון טראכטן.

איך האב אין מיין טראנק צוויי גרויסע רענצלעך, איינס איז אנגעפילט מיט לייקס, און די אנדערע מיט דיסלייקס.

פאר אזא תגובה ווי דאס לייגט מען ארויף צוויי דיסלייקס, פארן שרייבן אזעלכע שטותים והבלים.
באניצער אוואטאר
amechiya
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך קארל » מאנטאג מערץ 26, 2012 9:07 pm

שרגא האט געשריבן:אגב, ביי די מאדערנע ארטאדאקסן איז מען נישט אזא פארמאכטע חינוך, און גיי געפין אויס צי זיי פלאגן זיך נישט מיט דעם אינטערנעט מגיפה.
און דזשאסט פאר די רעקארד, ווי ווייט איך געדענק איז די צאל גטין געשטיגן אויך אין דער אלגעמיינער וועלט, נאר עס איז דארט נישט קיין נייע ערשיינונג. ווי אויך פאלט אנשטאט דראסטיש די צאל וואס הייראטן בכלל, וואס איז ביי אונז נישט שייך, סאו עס פעלן שוין דארט נישט אזוי אויס קיין גטין.

פארנאגראפיע איז א פראבלעם פאר יעדן, און דערפאר דארף יעדער אנשטענדיגער מענטש האבן א פילטער, אבער פאר חרדים איז דער עצם אינטערנעט א פראבלעם אפילו מיט א פילטער, וויבאלד דער גאנצער חינוך איז געבויט אויף באהאלטן אינפארמאציע און מיסאינפארמירן.
פאלגנד זענען די גיטין ראטעס פאר אלגעמיינע מענטשן אין אוסטראליע פאר די לעצטע הונדערט יאר:
בילד
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
קארל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:09 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 467 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך קארל » מאנטאג מערץ 26, 2012 9:10 pm

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:איך בין אבער פארט גענויגט צו טראכטן ווי קארל, ווייל "למעשה" איז דער אינטערנעט א פאקט; ס'איז א מציאות וואס איז דא און איז טייל פונעם לעבן. דערפאר קענען די אלטע מיטלען דא פשוט נישט קיין סך אויפטאן. איך קוק עס אן ווי מיר, די חרדי'שע געזעלשאפט, האלט אינמיטן טראנספארמירט ווערן. דער מהלך פון בויען מויערן און טאן אלעס וואס מעגליך צו פארשטאפן לעכער -- זיכער מאכן אז אלע בלייבן אינעווייניג און אז אינעווייניג זאל אלעס פארן ווי ס'דארף צו זיין, וועט נישט ארבעטן פאר צו לאנג נאך. דערפאר דארף דער פאקוס זיך פארקירעווען פון אנהאלטן דעם עולם צו אויפבויען יחידים בתורת יחידים. דער געוואונטשענער וועג וואלט געווען עפעס א מין מיזוג פון ביידן. וואס און וויאזוי, ווייס איך נישט. וואלט איך יא געוואוסט, וואלט איך דאך געזעצן ביים מייק אנשטאט שרייבן אין "קאווע שטיבל".

פארקערט, לויט ווי דער חרדישער ערפארונג ווייזט, באלאנגט מען ביים מייק דווקא אויב מען ווייסט נישט.
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
קארל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:09 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 467 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך שמואל שלום שלמה » מאנטאג מערץ 26, 2012 9:14 pm

קארל האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:אגב, ביי די מאדערנע ארטאדאקסן איז מען נישט אזא פארמאכטע חינוך, און גיי געפין אויס צי זיי פלאגן זיך נישט מיט דעם אינטערנעט מגיפה.
און דזשאסט פאר די רעקארד, ווי ווייט איך געדענק איז די צאל גטין געשטיגן אויך אין דער אלגעמיינער וועלט, נאר עס איז דארט נישט קיין נייע ערשיינונג. ווי אויך פאלט אנשטאט דראסטיש די צאל וואס הייראטן בכלל, וואס איז ביי אונז נישט שייך, סאו עס פעלן שוין דארט נישט אזוי אויס קיין גטין.

פארנאגראפיע איז א פראבלעם פאר יעדן, און דערפאר דארף יעדער אנשטענדיגער מענטש האבן א פילטער, אבער פאר חרדים איז דער עצם אינטערנעט א פראבלעם אפילו מיט א פילטער, וויבאלד דער גאנצער חינוך איז געבויט אויף באהאלטן אינפארמאציע און מיסאינפארמירן.
פאלגנד זענען די גיטין ראטעס פאר אלגעמיינע מענטשן אין אוסטראליע פאר די לעצטע הונדערט יאר:
בילד

וואס איז געשען אין די 1970'ס און 1960'ס אז ס'האט אזוי ארויף געשאסן? די ווארל ווייד וועב, ניין?
באניצער אוואטאר
שמואל שלום שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:14 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט