בלאט 2 פון 3

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 11:44 pm
דורך הוגה
כ'האב פונקט געהערט ווי איינער פון די גרויסע רבנים אין מאנסי האלט זיך גרויס פאר איינעם אז נאכן איבערקוקן די רעזולטאטען פון די וועד הפישער איבער זיינע מוסדות קען ער זאגן מיט א שמחה אז ס'איז אין כמעט גענצליך געלונגען אויס צו רייסן די אינטערנעט ביי אים אין די קהלה. כ'האב נישט געוואוסט אויב איך זאל לאכן אדער וויינען.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 11:49 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
קענסט לאכן און וויינען שרייען און זינגען אלעס אויף איינמאל, פאר אזא פאריקטע מצב איז אלעס אין פלאץ, עס גייט נישט אן שלמה המלך'ס כלל פון עת לבכות ועת ושלחוק כו' ס'איז אן עת פאר אלעס צוזאמען, למעלה מן הזמן און כ"ש למעלה מן השכל, (פאר מער קוק אין מיין אשכול עס וויל זיך מיר...).

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 11:12 am
דורך רויטע וואנצעס
אלס חשש שקר חתמ'ע איך דעם צעטל אן אדורכליינען.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 12:02 pm
דורך שמעקעדיג
מען מוז דאך אויספילן דעם פארום?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 2:19 pm
דורך רויטע וואנצעס
ביי מיר איז עס איין גרויס הייליג צעטל מיט תקנות, מ'דארף נאר געבן א קאטשקע מלמטה.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 2:50 pm
דורך אפטעמיסט
עס איז תלוי וויאזוי מען טייטשט דאס ווארט 'דבר', 'א זאך' צי 'רייד'. איך נעם אן אז עס מיינט 'רייד', קומט אויס ווען די תורה שרייבט "מדבר שקר תרחק" מיינט דאס 'זאגן' ליגענט דווקא, אבער שרייבן ליגענט איז מותר לכתחלה.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:27 pm
דורך נולד מאוחר
די מצב איז געווארן ערענסטער, סהעלפט נישט סתם שרייבן.
וויאזוי געבט מען זוך אן עצה, די מוסד וויל זען מיין פאן אדער א אושור פון טעג.
איך האב בעצם א פילטער, איך קען נאר נישט פארנעמען אז מפירט זוך מיט מיר ווי א דריי יעריג קונד.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:03 am
דורך מצטמק ויפה
קודם פריי דיך אז זיי באגענוגען זיך מיט טעג, בעת וואס אנדערע פארלאנגען דייקא זייער פילטער וואס פארשטייט זיך קאסט געלט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:08 pm
דורך דריידל
אהיימקומענדיג היינט פון דער ארבעט, האב איך ארויסגענומען די פאסט. אויף איין ענוועלאפ איז געשטאנען פונדרויסן "מאכט זיכער צו אינטערשרייבן די תקנות צעטל". מיט ציטערדיגע הענט האב איך אויפגעמאכט די ענוועלאפ ווען אין מיין מוח לויפן דורך ווילדע מחשבות זיך רישענדיג אויף דאס ארגעסטע.

צו מיין גרויס סורפרייז איז עס געווען גאנץ א נארמאל צעטל. איך וועל נישט ממש נאכשרייבן נאר בקיצור משום חשש גילוי. ס'געשטאנען בערך אזוי:
עפ"י תקנת....... דארף זיין א פילטער אויף יעדע קאמפיוטער/סעלפאון, קינדער זאלן בכלל נישט האבן צוטריט צו א קאמפיוטער. אויב האלט מען נישט איין די תקנות, האט די מוסד א רעכט ארויסציווארפן די קינדער. ע"כ.

ביידע עלטערן דארפן אינטערשרייבן און צוריקשיקן. עס ווערט נישט געפרעגט צו מ'האט בכלל אינטערנעט, וואסארא פילטער מ'האט אדער וועלכע רב גיט די היתר.

ס'קוקט מיר אויס אז זיי ווייסן אז ס'איז א לאוסט בעטטעל און מ'קען נישט ארויפצווינגען תקנות אויף די עלטערן אזויווי אויף יונגלעך אין חדר. נאר וואס דען? מ'פראבירט עס צו דיסקאריזשען און מ'האלט עס אויך אויב זאל מען אמאל וועלן ארויסווארפן די קינדער פאר אן אנדערע סיבה זאל מען עס קענען תולה זיין אין דעם. ווילאנג אבער, מ'שטעלט זיך צו אין אלגעמיין צו וואס די מוסד פארלאנגט, מ'צאלט שכר לימוד באצייטענס און מ'רעספעקטירט די מוסד האט מען זיך נישט וואס צו זארגן.

איך דארף באטאנען אז די נשיא המוסד איז פון די גרויסע לוחמים קעגן אינטערנעט און מיט דעם אלעם האט ער די קאפ אויפ'ן פלאץ און איז ריאליסטיש. איך קאנגרעזשילעיט די נשיא און הנהלת המוסד פאר טון די ריכטיגע שריט און דאנק דעם באשעפער אז איך בין אנגעקומען אויף אזא פלאץ. איך פלאן אי"ה מוסיף צו זיין ביים יערליכע דינער לטובת המוסד, אויסצודריקן מיין הכרת הטוב.

און צו אייך מיינע טייערע ברידער. זעהטס אז לא אלמן ישראל, ס'נאך דא פלעצער ווי נארמאלקייט דיקטירט. ס'נישטא קיין שום סיבה זיך צו שפירן האסטיטש ביי א מוסד ווי מ'האלט נישט ביים זיך צושטעלן צו זייערע תקנות.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:16 pm
דורך petergrifin
מצטמק ויפה האט געשריבן:קודם פריי דיך אז זיי באגענוגען זיך מיט טעג, בעת וואס אנדערע פארלאנגען דייקא זייער פילטער וואס פארשטייט זיך קאסט געלט.


בקיצור פרײ דיך איך געב דיר נאר אײן פאטש נישט צװײ.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 9:58 am
דורך שמעקעדיג
:lol: :lol:
"לויט די מחנכים..."

.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 10:12 am
דורך מאטי
אינטערסאנט! ס'פאלט זיי נישט ביי אז מלמדים/מחנכים קענען אויך נישט פאפן די קינדער.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 10:58 am
דורך דריידל
ס'געפעלט מיר ווי די אויפגעקלערטע קאווע שטיבל חכמים דיסקאסירן א בריוו געשריבן דורך א לץ אין בלאט אפיס

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 11:06 am
דורך מאטי
טענקס פאר דע קאמפלימענט!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 11:09 am
דורך outspoken
דריידל האט געשריבן:ס'געפעלט מיר ווי די אויפגעקלערטע קאווע שטיבל חכמים דיסקאסירן א בריוו געשריבן דורך א לץ אין בלאט אפיס


it does not matter who wrote it, it's who reads it,

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 3:18 pm
דורך פליקער
וואס טיט מען נישט פאר די קינדער

מען ברויך אינטערשרייבן וואס מען הייסט

גענוי אינעם פלאץ ווי מען הייסט

וויפיל מאל זיי הייסן אינטערשרייבן

אלעס פאר חינוך הבנים והבנות

נשלח: דינסטאג יוני 09, 2015 10:13 pm
דורך יענער פויגעל
משרייבט אונטער אין מהאלט א פייג אין די בעק

Re: וואס טוט מען מיט די מוסדות אינטערשרייבעריי

נשלח: דינסטאג יוני 09, 2015 11:26 pm
דורך וויל קענען
כ׳פארשטיי נישט די דיון אפי׳,
ווען די חברה שרייבן שקרים פאר פ.ס. אדער ס.8. דארט האבן זיי אלע תורות ווייל אז נישט קען מען נישט לעבן(אן ארבייטן) און אז די רעגירונג פארשטייט נישט צו אידישע הוצאות והכנסת פארוואס קען מען נישט ארויס נעמען דא די זעלבע שו״ע און דרייען מיטן זעלבן פינגער מ׳קען נישט לעבן אן דעם די חברה פארשטייען נישט
כ׳האב אמאל געהערט פון איינעם א תורה אז ער שרייבט אינטער א ליידיגע פארם און נאכדעם שרייבט ער אלע זיינע שקרים נא א״כ למה נגרע קען מען דא אויך אזוי טוען

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 10:33 pm
דורך נולד מאוחר
סהעלפט שוין נישט ליגנט זאגן מדארף אריינגעבען דו פאן פאר משומר, וויאזוי געבט מען זוך אן עצה?
לעצטע פאר טעג הער איך סטוט זוך א געבארגאכטס פון פליפ פאונס. וויאזוי ארבעט דאס ?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 10:49 pm
דורך דריידל
איך האב לעצטענס באקומען א נייע פאון, די אלטע האב איך שיין אוועקגעפאקט אז ווען די שעה זאל נישט קומען און כ'על דארפן צייגן דעם סטעמפל וועל איך אפירנעמען די באהאלטענע אפיקומן ושלום על ישראל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 11:24 pm
דורך berlbalaguleh
דריידל האט געשריבן:איך האב לעצטענס באקומען א נייע פאון, די אלטע האב איך שיין אוועקגעפאקט אז ווען די שעה זאל נישט קומען און כ'על דארפן צייגן דעם סטעמפל וועל איך אפירנעמען די באהאלטענע אפיקומן ושלום על ישראל

דריידל: איך האב נישט ליעב צו פרעגן קיין קשיות אויף א מעשה. אבער דאך. ס'איז ידוע אז די פאון קאמפעניס זענען נישט אזעלכע גוטע מענטשן. און ווען די אקטיווירסט דיין נייע פאון, לעשן זיי אויס דיין אלטע פאון. חוץ אויב דו ווילסט באצאלן פאר נאך א ליין....נו...א"כ למה זה אנוכי. ווי שטימט עס מיט דיין מעשה מיט'ן אפיקומן....? טאטע לעבן זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ... :lol: :roll:

Re: וואס טוט מען מיט די מוסדות אינטערשרייבעריי

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 11:30 pm
דורך mevakesh
רבי בערל מיט GSM דארף מען נאר טוישן סים
און אפילו Verizon cdma קען מען גרינג טוישען איין צום צוויטען online

וואספארשטייטאבעלעגלה..

Re: וואס טוט מען מיט די מוסדות אינטערשרייבעריי

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 10:54 am
דורך נולד מאוחר
קענען זיי נישט זען אז די דיווייס וואס זיי האבן געכשרט איז מער נישט עקטיוו?