איבער די מערכה קעגן AI, מען דארף טוישן סטראטעגיע

שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8401 מאל

איבער די מערכה קעגן AI, מען דארף טוישן סטראטעגיע

שליחה דורך שמן למאור »

עס קערט זיך איבער א וועלט, די שטן וחיילותיו האבן ווידער באוויזן צו אינפילטרירן דאם געליטענעם עם הנבחר וואס פראבירן נעבעך מיט די לעצטע כוחות זיך צו דערהאלטן ביים ערליכן אויסגעטרויטענעם וועג.

אויב האבן מיר געמיינט אז דער נסיון פון אינטערנעט איז דאס לעצטע קויל וואס דער שטן האט געשאסן, ער האט שוין פארניצט זיין לעצטע וואפן פאר ביאת משיח, ער האט שוין פראבירט זיך צו דערכאפן מיט זיין שטערקסטע קאנאן פאר זיין ביטערן ענדע -ווען מיר וועלן מיט הנאה אים קאלטבלוטיג שחט'ן אויפ'ן מזבח- האבן מיר זיך ביטער טועה געווען.

עס האט צום באדויערן, צום שאק און שוידער פון גאנץ כלל ישראל, ארויסגעשפראצט אומערווארטעטעהייט א פרישע ביטערע נסיון, א צרה וואס לייגט ממש דעם גאנצן סמארטפאון אין שאטן, און דאס איז די שעדליכע שרעקליכע בראך הנקרא AI.

די גרויסע רבנים האבן שוין געלאזט הערן זייער דעת תורה, די חדרים האבן שוין געמאכט טעלע-קאנפערענצן, די השומרים גליון איז שוין העכסט פארנומען מיט שרעק אנווארפנדע פראפעגאנדע, און ס'גאנצע גאס איז אויף מיט דעם נייעם געפערליכן ספעקטאקל.

בשעת די עלטערע דור האלט נאך אינמיטן אויפכאפן וואס דאס איז בכלל, הערן מיר שוין האר-אויפשטעלנדע מעשיות פון בחורים וואס האבן שוין ליידער געספענדעט שעות ארוכות רעדנדיג מיטן ס"ם אליין, ווער ווייסט וויפיל טייערע נשמות זענען שוין פארדארבן געגאנגען אדאנק דעם טמא'נעם אורים ותומים.

בליץ שנעל האט מען איינגעזען אז דא רעדט מען פון גאר א שווערע פרשה, די אלטע טאקטיק פון נאכמער אריינבאקסן דעם עולם ווי נאר א פרישע זאך קומט ארויס, ארבעט נישט דא ביי אונזער פאל. יעדע שמויגער מיט א פשוטע הייליגע 'טאלק אנלי' טעלעפאון קען אריינריפן דעם נומער (640-225-5726) און כאפן א שמועס איבער סיי וואס אויפן כדור הארץ!

דער אמת איז אז ס'איז געקומען די צייט זיך אויפצואוועקן און זיך פרעגן די אומאיינגענעמליכע שאלה, פארוואס האבן מיר אזוי מורא פון אינפארמאציע אין אונזער קאמיוניטי? וואס איז אזוי שלעכט מיט ידיעות און וויסענשאפט?

דעם פארגאנגענען יו"ט שבועות האב איך געכאפט א שמועס מיט א בחור'ל איבער AI, ער האט מיר געפרעגט, וואס איז די גרויסע פראבלעם וואס מען ליאמערט דא וועגן? שמוץ רעדט ער דאך נישט, איי אינפארמאציע? נא אויב איז אידישקייט די אמת, דאן פון וואס האבן מיר מורא...?

איך האב אנגעפרעגט א חב"ד'סקער שליח וואס איך בין אביסל נאנט מיט אים, וואס ער זאגט איבער די נייע AI? ער האט מיר אזוי אנגעקוקט ווי ער פארשטייט נישט וואס איך וויל פון זיין לעבן האבן... וואס הייסט? ס'איז זייער א גוטע זאך, מען וועט מיט דעם גרינגער קענען שרייבן קירוב בריוון אדער סתם אידישקייט צעטלעך, ס'איז א מתנה פונעם אויבערשטן צו קענען גרינגער ברענגען אידן לאביהם שבשמים.

אבער -האב איך אים געדריקט צום וואנט- מען קען דאך רעדן און פרעגן וואס מען וויל... ווער ווייסט וואו מען קען אנקומען? דער לויבאוויטשער פארשטייט נישט וואס איך וויל, "וואס איז ראנג מיט ענק"? אוודאי 'קען' מען פרעגן וואס מען וויל, אבער וואס וויל דען א ערליכע איד? דינען דעם באשעפער! נו פארוואס זענען ענק ביזי אגאנצן טאג זוכן פראבלעמען אין יעדע זאך? ניץ עס פאר עבודת השם! אוודאי אויף א סמארטפאון לייגט מען א פילטער פשוט ארויסצונעמען די אפציע פון שמוץ, מען דארף זיך דאך היטן פון א שוואכע מינוט, אבער אויף AI ווי ער רעדט סייווי נישט קיין שמוץ, דאן וואס קען זיין די פראבלעם בכלל?

איך האב אנגעפאנגען צו פארשטיין ווי FUBAR אונז זענען. אונזער מהלך החינוך איז, אז מען פראבירט יומם ולילה צו אפהאקן אונזערע קינדער פון די 'גאס', מיר פראבירן זיי צו אסר'ן ווי מער גויאישע זאכן, זיי זאלן ניטאמאל וויסן וואס עס גייט פאר אינדרויסן פונעם היימישן אינזל, אבער צו דער זעלבער צייט זענען אונז משונה'דיג פארנאכלעסיגט מיטן אויפבויען די קינדער פון 'אינווייניג'. זיי זענען אזוי רוי און שוואך, אז די רגע עפעס א שמץ פון די גוי קומט נאר אריין, ווערט מען פארלוירן.

איך האב מיך אלץ געוואונדערט וויאזוי די חב"ד'סקערס האלטן זיך ביי אידישקייט. זיי האבן דאך די כלים ביי זיך אין שטוב... וואס איז דאך מסוגל פאר נישט גוטע קינדער. זאת ועוד, זיי וואוינען דאך אין אלע פארשטופטע שטעט איבער די וועלט, זיי האבן נישט קיין געהעריגע מוסדות התורה ווי מען מאכט זיכער אז זיי זאלן חלילה נישט האבן קיין שגץ בייקס אדער mp3'ס מיט sd סלאטס, גאר אסאך פון זיי לערנען איבער די טמא'נע גע'אסר'טע זאאם, טא וויאזוי האלטן זיי זיך ביי אידישקייט?

און קומטס מיר נישט זאגן אז ביי זיי פאלן טאקע אוועק מער קינדער פון אידישקייט, ווייל ס'איז נישט אמת! אויב עפעס איז די ראטע פון קינדער וואס בלייבן ערליך ביי זיי העכער ווי ביי אונז. די קינדער פון די שליחים וואקסן אויף, זיי גייען לערנען אין ישיבה, זיי פארן קיין קראון הייטס, האבן חתונה און ווערן ווייטער שליחים, וחוזר חלילה. מען קען שוין טרעפן אסאך שליחים וואס זייער טאטע און זיידע זענען אויך שליחים, וכל שהוא ובנו ובן בנו... שוב לא פוסקת. ס'פארט שוין אזא באן פאר יארן לאנג און אלעס קנאקט ווי קיינמאל בעפאר! וואס איז פשט דערפון?

די תירוץ איז זייער פשוט, טרעף נאר סיי וועלכע חב"ד'סקער, זאל ער זיין א 80 יעריגע זיידע אדער א 15 יעריגע בחור'ל און בעט אים צו זאגן עפעס א גוט ווארט... פאר א האלבע שעה וועט ער דיר האבן וואס צו דרש'ענען... ער וועט דיר קענען מסביר זיין וואס די בעש"ט האט מחדש געווען, און וואס די אלטער רבי האט געזאגט. ער וועט וויסן וועלכע יאר די מיטעלע רבי איז אוועק און וואס די לעצטע מאמר זיינע איז געווען. ער וועט וויסן וועגן נפש הבהמית און שלש קליפות הטמאות, ער וועט וויסן וואס דאס איז אלוקית און דירה בתחתונים, זיי זענען אויפגעבויעט פון 'אינעווייניג'! זיי זענען פעסט אוועקגעשטעלט בפנימיות! אז מען איז פעסט ביי זיך, ווערט מען נישט פארלוירן פון יעדע נייע משוגעת וואס די גאס קומט אויף מיט.

(וויאזוי מיינסטו אז מענדל וועכטער האט געקענט ארויסשפאצירן מיט א גאנצע סאטמארע קלאס און זיי אריינברענגען קיין חב"ד? און נאך די גוטע קעפ אויך... ווייל אין סאטמאר האט מען זיי גארנישט פארקויפט, מען האט געהאקט אויף ציונות, בייהאר, חטא הידוע, און אויף אלעס ארום, און זהו! איז געקומען איין אידל מיט א פארקניפטן בערדל און אביסל גערעדט וועגן אלוקית און דער עולם איז געגאנגען גאגא. ער האט גארנישט געדארפט טון מער ווי פארקויפן אביסל אידישקייט און דער עולם איז זיך צולאפן אויף אלע פיר. אינטערסאנט נאר אז מען הערט נאר די אלע מעשיות ווי סאטמארע אדער אנדערע ענליכע חסידות'ן ווערן חב"ד'סקער, מען הערט עפעס נישט אז א סאטמארע האט אפגעטראגן מיט א גאנצע לויבאוויטשער קלאס און זיי געברענגט קיין סאטמאר... אתמהה...)

אידישקייט האט גאר אסאך וואס צו פארקויפן. פון מסורה ביז השקפה, פון חסידות ביז הלכה, פון היסטאריע ביז מוסר, פון תנ"ך ביז משנה, פון מדרשים ביז גפ"ת, ס'איז דא א געוואלד ווי זיך אויפצובויען און באקומען א קענטעניס. אבער אונזערע קינדערלעך קענען גארנישט! זילטש! אדרבה... גיי פרעג אונזערס א בחור וואס ער קען, וואס ער ווייסט איבער אידישקייט... די גוטע בחורים קענען אביסל גמרא, און אויב האבן זיי מזל, געדענקען זיי אביסל פונעם מאור עינים אדער נועם אלימלך וואס זיי האבן געזאגט (דער עיקר איז צו זאגן די הייליגע ווערטער אפילו מען פארשטייט נישט...) נעכטן פארן דאווענען.

איך האב לעצטנס געהאט א שמועס מיט א בחור איבער די יסודות'דיגע נושאים פון אמונה. מען האט גערעדט וועגן די כוזרי ארגומענט, מיר האבן גערעדט וועגן דעם אז נאר ביי אידן איז דא דעם פענאמענאן אז 600,000 מענטשן האבן מיטגעהאלטן מעמד הר סיני, וואס דאס איז נישטא ביי קיין שום אנדערע רעליגיע. מיר האבן גערעדט וועגן די באקאנטע טענה אז פונקט ווי א בילד פארבט זיך נישט פון זיך אליינס אזוי אויך קען נישט זיין אז די וועלט איז אליין געווארן, און בתוך הדברים האב איך אים געגעבן א זאג אז 'איך בין אויפגעוואקסן אויף די טענות'...

דער קוקט מיר אן אזוי... יא?! וואו האסטו געלערנט? אין חסידישע מוסדות? צו מיר זענען די אלע זאכן חידושים...

כ'האב מיך געכאפט אז ער איז טאקע גערעכט... איך בין טאקע פאר זיך געווען ביזי מיט די אלע זאכן, איין אויפגעקלערטע מגיד שיעור האט טאקע אביסל גערעדט וועגן די זאכן, אבער... דעטס איט, מען האט ווייט נישט גערעדט פון די זאכן אזוי פיל ווי מען האט גערעדט איבער וועלכע נייע זאך מען טאר נישט טון, אדער וואס האלט יעצט אפ די גאולה. אויב עפעס זענען מיר געווען ביזי רוב טאג מיט אמונת טפילות איבער נערישע מופתים פון רבי'ס, רעב שייעבערעבמוישע אכילה, יארצייטן, רבי זכיסויאגענעליינו, טישן, באטעס, מיט כלערליי אנדערע שטותים, ליפטיגע באלונס, וואס די רגע עפעס א הארטע שטיינדל פון די גאס קומט צו פליען, צופאלט גלייך די גאנצע פאפירענע געביידע.

א שארפע מעשה האב איך אמאל געהערט... א סקווירא חסיד האט געוויילט אין די מרחקים און געזען אין די ביהמ"ד דארטן ווי עס זיצט א אידל און לערנט שיחות הר"ן. דער סקווירא חסיד איז אויפגעשוידערט געווארן פון דער מחזה נורא און וועלנדיג ראטעווען א איד פון די טומאה האט ער זיך אנגעריפן צום איד... ווייסטו, די סקווירא רבי ז"ל האט זייער נישט געהאלטן פון די ספר, ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט "חלילה וחלילה אפילו צו האבן ברסלבע ספרים אין שטוב"!!! דער ברסלבער איד הייבט אויף זיין אויגן פונעם ספר און זאגט פארן סקווירא חסיד, "אז דו וועסט מיר יעצט אויפן פלאץ נאכזאגן נאך 5 מימרות פון דיין רבי'ן ז"ל, מאך איך שוין צו דעם ספר'ל אויפן פלאץ"...! דער סקווירא'ר האט זיך גענומען קעקעצן... עפעס איין האלבע מימרא איבער וועלכע קאמפויט מען עסט אסרו חג שחל במוצאי שבת האט ער נאך געדענקט, אבער נאך צוויי מימרות איז ער סטאק געווארן און שנעל אנטרינען פון דארט בפחי נפש...

מיר זענען אזוי אומגעלערנט, אזוי ליידיג אזוי לופטיג, אז יעדע נארישע זאך איז א ריזיגע נסיון! די איינציגסטע וועג איז נאר ארויסצוגעבן א פרישע איסור, נאכמער פארמאכן די טויערן פונעם געטא, אנדערש וועט עס נישט גיין. ס'איז ארויסגעקומען אינטערנעט, האט מען דאס גע'אסר'ט, ס'איז ארויסגעקומען סמארטפאונס, האט מען דאס גע'אסר'ט, טעקסט ווערט א פראבלעם, גייט מען דאס אסר'ן... און וואס וועסטו טון יעצט?? אסר'ן טעלעפאונס??

איך האב געזען ביי די AI מערכה אז אלע רעדן ווי געפערליך דאס איז... אבער זיי זענען סטאק, כ'האב נאכנישט געהערט קיין איין סעלושן פון קיינעם, ווייל ס'איז נישטא!!! עס קומט צו א פוינט ווי מען קען שוין נישט איינצוימען, יעדער האט א טאלק אנלי פאון... און עס נעמט נישט לאנג געוואויר צו ווערן פון די ס"מ'ס טעלעפאון נומער... מען קען ממש גארנישט טון... די מחנכים זענען ממש אובד עצות, אפשר זאל מען אנפאנגען צו געבן פאר די בחורים נאר סעלפאונס וואס קענען רופן געציילטע רעגיסטרירטע נומערן! אפשר זאל מען זיי אסר'ן צו רעדן אויף א טעלעפאון בכלל...? ס'איז צרות ווי א בארג... דער ס"ם האט זיך ממש אריינגעכאפט אין די טאג טעגליכע זאכן וואס מען מוז צו דעם אנקומען... מען קען אים נישט ארויסשניידן... אלעס האט א שיעור, מען איז געקומען צו די העכסטע לעוועל פון צוימונגען, אבער ס'איז נישט גענוג... מען קען שוין מער גארנישט איינצוימען... וואס טוט מען דא???

ווען איינער האט א שוואכע אימיון סיסטעם, ער איז אלערדשזיק צו אסאך סארטן עסן, ער כאפט אריבער יעדע סארט קראנקייט גאר שנעל, איז דא צוויי עצות. מען קען אים אפזינדערן פון די וועלט, מען קען אים איינשפארן אין א צימער און נאר געבן צו עסן ברויט און וואסער פאר זיין גאנץ לעבן, אדער קען מען טון אסאך קליגער און גיין צום שורש פונעם פראבלעם און אים פארשטערקערן זיין אימיון סיסטעם אזוי אז ער זאל שוין קענען פארטראגן מער, און צעביסלעך ווערן כאחד האדם.

מורי ורבותי! אפשר איז צייט צו נעמען א צווייטע אפרויטש, אפשר זאל מען פון די גאנצע ס"מ מאכן א כשר'ע הייליגע אורים ותומים, א חפץ וואס מיר וועלן נאר נוצן פאר קדושה. וויאזוי וועלן מיר דאס באווייזן פרעגסטו? דורכן אויפבויען אונזערע קינדער מיט אידישע סובסטאנץ, מיר זאלן זיי אויפבויען מיט אידישע פעסטע יסודות, מען זאל זיי אנשטאפן מיט די הערליכע אידישע היסטאריע, מוסר, חסידות, און השקפה. מען זאל זיי ווייזן וואס אידישקייט פארמאגט יא, ווי איידער וואס אידישקייט לאזט נישט. זיי זאלן זיין ביזי מיט אנדערע זאכן און נישט האבן קיין צייט צו זיצן און שמועסן נארישקייטן מיט א ליפטיגע שטומע פאר אפאר שעה. און אז איינער כאפט שוין יא אמאל א שמועס מיטן AI זאל אים די אינפערמאציע נישט געבן קיין ריר אין זיינע פעסטע אוועקגעשטעלטע יסודות החיים והדת, ווייל ער וועט זיין געזונט און אויפגעבויעט פון 'אינעווייניג'!
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1349
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1543 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

הערליך אראפגעלייגט , מסכים מיט יעדע ווארט, דאס וואלט געדארפט זיין די צוגאנג , און מיר וואלטן אסאך שענער געשטאנען.
איך דיסעגרי נאר מיט איין ליין, איך גלייב פעסט אז דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט אפי' א בילד מאלט זיך נישט אליין.
שרייבען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2022 9:05 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך שרייבען »

איך טראכט אז AI איז די גאולה ווייל ביי די פריעדיגע מערכה (איך געדענק נישט וועלכע עס איז געווען לעצט) האט מען געזאגט אז דאס איז די לעצטע נסיון...

אבער ערענסט גערעדט איז עס טאקע די גאולה ווייל עס מאכט אסאך גריגער די ומלאה הארץ דעה, און עס איז א גוטע TOOL פאר לכשיפוצו מעיינותיך חוצה, ווי דיין חבר די חב"ד רב האט ארויסגעברענגט בין הדברים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19573
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

סמבטיון האט געשריבן:הערליך אראפגעלייגט , מסכים מיט יעדע ווארט, דאס וואלט געדארפט זיין די צוגאנג , און מיר וואלטן אסאך שענער געשטאנען.
איך דיסעגרי נאר מיט איין ליין, איך גלייב פעסט אז דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט אפי' א בילד מאלט זיך נישט אליין.
סמבטיון: ער (שמן למאור) האט נאר דערמאנט דעם בילד וואס מאלט זיך אליין אלס דעם אבסורד פון די איידיע. כמשל הרמב"ם.
ודברת בם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 16, 2022 9:09 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

שליחה דורך ודברת בם »

ארטיפישעל אינטעליגענץ איז אסור גזירה וועגען מ'קען צוקומען צו אינטעליגענץ. געהערט פון א חשובע רב.
באניצער אוואטאר
pseudonym1
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 23, 2022 6:57 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך pseudonym1 »

שמן למאור האט געשריבן: אונזערע קינדערלעך קענען גארנישט! זילטש! אדרבה... גיי פרעג אונזערס א בחור וואס ער קען, וואס ער ווייסט איבער אידישקייט... די גוטע בחורים קענען אביסל גמרא, און אויב האבן זיי מזל, געדענקען זיי אביסל פונעם מאור עינים אדער נועם אלימלך

איך האב אמאל ארומגעגאנגען אין מיין ישיבה פרעגענדיג וואס איך האב געטראכט וועט זיין א פּשוטע שאלה.
"וויפיל קינדער האט אברהם אבינו געהאט?"
אין חדר אוכל זענען געווען ב"ה כמעט 200 בחורים. איך האב געפרעגט מער ווי 150 פון זיי, און קיין איינער פון זיי האט נישט געוויסט...

איך האב געוואלט אויסשרייען: איז תנ"ך נאר פאר גוים? אפיציעל לערנען אונז תורה אגאנצע טאג. טא, האסטו דא אפענע פּסוקים וואס א גאנצע ישיבה פון בחורים וואס שטייגן יומם ולילה חופערן איבער איינמאל א יאר ביים מעביר סדרה זיין, אויב דאס.

אדרבה, לאמיר זעהן וואס די עולם דא קען. "וויפיל קינדער האט אברהם אבינו געהאט?" (אן אריינקיקן...)








[ פאר דעי וואס ווילן קיקן בין איך מודיע אז די ענטפער קען מען טרעפן אין פּרשת חיי שרה]
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2198
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1268 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

Ai צו די רעסקיו

According to the Bible, Abraham had eight sons. His first
son was Ishmael, who was born to his wife's maidservant, Hagar. His second son was Isaac, who was born to his wife, Sarah. After Sarah's death, Abraham married Keturah, who bore him six more sons: Zimran, Jokshan, Medan, Midian, Ishbak, and Shuah.

Some people have argued that the Bible contradicts itself on this point, as some passages refer to Isaac as Abraham's "only son". However, this is not necessarily a contradiction. In the ancient world, it was common for a man to have multiple wives and concubines, and the children of these women would all be considered his children. In this case, Isaac was Abraham's only son with his wife Sarah, but he was not Abraham's only son overall.
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1102
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1262 מאל

Re: איבער די מערכה קעגן AI, מען דארף טוישן סטראטעגיע

שליחה דורך טמיר »

pseudonym1 האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן: אונזערע קינדערלעך קענען גארנישט! זילטש! אדרבה... גיי פרעג אונזערס א בחור וואס ער קען, וואס ער ווייסט איבער אידישקייט... די גוטע בחורים קענען אביסל גמרא, און אויב האבן זיי מזל, געדענקען זיי אביסל פונעם מאור עינים אדער נועם אלימלך

איך האב אמאל ארומגעגאנגען אין מיין ישיבה פרעגענדיג וואס איך האב געטראכט וועט זיין א פּשוטע שאלה.
"וויפיל קינדער האט אברהם אבינו געהאט?"
אין חדר אוכל זענען געווען ב"ה כמעט 200 בחורים. איך האב געפרעגט מער ווי 150 פון זיי, און קיין איינער פון זיי האט נישט געוויסט...

איך האב געוואלט אויסשרייען: איז תנ"ך נאר פאר גוים? אפיציעל לערנען אונז תורה אגאנצע טאג. טא, האסטו דא אפענע פּסוקים וואס א גאנצע ישיבה פון בחורים וואס שטייגן יומם ולילה חופערן איבער איינמאל א יאר ביים מעביר סדרה זיין, אויב דאס.

אדרבה, לאמיר זעהן וואס די עולם דא קען. "וויפיל קינדער האט אברהם אבינו געהאט?" (אן אריינקיקן...)








[ פאר דעי וואס ווילן קיקן בין איך מודיע אז די ענטפער קען מען טרעפן אין פּרשת חיי שרה]
איך כאפ נישט וויאזוי ווילסטו מען זאל געדענקן אזא פרט? וועם זאל בייפאלן צי ציילן און איינחזרן די נומער?

די געדאנק איז ריכטיג און קען האבן אומצאליגע משלים, אבער דער ספעציפישע פאל האלט איך איז נישט קיין גוטע דוגמא.

אויב רוב בחורים וואלטן געענטפערט 2 און נישט געוויסט פון קטורה, דאס וואלט געווען א בראך
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
pseudonym1
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 23, 2022 6:57 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך pseudonym1 »

טמיר האט געשריבן:
אויב רוב בחורים וואלטן געענטפערט 2 און נישט געוויסט פון קטורה, דאס וואלט געווען א בראך
מער בחורים האבן געוויסט פון די פּשט אז "בכל" איז מרמז אז אברהם האט געהאט א טאכטער, ווי האבן געדענקט די נאמען קטורה...
און יא, איך פארשטיי אז די נאמבער פון קינדער איז נישט עפּעס וואס רוב געדענקן, פארדעים בין איך טאקע ארומגעגאנגען מאכן די experiment, אבער פון אזויפיל בחורים זאל קיינער נישט צוטרעפען איז מיך געווען א שאק.
הייליגע קאקאש קעיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
האט שוין געלייקט: 153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל

שליחה דורך הייליגע קאקאש קעיק »

איך אמאל געהערט פון הרב שת טאוב: עס שטייט אז ווען משיח גייט קומען גייט זיין 'ומלאה הארץ דעה את השם'
מלאה הארץ דעה איז שוין יעצט מיט די גאנצע טעכנאלאגיע, אונז דארפן יעצט ארום דרייען אז עס זאל זיין את 'השם'.

האב איך געטראכט אז די AI איז דאך געבויט אויף אזא אופן אז ער כאפט אליינס אויף נאלידש און אזוי ווערט ער קלוגער, איז אפשר זאל מען מאכן א קאמפיין און אריינקאלן די AI א גאנצען טאג און אים אויפקלערן די גאנצע אידישע השקפה, און אזוי וועט מען מאכן די גאנצע וועלט זאל ווערן דעה את השם, וויבאלד נאך אביסל גייט דאך אלעס ארבעטן מיט די טעכנאלאגיע.
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 609
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 742 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

הוא אשר דברנו.יש״כ פאר׳ן מרחיב בדיבור זיין...

למעשה, בין איך עפעס נישט רואיג מיט דעם עי.איי.

סוכ״ס איז מקוים געווארן דאס וואס אויב כ׳דענק גוט האט הרה״ק רבי אלימלך מליזענסק זצ״ל געזאגט אז פאר די גאולה וועלן מלאכים אראפשפייען אפיקורסות און ס׳וועט זיין א מבול פון אפיקורסות אויפן וועלט...

דאס וואס סייענס שטעלט פאר - מיט אלע אירע סתירות און פעלערן - קען היפש צומישן דעם מאמין, און עס צו פארענטפערן/אפפרעגען פעלטסעך אויס אסאך ידיעות סיי בתורה נגלה ו׳נסתר׳ און סיי להבדיל חכמת העולם... ולאו כל מוחא סבל דא.

אן עוורעידזש בחור/אינגערמאן קען דאס זייער צו חוש׳ן. אשר על כן....

בעסער וואלט געווען אז מ׳איז נישט ׳עקספאוזט׳ דערצו. אבער למעשה קוקט אויס אז דער קאץ איז שוין ארויסגעלאפן פון זאק און מ׳קענעם נישט צוריקלייגן... איז וואס טוט מען??

אינעמעסען אריין, כ׳האב זיך שוין פונלאנג געווינדערט פארוואס קיין שום פריערדיגן גדול אונזערע האט נישט גע׳אסר׳ט עלעקטריק בכלל, און אויפגעשטעלט א ישוב ווי להבדיל די עימיש... אבער. אונז זעמער ׳נישט׳ קליגער, אונז פארלאזן זיך אויפן באשעפער.

דער אויבערשטער האט א פלאן. נצח ישראל לא ישקר!
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער פרטים איבער די קלענערע היימישע חבורות וואס קומט פאר ׳בתוך עמי׳ שיקט אן אימעיל צו: teauvent@gmail.com
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 942 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1043 מאל

שליחה דורך חדשים »

על זה ידוו כל הדווים. עס דערמאנט מיר די מעשה וואס מען פארציילט אויף א סאטמארע בעה”ב מראה”ק בוויליאמסבורג (נאמען געהיטן אין די רעדאקציע...) וואס איז געווען באזוכן אין אר”י און אפגעשטאט א באזוך אין די הויפקווארטירן פון די עדה החרדית. ער האט זיך אויפגעטון אז ער האט נאך געלערנט ביים רבי’ן אין סענדס סט. די חברי הבד”ץ זייענדיג איבערגענומען פון די זכי’ האבן אים מכבד געווען צו נאכזאגן א ווארט פונעם רבי’ן. דער איד האט אנגעפאנגען צו טוישן קאלירן און ענדליך ארויסגעקעקעצט איין מאמר וואס ער געדענקט. די רבי האט געזאגט, אז ווער עס וועט טשעפענען מיינע מוסדות וועל איך אים נישט שולדיג בלייבן בזה ובבא..

לגופו של ענין, איך האב שוין אסאך מחשבה אוועקגעגעבן פאר די נושא און איך האב נאך אלץ נישט קיין קלארע מהלך. לאמיר נעמען די ראית הכוזרי וואס דו דערמאנסט פאר א משל. דו ווילסט איך זאל בויען זיין אידישקייט מיט’ן ראית הכוזרי. ער גייט זיך נאכדעם באנוצן מיט די אינטערנעט אדער מיט א טעלעפאון וואס ענטפערט מיט AI, און ער גייט אנקומען למשל צו די תגובה אדער עפעס ענליך. וואס האלטסטו גייט יעצט געשען? ער גייט נישט כאפן קיין געזונטע שאקל? און אזוי קען מען נעמען יעדע פון די יסודות און צושאקלען. דיין נקודה איז אמת אז מען טאר נישט מורא האבן פון אינפארמעישן און מען קען גארנישט טון עס צו באהאלטן. אבער דיין אלטערנעטיוו איז גאנץ שוואך. וועלכע יסודות זאל איך אים אויסלערנען און דאס גייט אים אנהאלטן ביי אידישקייט?

לפענ”ד איז די ריכטיגע וועג אים/איר צו געבן א געשמאק אין די אידישקייט, וואס דו ווילסט אז ער/זי זאל מקבל זיין. איינמאל מען באליבט זיך, קענסטו קומען מיט א זאק מיט ראיות אז עס איז נישטא קיין גאט און תורה איז נישט מסיני ועוד ועוד און דיין קינד קען עס אפילו אננעמען אבער עס גייט נישט אוועקרירן קיין כי הוא זה. ער לייגט תפילין ווייל ער האט עס ליב. איי די קשיות? ער וועט שוין טרעפן א מהלך צו מאכן זאכן שטימען... אדער וועט ער זיך פארלאזן אז עס איז זיכער דא גוטע תירוצים. איינמאל עס איז געבויעט אויף ליבשאפט און הנאה צו די לייפסטייל קען שוין די הנאה קומען פון ר’ ישעי’ ב”ר משה פונקט ווי פון קענען אויסענווייניג די בני קטורה אדער פון דוקא נישט לערנען ליקוטי מהר”ן פונקט ווי זיך קאכן אין דירה בתחתונים. יעדע מח און פערסענעליטי טרעפט זיך זיין קאנעקשען צו תורה ומצוות. עס מוז נישט דוקא קומען פון פנימיות.

דאס קען זיין פשט אין די משנה, רצה הקב”ה לזכות את ישראל, לפיכך הרבה להן תורה ומצוות. דער אייבירשטער וויל אז יעדער איד זאל קענען קאנעקטן צו אידישקייט, האט ער געלאזט צולייגן נאך מצוות. יעדער זאל זיך אויסוועלן וואס ער האט ליב. שמן למאור וועט נעמען א שטיקל תניא און דער סקווירער חסיד וועט נעמען קאמפאט אסרו חג שחל במוצ”ש.

אחרי ככלות הכל, וואלט איך געוואלט האבן נאך א בעסערע מהלך...
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3537
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3924 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

דא געווען אמאל א זיסע ארטיקל אין די בראשית יארן איבער די ענין, ווי איינע פון די פארצייטישע ניקס האט מסביר געווען אז די אייבערשטער פארלאזט אונז נישט. די רבנים האבן גע'אסר'ט מאווי'ס, האמיר באקומען ווידעאס. די רבנים האבן גע'אסר'ט ווידעאס, האמיר באקומען אינטערנעט. גע'אסר'ט אינטערנעט, באקומען וואטסעפפ, אינסטעגרעם, סמארטפאון. (הלואי קען איינער דאס אפירזיכן און ברענגן צום אויבערפלאך.)

איך וואלט עס אביסול אנדערש ארויסגעברענגט, אז די אייבערשטער וויל אז מ'זאל האבן א בחירה מיט א מעגליכקייט צו כל דבר אסור, די עבודה פון א איד איז בוחר צו זיין בטוב. טאמער נעמט מען אוועק די בחירה וועט בעל כורחו קומען אן אנדערע נסיון. און יעצט האלטן מיר ביי די נסיון פון AI. אמת, ס'וואלט טאקע נישט געדארפט זיין קיין נסיון, ווי @שמן למאור איז מסביר, אבער למעשה איז עס יא אזוי, ווייל דאס איז די רצון ה' און העברת פי ה' לא תצלח.

מ'פירט א בת היענה'דיגע מערכה מיט טעכנאלאגיע און מ'מיינט מ'וועט עס קענען איבערקליגן. דאס ארבעט אבער נישט. יעצט זענען זיי פארלוירן און פון די גאנצע כינוס כלל ישראל, מוסדות אינטערגעשרייבאכץ, כינוס נשי כלל ישראל, מיט די סטעדיום'ס, איסורים, חרמים וקונמות איז געבליבן אז מ'האלט ביי אל"ף, בעק טו סקוועיר וואן.
ודברת בם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 16, 2022 9:09 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

שליחה דורך ודברת בם »

חדשים האט געשריבן:על זה ידוו כל הדווים. עס דערמאנט מיר די מעשה וואס מען פארציילט אויף א סאטמארע בעה”ב מראה”ק בוויליאמסבורג (נאמען געהיטן אין די רעדאקציע...) וואס איז געווען באזוכן אין אר”י און אפגעשטאט א באזוך אין די הויפקווארטירן פון די עדה החרדית. ער האט זיך אויפגעטון אז ער האט נאך געלערנט ביים רבי’ן אין סענדס סט. די חברי הבד”ץ זייענדיג איבערגענומען פון די זכי’ האבן אים מכבד געווען צו נאכזאגן א ווארט פונעם רבי’ן. דער איד האט אנגעפאנגען צו טוישן קאלירן און ענדליך ארויסגעקעקעצט איין מאמר וואס ער געדענקט. די רבי האט געזאגט, אז ווער עס וועט טשעפענען מיינע מוסדות וועל איך אים נישט שולדיג בלייבן בזה ובבא..

לגופו של ענין, איך האב שוין אסאך מחשבה אוועקגעגעבן פאר די נושא און איך האב נאך אלץ נישט קיין קלארע מהלך. לאמיר נעמען די ראית הכוזרי וואס דו דערמאנסט פאר א משל. דו ווילסט איך זאל בויען זיין אידישקייט מיט’ן ראית הכוזרי. ער גייט זיך נאכדעם באנוצן מיט די אינטערנעט אדער מיט א טעלעפאון וואס ענטפערט מיט AI, און ער גייט אנקומען למשל צו די תגובה אדער עפעס ענליך. וואס האלטסטו גייט יעצט געשען? ער גייט נישט כאפן קיין געזונטע שאקל? און אזוי קען מען נעמען יעדע פון די יסודות און צושאקלען. דיין נקודה איז אמת אז מען טאר נישט מורא האבן פון אינפארמעישן און מען קען גארנישט טון עס צו באהאלטן. אבער דיין אלטערנעטיוו איז גאנץ שוואך. וועלכע יסודות זאל איך אים אויסלערנען און דאס גייט אים אנהאלטן ביי אידישקייט?

לפענ”ד איז די ריכטיגע וועג אים/איר צו געבן א געשמאק אין די אידישקייט, וואס דו ווילסט אז ער/זי זאל מקבל זיין. איינמאל מען באליבט זיך, קענסטו קומען מיט א זאק מיט ראיות אז עס איז נישטא קיין גאט און תורה איז נישט מסיני ועוד ועוד און דיין קינד קען עס אפילו אננעמען אבער עס גייט נישט אוועקרירן קיין כי הוא זה. ער לייגט תפילין ווייל ער האט עס ליב. איי די קשיות? ער וועט שוין טרעפן א מהלך צו מאכן זאכן שטימען... אדער וועט ער זיך פארלאזן אז עס איז זיכער דא גוטע תירוצים. איינמאל עס איז געבויעט אויף ליבשאפט און הנאה צו די לייפסטייל קען שוין די הנאה קומען פון ר’ ישעי’ ב”ר משה פונקט ווי פון קענען אויסענווייניג די בני קטורה אדער פון דוקא נישט לערנען ליקוטי מהר”ן פונקט ווי זיך קאכן אין דירה בתחתונים. יעדע מח און פערסענעליטי טרעפט זיך זיין קאנעקשען צו תורה ומצוות. עס מוז נישט דוקא קומען פון פנימיות.

דאס קען זיין פשט אין די משנה, רצה הקב”ה לזכות את ישראל, לפיכך הרבה להן תורה ומצוות. דער אייבירשטער וויל אז יעדער איד זאל קענען קאנעקטן צו אידישקייט, האט ער געלאזט צולייגן נאך מצוות. יעדער זאל זיך אויסוועלן וואס ער האט ליב. שמן למאור וועט נעמען א שטיקל תניא און דער סקווירער חסיד וועט נעמען קאמפאט אסרו חג שחל במוצ”ש.

אחרי ככלות הכל, וואלט איך געוואלט האבן נאך א בעסערע מהלך...
קיינמאל נישט פארשטאנען חז"ל אזוי גוט - ווען זיי פארציילן וועגן די אידן אז זיי זענען געווען "צמוד לעבודה זרה", פון וואס זיי רעדן.
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

שמן למאור מיינט טאקע געז לייטינג אבער דא זאגסטו גאר שטארק
עס באדערט מיר שוין זייער לאנג וואס מאיז ביזי מיט חינוך הטהור
סעקולארע עדזשוקעישען און די גאנצע טומל דערוועגן

קען מיר איינער ענטפערן
וואס פונקטליך קען א דורכשטניטליכע בחור ווען ער פארענדיגט ישיבה גדולה?
ער קען נישט קיין תנ״ך קיין הלכה קיין חסידות קיין השקפה גארנישט מיט נישט
וועסט זיין סורפרייזד וויפיל קענען נישט אפליינען א שטיקל לשון קודש
ספעלן שרייבן אידיש קען ער אויך נישט
וואס יא? אז לייגן דזשעל אויף די פאות אדער גיין א מאַט בעקעטשע (אין די תש״ע יארן איז עס געווען א פּראַבּלעם) איז אסור
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 922
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 517 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

דער פשוטסטער עצה צו אדרעסירן ארטיפישעל אינטעלידשענס איז חינוך ע״ד תורה ודעת פון מרן הגה״צ רבי שרגא פייבל זצ״ל. אין דעם חינוך גיט מען היי סקול עדיוקעשן כדבעי׳. מען לערנט חשבון מיט אלגברע, גיאוגרפיע, פיזיקס, סיוויקס, ביאלאגיע, עקאנאמיקס וכו׳. דערנאך קען מען גיין שטודירן אין קאללעדש אז מען וויל און זיך מפרנס זיין בדרך כבוד ובהיתר ווי א נארמאלער מענש. דאס איז געווען דער רצון כמעט אלע גדולי הדור אין די 1940s ביז 1970. אויסער רבי אהרן קאטלער זצ״ל און דער לובאוויטשער רבין זי״ע. אזוי אויך די עקסטרעמע חסידישע רביס. דער באבאווער רב מיטן סטיטשינער רב און דער בלאזובער רב האבן אבער אנדערש פארשטאנען. אזוי אויך רוב פון די ראשי ישיבות חוץ רבי אהרן'ן זצ״ל. היינט זעהט מען אז זיי זענען געווען גערעכט. אז א איד האט מורא פון חכמה!?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תורה ומדע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1408 מאל

שליחה דורך הקטן »

תורה ומדע האט געשריבן: היינט זעהט מען אז זיי זענען געווען גערעכט.
איי דאנט טינק די ווערדיקט איז אין



יעצט פאנג אן צו שיסען די טאמעטעס
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 922
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 517 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

הקטן האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן: היינט זעהט מען אז זיי זענען געווען גערעכט.
איי דאנט טינק די ווערדיקט איז אין



יעצט פאנג אן צו שיסען די טאמעטעס
סאיז פשוט קאממען סענס. מען מוז גיין בדרך לכתחילה אריבער, ניטא קיין אנדער וועג.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 748
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 353 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 776 מאל

איבער די מערכה קעגן AI, מען דארף טוישן סטראטעגיע

שליחה דורך סאנטיאגא »

פיין געזאגט, וואויל געזאגט שמן'ל! ווי זאגט די וועלט? every dog has its day סוף סוף קומסטו צו צום קלארקייט (מער ווייניגער) און איך גיב דיר אפ קרעדיט פארן נוצן דיין קאפ און טראכטן טיף, ליידער וויפיל מענטשן זענען נישט זוכה צו דעם און זענען פארכאפט און ציען אויף דורות אין די פארכאפונג, און אויף דעם שלאגט מען זיך דא פארן נעקסטן דור, וויפיל זיי מעגן יא וויסן און וויפיל זיי טארן נישט וויסן. איך טראכט שוין דאס א היבש ביסל יארן, כ'האב אביסל בארירט דעם נושא דא ביי נומער 5 בנוגע א טיפישער חסידישער בחור אין די שמועס פון פארעכטן שידוכים, זעט מען בערך די זעלבע זאך דא פון א אנדערע ענגל.

ס'איז נישט קיין נייעס צו קיינעם, סאטמאר איז שוין נישט פון היינט א ליידיגע זאק וואס האט נישט קיין עכטע אידיאלן אויסער זיך שלאגן קעגן עפעס א מדינה 5 טויזנט מייל אוועק, זאגסט גוט, וואס פארקויפן זיי? חסד? פיין אבער דאס האט נישט מיט חסידות דאס האט מיט אנדערע זאכן. די פאקט איז סאטמאר האט זיך ארויפגעבויט האבנדיג גראבע אינסיקוריטיס און א שטערבליכע לעכצונג צו באלאנגען, האבן זיי זיך שווער פארטראגן מיט אנדערע, יעדעם אוועקגעבוליט פון וויליאמסבורג און ווער ס'איז געבליבן האבן זיי אויסגעטיילט צרות צרורת און אזוי האבן זיי זיך דערקלערט חסידות, יעצט ווייסט שוין יעדער דריי זאכן: אונזער שטאלצע אינדענטיטעט איז מיר זענען אנטי מדינת ישראל. מיר באלאנגען יא! מיר זענען די גרעסטע און די שטערקסטע! און אויב דו טראכסט נאר פון זיין קעגן אונז וועלן מיר דיר שיקן פייער טראקס און דיר אויסטוהן נאקעט אויפן גאס... אה און ווייזן אז דיין פרומקייט איז נישט די גוטע פרומקייט נאר אונזערס איז... דאס איז סאטמאר אין א נאטשעל, דאס מיינט נישט אז א סאטמארע'ר איד היינט אסאסיאירט מיט טעראר, פארפאלן סאטמאר שטייט נישט אויף קיין זאכליכע וועליוס, לעב דערמיט. איר אידילאגיע איז אלס געווען אנטי, דאס איז איינגעבאקן אין די סורווייועל מעקאניזם פון סאטמאר. אין די צייט וואס אין באבוב רעדט מען פון וואס מיינט אן עבודה פון די דברי חיים, און אין חב"ד רעדט מען פון די בעל התניא'ס טיפקייט איז מען אין סאטמאר ביזי מיט ווער דיסעגריט מיט אונז יעצט? ווי ס'איז דא עפעס וואס מ'קען קרעכצן, וואספארא פירצה האלט היינט אויף משיח? און וועם קען מען היינט אסר'ן? ווי איז דא עפעס א שיפע בארג אין מאנרא וואס ווען א פרוי וואקט אויף דעם איז איין זייט פון איר סקירט מער אויפגעהויבן ווי די אנדערע... און ס'איז אן ערנסטע צניעות שאלה (נישט קיין דזשאוק ביי די וועי.)

יעצט אויב האט מען עס נאכנישט געזעהן אין די תשס'ס זעהט מען עס היינט צוביסלעך איין מיט AI און איך זעה עס שוין ליפא און פון ניימאן, יעדער האט זיך זיין/איר מינוט וואס ס'קליקט. לאמיר שוין זאגן מחאה ומערכה איז די בעסטע עצה, די פראבלעם מיט דעם עצה איז מוחה זיין האט אויך א שיעור, ביי א געוויסן פונקט ווערן די מאסן אווערטייערד און ס'ווערט אלס שווערער זיי צו האלטן אין ליניע. און אפגערעדט ווען די וואס אבסעסירן מיט מחאה האבן גאר א שלעכטן טרעק רעקארד פון באווייזן דעם אויך מיר כשר חזיר פיסל ווען עכטע פראבלעמען ווערן אינגאנצן נישט ארויפגעברענגט אויפן אויבנאן... ס'גייט צוריק צו וואס ארבעט און וואס ארבעט נישט? די תירוץ איז די סטאטוס קווא ארבעט נישט! און דעמאקראטיע און ליבעראליזם ארבעט יא! יעצט געניץ מיר נישט און קוועטש "האסטו דעם ווייטער מיט די לינקע געשעפטן..." קוק עס נאך! ס'איז דא א סיבה פארוואס די היינטיגע וועלט איז מער דעמאקראטיש און מער פראגרעסיוו ס'איז דא א סיבה דערצו. האט איר געוויסט אז פון 167 פון די 193 יו. ען. לענדער (57%) זענען דעמאקראטיש און נאר 13% זענען אטאקראטיש אין פארגלייך צו 1976 וואס 62% זענען געווען אטאקראטיעס? פארוואס ווייל היירארכיע ארבעט נישט! און די זעלבע איז מיט קאנסערוועטיזם ס'ארבעט נישט! פשוט און פראסט. פייטן די שטראם האט קיינמאל נישט געארבעט, פאר א סיבה זענען דא אזוי ווייניג פרומע אידן די 2'טע וועלט מלחמה איז טאקע א שטארקע סיבה, אבער וואס איז א שטערקערע סיבה איז ווייל צוריקשלעפן די שטריק צו אמאל ווען די וועלט פארט א צווייטע דיירעקשן ארבעט נישט! ס'ארבעט פאר "סאם" ס'קוקט אויס ווי ס'ארבעט אבער באמת ארבעט עס נישט ס'איז נאר א היירארכיע וואס האלט די לייצעס אבער יעצט...

דאס מיינט אז יעדע ווארט וואס די דעמאקראטן האבן נאר אמאל געזאגט אדער געטוהן איז וואר? איז די וועג? די אמת? זענען פערפעקט? ניין! אבער אז דו קוקסט וויאזוי די וועלט לויפט זעהסטו אז די וועלט האלט אין איין פארן, צו דו ווילסט מיטפארן צו נישט, די וועלט בלייבט נישט שטיין ביי פארמעריי און פערד און וועגעלעך, ווייל מענטשן ווערן קלוגער הייבן אן זיי אן אויפקומען מיט נייע וועגן וויאזוי צו לעבן, און אדאפטירן קלוגערע מהלכים וויאזוי צו לעבן גרינגער, שארפער, און מער טיכטיג. דאס איז אמת אויף אלעס, אויף די עקנאמיע, אינעוואציע, אויף וויסנשאפט, אויף אידילאגיע. יעצט אז דו ווילסט נישט מיטגיין דערמיט, הארצן גערן! האסט א רעכט צו בלייבן פאנאטיש, אבער כאטש האב ארויס דיין פאנאטישקייט זייער קלאר, ווייל דיין קינד גייט ארויסקוקן פון געצעלט, און ס'קען זיין אז אויב א טעסלא וועט דורכפארן וועט זיך אים פארגלוסטן צו פרובירן וויאזוי ס'פילט צו זיצן אין א וואגן אן א פערד, א וואגן וואס פארט אפילו שנעלער וואס מיינט אז לכאורה קומט מען אן שנעלער, מיין עדווייס פאר דעם פאנאטישן דארפישן פארמער איז: דו זאלסט בעסער אויפקומען מיט א קאמפעלינג ארגומענט פאר דיין קינד פארוואס א פערד און וואגן איז בעסער ווי א וואגן אן א פערד, ווייל אויב נישט קען זיין דו וועסט בלייבן חוזק ונחזק, אבער דער פארמער איז דאך יא פאנאטיש און אומפארגעשריטן האט ער א פוילערע המצאה: איך בען טעסלא'ס אז מ'וועט נישט זעהן קיין טעסלא'ס אזוי וועט קיינער נישט וועלן קיין טעסלא, און אזוי שפארט ער זיך איין די קאפוויי פון זיך שלאגן מיט די פראגרעסיווע ווינטן און פארטיג. דאס איז וואס ארטאדאקסיע ספראוועט זיך יעצט מיט, און כ'מיין ס'איז אבוויעס אז זיי האבן נישט קיין שטארקע קאונטער קולטור צוריקצופייטן און ס'פאטשט אין פנים, מ'מוז זיך נעמען צו רעדן פון אלעם וואס איז פארשטעקט אונטערן טעפיך פאר AI פארציילט עס אליין... און בלויז איין שאלה איז פארבליבן: ?What are you gonna do about it

כ'האב געטראכט די סאפטוועיר פון AI איז נישט אזא סטראשע ווי מ'מיינט, ווייל אז דו פרעגסט איר צו אהרן איז גערעכט מיט זיין איסור אויף איר וועט זי דיר ענטפערן אז מ'דארף ריספעקטן דייווערס פערספעקטיוו'ס, און ס'קען זיין ער האט א סיבה דערפאר... ממש יעדע זאך וואס דו פרעגסט וועט עס דיר נישט פיטערן א פראפאגאנדיסטישע בייעס, ס'וועט פרובירן צו געבן א גאנצע פיקטשער, איז דאס גאר א פאזיטיווע זאך אז די יונגווארג זאל דאס וויסן... איך בין נאר נישט זיכער צו די אהרן אידן זענען געוואוינט צו טראכטן אזוי אומפארטייאיש...און מעגליך דאס איז אויך אן ערנסטע threat אז מ'וועט וויסן אז נישט אלעס וואס די רבי אדער מיילעך דייטש זאגט איז די איינציגסטע תורה מסיני...

אלעס קומט צוריק צו זיך, אז דו האלסט נישט ביים ארויסקומען פון די זאמד און דו ווילסט דיך נאך טיפער פארזינקען דערין אן דארפן טשעלענדזשן דיינע בעליפס. אבער היינט ווען די יונגע שאף האבן אנדערע אינטערעסן ארבעט דאס נישט מער... ?So what are you gonna do about it

דאס וואס דו דערמאנסט אויב אין חב"ד גייען מער אראפ פון וועג איז נאריש צו רעדן ווען מ'האט נישט קיין נומבערס, און אויב דו האסט יא, מיינט נאכנישט גארנישט, מענטשן פארלאזן אידישקייט פאר מערערע סיבות, און ווער נישט אזוי פארקויפט אז חב"ד האט עס יא אויסגעפיגערט זיי האבן טאקע געמאכט צענדליגע בעל תשובות אבער ביז ס'קומט צו שידוכים דאס איז שוין נישט אזוי וויכטיג ווי מרחיב זיין די גבולי הקדושה... בויען די ברענד פון אידישקייט פאמפן די פי. אר. דאס איז די עיקר. חתונה האבן? נעע דיין ארבעט פון דזשוינען די מאוומענט און אזוי ארום צוהעלפן מיטן בויען אונזער ברענד איז שוין דאן... די לאגיק אז סאטמאר מאכט נישט ליבאוויטשע פאר סאטמאר איז נישט קיין לימוד זכות אויף ליבאוויטש נאר פארקערט, ס'ווייסט נאר אויף זייער קולטיש proselytization סטייל וואס איז בכלל נישט די שיטה אין סאקמאר. צוויי פאנאטישע גרופעס איינס האט נישט מיטן צווייטן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום סאנטיאגא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8401 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

חדשים האט געשריבן:על זה ידוו כל הדווים. עס דערמאנט מיר די מעשה וואס מען פארציילט אויף א סאטמארע בעה”ב מראה”ק בוויליאמסבורג (נאמען געהיטן אין די רעדאקציע...) וואס איז געווען באזוכן אין אר”י און אפגעשטאט א באזוך אין די הויפקווארטירן פון די עדה החרדית. ער האט זיך אויפגעטון אז ער האט נאך געלערנט ביים רבי’ן אין סענדס סט. די חברי הבד”ץ זייענדיג איבערגענומען פון די זכי’ האבן אים מכבד געווען צו נאכזאגן א ווארט פונעם רבי’ן. דער איד האט אנגעפאנגען צו טוישן קאלירן און ענדליך ארויסגעקעקעצט איין מאמר וואס ער געדענקט. די רבי האט געזאגט, אז ווער עס וועט טשעפענען מיינע מוסדות וועל איך אים נישט שולדיג בלייבן בזה ובבא..

לגופו של ענין, איך האב שוין אסאך מחשבה אוועקגעגעבן פאר די נושא און איך האב נאך אלץ נישט קיין קלארע מהלך. לאמיר נעמען די ראית הכוזרי וואס דו דערמאנסט פאר א משל. דו ווילסט איך זאל בויען זיין אידישקייט מיט’ן ראית הכוזרי. ער גייט זיך נאכדעם באנוצן מיט די אינטערנעט אדער מיט א טעלעפאון וואס ענטפערט מיט AI, און ער גייט אנקומען למשל צו די תגובה אדער עפעס ענליך. וואס האלטסטו גייט יעצט געשען? ער גייט נישט כאפן קיין געזונטע שאקל? און אזוי קען מען נעמען יעדע פון די יסודות און צושאקלען. דיין נקודה איז אמת אז מען טאר נישט מורא האבן פון אינפארמעישן און מען קען גארנישט טון עס צו באהאלטן. אבער דיין אלטערנעטיוו איז גאנץ שוואך. וועלכע יסודות זאל איך אים אויסלערנען און דאס גייט אים אנהאלטן ביי אידישקייט?

לפענ”ד איז די ריכטיגע וועג אים/איר צו געבן א געשמאק אין די אידישקייט, וואס דו ווילסט אז ער/זי זאל מקבל זיין. איינמאל מען באליבט זיך, קענסטו קומען מיט א זאק מיט ראיות אז עס איז נישטא קיין גאט און תורה איז נישט מסיני ועוד ועוד און דיין קינד קען עס אפילו אננעמען אבער עס גייט נישט אוועקרירן קיין כי הוא זה. ער לייגט תפילין ווייל ער האט עס ליב. איי די קשיות? ער וועט שוין טרעפן א מהלך צו מאכן זאכן שטימען... אדער וועט ער זיך פארלאזן אז עס איז זיכער דא גוטע תירוצים. איינמאל עס איז געבויעט אויף ליבשאפט און הנאה צו די לייפסטייל קען שוין די הנאה קומען פון ר’ ישעי’ ב”ר משה פונקט ווי פון קענען אויסענווייניג די בני קטורה אדער פון דוקא נישט לערנען ליקוטי מהר”ן פונקט ווי זיך קאכן אין דירה בתחתונים. יעדע מח און פערסענעליטי טרעפט זיך זיין קאנעקשען צו תורה ומצוות. עס מוז נישט דוקא קומען פון פנימיות.

דאס קען זיין פשט אין די משנה, רצה הקב”ה לזכות את ישראל, לפיכך הרבה להן תורה ומצוות. דער אייבירשטער וויל אז יעדער איד זאל קענען קאנעקטן צו אידישקייט, האט ער געלאזט צולייגן נאך מצוות. יעדער זאל זיך אויסוועלן וואס ער האט ליב. שמן למאור וועט נעמען א שטיקל תניא און דער סקווירער חסיד וועט נעמען קאמפאט אסרו חג שחל במוצ”ש.

אחרי ככלות הכל, וואלט איך געוואלט האבן נאך א בעסערע מהלך...
זאגסט זייער גוט אזוי ווי אייביג... כ'מיין אז וואס דו שרייבסט איז נישט קיין סתירה מיט וואס איך האב געשריבן, נאר אדרבה, איינס איז משלים דאס אנדעדע.

מאכן געשמאק אידישקייט, טוט אויף אז די קינדער וועלן בלייבן היימיש. זיי וועלן ווייטער טראגן קאפל, ציצית, פיאות און גיין א שטריימל שבת. אויב איז מען אבער לער ווען עס קומט צו אידישקייט, וועט יעדע נערישע דשאוק אדער טענה, אויפשאקלען די יסודות פונעם מענטש. דאס מיינט נאכנישט אז ער גייט לויפן עסן חזיר פלייש, אדער עפעס טוישן בכלל, אבער ער ווערט גלייך צעשאסן פון יעדע זאך. אז AI וועט אים זאגן אז די וועלט איז מער ווי 6,000 יאר אלט וועט אים שוין נישט גוט ווערן אויפן הארצן. אויב אבער ווייסט ער פון סליפקין צו זאגן... ער ווייסט פון ר' גדליה נאדעל צו זאגן, דאן ווערט ער נישט אזוי פארלוירן, ער ווייסט אז 'מען רעדט שוין פון דעם'...

פארשטייט זיך אז גיין נאר מיטן מהלך פון זיך אויפבויען און חקר'ענען איז אויך נישט קיין מהלך... ווייל ווי דו שרייבסט... קען מען אנקומען צו געוויסע תגובות... און עס קען גאר ברענגען צו אנדערע מסקנות ווי דאס וואס די תורה וויל...

אויב אבער איז מען משליב די צוויי עצות... מען מאכט אידישקייט געשמאק פאר די קינדער און מען פיטערט זיי אויך מיט חכמה, דאן וועט די ליבשאפט צו אידישקייט מאכן א בייעס אויף די חכמה אז עס זאל יא פיטן מיט אידישקייט... אזוי ווי אלע אפאלאגעטן טוען... ועיין עוד שם אין יענע אשכול...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
בעל אחריות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
האט שוין געלייקט: 399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 336 מאל

שליחה דורך בעל אחריות »

חדשים האט געשריבן:על זה ידוו כל הדווים. עס דערמאנט מיר די מעשה וואס מען פארציילט אויף א סאטמארע בעה”ב מראה”ק בוויליאמסבורג (נאמען געהיטן אין די רעדאקציע...) וואס איז געווען באזוכן אין אר”י און אפגעשטאט א באזוך אין די הויפקווארטירן פון די עדה החרדית. ער האט זיך אויפגעטון אז ער האט נאך געלערנט ביים רבי’ן אין סענדס סט. די חברי הבד”ץ זייענדיג איבערגענומען פון די זכי’ האבן אים מכבד געווען צו נאכזאגן א ווארט פונעם רבי’ן. דער איד האט אנגעפאנגען צו טוישן קאלירן און ענדליך ארויסגעקעקעצט איין מאמר וואס ער געדענקט. די רבי האט געזאגט, אז ווער עס וועט טשעפענען מיינע מוסדות וועל איך אים נישט שולדיג בלייבן בזה ובבא..

לגופו של ענין, איך האב שוין אסאך מחשבה אוועקגעגעבן פאר די נושא און איך האב נאך אלץ נישט קיין קלארע מהלך. לאמיר נעמען די ראית הכוזרי וואס דו דערמאנסט פאר א משל. דו ווילסט איך זאל בויען זיין אידישקייט מיט’ן ראית הכוזרי. ער גייט זיך נאכדעם באנוצן מיט די אינטערנעט אדער מיט א טעלעפאון וואס ענטפערט מיט AI, און ער גייט אנקומען למשל צו די תגובה אדער עפעס ענליך. וואס האלטסטו גייט יעצט געשען? ער גייט נישט כאפן קיין געזונטע שאקל? און אזוי קען מען נעמען יעדע פון די יסודות און צושאקלען. דיין נקודה איז אמת אז מען טאר נישט מורא האבן פון אינפארמעישן און מען קען גארנישט טון עס צו באהאלטן. אבער דיין אלטערנעטיוו איז גאנץ שוואך. וועלכע יסודות זאל איך אים אויסלערנען און דאס גייט אים אנהאלטן ביי אידישקייט?

לפענ”ד איז די ריכטיגע וועג אים/איר צו געבן א געשמאק אין די אידישקייט, וואס דו ווילסט אז ער/זי זאל מקבל זיין. איינמאל מען באליבט זיך, קענסטו קומען מיט א זאק מיט ראיות אז עס איז נישטא קיין גאט און תורה איז נישט מסיני ועוד ועוד און דיין קינד קען עס אפילו אננעמען אבער עס גייט נישט אוועקרירן קיין כי הוא זה. ער לייגט תפילין ווייל ער האט עס ליב. איי די קשיות? ער וועט שוין טרעפן א מהלך צו מאכן זאכן שטימען... אדער וועט ער זיך פארלאזן אז עס איז זיכער דא גוטע תירוצים. איינמאל עס איז געבויעט אויף ליבשאפט און הנאה צו די לייפסטייל קען שוין די הנאה קומען פון ר’ ישעי’ ב”ר משה פונקט ווי פון קענען אויסענווייניג די בני קטורה אדער פון דוקא נישט לערנען ליקוטי מהר”ן פונקט ווי זיך קאכן אין דירה בתחתונים. יעדע מח און פערסענעליטי טרעפט זיך זיין קאנעקשען צו תורה ומצוות. עס מוז נישט דוקא קומען פון פנימיות.

דאס קען זיין פשט אין די משנה, רצה הקב”ה לזכות את ישראל, לפיכך הרבה להן תורה ומצוות. דער אייבירשטער וויל אז יעדער איד זאל קענען קאנעקטן צו אידישקייט, האט ער געלאזט צולייגן נאך מצוות. יעדער זאל זיך אויסוועלן וואס ער האט ליב. שמן למאור וועט נעמען א שטיקל תניא און דער סקווירער חסיד וועט נעמען קאמפאט אסרו חג שחל במוצ”ש.

אחרי ככלות הכל, וואלט איך געוואלט האבן נאך א בעסערע מהלך...
ממש ווארט ביי ווארט פון מיין לאקאל רעביי'ס שאלעשידעס תורה, איך ווייס נישט פארוואס דעמאלטס האב איך עס נישט מקבל געווען....
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 748
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 353 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 776 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

שמן למאור האט געשריבן:
חדשים האט געשריבן:על זה ידוו כל הדווים. עס דערמאנט מיר די מעשה וואס מען פארציילט אויף א סאטמארע בעה”ב מראה”ק בוויליאמסבורג (נאמען געהיטן אין די רעדאקציע...) וואס איז געווען באזוכן אין אר”י און אפגעשטאט א באזוך אין די הויפקווארטירן פון די עדה החרדית. ער האט זיך אויפגעטון אז ער האט נאך געלערנט ביים רבי’ן אין סענדס סט. די חברי הבד”ץ זייענדיג איבערגענומען פון די זכי’ האבן אים מכבד געווען צו נאכזאגן א ווארט פונעם רבי’ן. דער איד האט אנגעפאנגען צו טוישן קאלירן און ענדליך ארויסגעקעקעצט איין מאמר וואס ער געדענקט. די רבי האט געזאגט, אז ווער עס וועט טשעפענען מיינע מוסדות וועל איך אים נישט שולדיג בלייבן בזה ובבא..

לגופו של ענין, איך האב שוין אסאך מחשבה אוועקגעגעבן פאר די נושא און איך האב נאך אלץ נישט קיין קלארע מהלך. לאמיר נעמען די ראית הכוזרי וואס דו דערמאנסט פאר א משל. דו ווילסט איך זאל בויען זיין אידישקייט מיט’ן ראית הכוזרי. ער גייט זיך נאכדעם באנוצן מיט די אינטערנעט אדער מיט א טעלעפאון וואס ענטפערט מיט AI, און ער גייט אנקומען למשל צו די תגובה אדער עפעס ענליך. וואס האלטסטו גייט יעצט געשען? ער גייט נישט כאפן קיין געזונטע שאקל? און אזוי קען מען נעמען יעדע פון די יסודות און צושאקלען. דיין נקודה איז אמת אז מען טאר נישט מורא האבן פון אינפארמעישן און מען קען גארנישט טון עס צו באהאלטן. אבער דיין אלטערנעטיוו איז גאנץ שוואך. וועלכע יסודות זאל איך אים אויסלערנען און דאס גייט אים אנהאלטן ביי אידישקייט?

לפענ”ד איז די ריכטיגע וועג אים/איר צו געבן א געשמאק אין די אידישקייט, וואס דו ווילסט אז ער/זי זאל מקבל זיין. איינמאל מען באליבט זיך, קענסטו קומען מיט א זאק מיט ראיות אז עס איז נישטא קיין גאט און תורה איז נישט מסיני ועוד ועוד און דיין קינד קען עס אפילו אננעמען אבער עס גייט נישט אוועקרירן קיין כי הוא זה. ער לייגט תפילין ווייל ער האט עס ליב. איי די קשיות? ער וועט שוין טרעפן א מהלך צו מאכן זאכן שטימען... אדער וועט ער זיך פארלאזן אז עס איז זיכער דא גוטע תירוצים. איינמאל עס איז געבויעט אויף ליבשאפט און הנאה צו די לייפסטייל קען שוין די הנאה קומען פון ר’ ישעי’ ב”ר משה פונקט ווי פון קענען אויסענווייניג די בני קטורה אדער פון דוקא נישט לערנען ליקוטי מהר”ן פונקט ווי זיך קאכן אין דירה בתחתונים. יעדע מח און פערסענעליטי טרעפט זיך זיין קאנעקשען צו תורה ומצוות. עס מוז נישט דוקא קומען פון פנימיות.

דאס קען זיין פשט אין די משנה, רצה הקב”ה לזכות את ישראל, לפיכך הרבה להן תורה ומצוות. דער אייבירשטער וויל אז יעדער איד זאל קענען קאנעקטן צו אידישקייט, האט ער געלאזט צולייגן נאך מצוות. יעדער זאל זיך אויסוועלן וואס ער האט ליב. שמן למאור וועט נעמען א שטיקל תניא און דער סקווירער חסיד וועט נעמען קאמפאט אסרו חג שחל במוצ”ש.

אחרי ככלות הכל, וואלט איך געוואלט האבן נאך א בעסערע מהלך...
זאגסט זייער גוט אזוי ווי אייביג... כ'מיין אז וואס דו שרייבסט איז נישט קיין סתירה מיט וואס איך האב געשריבן, נאר אדרבה, איינס איז משלים דאס אנדעדע.

מאכן געשמאק אידישקייט, טוט אויף אז די קינדער וועלן בלייבן היימיש. זיי וועלן ווייטער טראגן קאפל, ציצית, פיאות און גיין א שטריימל שבת. אויב איז מען אבער לער ווען עס קומט צו אידישקייט, וועט יעדע נערישע דשאוק אדער טענה, אויפשאקלען די יסודות פונעם מענטש. דאס מיינט נאכנישט אז ער גייט לויפן עסן חזיר פלייש, אדער עפעס טוישן בכלל, אבער ער ווערט גלייך צעשאסן פון יעדע זאך. אז AI וועט אים זאגן אז די וועלט איז מער ווי 6,000 יאר אלט וועט אים שוין נישט גוט ווערן אויפן הארצן. אויב אבער ווייסט ער פון סליפקין צו זאגן... ער ווייסט פון ר' גדליה נאדעל צו זאגן, דאן ווערט ער נישט אזוי פארלוירן, ער ווייסט אז 'מען רעדט שוין פון דעם'...

פארשטייט זיך אז גיין נאר מיטן מהלך פון זיך אויפבויען און חקר'ענען איז אויך נישט קיין מהלך... ווייל ווי דו שרייבסט... קען מען אנקומען צו געוויסע תגובות... און עס קען גאר ברענגען צו אנדערע מסקנות ווי דאס וואס די תורה וויל...

אויב אבער איז מען משליב די צוויי עצות... מען מאכט אידישקייט געשמאק פאר די קינדער און מען פיטערט זיי אויך מיט חכמה, דאן וועט די ליבשאפט צו אידישקייט מאכן א בייעס אויף די חכמה אז עס זאל יא פיטן מיט אידישקייט... אזוי ווי אלע אפאלאגעטן טוען... ועיין עוד שם אין יענע אשכול...
וואלסטו דאך געוואלט מיינען לויט דעם אז פון YU קומען נישט ארויס קיין פושעי ישראל אויפן סמך אז מ'רעדט שוין דערפון.. דו פארגעסט אז פון אלע עקן פון אידישקייט איז דא מענטשן וואס ווערן מער צוגעצויגן און מענטשן וואס ווערן מער דערווייטערט, צו ס'איז דא ארטיפישל איטעלעדיזשענס צו נישט, די ווייטאג איז נאר אז ווען פובליק לייבעריס האבן זיך געעפנט האט מען נישט געמאכט קיין עמטליכן איסור דערויף.


ווי האט הגאון הקדוש פראפעסאר דאקינס געזאגט:
Do not indoctrinate your children. Teach them how to think for themselves, how to evaluate evidence, and how to disagree with you
דאס איז צו מיר מער הערבאר. טאקע זייער א שווערע טעסק, אבערד דאס איז באמת די מידל אף די ראוד ס'הייסט נישט דו העלפסט אים ווערן א כופר, דו עקספאוזט צו אלעס און נאכדעם לאזטו אים/איר בוחר זיין אליינס (רח"ל, עפ"ל, ענדרוי"ד,) ס'איז גראדע נישט מסתבר אז אזא קינד זאל עפעס טרעפן ר' נחום טשערנאבלער אזוי, נישט מסוגל...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
באניצער אוואטאר
נוח
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 6:09 pm
האט שוין געלייקט: 845 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1847 מאל

שליחה דורך נוח »

תורה ומדע האט געשריבן:דער באבאווער רב מיטן סטיטשינער רב און דער בלאזובער רב האבן אבער אנדערש פארשטאנען. אזוי אויך רוב פון די ראשי ישיבות חוץ רבי אהרן'ן זצ״ל. היינט זעהט מען אז זיי זענען געווען גערעכט. אז א איד האט מורא פון חכמה!?
באבובער רב איז געווען גאר שארף קעגן קאלעדזש. געשטורעמט דערקעגן בכל עת מצוא.
יש מרבותינו דורשים אותו לשבח (רש"י)
רעאגיר