לעיקוואד האט געשריבן:למעשה, איז דערווייל נישטא וואס זיך צו זארגען ווייל אויף וויפיל איך ווייס זענען די אלע צעטלעך דאמירן בעלמא, אפילו דער וואס שרייבט זיי מיינט נישט ערנסט. אדרבה, פראבירט נאר גייט אריין אין באבוער סקולענער אדער וועלכער שול מיט א גרויסע סמארטפון ארויזסשטעקענדיג פון טאש און זעה אויב ס'פאלט אפילו איין פאר איינער נישט צו געבן או עליה אדער לאזן זיין בעל תפלה. איך מיין אז קיינער מיינט נישט ערנסט די צעטל איז סתם אזא נוסח להפחיד את הילדים.
עובדא ידענא אז יונגערמאן איז געווען אין א ביהמ"ד מיט עפעס א סמארטפאון, איז געקומען א צווייטער צודרייטער, און עס פשוט ארויסגעכאפט פון זיינע הענט, און אנגעהויבן שרייען "וועלכע פילטער האט עס"?
רעד וועגן להפחיד הילדים.