טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 25, 2012 11:58 am

געפילטע פיש האט עס ארויפגעלייגט.
איך בין זיכער אז ער האט דאס תיכף ומיד אראפגעפליקט.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8467 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך ראשעקאל » זונטאג מערץ 25, 2012 12:33 pm

בחדרי חרדים באשרייבט די קאלערסבורגע צאמקום
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=39376
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5430 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך לאדיך אפ » זונטאג מערץ 25, 2012 12:39 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:געפילטע פיש האט עס ארויפגעלייגט.
איך בין זיכער אז ער האט דאס תיכף ומיד אראפגעפליקט.

דעם צעטל: viewtopic.php?p=2524#p2524
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך ראשעקאל » זונטאג מערץ 25, 2012 12:43 pm

לאדיך אפ האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:געפילטע פיש האט עס ארויפגעלייגט.
איך בין זיכער אז ער האט דאס תיכף ומיד אראפגעפליקט.

דעם צעטל: viewtopic.php?p=2524#p2524

נעבעך
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5430 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך שרגא » זונטאג מערץ 25, 2012 5:26 pm

במחילת כבודם פון די ניקים וואס שרייבן געווענליך צו דער זאך, האב איך נישט קיין אנונג וואס עס שטעכט ענק דא.
איז דא איינער וואס פארשטייט נישט אז אינטערנעט איז די גרעסטע חורבן און סכנה פאר'ן צוקונפטיגן דור?
אויב יא, איז דא איינער וואס פארשטייט נישט אז עפעס מוז געטאן ווערן?
אויב יא, דארפן מיר זיך נישט פרייען אז עס איז דא איינער וואס פרובירט עפעס טאן?
עס איז נישט קיין חילוק יעצט צי עס זענען דא "נאך" פראבלעמען. אויב איינער טוט נישט ריכטיג ביי אן אנדערע פונקט, אפילו עס איז משרשו די זעלבע, איז נישט בעסער אז כאטש אויף אן אנדערע פונקט פרובירט ער יא עפעס צו טאן?
אפילו אויב דער איווענט וועט למעשה גארנישט אויפטאן, וואס שטערט אייך אז איינער פרובירט טאן עפעס א גוטע זאך?
סתם אווערנעס, אז מען זאל רעדן פון דעם ענין, איז שוין א גוטע זאך. אזוי ארבעט א קאמפיין. ענק מיינען אז נאך אן אנטי-בולי קאמפיין, הערן קינדער אויף טשעפענען אין סקול? צו אן ערנסטע פראבלעם, פרובירט מען נאר טאן וואס מעגליך צו ראטעווען אדער פארבעסערן, און מיר דארפן זיך פרייען אז עס איז דא איינער וואס טוט נאך עפעס. אז עס טוט וויי, שרייט מען. מען פרובירט לעשן. (און די וועמען עס באדערט נישט, דרייען זיך ארום לאכן.) קענסט שרייען "העי, דו לעשט נישט גוט דעם פייער", אבער יענער פרובירט לעשן וויאזוי ער פארשטייט. דו האלטסט אז דו קענסט בעסער, נו, שארץ ארויף די ארבל, נישט סתם מאך אלעס אוועק וואס יענער טוט.
אויב גייען זיך צענדליגער טויזנטער אידן צוזאמקומען פאר דעם צוועק, א זאך וואס מען טוט נישט אויסער כ"א כסליו און אנדערע יארצייטן, איז דאס שוין א גוטע זאך. עס איז א מעסעדזש ווי ערנסט דער ענין איז. איז עס ווערט צו באגריסן, נישט אפצולאכן.
און די וואס האבן "אינסייד אינפא" אז מען האט נישט קיין שום פלאן, איך בין מחולק אפילו איך האב נישט געהערט אינסייד אינפארמאציע. איך האלט מען וועט יא עפעס פרובירן פארשטעלן פאר'ן עולם. אבער א טאג נאכ'ן אסיפה, וועלן דא די זעלבע מענטשן סייווי קומען מסביר זיין פארוואס אלעס זענען נארישע עצות.
אויב פינף מענטשן וועלן נאך די אסיפה צולייגן פילטער, האט זיך עס נישט געלוינט?
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 781 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך קארל » זונטאג מערץ 25, 2012 6:08 pm

אקעי שרגא, דו מיינסט מיר. פאר צוויי סיבות - איינס וויל איך בין געקומען מיט "אינסייד אינפא" אז מ'האט נישט קיין שום פלאן, און צוויי - ווייל איך בין דער וואס "שרייבט געווענליך צו דער זאך"... ;)
איך האלט קלאר אז מ'דארף עפעס טון וועגן דעם אינטערנעט, און איך האב שוין געשריבן דערוועגן לאנגע דרשות אין "אייוועלט" (איין לענגערער ארטיקל וואס איך האב געשריבן אויף דעם ענין האב איך געוואלט אהערברענגען פון דארטן, אבער ס'איז, ווייזט אויס, פארמעקט געווארן דורך די דארטיגע באהערדע). אבער - מ'קען נישט פורים מאכן פונעם עולם! האסט געזען דעם עד "המשל והנמשל" וואס זיי האבן די וואך אריינגעשטעלט אין די אידישע צייטונגען און געהאנגען אין די גאסן? רחמנא ליצלן! די מענטשן גייען אין די פיסטריט פון די אמאליגע עדס וועלכע האבן צוגעגליכן אינטערנעט צו אוישוויץ. פארגלייך דאס צו די עדס וואס זיי לייגן ארויס פאר דעם ענגליש-רעדנדן ציבור. דארטן שטעלן זיי זיך אהער קיל, פארגעשריטן, אויפגעקלערט און מאדערן. דער גאנצער מהלך וואס זיי האבן אנגענומען איז געבויט אויף דעם אז מיר זענען א באנדע בהמות וועמען מ'קען פארדרייען א קאפ.
פאנג נאר אן מיט דער ריזיגער כינוס פון רבנים וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם אלול: פאר דעם אידיש-רעדנדן עולם האט מען געהאלטן אין איין פארקויפט אז עס זענען דארטן געווען "טויזנט רבנים," און פאר דעם ענגליש רעדנדן עולם האט מען באריכטעט אז עס זענען דארטן געווען זעקס-הונדערט רבנים. אויך יעצט פארדרייען זיי א קאפ אז עס וועלן זיך באטייליגן "איבער פופציג טויזנט אידן", ווען דער סטאדיום איז באשריבן שווארץ-אויף-ווייס אז עס פארמאגט 42,800 זיצן. פארוואס זענען זיי אזוי אדיקטעד צו ליגנט? מוז יעדע זאך צוגיין מיט שקרים וכזבים?
און אז איך הער קלארע פאקטן אז די "עסקנים" האבן נישט קיין מושג וואס זיי גייען טון מיט די באס-לאודס באטייליגטע, און אז איינער פון זייערע מיטלען וויאזוי מרבה צו זיין באטייליגטע וועט זיין דורך אנגאזשירן די תשב"ר אז זיי זאלן דערקוטשען די עלטערן, ווערט קלארער אז אלעס איז געבויט אויף דער איין הנחה: מ'וועט שרייבן צעטלעך, מאכן אינטערוויוס אויף "קול מבשר", שיטן שטרוי אין די היימישע צייטונגען, געבן ביליגע פרייזעס פאר די קינדער, און אלע בהמה'לעך וועלן קומען.
מיין פראטעסט איז, ניין! מיר זענען נישט קיין קעלבעלעך. אז די עסקנים ווילן נעמען אזא וויכטיגע אישו אויף מאכן א כינוס לדורות, דארפן זיי האבן א פלאן. זיי דארפן וויסן וואס זיי ווילן, און פירן א קאמפיין געבויט אויף רעספעקט פאר די אלע וועמענס קאאפעראציע זיי ווילן.

ווי איך האב שוין געשריבן שטיץ איך אוודאי דעם געדאנק פון א כינוס, און פאקטיש האב איך פרובירט אפילו צו געבן אן עצה פאר די עסקנים. איך האב פריער געשריבן: "וואס איך קען זיי נאר עצה'ן איז אז דער קאמפיין איז זייער קענטיג געבויט אויף דעם פרעמיס אז מיר זענען א באנדע בהמות, און גלאנציגע צעטלעך וועלן אונז פירן גלייך אין סטאדיום אריין. ביטע טוישט שוין די ריכטונג פון אייער קאמפיין, שרייבט נעמען פון מענטשן וועלכע שטייען אונטער דעם, גיט נישט ארויס אפילו נאך איין צעטל איידער איר האט א "מישען סטעיטמענט" און א פינקטליכן פלאן וואס איר גייט דארטן טון."
אויב וועט דער קאמפיין אננעמען אזא אויסזען, וועל איך אוודאי מיטשטיין דערמיט, און זיך זעלבסט באטייליגן.
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
קארל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:09 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 466 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך רואיק » זונטאג מערץ 25, 2012 6:14 pm

שרגא האט געשריבן:במחילת כבודם פון די ניקים וואס שרייבן געווענליך צו דער זאך, האב איך נישט קיין אנונג וואס עס שטעכט ענק דא.

איך פרעג פונקט פארקערט. איר רעדט דאך אויך געווענליך צו דער זאך. פונקט דא האט איר גענומען א מאדנע שטעלונג.

איז דא איינער וואס פארשטייט נישט אז אינטערנעט איז די גרעסטע חורבן און סכנה פאר'ן צוקונפטיגן דור?

יא איך. אדרבה, קלער מיר אויף.
באניצער אוואטאר
רואיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 3:55 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך Maxwell » זונטאג מערץ 25, 2012 6:46 pm

I share the above-mentioned sentiments. You cannot call for a mass gathering without publicizing your plans, and announcing your mission statement. I’ve seen their ads, and not only is the graphics badly done, but the message is so vague and mysterious, that it somehow gives you the feeling of being cheated.
Maxwell
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 25, 2012 1:05 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך קול גדול » זונטאג מערץ 25, 2012 7:21 pm

שרגא האט געשריבן:איז דא איינער וואס פארשטייט נישט אז אינטערנעט איז די גרעסטע חורבן און סכנה פאר'ן צוקונפטיגן דור?

אינטערנעט איז איינע פון די בעסטע זאכן וואס האבן נאר געקענט זיין, דיקטאטורן פון אלע סארטן קענען שוין מער נישט באהאלטן און צענזורירן אינפארמאציע פון די המון עם, ווי מ'האט געזען ביי די פרייהייט רעוואלוציעס אין די אראבישע לענדער וואס איז צושטאנד געקומען אדאנק דעם אינטערנעט.
פירער וואס האבן מורא אז זיי וועלן פארלירן קאנטראל פון זייערע נאכפאלגער באטראכטן דעם אינטערנעט אלץ א געפאר פאר זייער מאכט.
קול גדול
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך רואיק » זונטאג מערץ 25, 2012 8:08 pm

קול גדול האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:איז דא איינער וואס פארשטייט נישט אז אינטערנעט איז די גרעסטע חורבן און סכנה פאר'ן צוקונפטיגן דור?

אינטערנעט איז איינע פון די בעסטע זאכן וואס האבן נאר געקענט זיין, דיקטאטורן פון אלע סארטן קענען שוין מער נישט באהאלטן און צענזורירן אינפארמאציע פון די המון עם, ווי מ'האט געזען ביי די פרייהייט רעוואלוציעס אין די אראבישע לענדער וואס איז צושטאנד געקומען אדאנק דעם אינטערנעט.
פירער וואס האבן מורא אז זיי וועלן פארלירן קאנטראל פון זייערע נאכפאלגער באטראכטן דעם אינטערנעט אלץ א געפאר פאר זייער מאכט.

:like
באניצער אוואטאר
רואיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 3:55 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך amechiya » זונטאג מערץ 25, 2012 8:46 pm

האסט דאך געענטפערט ממש צום זאך.

ווען מ'רעדט פון די חרבנות וואס די איטערנעט מאכט אן, רעדט מען וואס איז נוגע פאר אונז און על בנינו ועל דורותינו, און נישט פון די גוישע וועלט. חז"ל האבן אונז געלערנט הרחק מן הכיעור ודומה לו, מיטן אינטערנעט ברענגט מען עס אריין אין שטוב, פארדעם פעלט זיך אויס א פילטער פאר זיך, און מאכן זיכער אז די קינדער האבן בכלל נישט קיין צוטריט דערצו.
באניצער אוואטאר
amechiya
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

Re:

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג מערץ 25, 2012 9:01 pm

amechiya האט געשריבן:האסט דאך געענטפערט ממש צום זאך.

ווען מ'רעדט פון די חרבנות וואס די איטערנעט מאכט אן, רעדט מען וואס איז נוגע פאר אונז און על בנינו ועל דורותינו, און נישט פון די גוישע וועלט. חז"ל האבן אונז געלערנט הרחק מן הכיעור ודומה לו, מיטן אינטערנעט ברענגט מען עס אריין אין שטוב, פארדעם פעלט זיך אויס א פילטער פאר זיך, און מאכן זיכער אז די קינדער האבן בכלל נישט קיין צוטריט דערצו.

טאקע אלס הרחק מן הכיעור האלט איך אז די זאלסט ארויסשליידען דיין טעלפאון פון דערהיים, די האסט נישט קיין אהנונג ווי מ'קען אלס אנקומען נאר מיטן דייעלען צען דידזיטס, תסמר שערות אנוש וויפיל אידישע נשמות זענען שוין פארוואלגערט געווארן ליידער צוליב דעם טריפה'נעם טעלעפאון.
טאמער מוזט עס האבן לצורך פרנסה זאלסטו אינסטולירן א פילטער וואס זאל אויס זיפן די קול אשה'ס און אנדערע כיעורים ל"ע און עס האלטן אין א פארשפארטע שאפע א די בני בית און די קינדער זאלן ח"ו צו דעם נישט קענען צוקומען.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7498 מאל

Re: Re:

הודעהדורך רואיק » זונטאג מערץ 25, 2012 9:55 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:

אויך אויגן גלעזער, וויי וויי וואס מ׳קען אלץ זעהן מיט גלעזער רח״ל.
באניצער אוואטאר
רואיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 3:55 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג מערץ 25, 2012 11:11 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:געפילטע פיש האט עס ארויפגעלייגט.
איך בין זיכער אז ער האט דאס תיכף ומיד אראפגעפליקט.

וואס עפעס? אדרבה, אזוי וועל איך האבן ווייניגער קאמפיטישען!
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7498 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:02 am

בילד
ומעשה שהיה כך היה:
זיץ איך מיר אינדערהיים, שפאצירט אריין א גוי מיט א גרויסן ביקס, ער האלט עס אויסגעשטרעקט צו מיין קאפ און זאגט מיר איך זאל זאפארט גיין צו קאווע שטיבל דאט קאם, טאמער נישט גייט ער בויערן מיין קאפ! פון גרויס פחד בין איך שיעור דורכגעפאלן, אבער כ'האב מיך דערמאנט פונם פסק פון הגר"ח קניבסקי.
סא לאמיר די איבערשמיעסן, לויטן פסק הנ"ל בין איך מחויב זיך מוסר נפש זיין אין זיך לאזן הארגענען למען כבוד שמו יתברך, זאג איך פארן גוי, ס'העט דיר נישט העלפן קיין סטראשונגען, איך גיי נישט אין קאווע שטיבל!
ער האט שוין דעהאט דעם פינגער אויפן טריגער האב איך מיר דערמאנט אז איך האב נישט דעם "כלי המכונה אינטערנעט" אינדערהיים, סך הכל האב איך א קאמפיוטער וואס איז באהאפטן צום וועב, בין איך בחסדי השם אינם לעצטן מנוט ניצול געווארן אין דא בין איך.

טאמער איינער טרעפט דעם "כלי המכונה אינטערנעט" ביטע זייט מיר מודיע כדי להזהיר גדולים על קטנים, כ'זאל קענען אנזאגן אינדערהיים מ'זאל שטיין ווייט דערפון כרחוק מזרח ממערב.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7498 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך יידל » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:10 am

געפילטע, געב א קוק. איך טו גענצליך מסכים זיין צו דיין נקודה אז כאשטיג הגר"ח קנייבסקי איז א גאון אדיר, ממש אומביישרייבליך, האט ער ווארשיינליך נישט קיין מושג וואס די אינטערנעט, וועב וכו' איז. אין דאס וואס ער האט אונטערגע'חתמ'ט אויפן צעטל (*אויב* ער האט אונטערגע'חתמ'ט...) איז אלעס לויט וויאזוי די עסקנים האבן אים געזאגט, און ווארשיינליך פארשטייען די עסקנים אויך היבש ווייניג, טו איך אבער מוחה זיין אויף דיין ליצנות פון א גדול בישראל. מ'קען זאגן די זעלבע נקודה אבער מיט א רעספעקטרענדער טאן.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4340 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:21 am

עס דערמאנט מיר ווי איך האב אמאל געזעהן א צעטל אין סאטמאר ראדני אין וומ"ס, "צו פארקויפן א קאמפיוטער אן אינטערנעט, ביטע רופט...".
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:31 am

יידל האט געשריבן:טו איך אבער מוחה זיין אויף דיין ליצנות פון א גדול בישראל. מ'קען זאגן די זעלבע נקודה אבער מיט א רעספעקטרענדער טאן.

ליצנות? חס וחלילה! הרני מוסר מודעה מכאן ולהבא אז טאמער זעט עס אויס ווי איך מיין חוזק צו מאכן מיין איך נאר צו אילוסטרירן ווי רידיקעלעס ס'איז אז די עסקנים פירן די רבנים אריין אין באד און מאכן חוזק פון זיי בפני כל עם ועדה.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7498 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך יידל » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:35 am

געפילטע פיש האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:טו איך אבער מוחה זיין אויף דיין ליצנות פון א גדול בישראל. מ'קען זאגן די זעלבע נקודה אבער מיט א רעספעקטרענדער טאן.

ליצנות? חס וחלילה! הרני מוסר מודעה מכאן ולהבא אז טאמער זעט עס אויס ווי איך מיין חוזק צו מאכן מיין איך נאר צו אילוסטרירן ווי רידיקעלעס ס'איז אז די עסקנים פירן די רבנים אריין אין באד און מאכן חוזק פון זיי בפני כל עם ועדה.

גוט, שכויח פארן ערקלערן.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4340 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך שרגא » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:37 am

אקעי, קארל, יעצט פארשטיי איך בעסער דיין שיטה דא. נאר אייניגע פונקטן: קענסט אראפלייגן די ווילדע עדס ווי זיי האלטן דעם עולם פאר בהמות, אדער ענדערש ווייל זיי קענען אונזער עולם און ווייסן (ליידער) אז פאקטיש וועט דאס די בעסטע ארבעטן ביי רוב עולם. כ'בין זיכער אז דאס האט טאקע די מערסטע געצויגן די אויג פון אונזערע סארט מענטשן. א "היינטיגע" סארט טעכנאלאגישע עד, וואלט אויסדריקליך קיין רושם אויף קיינעם געמאכט. אויב וואלט ער געמאכט ווי עפס אדער אנדערע סימבאלן, וואלט קיינער זיך נישט אפגעשטעלט קוקן דערויף. צו זאגן 50 טויזנט, ווען עס האט 42 טויזנט איז לדעתי א קליינער ליגנט. זיי רעכענען דאך אז ארום 20 פראצענט וועלן קומען און גיין, סאו, עכ"פ לויט זייער חשבון, וועט קענען אריבער מער ווי 50 טויזנט.
יעצט צוריק צום משל: ווען איך זע מיין הויז איז איינגעהילט אין פלאמען, אפילו דו קומסט צו לויפן ווי א שוטה בלויז מיט א פייער עקסטינגווישער, וועל איך דיך נישט באקוויטשען. איך פריי זיך אז קודם פרובירסט עפעס וואס האסט צו דער האנט. די זעלבע גיי איך נישט דא קומען מיט קריטיק, נאר אנשטאט זיך פרייען אז איינער הייבט אן זיין פארנומען און וויל כאטש פרובירן טאן עפעס וועגן די גרויסע פראבלעם ואוס באדראעט אונזער רוחניות'דיגן עקזיסטענץ.
יעצט איך האב נישט קיין כח צו מסביר זיין און מתווכח זיין מיט די אלע וואס זעען נישט קיין שום פראבלעם מיט'ן אינטערנעט, נאר איין פראגע וויל איך אייך פרעגן: וואלט איר געהאט א פראבלעם אז אייער פערצן-יעריגע בחור האט פרייע אינטערנעט צוטריט? נאכ'ן הערן דעם ענטפער, וועלן מיר קענען גיין ווייטער.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 781 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך רואיק » מאנטאג מערץ 26, 2012 12:37 pm

שרגא האט געשריבן:וואלט איר געהאט א פראבלעם אז אייער פערצן-יעריגע בחור האט פרייע אינטערנעט צוטריט?

יא
באניצער אוואטאר
רואיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 3:55 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 2:09 pm

דאס איז אמאל זיכער אז מען וועט נישט קענען שרייבן אז 50,000 טויזנט אידן זענען זיך צאמגעקומען אונטער "איין דאך"
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: Re:

הודעהדורך amechiya » מאנטאג מערץ 26, 2012 2:21 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:
amechiya האט געשריבן:האסט דאך געענטפערט ממש צום זאך.

ווען מ'רעדט פון די חרבנות וואס די איטערנעט מאכט אן, רעדט מען וואס איז נוגע פאר אונז און על בנינו ועל דורותינו, און נישט פון די גוישע וועלט. חז"ל האבן אונז געלערנט הרחק מן הכיעור ודומה לו, מיטן אינטערנעט ברענגט מען עס אריין אין שטוב, פארדעם פעלט זיך אויס א פילטער פאר זיך, און מאכן זיכער אז די קינדער האבן בכלל נישט קיין צוטריט דערצו.

טאקע אלס הרחק מן הכיעור האלט איך אז די זאלסט ארויסשליידען דיין טעלפאון פון דערהיים, די האסט נישט קיין אהנונג ווי מ'קען אלס אנקומען נאר מיטן דייעלען צען דידזיטס, תסמר שערות אנוש וויפיל אידישע נשמות זענען שוין פארוואלגערט געווארן ליידער צוליב דעם טריפה'נעם טעלעפאון.
טאמער מוזט עס האבן לצורך פרנסה זאלסטו אינסטולירן א פילטער וואס זאל אויס זיפן די קול אשה'ס און אנדערע כיעורים ל"ע און עס האלטן אין א פארשפארטע שאפע א די בני בית און די קינדער זאלן ח"ו צו דעם נישט קענען צוקומען.

איך האף אז דו פארשטייסט די חילוק, און טאמער נישט ביטע רייס איין ביי "חננו מאתך דעה בינה והשכל".
באניצער אוואטאר
amechiya
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך שרגא » מאנטאג מערץ 26, 2012 2:46 pm

רואיק האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:וואלט איר געהאט א פראבלעם אז אייער פערצן-יעריגע בחור האט פרייע אינטערנעט צוטריט?

יא

אקעי.
יעצט זיי ביטע קלאר מסביר פארוואס דו וואלסט געהאט א פראבלעם דערמיט?
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 781 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

הודעהדורך רואיק » מאנטאג מערץ 26, 2012 3:01 pm

שרגא האט געשריבן:
רואיק האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:וואלט איר געהאט א פראבלעם אז אייער פערצן-יעריגע בחור האט פרייע אינטערנעט צוטריט?

יא

אקעי.
יעצט זיי ביטע קלאר מסביר פארוואס דו וואלסט געהאט א פראבלעם דערמיט?

פונקט ווי איך וואלט געהאלטן אן אויג וויפיל ער טרינקט פורים, און פונקט ווי איך וואלט געהאלטן אן אויג מיט וועם ער חברט זיך.. א 14 יעריגער בחור איז נישט עקוויפט צו פארשטיין די קאנסעקווענסעס פון זיינע אקטיוועטעטן.
באניצער אוואטאר
רואיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 3:55 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט