בלאט 11 פון 20

נשלח: פרייטאג אוגוסט 21, 2015 9:59 am
דורך שמעקעדיג
מען טאר נישט נוצן א בעל תפלה מיט א סמארטפאון...
(לייען די קאמענטס, גאנץ אינטרעסאנט)

http://www.vosizneias.com/212849/2015/0 ... r-service/

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:17 pm
דורך שעפטל
לטהרינו.jpg
לטהרינו.jpg (97.44 KiB) געזען געווארן 3429 מאל

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:32 pm
דורך בן אדם
פארוואס איז ס'ווייבל בכלל ערלויבט צו האבן א פאון? פארוואס מיינסטו דארף זי עס שוין? ווייסט וואס זי קען אלץ טון מיט דעם? מ'דארף זיך שוין נעמען צו דעם.

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 2:10 pm
דורך petergrifin
היתכן עס געפונט זיך אינטערנעט אין די מוסדות אפיס? כמעט איעדער חדר אדער סקול ווי איך גיי צו פאר סערוויס געפונען זיך דארט מיידלעך (רח''ל) אין אפיס און נעקסט דאאר האט די מענער אפטיילונג געפילטערטע אינטערנעט ל''ע.

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 3:13 am
דורך שמעקעדיג
בכבוד רב,
גע'חתמ'עט דורך די KJB (קרית יואל בריונים)

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 8:01 am
דורך פליקער
אזוי גייט זיין איבעראל, נישט נאר די ענקעוודא, אזוי פאסירט ווען מען לאזט צי איינעם שולט צי זיין אויף א צווייטען, ווען מין גיבט אויף פרייהייט אפילו א פיצי, האט עס ווייטע קאנצעקווענצען,

די פאקט איז אז די מענטשליכע נאטאר איז אזוי, ווען איינער פארקויפט מיר א אתרוג, אדער גיבט מיר ערב פסח מצה, אדער אפילו פארקויפט מיר א שאכטל מילך אין גראסערי, שפירט זיך אויף אמאל עפעס מער שטערקער פון מיר, נא איידיע פון ווי זיין קאנפידענץ נעמט זיך, אבער ער שפירט מער געלינגען, איך שטיי דאך פאר אים פארכטיג מיט דרך ארץ און א גראדע ליין, איי איך בין קליגער רייכער וכו' מער פון אים, דאס קומט אויף א מאל עפעס נישט אריין, ער איז שטאלץ מער פאורפול און אויב גייט עס אים אין קאפ אריין ווערט ער א געפאהר פאר די מענטשהיייט עד כדי כך אז מען קען פון אים נישט אויסהאלטן, על אחת כמה וכמה די מענטשהאפטיגער פראבלעים ווערט פיל פאכיג מער ווען איינער ברויך הילף ביי א צווייטען, דאן וועט ער אים אלע מאל גיבן א אלטעטוט, ווי למשל איך וויל ער זאל אן נעמען מיין בחור, אדער מיין זין'ס מלמד, אדער שואל עצה זיין מיט טיפול מיחוד, שלום בית, ווייזן א מראה פאר א רב, וכדומה, אפילו איך בין הינדערט מאל קליגער שענער רייכער, נישט נוגע, איצט איז ער שטערקער און ניצט עס אויס צי א מאקס,

השתא עבדי, אז מען גיבט כוח פאר א וועד לעשות כרצונם, שפילן זיי זיך ארום מיט מיין רעגעסטראציע קארטל ווי א קאץ איבער א מייז, זיי וועלן אזא הנאה נישט אזוי שנעל אויף גיבן, ווער רעדט נאך ווען מען האט איינעם געכאפט, מען האט בארירט זייער כבוד, ער איז דאך גערעכט, דאן איז דאך מיין בליט לכתחילה הפקר, מען מעיג מיך פאר אזא גרויסע נבירה ווי ליגענט זאגן פאר אזא הייליגע וועד מארדן מיך מיט די קינדער, מען ברויך דעריבער אזא וועד וואס ווערט א בית וועד לרשעים, פשוט זיי קענען נישט עומד בנסיון זיין פון נישט ווערן היטלער'ס קאפא'ס, ווערן זיי נעבעך רשעים און פייניגן דעם ציבור אינטער די פאן פון צניעות פילטער שמילטער אדער סיי ווי זיי קענען איינעם א רביעית בליט אויסצאפן כאפט מען זיך צי ווי צי געבראטנעס.

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 1:28 am
דורך ראשעקאל
/

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 4:40 am
דורך טאמבל סאס
די ים פון פאטעטישע אויסדרוקן פון מיטלייד און עמאציע איז מבהיל הרעיון.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:55 am
דורך דריידל
נישט פארגעסן אז זיי ווילן טאקע מאכן זיכער אז מ'פארמאגט נישט קיין סמארטפאון אבער פון די אנדערע זייט ציטירען זיי טאמער די עלטערן וועלן ארויס נעמען די קינדער, מוזן זיי רעדן אזא שפראך

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:46 pm
דורך פרייוויליג
.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:47 pm
דורך פרייוויליג
S

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 11:21 pm
דורך גראדעמעכעלע
יעצט געזען אין לי גארדנס שול עטליכע שארפע צעטלעך וואס פארבאטן ארויסצונעמען א סמארטפאון אין שול 'אפי' וואס איז מאושר דורך משמרת '
איך בין נייגעריג וואס די שיינע אידן פון דארט מיט די סמארטפאונס גייען טון,

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 11:21 pm
דורך גראדעמעכעלע
FWD: FWD: WILLIAMSBURG:
A Bum with a Smart Phone has been thrown out of Lee Gardens!
Its the 1st Shul after Hooper that forbid this week Smart Phones!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 11:31 pm
דורך דריידל
האט מען אים ארויסגעווארפן וועגן ער איז א באם אדער אלץ די סמארטפאון, אדער גאר וועגן ביידע צוזאמען?

ווי צודרייט די תקנה זאל נאר נישט זיין, איז פארפאלן און דאס איז עס. מ'קען פרובירן מבטל זיין די תקנה אבער ווילאנג ס'איז אין קראפט קען מען נישט זיין קיין אויבער חכם, זיך אנפייפן און נאכדעם וויינען אז מ'האט אים ארויסגעווארפן. ס'קומט מיר פאר אזויווי די קלירק וואס האט נישט געוואלט מאשר זיין געי מערידזש און יעצט זיצט זי אין חד גדיא.

איך שטעל מיך פאר אז דער בחור/יונגערמאן האט געוואלט ווייזן אז מ'וועט אים נישט איינטיילן וואס צו טון, איז געשען וואס איז געשען.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 5:11 pm
דורך Milk shake
זיי לאזן נישט קיין פאון "אפילו ס'איז מאושר"? וואטס פשט?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 5:21 pm
דורך גנדי
פארוואס משקה המשכר וואס ברענגט צו עריות (כמבואר בחז"ל) מעג מען ברענגן אין שול, און א סמארטפאון נישט?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 5:55 pm
דורך פליקער
איך בין געוועין געראכטן אויף די מאס רשעותדיגע תקנות וואס שפראצען ארויס, דער עולם מיז פארשטיין היות די ארוינים האבן מתקן געוועין אז פרויען טארן נישט האבן קיין סמארט פאון'ס, איז דאך א פשטת אז זלוינים ברויכן אויך אויפקוצען מיט א תקנה וואס די וועלט וועט מסכים זיין אז זיי זענען אויך "פרים", און איצט איז טאקע צי ערווארטן אז די ארוינים וועלן ברעכן קעפ ביז זיי גייען וויין פאר די וועלט אז זיי זענען די עכטע פריאקעס, אזוי פאלן מיר פערד צי יעדע שיגעון וואס זיי וועלן אויסטראכטן אויפ אינז לקיים.

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 1:34 am
דורך ראשעקאל
/

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 2:18 pm
דורך שמעקעדיג
WOW, ער איז דער פאסיגער מענטש צו שטרענג אינפארסירן די תקנות...

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 2:42 pm
דורך גראדעמעכעלע
Its getting serious
מען מוז שוין עמערדזענסי עפענען קאווע שטעטל,

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 3:32 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פארוואס איז מען פטור געווארען פונ'ם אלט'ן גבאי?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 10:56 pm
דורך פריעד באטשי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארוואס איז מען פטור געווארען פונ'ם אלט'ן גבאי?

ווער זאגט אז ס׳איז בכלל געווען א גבאי פארדעם? ב״ה אז ס׳איז אכזר דרא און מען קומט אויף מיט נייע תקנות און רשעות וואס זענען קיינמאל נישט געווען פארדעם.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 11:23 pm
דורך שלום על ישראל
פריעד באטשי האט געשריבן:ס׳איז אכזר דרא