רבנים וואס זענען נישט מקיים די אינטערנעט תקנות

רבנים וואס זענען נישט מקיים די אינטערנעט תקנות

הודעהדורך גוגל-הדור » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 9:46 pm

רבנים וואס פאלגן נישט די אינטערנעט תקנות - פאר זיך אליין פארשטייט זיך.

רבנים זעלבסט וואס פאלגן נישט אויס די תקנות קען אויסזען היבש מאדנע, אבער אויב איז יעקב אבן גערעכט דאן איז דאס א סך מער נפוץ ווי סיי ווער קען זיך רעכטן. מסתבר איז אז דער רב וואס טוט פארלעצן דער תקנה וועט דאס טוהן אויף די מערסטע באהאלטענע אופן מעגליך טאקע ווייל דאס זעט אויס אזוי מאדנע און צוליב די פראבלעמען וואס דאס קען זיי שאפן. אבער מאדנע בלייבט דאס, אויב נישט נאר צוליב די היפאקריטישקייט דערפין, איז דאס נאכמער מאדנע פארוואס טאקע דער רב זאל זיין פארנומען מאכן תקנות אויף פראבלעמען וואס ער גלייבט נישט דערין באמת.

לגבי דעם עצם נישט פאלגן די תקנות, איז שייך עטליכע דרגות. קודם איז דא רבנים וואס האבן קאמפיוטערס. אויף דעם זענען די תירוצים פיל ווי די שטערן אין הימל. דער דארף עס פאר זיינע חידושי תורה און יענער דארף די רבנית תליט"א מסדר זיין די צדקה ליסטעס. דערנאך איז דא רבנים וואס האבן אימעיל אדרעססן. קען זיין ער האט פארשידענע סיבות פארוואס ער מוז דאס האבן, צו ווייל ער איז א וועלט בארימטע בעל מכשיר, צו ווייל זיין גרעסטע תומך תורה וויל מיט עם נאר קאמוניקורן אויף עלעקטראנישע פאסט. אזוי צו אזוי, איז כו"ע מודי אז דאס איז שוין א גרעסערע פארלעצונג ווי א קאמפיוטער אליין. אבער אינטערנעט אקסעס, צו מיט א פילטער צו אן, זעה איך נישט וויאזוי סיי וועלכע חסיד שוטה וועט קענען פארענטעפערן. און ווער רעדט נאך א סמארטפאון צו אן אייפאון? דאס איז שוין לכאורה א פשע בל יכופר!

און ווער וואלט דען געקענט פאנטאזירן אז חתן דנן איז נישט מער און נישט ווייניגער נאר הרב אמנון יצחק אליין?

ס'איז די פארשטענדעניש פון א יעדן בר דעת אז טאמער איז דער פראבלעם מער ווי א מיעוט שאינו מצוי זענען די אימפליקאציעס פון דעם הארבער ווי פסל מיכה וואס איז אריבער דעם ים סוף. ס'איז נישט מעגליך אז די אינטערנעט תקנות זאלן ארויס פון דעם ערשטן קעסטל אויב די המון עם פארשטייט אז די רבנים האקן א טשייניק.

פארשטייט זיך, אויב האט איינער ערשט האנטיגער קראנטע אינפארמאציע אויף אנדערע רבנים, ביטע אריין שטעלן דא אין דעם אשכול.

(ובזה וואלט איך שטארק געבעטן, נישט אריין שטעלן סתם לזות שפתים פאר פאליטישע סיבות, מיין מטרה איז נישט געווען אנצופילן די רייעס פון די צימעס פארום!
יאשערקויעך פאר'ן פארשטיין.)
באניצער אוואטאר
גוגל-הדור
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 12:06 am
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל

הודעהדורך חד גדיא » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 9:53 pm

דא איז די וויי פיי פון גריבוב׳ער רבי
viewtopic.php?p=19016#p19016
בילד
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
חד גדיא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 12:57 am
האט שוין געלייקט: 601 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

הודעהדורך דבילה » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 10:06 pm

הא... גוגל, דו האסט עובר געווען אויף דעם אזהרה פון די חסידים פון הרב אמנון יצחק'ס וועבזייטל:

"וכל המהרהר אחר רבו כמהרהר אחר השכינה! והחושד בכשרים..."
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 621 מאל

הודעהדורך villager » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 10:14 pm

ווער האט ג'אסרט און ווען האט מען ג'אסר'ט דעם אייפאון? איז ענדרויד יא מותר?
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 286
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך לאדיך אפ » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 10:19 pm

געווען א קאפי פון א צעטל דא אין שאיבל אז לויט פסק ר' חיים קנייבסקי קען מען נישט מצרף זיין צי מנין איינער וואס איז מחזיק אייפון
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

הודעהדורך villager » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 10:30 pm

לאדיך אפ האט געשריבן:געווען א קאפי פון א צעטל דא אין שאיבל אז לויט פסק ר' חיים קנייבסקי קען מען נישט מצרף זיין צי מנין איינער וואס איז מחזיק אייפון

איז ענדרויד יא מותר?
און פ"וו זאל אמנון יצחק דארפן פאלגן א דעת יחיד?
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 286
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 10:33 pm

אייפון מיינט בעיסיקלי אלע סמארטפאונס.
מען דארף זיין א מבין דבר מתוך דבר.
ער האט נאר אנגעכאפט אייפון אלס א משל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17801 מאל

הודעהדורך villager » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 10:47 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:אייפון מיינט בעיסיקלי אלע סמארטפאונס.
מען דארף זיין א מבין דבר מתוך דבר.
ער האט נאר אנגעכאפט אייפון אלס א משל.

איך פארשטיי אבער ס'פאני אז ער זאגט "אייפאון", כאילו עפל איז דער פראבלעם.
אבער וואס האט אמנון מיט רב קניעווסקי? און אז פאפא רב האט געאסרט טעקסט מעסידזשעס מעג נישט רב אמנון טעקסטן?
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 286
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך אךשמח » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 10:59 pm

villager האט געשריבן:ווער האט ג'אסרט און ווען האט מען ג'אסר'ט דעם אייפאון? איז ענדרויד יא מותר?

איפון איז אותיות ניאוף, דעריבער איז עס הארבער...
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל

הודעהדורך איך אויך » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:05 pm

איז וואס איז די דין אויב אין איין האנט האלט מען א קאווה וואס איז אותיות מקווה אין אין די אנדערע האנט א אייפון וואס איז אותיות ניאוף איז מען טהור צו טמא?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5470
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 7249 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2472 מאל

הודעהדורך סופר ומונה » זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:01 am

נישט פארגעסן ארויסצוברענגען דאס וואס הרב יצחק באטיטלט די וועלכע וואגן ארויפצוברענגען קריטיק אויף אים ווי 'טפשים', און אז זייערע לעגיטימע פראגעס זענען 'שלא מדעת'.
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (226.12 KiB) געזען געווארן 3251 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך סופר ומונה אום זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:03 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
סופר ומונה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 228 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 604 מאל

הודעהדורך דבילה » זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:03 am

villager האט געשריבן:
לאדיך אפ האט געשריבן:געווען א קאפי פון א צעטל דא אין שאיבל אז לויט פסק ר' חיים קנייבסקי קען מען נישט מצרף זיין צי מנין איינער וואס איז מחזיק אייפון

איז ענדרויד יא מותר?
און פ"וו זאל אמנון יצחק דארפן פאלגן א דעת יחיד?


לויט ווי כ'פארשטיי איז הרב אמנון יצחק פון די גרויסע פרעדיגערס קעגן אייפאונס וכדו'. קען דאס איינער פעסטשטעלן?

בכלל מיין איך אז א רב וואס האט אינטערנעט און האקט נישט דערויף פאר זיינע נאכפאלגער, דאס איז נישט וואס דער פותח האשכול צילט דא. דא צילט מען דוקא אויף דער היפאקריטן וואס אויף יענעם טרעטן זיי און זיך אליין קענען זיי נישט באהערשן.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 621 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:09 am

איך וואלט זיי אויך אנגעריפן טפשים. יעדער ווייסט וואס אמנון יצחק'ס ארבעט איז, און דער אינטערנעט העלפט אים צו טאקע ווייל דארט זענען זיינע פאטענצואלע קאסטומערס.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4178 מאל

הודעהדורך villager » זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:21 am

דבילה האט געשריבן:לויט ווי כ'פארשטיי איז הרב אמנון יצחק פון די גרויסע פרעדיגערס קעגן אייפאונס וכדו'. קען דאס איינער פעסטשטעלן?

אמנון יצחק האקט אויף אייפאונ'ס? כמיין אז נישט, ער פרעדיגט פאר שבת און טהרת המשפחה אבער נישט אויף אינטערנעט, אדרבה ער איז פולי אויף די אינטערנעט און נוצט אויס אלע היינטיגע טעכנאלאגיע פאר קירוב הדת.
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 286
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך דבילה » זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:27 am

villager האט געשריבן:
דבילה האט געשריבן:לויט ווי כ'פארשטיי איז הרב אמנון יצחק פון די גרויסע פרעדיגערס קעגן אייפאונס וכדו'. קען דאס איינער פעסטשטעלן?

אמנון יצחק האקט אויף אייפאונ'ס? כמיין אז נישט, ער פרעדיגט פאר שבת און טהרת המשפחה אבער נישט אויף אינטערנעט, אדרבה ער איז פולי אויף די אינטערנעט און נוצט אויס אלע היינטיגע טעכנאלאגיע פאר קירוב הדת.


אין דעם ארטיקל אין בח"ח ווערט ער באטיטעלט "מנפץ האייפונים".
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 621 מאל

הודעהדורך villager » זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:44 am

דבילה האט געשריבן:אין דעם ארטיקל אין בח"ח ווערט ער באטיטעלט "מנפץ האייפונים".

אוודאי שרייבן זיי אזוי אז נישט איז דאך די גאנצע נייעס נישט אינטערעסאנט...,
איך געדענק נאר ווי ער האט מנפץ געווען טעמבעלעוויזיעס אבער נישט אייפאון'ס וואס איז געאסרא ביי יעדן, אבער אדרבה אלע זיינע דרשות ליגען דאך אויף יוטוב זאלן זיי ברענגען די קליפ ווי ער האקט אדער צוברעכט אייפאון'ס.
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 286
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:21 am

ווער ס'האט עני דעוייס וואס ארבעט אויף ווייפי קען אליין זעהן ווי אין שטוב פון הרבה רבנים גדולים איז דאס דא. למשל אין בנין פון עדה החרדית אין ירושלים.
ובכלל, וואק נאר אדורך אויף סיי וועלכע אידישער בלאק אין סיי וועלכער אידישע שטאט, וועסטו זעהן אז ס'כמעט נישטא א שטוב אן ווייפי.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3742
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 6:22 am
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5541 מאל

הודעהדורך טעפל » זונטאג אקטאבער 14, 2012 3:31 am

villager האט געשריבן:
דבילה האט געשריבן:לויט ווי כ'פארשטיי איז הרב אמנון יצחק פון די גרויסע פרעדיגערס קעגן אייפאונס וכדו'. קען דאס איינער פעסטשטעלן?

אמנון יצחק האקט אויף אייפאונ'ס? כמיין אז נישט, ער פרעדיגט פאר שבת און טהרת המשפחה אבער נישט אויף אינטערנעט, אדרבה ער איז פולי אויף די אינטערנעט און נוצט אויס אלע היינטיגע טעכנאלאגיע פאר קירוב הדת.

און מאכט משוגע יעדעם איינעם קעגן די זינגערס...דאס איז די גרויסע פראבלעם..
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 4:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

הרה״ג ר׳ מלכיאל קוטלער שליט״א ר״י לעיקוואוד משחק ב'אייפעד'..

הודעהדורך a1b2 » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 5:42 pm

A561znqCQAAeioA.jpg
A561znqCQAAeioA.jpg (21.66 KiB) געזען געווארן 3052 מאל
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

הודעהדורך נ נח » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 7:04 pm

איך אויך האט געשריבן:איז וואס איז די דין אויב אין איין האנט האלט מען א קאווה וואס איז אותיות מקווה אין אין די אנדערע האנט א אייפון וואס איז אותיות ניאוף איז מען טהור צו טמא?


טובל ושרץ בידו...
נ נח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך פיקציע » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 7:15 pm

הרב עובדי' יוסף מיט א עפעל דעווייס
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20121012-WA000.jpeg
IMG-20121012-WA000.jpeg (61.02 KiB) געזען געווארן 3024 מאל
פיקציע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

הודעהדורך פראפעסאר שפירא » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 8:36 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:אייפון מיינט בעיסיקלי אלע סמארטפאונס.
מען דארף זיין א מבין דבר מתוך דבר.
ער האט נאר אנגעכאפט אייפון אלס א משל.


לויט ווי כ'האב געהערט מיין איךאז עס איז יא דוקא אייפון, ווייל זיי זאגען אז מען קען עס נישט פילטערען,
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

הודעהדורך זיידעטשקע » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:56 am

כ"ק אדמו"ר מבעלז שליט"א מיט זיין אייפעד
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (91 KiB) געזען געווארן 2671 מאל
זיידעטשקע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 303
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:13 pm
האט שוין געלייקט: 279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:22 pm

אייפעד איז זיין עבירה? ער האט דאך webcams אין זיין היכל ה'טיש'ן וואו די חסידים אין די גאנצע וועלט קענען מיט האלטן די שמחות אין די בתי מדרשים.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7330 מאל

הודעהדורך real jew » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:53 pm

.
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (75.89 KiB) געזען געווארן 2275 מאל
real jew
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 23, 2012 12:44 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

נעקסט

גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט