אוהב שלום האט געשריבן:כמיין אז די מעלות מאכט שוין א גרעסערע חורבן אין אידישקייט.. זייט ווען קען ער פסק'נען הלכות שחיטה?
אוהב שלום האט געשריבן:איך נישט גלייבן א פרוי, א שוחט.....
כבין נישט קיין ת"ח, א פרוי מעג בכלל שחט'ן?
אוהב שלום האט געשריבן:אה! קודם זעה איך אז די ביסט יא א ת"ח.... חוץ מ...
געוואלדיג האט געשריבן:קומט פון מעלות, זייער ענטפער איז בעסער ווי די שאלה, זיי ענטפערן נישט יא, גיי מסר.
שמעקעדיג האט געשריבן:וואו קען מען טרעפן די 'הוראת הרבנים' סענטער וואס יעדער שמויגער האט עס ביי זיך אין לעדל?
פרייוויליג האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:וואו קען מען טרעפן די 'הוראת הרבנים' סענטער וואס יעדער שמויגער האט עס ביי זיך אין לעדל?
די אבסורדקייט דערפון איז atrocious. שטעלט אייך פאר זיי שטעלן אריין אן הודאה מארגן: בהוראת הרבנים שיחיו לאורך ימים טובים ארוכים טאר מען נישט אריבער שפרייזן אויף די גאס וואו עס איז דא א קאמפיוטער. פארשטייט יעדער אליין אז די ווארט הוראה און די ווארט רבנים וועט דאן ווערן ווי א נאסע שולאכטס. אמאליגע רבני העיר פלעגן שוקל זיין יעדער ווארט שבעתיים, און פלעגן טראכטן טויזענט מאל איידער זיי האבן געשריבן די ווארט "פסק", אדער "הוראה". זיי האבן געוויסט אז מען קען דאס נאר שרייבן אין א קריטישע צייט, אין א זמן וואס לויט ווי זיי פארשטייען וועט דאס זיין במקום שרוב ציבור יכול לעמוד בה. היינטיגע צייטן, יאווענען זיך הוראות און רבנים ווי שוואמען נאך א רעגן. אין יום שאין הוראה מרובה מחברתה. נאכדעם רייסט מען זיך די האר פון קאפ, פארוואס די עולם שרייט מאי אהנו לן רבנן. פארוואס יעדער לאכט אויפן קול ווען אימער מען זעט אן הפגנה, קול קורא, מוחאה, אדער הוראה. אזעלכע דבר יומו'ס ודומיהן קענען נישט זאגן ידינו לא שפכה את הדם הזה.
mevakesh האט געשריבן:אונז קענען אלע לאכן פון די מאדנע צעטלעך און תקנות אבער וואס קען מען טוען עס ארבייט
עס איז היינט דא מערערע בתי מדרשים וואס מענטשן שעמען זיך אדער האבען מורא ארויסצונעמען א סמארטפאן וכו'
אונז זענען הייליג גערעכט אבער זיי געווינען
שמעקעדיג האט געשריבן:פרייוויליג האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:וואו קען מען טרעפן די 'הוראת הרבנים' סענטער וואס יעדער שמויגער האט עס ביי זיך אין לעדל?
די אבסורדקייט דערפון איז atrocious. שטעלט אייך פאר זיי שטעלן אריין אן הודאה מארגן: בהוראת הרבנים שיחיו לאורך ימים טובים ארוכים טאר מען נישט אריבער שפרייזן אויף די גאס וואו עס איז דא א קאמפיוטער. פארשטייט יעדער אליין אז די ווארט הוראה און די ווארט רבנים וועט דאן ווערן ווי א נאסע שולאכטס. אמאליגע רבני העיר פלעגן שוקל זיין יעדער ווארט שבעתיים, און פלעגן טראכטן טויזענט מאל איידער זיי האבן געשריבן די ווארט "פסק", אדער "הוראה". זיי האבן געוויסט אז מען קען דאס נאר שרייבן אין א קריטישע צייט, אין א זמן וואס לויט ווי זיי פארשטייען וועט דאס זיין במקום שרוב ציבור יכול לעמוד בה. היינטיגע צייטן, יאווענען זיך הוראות און רבנים ווי שוואמען נאך א רעגן. אין יום שאין הוראה מרובה מחברתה. נאכדעם רייסט מען זיך די האר פון קאפ, פארוואס די עולם שרייט מאי אהנו לן רבנן. פארוואס יעדער לאכט אויפן קול ווען אימער מען זעט אן הפגנה, קול קורא, מוחאה, אדער הוראה. אזעלכע דבר יומו'ס ודומיהן קענען נישט זאגן ידינו לא שפכה את הדם הזה.
דאס דערמאנט מיר אן אלטן אשכול פון קופערניקוס........... (איי, ווי נעמט מען די אלטע צייטן!)
viewtopic.php?p=1094#p1094
mevakesh האט געשריבן:טיילווייזע רשימה וואס איך ווייס
סקווער
סאטמאר ק"י
וויזניץ מאנסי
פרוביר ארויסצונעמען אייער סמארטפאן דארט
גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט