שרגא האט געשריבן:בקיצור דיין גאנצע תשובה איז פון מיט cliches און knee jerk reactions.
יעצט האסטו מיך פארלוירן. איך האב דיר, לענ"ד, זייער קלאר געענטפערט אויף אלע דיינע פראגעס און אבזערווירונגען, יעצט אנשטאט ענטפערן קלאר, געסטו א שלעפ ארויס א סטעיטמענט פון טאש וואס איז גרייט ווען מ'איז נישט קלאר וויאזוי צו ענטפערן און: "דיין גאנצע תשובה איז cliches און knee jerk reactions", וואס אגב דארפסטו נאכקוקן זייער קלארע דעפיניציע, ווייל ווי ווייט איך קען נאר טראכטן, קומט עס דא לגמרי נישט אריין. אדרבא, ווייז מיר וועלכע זאכן וואס איך האב געזאגט איז א קלישעי אדער אן אויטאמאטישע רעאקציע. אויב ווילסט, קענסטו אנפרעגן אין שפראך ווינקל און כ'וועל דיר גערן מסביר זיין זייער באדייט.
איז דאך א סימן אז ווילסט נישט קיין ערנסטע דעבאטע, נאר סתם שיסן קשיות, אויף וואס דו ווילסט קיין תירוץ, און אייגן-באשאפענע פאקטן, סאו לאמיר דיך נאר אין א ווארט ענטפערן אויף אייניגע פון דיינע באמבע קשיות, וואס וועט האפנטליך זיין גענוג צו פארענטפערן אלע אנדערע. נאר כ'וועל עס מאכן קורץ ווייל כ'ווייס אז עס מאכט נישט אויס און ביסט נישט אינטערעסירט צו הערן נאר צו רעדן.פאקט: די אינטערנעט איז שוין דא בערך 17 יאר און די וועלט גייט ווייטער אהן.
פאקט: קענסער איז שוין דא כ'ווייס-וויפיל-יארן און די מענטשהייט גייט נאך אן. מסקנא: קענסער שעדיגט נישט.
סאו האסט געמיינט אז די וועלט האט שוין יעצט געדארפט זיין אריינגעשלינגען אין א שווארצן לאך? גלאבעל ווארמינג קען איך אננעמען אז דו האלטסט פאר א פאקט, ריכטיג? און עס גייט שוין אויך אן א היפשע פאר יאר, ריכטיג? איי די וועלט שטייט נאך? נאר עס האט שוין טאקע געמאכט שאדן, טייל זעט מען שוין, טייל האלט זיך אינמיטן פארמירן, טייל וועט ווערן נאך ערגער בקרוב, אבער ווען די רעזולטאטן וועלן שוין זיין אינגאנצן קלאר פאר יעדן, וועט שוין זיין זייער נישט גוט. יעצט פארשטייסטו דעם נמשל מיט'ן אינטערנעט?
שאלה: זעמער קליינע בעיביס וואס מ'דארף אונז אנטיילן פונקליך וויאזוי זיך מונע זיין פון חטא?
ווער האט געבעטן די חכמים צו מאכן גדרים וסייגים? זענען אידן געווען בעיביס?שאלה: איז די אינטערנעט פון אונזערע ערגסטע פראבלעמען?
פראגע איז וואס דו מיינסט דא "אונזערע". דיינע? ניין. אידישקייט'ס? יא.
זאג דו מיר וועלכע זאך נאך איז געווען אזא געפאר פאר אידישקייט? קיינער, דו אויך נישט, וועט לייקענען אז דער אינטערנעט איז דאס שמוציגסטע פלאץ וואס האט נאר אמאל עקזיסטירט אויף דער וועלט. און איך האף אז דו טענה'סט נישט אז אמאל וואלט מען נישט געהאט קיין שום פראבלעם אז יעדער יונגערמאן, ווייבל און בחורל איז גענוי 5 סעקונדעס אוועק פון די געמיינסטע בילדער און ווידיאס און אפיקורסישע געשרייבעכצער? נאר די היינטיגע עקסטרעמיסטן באדערט אזא נארישע זאך? נאך ערגער ווי איין פריערדיגע רוחניותדיגע צרה, השכלה, איז די צרה ביי יעדן אין טאש און ניטאמאל דארף מען שאפן ביכער אונטער'ן טיש אדער האבן א חבר אן אויפגעקלערטן. סאו וואס פארשטייסטו נישט אז ערליכע אידן ווילן דאס פרובירן קאנטראלירן?
נאר דער ענטפער אויף אלע דיינע קשיות איז איין קשיא: אויב וועט דאס גאנצע אידישע סיסטעם צוזאמפאלן, וועט דיך עס ממש אויפעסן? ווי גרויס וועט זיין דיין צער, פון 1 ביז 100?
דארפסט מיר נישט געבן דעם ענטפער, נאר פארשטיי אז דו האסט נישט וואס אריינצורעדן אין מערכות פון אנדערע קולטורן, פונקט ווי מיין טאטע האט נישט וואס אריינצורעדן צי די ניקס זאלן אויפנעמען דעם יאפאנעזער שפילער. פונקט ווי ער פארשטייט נישט די ווייטאג פון א מעטס פען ווען די מעטס סאקט אריין יאר נאך יאר.
קיינער קען דיך נישט אפהאלטן פון טאן וואס דיין הארץ גלוסט, די זעלבע מעגסטו לאזן אנדערע גיין אויף דעם וועג וואס עס גלוסט זיי, און פארשטיי אז דער ערליכער איד און דער "חסידישער פען" ווייטאגט.
טצא טצא... אנשטאט ענפערן צו די זאך אטאקירסטו מיר פערזענליך. אויך איז דיין באגריף פון היסטאריע גאנץ שוואך אויב די אינטערנעט איז ביי דיר דאס ערגסטע.