בלאט 1 פון 3

וואס טוט מען מיט די מוסדות אינטערשרייבעריי

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:12 pm
דורך נולד מאוחר
ס'איז א פרישע רעגעסטרעשען און די מוסדות שיקען גאנצע בענדער bold און underlined טעקסט תקנות, הסבירם, גדרים,און פארשטייט זיך סטראשערייען . אלעס איבער די אינטערנעט מערכה, די לאנגע שייטעל און די הענטעל פין די גלעזער ווערט פארלוירן צווישען די נייע גזירות. איך געדענק נישט די מוסדות זאלן אהיים שיקען א צעטעל מיט אזויפיל עקסייטמענט איבער עני אנדערע פאזעטיווע אויפטו, זאל עס זיין מגייט אנהייבען לערנען ל"ט מלכות מיט די קינדער תריג מצוות, דודוק וכו'.

איז מיין שאלה וואס טוט מען

1) מ'סיינעט דעם אמת אןן משיקט עס ציריק? דא איז נכלל אפי ווען מ'האט אינטערנעט באיסור.
2) מ'סיינט דעם ליגענט פאר וועם ס'פעלט אויס און מ'שיקט עס ציריק?
3) מ'לייגט עס מיט אלע שנאר-בריוולעך און מ'מאכט זיך נישט וויסענדיג. אין דעם איז נכלל אפי' איינער וואס האט נישט קיין אינטערוועש (כ'האב באמערקט די טעות) אדער האט בהיתר.פשוט ווי התאחדות האט געטהנט ביי מציצה, צווינגען אינטערצישרייבען איז אקעגען פרידאם אף רילידשען.

(מיר דאכטזיך אז דער שכר לימיד אפיס האט אינטערנעט און אמעיל. מוראדיג וויכטיג פאר זיי. לויט ווי זיי לייגען עס אראפ וואספארא היתירים מדארף ציקעמען קוקט עס אויס ווי א היתר פאר חילול שבת, פאסט נישט פאר א מוסד צי טאן אזאנס אפי' מיט א היתר.)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:18 pm
דורך לעיקוואד
לענ"ד שרייבט מען אז מהאט ניטאמאל א קאמפיוטער און די ערשטע מאל מהאט געהערט פון אזא זאך אינטערנעט איז געווען ביי די כינוס כלל ישראל, און די אלע שמות וואס שטייט אויפן צעטל ווי למשל "סמארטפון" וכדומה, הערט זיך ווי כינעזיש, און מווייסט בכלל נישט פון ווי די חדר האט געהערט פון אזוינע מאדנע זאכן.
סנישט דא קיין שום חיוב צו זאגען אמת פאר יעדער טעראריסט וואס וויל דיר איינטיילן וואס צו טוהן.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:34 pm
דורך villager
מסיינט אויף ענגליש מיט א צווייטענס נאמען, למשל jerry sandunsky

בדוו, וואס גייען זיי טהון אויב משיקט נישט צוריק?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:58 pm
דורך zurich
villager האט געשריבן:מסיינט אויף ענגליש מיט א צווייטענס נאמען, למשל jerry sandunsky

בדוו, וואס גייען זיי טהון אויב משיקט נישט צוריק?

ארויסווארפן!!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:09 am
דורך פערינא
אויב דיין מוסד פרעגט דיר ווער דיין טעקנישען איז קענסטו ניצען מיין נאמען אלס א עליביי

איך וועל עס גערן קאנפירמען פאר דיר..

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 5:14 pm
דורך דבילה
קעגן אויסנוצערס און מאניפולירערס איז נישטא קיין חשש. ע"פ הוראת מיין דיין וואס מחמת טעם הכמוס אתי פארלאנגט ער צו בלייבן בעילום שמו, איז לכתחלה אויסגעהאלטן בכגון דא צו ענטפערן סיי 'סארא ליגענט ס'פארלאנגט זיך.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 5:30 pm
דורך ידען
זיי פלאנען דאך צו פרעגען די קינדער וועלעכע טעלעפאן מע האט.

מע דארף אנזאגען און אויסלערנען די קינדער צו ווערען שקרנים.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 5:33 pm
דורך ידען
די גרינגסטע איז אז מע נעמט ארויס די אינטערנעט און מע איז עס מאשר און נאכדעם לייגט מען צוריק די אינטערנעט ווי אין די גוטע צייטען.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:00 pm
דורך לעיקוואד
כ'האב געזעהן אמאל א איטערוויו מיט א דייטשע פרוי וואס האט זיך מתנגד געווען צו די נאציס בשעתו, ווי זי דערציילט וואסארא ליגענטס זי האט געדארפט פארציילען פאר די געסטאפו ווען מהאט איר אויסגעפרעגט אויף עפעס. עכ"פ זאגט זי דארט אזא ווארט: די הגדרה פון פרייהיייט איז די מעגליכקייט צו זאגען אמת אן מורא האבען מוועט גיין אין תפיסה דערפאר.
אויב זענען מיר אנגעקומען צו דעם אז מענטשען שפירען אז זיי קענען נישט מאיזה סיבה זאגען דער אמת און שפירען אז זיי מוזען זאגען ליגנט, דארף דא זיין א גרונטליכער דין וחשבון וואס איז געגאנגען ראנג דא. דאס איז א שרעקליכע וייטאג מכל צד שתסתכל על זה.

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 4:36 pm
דורך קרעקער
נו? וואס האט די עולם למעשה געטוהן?
כזעה יעדער איז נאך דא און מהאט געדארפט אונטערשרייבען א צעטעל אז מהאט נישט קיין אינטערנעט נו וויזוי ארבייט עם?
איכאב געשריבען אז כהאב אפילו נישט קיין קאמפיוטער אדער סיי וועלכע טאמדיגע כלי

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 5:36 pm
דורך דבילה

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 6:00 am
דורך לעיקוואד
א פשוט'ע עצה לכל הדעות אויך ווער ס'איז חושש משקר.

מ'איז מפקיר די קאמפיאטער, טעלעפאן, אומגעפילטערטע פאקס מאשין, אומגעוואשענע סטראבעריס, וכו' וכו', פאר'ן אנטערשרייבען די אפליקאציע, און שפעטער איז מען עס צוריק קונה.

דער וואס איז מחמיר קען עס אויך פארקויפען פאר א גוי במתנה על מנת להחזיר.

(קרעדיט: עפעס א ניק אין בח"ח).

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 6:57 am
דורך שליח
אדער: מ'איז מקנה אלע "טריפה'נע כלים" פאר קרח ועדתו, אלעס וואס ווערט נישט איינגעשלינגען אין דער ערד (כדין נכסי קרח ועדתו) איז בהכרח אז ס'איז נישט קיין טריפה'נע כלי.
(איי וועט איר פרעגן, אויב וועט מען מקנה זיין כשרע כלים וועט דאך אויך גארנישט איינגעשלינגען ווערן? איז די תירוץ פשוט, באמת איז נישטא קיין ריכטיגער סמיכות דעת ווען מ'איז מקנה פאר קרח, א איד וועמען מיר האבן נאך קיינמאל נישט געזעהן און מיר וועלן מסתמא קיינמאל נישט זעהן. דאס איז ביי סתם קנינים, אבער ווען מ'וויל פטור ווערן פון אן איסור, וואס ווי דער רמב"ם זאגט דאך וויל דאס יעדער איד, איז פשוט אז גמר ומקנה).

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:13 am
דורך שרייבער
דערציילט מיר די וואך א איד פון מאנסי, ער האט צוריקגעשיקט זיין תקנות צעטל מיט אלע אינפארמעישאן, און ס'איז געווען ריטוירן טו סענדער, וואס איז, ער האט נישט געשיקט די 25 דאלער פי
איז טאקע מאנסי די צודרייטסטע שטאט אין ניו יארק אז מען קען זיי פירן כצאן לטבח, איינער וויל מאכן געלט דארף יעדער צאלן 25 דאלער, פריי דיך איך שטעל מיך צו צו דיינע תקנות, לוקה ומשלם?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:14 pm
דורך diff
now everybody may say that that they sent it in but it was returned because they didnt want to pay

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 11:02 am
דורך גאנצל
וואס בעטן זיי דען לייג ארויף א פילטער און פארטיג וואס איז דען די פראבלעם? פארדעם דארף מען זיך אריין לאזן אין רמאות?

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 6:16 pm
דורך בדחן
שרייבער האט געשריבן:דערציילט מיר די וואך א איד פון מאנסי, ער האט צוריקגעשיקט זיין תקנות צעטל מיט אלע אינפארמעישאן, און ס'איז געווען ריטוירן טו סענדער, וואס איז, ער האט נישט געשיקט די 25 דאלער פי
איז טאקע מאנסי די צודרייטסטע שטאט אין ניו יארק אז מען קען זיי פירן כצאן לטבח, איינער וויל מאכן געלט דארף יעדער צאלן 25 דאלער, פריי דיך איך שטעל מיך צו צו דיינע תקנות, לוקה ומשלם?


איך פארשטיי עס נישט, ווילסט מיר זאגען אז ר שמעון כץ סאטמער דיין דארף צאלען 25$ צו קענענן שיקען זיינע קינדער אין די מוסדות? יעדער מוז עס באצאלען? און וואס טוט זיך מיט איינער וואס צאלט בכלל נישט קיין שכ"ל ווייל ער האט נישט קיין געלט?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 4:27 pm
דורך smart man
לעיקוואד האט געשריבן:א פשוט'ע עצה לכל הדעות אויך ווער ס'איז חושש משקר.

מ'איז מפקיר די קאמפיאטער, טעלעפאן, אומגעפילטערטע פאקס מאשין, אומגעוואשענע סטראבעריס, וכו' וכו', פאר'ן אנטערשרייבען די אפליקאציע, און שפעטער איז מען עס צוריק קונה.

דער וואס איז מחמיר קען עס אויך פארקויפען פאר א גוי במתנה על מנת להחזיר.

(קרעדיט: עפעס א ניק אין בח"ח).

i dont think that a Matonoh al menos lehachzir will help us by a goy according to halacha

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 3:18 pm
דורך שמעקעדיג
נאך א בילד פון מאנסי
(איין ציהל? דער ציהל פון מאכן געלט איז נישט גערעכנט?)

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 3:48 pm
דורך אליצפן
נייע גזירה פון א מוסד אין בארא פארק, א קינד טאר ניטאמאל טייפן אויף א קאמפיוטער, אפילו ס'האט נישט דיין אינטערנעט! די חברה ווערן וואס אמאל מער משוגע!
איך מיין מ'דארף שטארק מתפלל זיין אז דער נייער חדר אין וויליאמסבורג זאל מצליח זיין.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 3:54 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
שמעקעדיג האט געשריבן:נאך א בילד פון מאנסי
(איין ציהל? דער ציהל פון מאכן געלט איז נישט גערעכנט?)

הייסט עס אז זיי האבן שוין געמאכט א קרוב צו הונדערט אלפים .... ׳׳ופקדינו״ בישועה ורחמים

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 5:02 pm
דורך שרייבער
אליצפן האט געשריבן:נייע גזירה פון א מוסד אין בארא פארק, א קינד טאר ניטאמאל טייפן אויף א קאמפיוטער, אפילו ס'האט נישט דיין אינטערנעט! די חברה ווערן וואס אמאל מער משוגע!
איך מיין מ'דארף שטארק מתפלל זיין אז דער נייער חדר אין וויליאמסבורג זאל מצליח זיין.

ס'איז א גדר אז א קינד זאל נישט האבן א מגע ומשא מיט קאמפיוטער, איך קען עס דערהערן, בפרט נאכן וויסן היבשע פאר מעשיות וואס דער סוף פון אזעלכע טייפערייען זענען געווען

אבער די 6 סלייס קאפל דאס גייט מיר נישט אין קאפ אריין....

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 9:57 pm
דורך געפילטע פיש
שרייבער האט געשריבן:אבער די 6 סלייס קאפל דאס גייט מיר נישט אין קאפ אריין....

ס'איז א גדר אז א קינד זאל נישט גיין פון זעקס צו פיר, צו צוויי צו זערו סלייסעס ר"ל,, איך קען עס דערהערן, בפרט נאכן וויסן היבשע פאר מעשיות וואס דער סוף פון אזעלכע סלייסערייען זענען געווען.