טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

רעאגיר
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 689 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

די טעראר האט זיך אנגעפאנגן!! היינט איז מיין זין אהיימגעקומען פון חדר מיט א צעטעל אז מ'מוז קויפן א טיקעט פאר כינוס כלל ישראל. ס'דא א ענוועלאפ וואס מ'מיז צוריקשיקן, און מ'דארף מאכן א טשע"ק ביי איינס פון צוויי אפשענ'ס. איינס איז: "ביטע שיקט מיר א טיקעט". די צווייטע איז: "מיר האבן שוין געקויפט א טיקעט דורך אן אנדער מוסד (שם המוסד___________)"
דאס מיינט אז אויב מ'קויפט נישט פון די חדר מיז מען שרייבן ווי מ'קויפט יא!!
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך ידען »

יאנקל האט געשריבן:
ציוני האט געשריבן:און קול השופר איז בני יואל (ס'איז צו גרויס איך זאל דאס קענען צולייגן דא.)

טא, זיי אזוי גוט און שטעל עס ארויף אויף סקריבד אדער דראפבאקס אדער דא: http://freepdfhosting.com
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6779 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך געפילטע פיש »

וויליאמסבורגער האט געשריבן:די טעראר האט זיך אנגעפאנגן!! היינט איז מיין זין אהיימגעקומען פון חדר מיט א צעטעל אז מ'מוז קויפן א טיקעט פאר כינוס כלל ישראל. ס'דא א ענוועלאפ וואס מ'מיז צוריקשיקן, און מ'דארף מאכן א טשע"ק ביי איינס פון צוויי אפשענ'ס. איינס איז: "ביטע שיקט מיר א טיקעט". די צווייטע איז: "מיר האבן שוין געקויפט א טיקעט דורך אן אנדער מוסד (שם המוסד___________)"
דאס מיינט אז אויב מ'קויפט נישט פון די חדר מיז מען שרייבן ווי מ'קויפט יא!!

און וואס געשעט אויב מ'איגנארירט עס?
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1558 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שמואל הלוי »

וועלכע מוסד?
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך ידען »

וויליאמסבורגער האט געשריבן:די טעראר האט זיך אנגעפאנגן!! היינט איז מיין זין אהיימגעקומען פון חדר מיט א צעטעל אז מ'מוז קויפן א טיקעט פאר כינוס כלל ישראל. ס'דא א ענוועלאפ וואס מ'מיז צוריקשיקן, און מ'דארף מאכן א טשע"ק ביי איינס פון צוויי אפשענ'ס. איינס איז: "ביטע שיקט מיר א טיקעט". די צווייטע איז: "מיר האבן שוין געקויפט א טיקעט דורך אן אנדער מוסד (שם המוסד___________)"
דאס מיינט אז אויב מ'קויפט נישט פון די חדר מיז מען שרייבן ווי מ'קויפט יא!!

איך וועל דיר אויך געבן צוויי אפשען׳ס.

1) זאג ביסט אן ארוני (אויזער אויב דיין קינד לערענט ביי די אנדערע)

2) צאל דעם צענער און ווארף עס אוועק אויב ווילסט נישט joinען די fun...
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 689 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

די ענוועלאפ
בייגעלייגטע פיילס
convert.jpg
convert.jpg (47.1 KiB) געזען געווארן 1544 מאל
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 689 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

געפילטע פיש האט געשריבן:
וויליאמסבורגער האט געשריבן:די טעראר האט זיך אנגעפאנגן!! היינט איז מיין זין אהיימגעקומען פון חדר מיט א צעטעל אז מ'מוז קויפן א טיקעט פאר כינוס כלל ישראל. ס'דא א ענוועלאפ וואס מ'מיז צוריקשיקן, און מ'דארף מאכן א טשע"ק ביי איינס פון צוויי אפשענ'ס. איינס איז: "ביטע שיקט מיר א טיקעט". די צווייטע איז: "מיר האבן שוין געקויפט א טיקעט דורך אן אנדער מוסד (שם המוסד___________)"
דאס מיינט אז אויב מ'קויפט נישט פון די חדר מיז מען שרייבן ווי מ'קויפט יא!!

און וואס געשעט אויב מ'איגנארירט עס?

מ'וועט זעהן.....
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3690 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך יאנקל »

דער "פארווערטס" באריכטעט איבער דער קאנטער-דעמאנסטראציע קעגן דער סיטיפיעלד אסיפה:
פארווערטס האט געשריבן:פּלאַנירטער מאַסן־פּראָטעסט קעגן אינטערנעץ רופֿט אַרויס קאָנטער־דעמאָנסטראַציע

פֿון שׂרה־רחל שעכטער (‫אַמעריקע)

איין ציל פֿון דער קאָנטער־דעמאָנסטראַציע איז צו לאָזן דער חסידישער וועלט וויסן, אַז זייערע רבנים, בשותּפֿות מיטן ברוקלינער הויפּט־פּראָקוראָר, טשאַרלס הײַנס, באַשיצן די פֿרומע ייִדן, וואָס באַלעסטיקן קינדער, הגם הײַנס באַצייכנט זיך ווי אַ געטרײַער קעמפֿער לטובֿת די געליטענע קינדער. אויפֿן בילד: הײַנס (לינקס) און דער הויפּט־פּראָקוראָר פֿון סטאַטען־אײַלענד, דאַניעל דאָנאָוואַן, מעלדן וועגן אַ נײַעם באַריכט, וואָס ווײַזט ווי פֿאַרשפּרייט עס איז די פּראָבלעם פֿון באַלעסטיקן און פֿאַרנאַכלעסיקן קינדער אינעם שטאַט ניו־יאָרק.

רעאַגירנדיק אויף דער מעלדונג פֿון אַ גרופּע ניו־יאָרקער חסידישע פֿירער, אַז מע פּלאַנירט אַ מאַסן־דעמאָנסטראַציע קעגן די סכּנות פֿון דער אינטערנעץ אין דרײַ וואָכן אַרום, האָט אַ גרופּע ייִדישע אַקטיוויסטן דערצויגן אין דער חסידישער וועלט באַשלאָסן גלײַכצײַטיק דורכצופֿירן אַ קאָנטער־פּראָטעסט מיטן נאָמען The Internet is NOT the Problem, וועגן "די אמתע סכּנות וואָס באַדראָען די חסידישע באַפֿעלקערונג"; בפֿרט, דאָס באַשיצן די פֿרומע ייִדן, וואָס באַלעסטיקן קינדער.

לויט אַן אַרטיקל אין דער חסידישער צײַטונג, "אידישע טעגליכע נײַעס", וועלן צענדליקער טויזנטער מענטשן זיך באַטייליקן אין דער אַנטי־אינטערנעץ־מאַניפֿעסטאַציע, דעם 20סטן מײַ, אין "סיטיפֿילד", דער בייסבאָל־סטאַדיאָן פֿון דער ניו־יאָרקער בייסבאָל־מאַנשאַפֿט, די "מעטס", אין קווינז. די צײַטונג גיט צו, אַז די אָרגאַניזירער האָבן שוין געזאַמלט 1.5 מיליאָן דאָלאַר דערפֿאַר.

"דאָס וועט זײַן אַ מאַניפֿעסטאַציע, וואָס מע האָט נאָך קיין מאָל נישט געזען אין דער געשיכטע פֿון די פֿרומע ייִדן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן," איז געשטאַנען אין דער צײַטונג. "בעת דער פֿאַרזאַמלונג, וועט מען איבערגעבן אינפֿאָרמאַציע וועגן דער מלחמה פֿון כּלל־ישׂראל קעגן דער טעכנאָלאָגיע, וואָס באַדראָט די קדושה פֿון די ייִדישע היימען."

הגם אַ וואַקסנדיקע צאָל חסידים ניצן הײַנט די אינטערנעץ, זענען געוויסע פֿון זיי מסכּים מיט די רבנים, אַז די אינטערנעץ שאַפֿט אַ סכּנה פֿאַר דער קהילה. איינער, אַ סאַטמערער מיט פֿיר קינדער, האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז די געגנטן וווּ די חרדישע ייִדן האָבן זיך באַזעצט, האָבן תּמיד געהאַט ווירטואַלע ווענט אַרום זיי, וואָס האָבן זיי באַשיצט פֿון די דרויסנדיקע השפּעות. "די דאָזיקע ווענט זענען גוט געווען ביז דער אינטערנעץ. יעצט קען יעדער לייענען וואָס מען וויל, שמועסן מיט וועמען מען וויל, איבער וועלכע טעמעס מען וויל — און נישט מורא האָבן פֿאַר קיינעם."

"איך זאָג נישט, אַז עס זענען נישטאָ קיין פּראָבלעמען מיט דער אינטערנעץ," האָט אַרי מאַנדעל (באַקאַנט אויף "פֿייסבוק" ווי "רחמנא־לצלן"), דער אָרגאַניזירער פֿון דער קאָנטער־דעמאָנטסראַציע, געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". "אָבער ווי אַזוי קענען זיי אויסגעבן מיליאָנען דאָלאַר פֿאַר אַזאַ אַסיפֿה, ווען די אַלע יאָרן האָט מען נישט געהאַט קיין איין אַסיפֿה וועגן דער באַלעסטיקונג פֿון קינדער? די רבנים פֿאַרדאַמען ליפּע שמעלצער [אַ פּאָפּולערער חסידישער זינגער] ווײַל זײַנע לידער זענען צו מאָדערן, אָבער ביז איצט האָט מען נאָך נישט געלייגט אין חרם קיין איין באַלעסטיקער.

"יאָרן לאַנג האָבן די געליטענע פֿון ********* און פֿיזישער באַלעסטיקונג געפּרוּווט פּועלן בײַ דער פֿירערשאַפֿט מיט גוטן," האָט מאַנדעל באַמערקט. "זיי האָבן זיך געטראָפֿן מיט די רבנים אויף פֿאַרשידענע זיצונגען אויף דער טעמע. אָבער די רבנים האָבן גאָר נישט געטאָן וועגן דעם. זיי עצהן די געליטענע ווײַטער בלויז צו רעדן מיט אַ רבֿ, אַנשטאָט צו גיין צו דער פּאָליציי. דערפֿאַר מאַכן מיר אונדזער אייגענע מאַניפֿעסטאַציע. ס׳וועט שוין מער נישט זײַן מעגלעך פֿאַר זיי אַוועקצומאַכן דעם ענין."

מאַנדעל האָט צוגעגעבן, אַז די קאָנטער־דעמאָנסטראַציע איז סײַ פֿאַר די פֿרומע, און סײַ פֿאַר די פֿרײַע. "עס האָט נישט [צו טאָן] מיט רעליגיע אָדער גאָט; נאָר מיט אַ קאָרופּטירטער סיסטעם," האָט ער דערקלערט.

דער קאַמף קעגן ********* באַלעסטיקונג אין דער פֿרומער וועלט איז נאָך מער צעהיצט געוואָרן מיט צוויי וואָכן צוריק, ווען דער ביוראָ פֿונעם ברוקלינער הויפּט־פּראָקוראָר ("די־איי"), טשאַרלס הײַנס, האָט געמאָלדן, אַז מע מעג באַשיצן די אידענטיטעט פֿון די פֿרומע ייִדן, וועלכע זענען באַשולדיקט, אַרעסטירט אָדער פֿאַרמישפּט געוואָרן פֿאַר האָבן ******* באַלעסטיקט קינדער, ווײַל אין אַזאַ ענגער סבֿיבֿה ווי די חסידישע, וואָלט דאָס אַנטפּלעקן די נעמען פֿון די באַלעסטיקער געקאָנט גורם זײַן דאָס אַנטפּלעקן די נעמען פֿון די געליטענע. (אין פֿאַלן, וווּ דער פֿאַרדעכטיקטער איז נישט קיין פֿרומער ייִד, וואָלט דער פּראָקוראָר יאָ אָנגערופֿן זײַן נאָמען.)

דער הויפּט־פּראָקוראָר האָט אַרויסגעלאָזט די דערקלערונג נאָך דעם ווי דער Forward און אַנדערע צײַטונגען האָבן געהאַט געבעטן אָנצורופֿן די נעמען פֿון די 85 פֿרומע ייִדן, וועלכע זענען במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע דרײַ יאָר אַרעסטירט געוואָרן צוליב ********* באַלעסטיקונג. דער פּראָקוראָר האָט אָנגעקליבן די נעמען דורך "קול צדק" — אַ בשותּפֿותדיקער פּראָיעקט פֿון זײַן ביוראָ און אַ צאָל פֿרומע אָרגאַניזאַציעס, וואָס זייער ציל איז צו מוטיקן די געליטענע פֿון ********* באַלעסטיקונג צו פֿאַרבינדן זיך טעלעפֿאָניש מיט אַ געוואַלד־ליניע ("האַט־לײַן") אָדער זיך ווענדן צו סאָציאַלע אַרבעטער וועגן דעם.

דער Forward האָט געבעטן די אינפֿאָרמאַציע בײַם פּראָקוראָר אויפֿן סמך פֿונעם ניו־יאָרקער Freedom of Information Act — דאָס געזעץ וואָס דערלויבט צו אַנטפּלעקן די נישט־פּובליקירטע אינפֿאָרמאַציע, וואָס ווערט קאָנטראָלירט דורך דער אַמעריקאַנער רעגירונג.

הגם "קול צדק" מוטיקט די געליטענע איבערצוגעבן די נעמען פֿון די אַטאַקירער, קוקן געוויסע קריטיקער קרום אויף דער פּראָגראַם, ווײַל זיי האַלטן, אַז ס׳איז בלויז אַ מיטל צו באַרויִקן די געליטענע און זייערע משפּחות, כּדי זיי זאָלן נישט גיין צו דער פּאָליציי.

יענקל יאַקאָב פֿון וויליאַמסבורג, אַ טאַטע פֿון זיבן קינדער, זאָגט, אַז די סיבה פֿאַר וואָס דער פּראָקוראָר דערלויבט די באַשיצונג פֿון די פֿרומע באַלעסטיקער איז, פּראָסט און פּשוט, ווײַל ווי אַ דערוויילטער, וויל ער פֿאַרזיכערן די שטימען פֿון דער חסידישער באַפֿעלקערונג. "די ברוקלין־חרדים האָבן צוועלף קינדער אין יעדער פֿאַמיליע און יעדער פּאָליטיקער, וואָס האָט דעם קאָפּ אויפֿן פּלאַץ, ווייסט זיך צושטעלן צו זייערע קאַפּריזן. די לעצטע פּאָר יאָר טוט זיך אַן אויפֿוואַכונג פֿון אַרעסטירן פֿעטערס און מלמדים און סתּם מנובֿלים, וואָס באַלעסטיקן קינדער. פּונקט ווי עס גוייִשט זיך, אַזוי ייִדישט זיך. די קירכע האָט שוין אָנגעהויבן אויסרייניקן זייערע גלחים וואָס לאָקערן אויף קינדער, זיי ******* צו באַלעסטיקן. איז דאָך שוין די צײַט פֿאַר די הייליקע ייִדן אויכעט אַרויפֿציִען די הויזן, זיך צומאַכן די זיפּערס און אַרעסטירן די אַלע קרימינאַלן, זיי זאָלן אָפּגעבן דין וחשבון."

"דער ׳די־איי׳ זאָגט, אַז ער טוט עס צו באַשיצן די געליטענע אין דער פֿרומער קהילה, אָבער דאָס איז לעכערלעך," האָט געזאָגט יואל ענגלמאַן, אַ יונגערמאַן וואָס טענהט שוין יאָרן לאַנג, אַז קינדווײַז זענען ער און אַנדערע תּלמידים ******* באַלעסטיקט געוואָרן פֿונעם מנהל פֿון דער גרויסער סאַטמערער ישיבֿה אין וויליאַמסבורג, "ישיבֿה תּורה ויראה", הרבֿ אַבֿרהם רײַכמאַן, אָבער ביז אַהער האָבן די רבנים פֿאַרשוויגן דעם ענין. "די געליטענע האָבן נישט געבעטן דעם ׳די־איי׳ דאָס צו טאָן. פֿאַרקערט, מיר ווילן, אַז מע זאָל די באַלעסטיקער באַשטראָפֿן. די חסידים מיט וועמען איך האָב גערעדט זענען זייער אַנטוישט אינעם ׳די־איי׳."

יאַקאָב האַלט, אַז טשאַרלס הײַנס שטייט דווקא אין וועג פֿון רעפֿאָרם. "אָפֿיציעל זאָגט ער, אַז ער מיינט די טובֿה פֿון די אָנקלאָגער, אָבער דער עולם קויפֿט דאָס נישט."
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 1006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

וויליאמסבורגער האט געשריבן:די טעראר האט זיך אנגעפאנגן!! היינט איז מיין זין אהיימגעקומען פון חדר מיט א צעטעל אז מ'מוז קויפן א טיקעט פאר כינוס כלל ישראל. ס'דא א ענוועלאפ וואס מ'מיז צוריקשיקן, און מ'דארף מאכן א טשע"ק ביי איינס פון צוויי אפשענ'ס. איינס איז: "ביטע שיקט מיר א טיקעט". די צווייטע איז: "מיר האבן שוין געקויפט א טיקעט דורך אן אנדער מוסד (שם המוסד___________)"
דאס מיינט אז אויב מ'קויפט נישט פון די חדר מיז מען שרייבן ווי מ'קויפט יא!!

אויב קומט מיין יונגל אהיים מיט אזא צעטל, גיי איך זיכער נישט -- אפגעזען פון די קאנסעקווענצן. נישט נאר וועל איך דעם טיקעט נישט קויפן, נאר כ'וועל זיך מטריח זיין אנקלינגען דעם מנהל און אים איינמעלדן איבער מיין החלטה.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך משכיל »

די רבנים - עסקנים האבן אן אחריות צוצושטעלן חינוך פאר "אלע" קינדער פון שטאט, כתקנת ר' יהושע בן גמלא, און בפרט אז עס איז דא א איחוד הקהלות זיינען אלע צוזאמען פאראנטפארטליך פאר דעם, און זיי קענען נישט זאגען אז עס ווענד זיך וואס דער טאטע טוט ! אפילו ווען ער האט נישט געפילטערטע אינטערנעט, אדער ער וויל נישט גיין צו די "קינות",
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך גדעון »

אפשר בין איך נאאיוו, אבער איך מיין אז די גליונות פארשפרייט אין די בתי מדרשים איבער די אסיפה, איז א גרעסערע שאדן פאר די קינדער ווי די אסיפה וועט אמאל אויפטון פאר ערוואקסענע.

אזוי צו באשרייבן דעם אינטערנעט מיט אלע קליפערלעך וואס מקען אלץ טון און זעהן, און ווי געשמאק ס'איז, ווי מקען זיך אויסגעבן אא"וו, איז לדעתי בלויז א רייץ פאר די בחורים און יונגלעך וואס האבן ביז היינט קיין סך געוויסט איבערן אינטערנעט.

שוין אפגערעדט אז די אינהאלט איז געווען ריינע שטותים,
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1558 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שמואל הלוי »

גדעון פון וועלכע קונטרס רעדסטו? קול השופר?
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1558 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שמואל הלוי »

ראשעקאל האט געשריבן:די קונטרס וואס יאנקעל ברענגט דא איז א שוידער. די מענטשן וואס שרייבן דאס זענען ערשט קלאסישע שחצנים פון ערגסטן סארט. אומגלויבליך ווי זיי זענען ביזי מיט ״אונז״ - ווי הייליג ״מיר״ זענען. און קענען חלילה נישט זיצן מיט ״געשניטענע בערד״...

פארדעם מאכט מען די אסיפה אין די ימי הספירה ווען מען שניידט נישט די בערד ;) (קרעדיט: לכתחילה אריבער פון איי וועלט)
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3690 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך יאנקל »

דער קונטרס ״קול השופר״ איז ערגעץ דא אויף דעם וועב?
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך איינער »

איך האב געהערט אז מען האט געפרעגט ר׳ בן ציון באבוב, אויב ער גייט צו די אסיפה, האט ער געענטפערט אז ער וויל נישט זיצן ביים סקולנער רבי׳נס הכתרה דריי שעה.

איך ווייס נישט צו ס׳איז אמת די מעשה אבער א גוט ווארט איז עס זיכער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איינער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך gehlungen »

משה געציל האט געשריבן:דער בריוו וואס איז געדריקט אינעם איד פון די סאטמאר בי"ד, קוקט ענדערשט אויס וואו א המלצה בריוועל אויף סקולענער רבי', אשרינו שזכינו לכך אז זיי האבען מחליט געווען אז סקולענער רבי' איז יא א ערליכע איד...

That's exactly what it is. Rz"l has no plan to go or to send his chasidim to the KINUS :דיסלייק:
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2727
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1644 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך דולה ומשקה »

אויב עלטערן וועלען מחליט זיין, ווייסטו וואס, לאמיך אריין שיקען דעם צען דוללער אין שוין, ענדיקט זיך עס נישט מיט דעם, אז די שיקסט צען דוללער אוטומאטיש גייסטו באקומען א טיקעט מיט א ספעציעלע בארקאוד, ביים אריין קומען אין סיטי פיעלד וועלען זיי סקענען דעם בארקאוד, אין כאשר יעבור הזעם, וועלען זיי ויסען נאך צו גיין אויב האסטו זיך משתתף געוועהן אדער נישט.

אבער לאמיר זאגען איך ריק מיך אן אהין אן א טיקען, עלען זיי מיר נישט אריין לאזען.

ואגב, $10 פאר א טיקעט, פיר הונדרעט טויזענט טיקעטס ווערט פארקויפט מאכען זיי $400,000 - מאכען זיי לפי"ז טערער פרעשער אין אויך געלט, בבחינת רצחת וגם ירשת, וואס אפאר היציגע עסקנים צווינגען און מאכען משוגע אדמורים ורבנים בפרט אין דעם המון עם בפרט, מחלוקות ציווישן א חוג אידן מיט א אנדערע חוג. מהר"א זאגט ניין, קומט מהרי"י (מיט א צומעשנישט) שרייבט א בריעוו וואס איז נישט אהער אין נישט אהין, ליבאוויטש האבען זיי אן קיין טראפ בושה ארויס געשלאסען פון כלל ישראל, באבוב רמ"ד האט גע'חתמ'ט אוטומאטיש באבוב מהרב"ץ איגנארירט דעם גאנצע ענין.
דעק סקולענער רבי'ס יונגע זוהן, וויל פיל קרעדיט האט בשאט נפש ארויס געשטיפט דעם סקווירא רבי פון דעם מערכה, אין צו פאראייביגען דעם זוך אין די היסטוריה פון 'הצלת הדורות'.
א קונטרס אפצופרעגען דעם קונטרס "כינוס כלל ישראל' איז ארויס ערב שבת קודש, וואס איז לענ"ד א געהעריגע פשקעוויל אטקעגן מהר"א מסאטמאר, מיט נאך אזעלעכע גייט טאקע העלפען דעם מערכה. דעם יונגע ראצע זוהן פון סקולענער רבי, וכדומה לו, זיצט לעצטנס אויף היידפארק אין שרייבט און שרייבט האלט אין איין צוריק ענפערן וואס ער רעד זיך איין איז גרויס חכמה כאילו ער זארגט זיך אפילו מיט איין פראצענט אויף מיין זוהנ'ס עתיד. אזא ליצנות צו מאכען פון דיע מענטשהייט.
מיט ליצנות צו שרייבען אז נישט מער נישט ווייניגער אז האדמו"ר מפשעווארסט איז דער גדול שבגדולים בעניני קנאות אינעם היינטיגען דור, ער שרייבט נאך צו 'בחכמה ובמנין'. וואס ווייסט בן האדמו"ר מסקולען וועגען קנאות?

בהקדם זאל סקולען צומאכען זייער טוויטער אקאונט, אין אזוי אויך זייער פעיסבוק אקאונט, דערנאך זאל ער רעדען ווייטער, קשוט עצמך, טול קורה מבין עיניך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דולה ומשקה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך ידען »

איינער האט געשריבן:איך האב געהערט אז מען האט געפרעגט ר׳ בן ציון באבוב, אויב ער גייט צו די אסיפה, האט ער געענטפערט אז ער וויל נישט זיצן ביים סקולנער רבי׳נס הכתרה דריי שעה.

איך ווייס נישט צו ס׳איז אמת די מעשה אבער א גוט ווארט איז עס זיכער.

Stupid

סקולענע רבי דארף נישט קיינעםס הכתרה. ער גייט נישט ווערן גרעסער אדער קלענער מיט די כינוס.

אויב סע אמת, ווייזט עס וואס סע ליגט אין רב״צס קאפ אז יענער גייט האבן מער כבוד ווי איהם.

איך ממיין אבער אז ער איז קליגער פון דעם.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך ידען »

דולה ומשקה

וואס טוהט מען אז מע וויל נישט גיין?

איך האב געמיינט אז כעל פערטיג ווערן מיט צאלען די צען דאלער און שוין.

זעט אויס אז דו ווייסט וואס איך ווייס נישט. וואס גייט פאר מיט סקווירא רבי? וואס הייסט מע האט אים ארויסגעשטיפט פון די גאנצע זאך?

ווער איז סקולענע רבי זון אז ער קען שטופן סקווירא רבי? און וואס הייסט אז ער שרייבט אויף די אינטערנעט?

Whats going in here?

מיר וויל מען צונעמען די אינטערנעט און זיי מעגן יא?

בכלל וואס דא גייט פאר מיט ליובאוויטש איז נישט נארמאל.

די ליטוויקעס האבן א פראבלעם מיט ליובאוויטש מער וועגן חסידות מיינעך. אזוי געדענק איך איז געווען רב שךס פראבלעם מיט זיי. נאר ער האט זיין מערכה אנגעקליידעט מיט א פייער קעגן משיחיזם.

Btw דולה 400,000 איז גארנישט וואס סע קאסט אפ די מערכה. קוק די צעטליך גרעפיקס קול מבשר און דאס אליינס איז מער ווי 400000

זעט
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך גדעון »

דולה, א באראזש מיט באשילדונגען- באווייז ביטע!
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2727
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1644 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך דולה ומשקה »

עס כאפט מיר א שוידער,
קלאפ אריין אין גוגל די ווערטער SKULEN@ אדער SKULENTWITTER, זעהט מען אז סקולען האט נישט ווייניגער ווי ניין טוויטער אקאונטס!!!
איהר הערט, נישט איינס נאר ניין,
יעצט גיי זוך נאך אביסעל אז פאר געלט מעג מען פארקויפען דעם באשעפער, יא ווען ס'קומט צו בעטען געלט פאר 'מוסדות חסד לאברהם' איז דער טריפה אינטערנעט נישט נאר היתר נאר גאר א הידור מהדרין מן המהדרין.
(אנטשולדיק: ס'האט א פילטער...)

וועגען מיין יא אדער נישט גיין איז נישט דער נקודה, אבער פראפאגאנדע בלבוש למען טוהר מחנינו?
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך chasid »

דולה ומשקה האט געשריבן:עס כאפט מיר א שוידער,
קלאפ אריין אין גוגל די ווערטער SKULEN@ אדער SKULENTWITTER, זעהט מען אז סקולען האט נישט ווייניגער ווי ניין טוויטער אקאונטס!!!
איהר הערט, נישט איינס נאר ניין,
יעצט גיי זוך נאך אביסעל אז פאר געלט מעג מען פארקויפען דעם באשעפער, יא ווען ס'קומט צו בעטען געלט פאר 'מוסדות חסד לאברהם' איז דער טריפה אינטערנעט נישט נאר היתר נאר גאר א הידור מהדרין מן המהדרין.
(אנטשולדיק: ס'האט א פילטער...)

וועגען מיין יא אדער נישט גיין איז נישט דער נקודה, אבער פראפאגאנדע בלבוש למען טוהר מחנינו?

wow!!
how can sklener rebbe himself control 9 twitter accounts??....a
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך איינער »

מען דארף זיין בלינד נישט צו זען אז סקולען האט אן אנגענדע
רעאגיר