טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 9:41 pm

איך עפן דער אשכול געווידמעט ארומצורעדן אלע מיני טעראר מיטלען וואס די לוחמי מלחמת הקודש קעגן די אינטערנעט באנוצען זיך, און ווער עס האט ואס מוסיף צו זיין יוסיף.

איך האב היינט געליינט דאס
https://www.otzar.org/forums/viewtopic. ... 60c5e1d13f
א יוד גיט זיך אן אז ווער עס ווייסט פון א פלאץ ווי עס איז דא אפענע וויפיי וואס בחורים וכו' קענען זיך ח"ו מחבר זיין דורך דעם צום אינטערנט זאל עם מודיע זיין און ער וועט גיין צו דער פלאץ און ארויפלייגען א קאוד אויף דער ווייפיי. דאס הייסט ער איז פורץ צו יענער'ס וייפיי און לייגט ארויף א קאדו וואס דער בעל הבית קען אויך נישט און אזוי האלט ער אז ער ראטטעוועט די אידישקייט פון אונטערגיין.

האלט איר עס איז אויסגעהאלטען וואס ער טוט?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3652
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1692 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5341 מאל

הודעהדורך חאצקל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 9:52 pm

אויב וועט זיין אקציע געלונגען און ער וועט דערמיט באמת אויפטון מער ווי קאליע מאכן דאן איז עס לכאורה אויסגעהאלטן פון אונזער תורה'דיגער שטאנדפונקט.
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 656 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 205 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:00 pm

חאצקל האט געשריבן:אויב וועט זיין אקציע געלונגען און ער וועט דערמיט באמת אויפטון מער ווי קאליע מאכן דאן איז עס לכאורה אויסגעהאלטן פון אונזער תורה'דיגער שטאנדפונקט.

איז דאס נישט א בחינה פון חטא כדי שיזכה חברך? איינברעכן אין יענעם'ס וייפיי איז לכאורה א ענין פון גזלה [אפילו למ"ד אז נוצען מעג מען, איז אוודאי נישט כלול איינברעכן און אוודאי נישט לייגען א קאוד וואס שטערט פאר דער בעה"ב אויך עס צו נוצען און ער קען פארלירען צייט און טירחא ביז ער גיט זיך אן עצה] איז לאמיר זאגען ער וועט מיט דעם גודר זיין פרצות הדת [און נישט אז די בחורים וועלן סך הכל זיך אראפציען נאך אפאר געסלאך ווי עס גייט לכאורה געשעהן] איז עס דען מותר?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3652
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1692 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5341 מאל

הודעהדורך חאצקל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:56 pm

דאס צו ענטפערן פון הלכה'דיגן שטאנדפונקט דארף מען לערנען די הלכות, אבער אונזער השקפה זאגט זיכער אז עס איז א גיטע זאך צו טון. אזוי ווי דער מקושש עצים וועם מ'האט פארשטיינערט עפ"י הלכה אבער ווערט אין חז"ל דערמאנט אלס העלד וואס האט געטון אן עברה לשמה כדי מעורר צו זיין אידן נישט צו מחלל שבת זיין. די זעלבע אין דעם פאל, אויב וועט ער מצליח זיין מיט זיין אקט בגדול, וועט ער דערמאנט ווערן אלס העלד ביי אונזערע רבנים, און דאס ועט זיין פון די זאכן וואס מ'וועט דערמאנען ביי זיין הספד וכדו'.
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 656 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 205 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:02 pm

דאס איז טאקע א אינטרעסאנטע נושא ווי וייט האלט דער "אונזערע השקפה" אז נישט ריכטיגע זאכען ווערן מוצדק לויט זייער תוצאה. דיין צושטעל צו עבירה לשמה און דער מקושש הייבט נאר און צו וייזען ווי פראבלעמאטיש דער נקודה איז.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3652
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1692 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5341 מאל

הודעהדורך חאצקל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:16 pm

וויאזוי ווייזט דער צושטעל פון מקושש און עברה לשמה ווי פראבלעמאטיש עס איז?
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 656 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 205 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:21 am

סדרייד זיך ארום איינער זיין רב האלט אז מדארף האבן אונטערנט סאיז א גוטע זאך ,ער נעמט אראפ אלע פילטערס פון ווי סדא וויפיי מיט
א פילטער. פארשטייט די פראבלעם?
במילא זאל קיינער נישט באבערן יענמס אינטערנעט אפהענגיק וואס ער האלט.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3616
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3901 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1653 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 1:38 am

אז דער וויזניצער רבי מעג צונעמען א אייפון ווייל יענער האט עס פארלוירען און עובר זיין אויף השבת אבידה און לא תגזול און לא תוכל להתעלם בבת אחת און זיך נאך איינרעדען אז ער טוט א מצוה, מעג מען זיכער פארשטאפען איינעמס ווייפיי.
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=46681
כ'דערמאן מיך אז איינער האט מיר פארציילט אז א געוויסע געשעפט אויף דרייצען עוו, האלט אפען זיין ווייפיי פאר ווער עס וויל אהן א פילטער און מען פראבירט מיט אלע כחות צו פארטיליגען יענעמס ווייפיי דורך אריין האקען וכדומה.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1593 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:04 am

איך האף אז דער וויזניצער מעשה איז נישט אמת. הגם אז אנדערע ענליכע מעשיות זענען ווארשיינליך יא געשעהן.
יעצט איז די שאלה נאר אזוי, מעג מען רופען פאליס וכדומה אויב מזעהט אז איינער טשעפעט זיך מיט דיינע טעכנאלאגישע כלים שלא ברשות?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3652
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1692 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5341 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 6:12 am

ווארט! רוף נאכנישט קיין פאליציי. מען קען אים נאך אומברענגען. לאמיר קודם פרובירן צו מהפך זיין בזכותו דורך א בית דין פון שלשה רועי בקר.
אויב איינער וואס האט אפענע ווייפיי אויף א פלאץ וואו עס דריען זיך בחורים קען אפשר באקומען א דין פון א חופר בור ברשות הרבים. איז דאך אודאי א מצוה צו מסלק זיין דעם נזק. קען זיין אז איינער וואס גייט פארביי דעם נזק און נעמט דאס נישט אוועק איז גאר עובר אן עבירה.
יעצט לאמיר דן זיין אויב מען ווייסט קלאר אז איינער איז געווארן נכשל פון אן אפענע וויי פיי. צו דארף מען נעמען דעם חופר בור און אים הייסן צאלן נזק - צען דאלער פאר יעדע מצוה וואס דער בחור איז עובר, צער - ווער האט דען הנאה פון אן עבירה, ס'רייסט דאך ביים הארץ, ריפוי - פאר די טעראפיסטן, שבת - פאר די צייט וואס ער פארפאטשקעט, בשת - פאר די טייערע עלטערן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4757
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7586 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 9:12 am

היינט איז נאר דא נזק. די רעשט, צער רפוי וכו' זענען א קנס און מען איז נישט דן דיני קנסות מער.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1593 מאל

הודעהדורך איינשרייבן » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:04 am

הייסט דאס אז יענער עפנט א בור ברשות הרבים אין איז מכשיל בחורים איז גאר א צדיק אבער דער וואס וויל ראטעווען די בחורים איז גאר א שגץ אדער א גנב אין די רבנים זענען היפאקריטן, איך האלט מ'דארף איינפירן א גרויסע עבירה צענטער, אין ווייזן פאר די רבנים וואס מיר קענען
באניצער אוואטאר
איינשרייבן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:23 am

העי העי, טשיל איט.
דאכט זיך אז מען רעדט נישט דא פין רבנים בכלל.
מען רעדט פין טעראר אין די אינטערנעט מערכה.
קיינער זאגט נישט דערווייל אז דער ווייפיי געבער פאר בחורים איז אומגערעכט.

און געדענקט אייביג דער כלל גדול, צוויי ראנגס מאכען נישט א רייט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1593 מאל

הודעהדורך טעפל » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:27 am

איחוד פעלד האט געשריבן:אז דער וויזניצער רבי מעג צונעמען א אייפון ווייל יענער האט עס פארלוירען און עובר זיין אויף השבת אבידה און לא תגזול און לא תוכל להתעלם בבת אחת און זיך נאך איינרעדען אז ער טוט א מצוה, מעג מען זיכער פארשטאפען איינעמס ווייפיי.
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=46681
כ'דערמאן מיך אז איינער האט מיר פארציילט אז א געוויסע געשעפט אויף דרייצען עוו, האלט אפען זיין ווייפיי פאר ווער עס וויל אהן א פילטער און מען פראבירט מיט אלע כחות צו פארטיליגען יענעמס ווייפיי דורך אריין האקען וכדומה.

א שיינע תגובה אויף דעם...
‫זקני החסידים מספרים שאת מכשיר האייפון קדישא קיבל רבינו האדמו"ר בעל ה.... ישראל הק', מגר הצדק הידוע סטיב ג'ובס. וזה בערך סיפור הדברים כפי שסיפר החסיד הישיש ר' חיים מוזעס, נכדו של ר' מנחם לייזר מוזעס שהיה השתדלן של חצר ויז'ניץ באותה תקופה.

שנה אחת נפש האדמו"ר בעל ה.... ישראל בעיירת הנופש חלדדונא שבממלכת אנגליה של אותם הימים, ובאותו הזמן שהה בעיירת הנופש הנ"ל גם תעשיין גוי בשם סטיב ג'ובס שהוא היה עשיר מופלג והחזיק ברשותו את המפעל שייצר את כל האייפונים הנ"ל.
אותו תעשיין גוי כשחזה בזיו פניו של רבינו, התפעם והתפעל עד למאוד, עד שבתוך תקופה קצרה ביותר הוא החליט לנטוש לחלוטין את חייו הקודמים, להתגייר ולהפוך לחסיד ויז'ניץ מן המניין, (בעיתוני אותה תקופה לא רצו לפרסם שאיש כ"כ מפורסם התגייר, לכן הם פירסמו שהוא מת במגיפת הסערטן שהייתה מצויה באותם הימים)

ולאחר שאותו סטיב ג'ובס התגייר ואף טבל במקווה הפרטי שהייתה בביתו של רבינו, הוא נכנס אל הקודש פנימה, ונתן במתנה לרבינו את האייפון, ואמר לרבינו שהוא מרגיש שכל מה שהקב"ה זיכה אותו לייצר את המכשיר הנ"ל, הוא רק בכדי שהאייפון יגיע לידיו הק' של רבינו, והוא כבר ידע לפעול על ידי האייפון ישועות רבות לבני אותו הדור, כידוע ומפורסם לכל.‬
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 818 מאל

הודעהדורך קפנדריא » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:39 am

אין א ישיבה אין בארא פארק האט זיך אנגעהויבן א מין אנשיקעניש, די בחורים פלעגן אנזיצן אין די בית כסא'ס שעות אויף שעות, ווען איינעם האט אנגעכאפט נישט קיינעם געדאכטן - א שלשול, האט ער נישט געקענט טרעפן קיין בית כסא ליידיג פאר קיין פרייז, מ'האט אנגעהויבן פארשן דעם קעכער צו ער האט אפשר פארדארבענע עסן אז מ'זיצט אזוי לאנג רציפות פארשפארט אין בית הכסא קעמערל, אבער ער האלט זיך ביים זייניגן אז ער קאכט פונקט ווי פריער, נישט געטוישט די רעסעפי פאר 5 יאר, און די סיבה מוז זיין א טיפערע פון דעם, וואס האט נישט צו טון מיט די מאגן, נאך לאנגע מוטשענישן האבן זיי אפיר גענומען איינע פון די זיצעדיגע בחורים א שוואכלינג, און ער האט זיך גאר שנעל געבראכן און מודה געווען אז די בחורים האבן דערשנאפעט אז אין בנין הישיבה איז דא פעסטע וויי פיי, און די בחורים פלעגן זיך אריינזעצן אין מאן'ס צימער מיט פשוט'ע איי פאד'ס און זיך אנזען אויף די כלי כל דבר אסור דורך וויי פיי!

די צושוידערטע מנהלים האבן זאפארט אראפגערופן א טעכנאלאגישן עקספערט, און ער האט פרובירט דערווישן פון וואנען דאס קומט, עס איז אויסגעקומען אז דאס קומט פון א דערנעבנדיגער ביזנעס, דער עקספערט האט זיך פארבינדן אין נאמען פון ישיבה צום אייגנטימער אז ער זאל פארמאכן זיין וויי פפיי אדער לייגן א פעסווארד אויף זיין ווייערלעס, יענער האט זיך געהאלטן ביים זייניגן אז ס'איז זיכער נישט פון אים, די הנהלה האט זיך פארבינדן מיט א גרויסן פוסק, און יענער האט געגעבן א היתר צו אפשפארן אדער אפילו קאליע מאכן יענם'ס וויי פיי צוליב בור ברשות הרבים, יענער איז געקומען צולויפן נאך די אקציע צו די ישיבה פארוואס מ'מאכט אים קאליע די ביזנעס און מ'האקט אונטער זיינע קאנעקשאנס, די ישיבה האט געזאגט ס'האט גארנישט מיט אונז.
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

הודעהדורך איינשרייבן » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:42 am

אויב וועט איינער גיין אין גאס אין עס וועט אים געלונגען איבערצורעדן פארהייראטע ווייבער זיי זאלען מזנה זיין, אין פנחס בן אלעזר זי''ע וועט אים הרגנן דאן וועט אין קאווע שטובל זיין די וועלטס מחאות? מ'וועט מאכען פנחס פאר א צימערמאן אדער א הערשל קלאר
באניצער אוואטאר
איינשרייבן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:48 am

נעה, מען איז מסכים אז ער זאל הרגנען, אבער מיט איין תנאי, אויב ער הארגעט די פרויען אויך, אזוי ווי דער אריגינעילער פנחס בן אלעזר זי"ע.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1593 מאל

הודעהדורך boxcover » זונטאג יאנואר 13, 2013 9:29 am

קפנדריא האט געשריבן:אין א ישיבה אין בארא פארק האט זיך אנגעהויבן א מין אנשיקעניש, די בחורים פלעגן אנזיצן אין די בית כסא'ס שעות אויף שעות, ווען איינעם האט אנגעכאפט נישט קיינעם געדאכטן - א שלשול, האט ער נישט געקענט טרעפן קיין בית כסא ליידיג פאר קיין פרייז, מ'האט אנגעהויבן פארשן דעם קעכער צו ער האט אפשר פארדארבענע עסן אז מ'זיצט אזוי לאנג רציפות פארשפארט אין בית הכסא קעמערל, אבער ער האלט זיך ביים זייניגן אז ער קאכט פונקט ווי פריער, נישט געטוישט די רעסעפי פאר 5 יאר, און די סיבה מוז זיין א טיפערע פון דעם, וואס האט נישט צו טון מיט די מאגן, נאך לאנגע מוטשענישן האבן זיי אפיר גענומען איינע פון די זיצעדיגע בחורים א שוואכלינג, און ער האט זיך גאר שנעל געבראכן און מודה געווען אז די בחורים האבן דערשנאפעט אז אין בנין הישיבה איז דא פעסטע וויי פיי, און די בחורים פלעגן זיך אריינזעצן אין מאן'ס צימער מיט פשוט'ע איי פאד'ס און זיך אנזען אויף די כלי כל דבר אסור דורך וויי פיי!

די צושוידערטע מנהלים האבן זאפארט אראפגערופן א טעכנאלאגישן עקספערט, און ער האט פרובירט דערווישן פון וואנען דאס קומט, עס איז אויסגעקומען אז דאס קומט פון א דערנעבנדיגער ביזנעס, דער עקספערט האט זיך פארבינדן אין נאמען פון ישיבה צום אייגנטימער אז ער זאל פארמאכן זיין וויי פפיי אדער לייגן א פעסווארד אויף זיין ווייערלעס, יענער האט זיך געהאלטן ביים זייניגן אז ס'איז זיכער נישט פון אים, די הנהלה האט זיך פארבינדן מיט א גרויסן פוסק, און יענער האט געגעבן א היתר צו אפשפארן אדער אפילו קאליע מאכן יענם'ס וויי פיי צוליב בור ברשות הרבים, יענער איז געקומען צולויפן נאך די אקציע צו די ישיבה פארוואס מ'מאכט אים קאליע די ביזנעס און מ'האקט אונטער זיינע קאנעקשאנס, די ישיבה האט געזאגט ס'האט גארנישט מיט אונז.

אזוי זעהען אויס די מעשיות. עפעס א ישיבה, עפעס א בחור, עפעס א קעכער, עפעס א מנהל, מיט עפעס א ביזנעס, מיט עפעס א פוסק. און אז די גלייבסט נישט, וואס, ביסט א חכם?! ביסט ווי די OTD'ניקעס! עפעס אמונת ספורי צדיקים.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 740
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 2557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 400 מאל

סטולינער רבי, נעמט א חלק אין די מערכה

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:12 pm

מוצאי שבת דרמטי בגבעת זאב: במוצאי שבת האחרון נגיש האדמו”ר מקרלין סטולין לקריאת המגילה כנהוג בכל תפוצות ישראל, כשלאחר מכן ניגש לערוך את שולחנו הקדוש והטהור לקראת הטיש המסורתי.

במהלך הטיש חילק האדמו”ר לחסידיו ברנדי משובח מאוד, אולם כשהחסדים נגשו ללחוץ את ידו של הרבי ולברך ‘לחיים’ נענו בסירוב. האדמו”ר דרש להוציא את מכשיר הסמארטפון מן הכיס.

החסידים הזריזים מיהרו לעשות כמצוות רבם הקדוש, ועד מהרה נערמו על השולחן סמרטפונים, בלקברי, איפונים ועוד. יצויין כי לאדמו”ר הייתה רשימה עדכנית מי מחסדיו מחזיק במכשיר המקולקל.

האדמו”ר עד כה לא אסר שימוש במכשירים אלו, ויצוין כי זו פעם ראשונה בה התבטא האדמו”ר נגד המכשירים.

מקור
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8367 מאל

הודעהדורך טעפל » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:13 am

יעצט זאגט מען אז ער האט צוריק געשיקט אלע טעלעפונים צו יעדעם איינעם.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 818 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג מאי 21, 2013 8:36 pm

ערהאלטן פון א חבר וועלכער האט ווייזט אויס מורא צו זאגן ליגנט.

IMG-20130521-WA0000.jpg
IMG-20130521-WA0000.jpg (63.51 KiB) געזען געווארן 3064 מאל
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4908
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4123 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 21, 2013 8:39 pm

פערדן!!!
זיין קינד קען נישט קומען אין חדר, נישט ווייל זיין טאטע האט אינטערנעט... נאר ווייל ער האט נישט צוריקגעשיקט א פראגע בויגן......
דאס איז א חידוש!!!
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8367 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » דינסטאג מאי 21, 2013 8:45 pm

איך גלייך דעם לעטטער העד "מרכז מוסדות פאפא".
קאמענטארן זענען וועלקאמד!
מן הקושי הוא אצלי לבוא במשא ומתן עם החכמים שיחיו, ואני מתרחק מזה כמה דאפשר, מצד אחד בטבעי, ומצד השני אין תועלתו מצוי' כי אין דעות בני אדם משתוות, ושינוי הדעות הם על הרוב בסיבות מוקדמות יסודיות (חזו"א יו"ד קנ, ח).
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1813 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2348 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג מאי 21, 2013 8:47 pm

אשפוך חמתי על עצים ואבנים, אזעלכע קלעצער צו זיין?

מאראנצן האקט, לאל, און וואס איז מיט "הנהלת רוחני"?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6923
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7266 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 21, 2013 8:50 pm

מאראנצןזאפט האט געשריבן:איך גלייך דעם לעטטער העד "מרכז מוסדות פאפא".
קאמענטארן זענען וועלקאמד!

לויט מיין אינפארמאציע האט הקוה"ט נישט מייסד געווען קיין מרכז...
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8367 מאל

נעקסט

גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט