זענען מיר מסכים צו לעבן אין א שלאף-שטוב פון גלאז?

זענען מיר מסכים צו לעבן אין א שלאף-שטוב פון גלאז?

הודעהדורך סופר ומונה » דינסטאג מאי 07, 2013 4:16 pm

עס קומט איצט פאר א גרויסער קאמפיין פאר דעם "מעמד 'הדר קבלוה'", וואס וועט פארקומען אין עטלעכע געגנטער אין ניו-יארק, וואו מ'וועט אנגעבלעך נאר מחזק זיין די 'תקנות' קעגן דעם אינטערנעט וועלכע זענען באשטעטיקט געווארן א יאר צוריק אין 'סיטיפיעלד' סטאדיום אין ניו-דזשערסי, ביי דעם 'כינוס כלל ישראל'.

אפיציעל זאגן די ארגאניזירער אז דער איצטיקער 'מעמד' וועט בלויז דינען אויף חזרה, פריש איבערצוגיין די 'תקנות' וועלכע מ'האט דאן מקבל געווען אויף זיך באהבה, שרייענדיק "רוצה אני!" אבער די פאקטן זענען גוט באקאנט אז דער איצטיקער צוזאמענקום איז א פרישע פראבע פון די 'עסקנים' און קלעריקאלן זיך ארויפצוזעצן אויף דעם ציבור און ארויפצווינגען אויף זיי זייערע דיקטאטן, נאכדעם וואס די ישועה וואס האט געזאלט קומען פון דער פאראיאריקער אסיפה איז געווען א קאלאסאלער דורכפאל.

נישט אז דער ציבור נוצט נישט קיין פילטערס – יעדער אנשטענדיקער מענטש פארשטייט אז מ'דארף היטן די קינדער פון שעדלעכע וועבזייטלעך און פארנאגראפיע. דער פראבלעם פון די עסקנים און קלעריקאלן איז נישט פארנאגראפיע, נאר דווקא דעם פרייען ווארט פון דעם אינטערנעט, דאס וואס מ'רופט 'פרי ספיטש'. א קעי-9 פילטער וואס ארבעט גוט אויסצורוימען דעם אינטערנעט פון שמוץ בלאקירט נישט דעם מענטש פון קענען זען דעות וואס זיי ווילן נישט אז דער דורכשניטלעכער מענטש זאל וויסן אז זיי עקסיסטירטן. זיי ווילן אז איר זאלט דווקא נוצן א פילטער פון א פירמע וואס איז אונטער זייער קאנטראל, אזוי זיי זאלן קענען אליין מחליט זיין וואס איר מעגט יא לייענען און וואס נישט.

ווי די שמועה לויטעט איז זייער עצה ארויפצוצווינגען עסקנים-קאנטראלירטע פילטערס דורך צווינגען עלטערן וואס האבן קינדער אין די מוסדות-התורה אריינצושיקן צו דער הנהלה א באשטעטיקונג פון אזא סארט פילטער-פירמע אז דער נעמלעכער פארמאגט טאקע זייערע באדינונגען. דאס הייסט אז די פירמע וועט באשטעטיקן, לכאורה מיטן שרייבן אייער קאנטע-נומער, וואספארא באדינונגען איר באקומט פון זיי. אזוי, האלטן זיי, וועלן זיי פארזיכערן אז יעדנס אינטערנעט-באנוץ און באנוץ פון פרייען ווארט וועט גענצלעך זיין קאנטראלירט דורך זיי.

דאס האט איר דאך אוודאי געוואוסט ביז איצט אז אויב איר נוצט אינטערנעט פון א היימישער פירמע קען די פירמע נאכקוקן אלעס וואס איר טוט אויפן וועלטלעכן געוועב. די בעלי-בתים און טייל ארבעטער פון דער פירמע קענען זען וואס איר שרייבט אויף 'קאווע שטיבל', 'אייוועלט' און 'וואס איז נייעס', וועלכע ווידעאס איר קוקט, וואס איז זוכט אויף 'גוגל', און אפילו וויפיל געלט איר האט אין באנק, אלע פראדוקטן וואס איר האט געזוכט און באשטעלט ביי 'אמאזאן', די סודות פון וואנעט איר באשטעלט סחורה פאר אייער ביזנעס, און אימעילס וואס איר שרייבט. איז עס לעגאל? ניין. אבער זינט ווען שטייען לעגאלע שטיינדלעך אין וועג פון א חרדישן ציל?

איצט, מיט דער קאלאבאראציע פון די הנהלות פון די מוסדות מיט בעלי-בתים פון די פילטער-פירמעס, ווערט אייער פריוואטקייט איבערגעגעבן אין די הענט פון אייערע קינדערס מנהלים. אז עס וועט זיך מאכן אן אומגינסטיקע שמועה אויף אייך, וועט דער מנהל האבן די פולע קאאפעראציע פון אוממאראלישע פילטער-פירמעס וועלכע וועלן ארויסגעבן א-ל-ע-ס איבער אייך. גארנישט איבער אייער פריוואטן לעבן און ביזנעס וועט בלייבן פארהוילן – איר וועט זיין אין פולן קאנטראל פון די היימישע פירמעס וועלכע קאלאבארירן מיט די בארבארישע קאנטראל-מייסטער. אייער זונס מנהל וועט וויסן וועלכע שעות פון טאג אדער נאכט איר פארברענגט אויפן אינטערנעט, וועלכע וועבזייטלעך איר באזוכט, וואספארא אינטימישע בגדים אדער חפצים איר האט באשטעלט אויף אמאזאן, און אייער גאנצער הלוך-ילך.

וואס איז די עצה? איך וואלט געהאפט אז די וואס פארשטייען צו דעם חילוק פון די פארשידנארטיקע היימישע פילטערס זאלן דא קומען ערקלערן וואס מ'קען טאן אויסצוקרויזן דעם בארבארישן קאנטראל. אבער דאס וויכטיקסטע איז: אויב איז מעגלעך, דערציילט נישט אז איר פארמאגט אינטערנעט. יא, לייקנט! זאגט ליגנט! פריוואטקייט איז אייער לעבן – קיינער קען דאס נישט אוועקנעמען פון אייך. אויב ליגנט איז דער פרייז וואס איר דארפט באצאלן כדי צו קענען באהאלטן די פארבארגנסטע חלקים פון אייער לעבן, טוט עס מיט א רואיקן געוויסן סיי מצד מענטשלעכקייט און סיי על-פי תורה.

אויב איר האט אינטערנעט אינדערהיים, קויפט אייך א ביליקן לעפטאפ וואס זאל גענוצט ווערן אן אינטערנעט – אין פאל די ראדיקאלן פארלאנגען פון אייך צו זען אויב אייער קאמפיוטער פארמאגט איבערבלייבענישן פון אינטערנעט-באנוץ. אויב זענט איר געצווינגען צו מודה זיין אז איר פארמאגט אינטערנעט, און איר זענט געצווינגען צו נוצן די באדינונגען פון די היימישע פירמעס, זאל איר נישט נוצן דעם אינטערנעט אויף סיי-וועלכע פון אייערע פריוואטע געברויכן. איר דארפט האבן נאך אן אינטערנעט-באדינונג און דאס נוצט צו קויפן אין אמאזאן, באצאלן אייערע בילס, אריינגיין אין אייער באנק קאנטע, שרייבן אויף סאציאלע וועבזייטלעך, און דאס-גלייכן.

איר האט א גאט-געגעבענעם צלם-אלוקים, איר זענט א מענטש פאר זיך און איר קענט נישט לעבן אין א שלאף-שטוב פון גלאז וואו רבנים און עסקנים קענען אבזערווירן יעדן ריר וואס איר גיט. דער אינטערנעט איז א חלק פון אונדזער היינטיקער לעבן, און פרטים פון אונדזער פריוואטן לעבן טארן נישט זיין הפקר!
באניצער אוואטאר
סופר ומונה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 228 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 602 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג מאי 07, 2013 4:41 pm

וואס איז דאס "אינטערנעט"? עס קען זיין אז איך האב. איך ווייס דאך אבער, טאטע זיסער, נישט וואס דאס איז. פאראיאר האב איך געקויפט א מעדזשיק מארקער, איז אינעם פעקל מיטגעקומען א באנוס א פעקעלע "סטעישאנערי" פאפיר. זעסט, סטעישאנערי פאפיר ווייס איך וואס דאס איז; קען איך זאגן בפה מלא: יא, ביי מיר אינדערהיים געפינען זיך פון די דאזיגע פאפירלעך. אויב ווילט איר, חשוב'ע חברי הנהלה, וויסן צי איך האב אינטערנעט, דארפט איר מיר מסביר זיין וואס דאס איז. (אפשר איז עס געקומען צוזאמען מיט'ן בוש-מיקסער וואס כ'האב געקויפט לכבוד שבועות.)

א פאקס-מאשין האב איך אויך. והא ראי', איך שרייב אויף קאווע שטיבל. (איך ניץ דעם פאקס פאר נאך זאכן; אבער בעיקר האב איך עס געקויפט פאר קאווע שטיבל.)
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1295 מאל

הודעהדורך אביגדור » דינסטאג מאי 07, 2013 4:42 pm

עוצו עצה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אביגדור אום דינסטאג מאי 07, 2013 4:53 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1704 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » דינסטאג מאי 07, 2013 4:50 pm

רב החובל האט געשריבן:עוצו עצה.

מען ווען גיין צו די נשים, די ווייבער פון די מענער-מנובלים.



דער חזון איש האט גע'פסקנט אז דאס אז א פרוי זאל זיין אונטער די השפעה און פירערשאפט פון א מאנס פערזאן איז יהרג ואל יעבור!
יא, דאס איז די סמך פאר די בארימטע יהרג ואל יעבור פסק ביי גיוס בנות, און דאס איז ביי בתולות, כל שכן הנוגע לעניננו.
ווער האט דא ערווענט די "תבעל להגמון תחלה?"
אה, לפי החזון איש, לאזן די ווייבער מיטארבעטן מיט די אנטי אינטערנעט מערכה איז יהרג ואל יעבור!
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2951 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4082 מאל

הודעהדורך בן תמליון » דינסטאג מאי 07, 2013 5:11 pm

עס גלייבט זיך שווער מיט וואספארא נידערטרעכטיקע מיטלען מאנכע חלומ'ן צו קאנטראלירן דעם ציבור, ווי העצן ווייבער קעגן מענען, קינדער קעגן טאטעס אא"וו. מ'זעט בחוש ווי עס ווערט מקוים וואס שטייט אין משנה סוף סוטה וואס וועט זיין בעקבתא דמשיחא: נערים פני זקנים ילבינו, זקנים יעמדו מפני קטנים, בן מנוול אב, בת קמה באמה, כלה בחמותה, אויבי איש אנשי ביתו, פני הדור כפני הכלב, הבן אינו מתבייש מאביו. ועל מה יש לנו להשען? על אבינו שבשמים. אונזער עצה איז ווי חז"ל זאגן "השכם והערב עליהן והם כלין מעליהן" מיר דא וואס האלטן זיך אזוי שיין צוזאמען טאקע אויפן אינטערנעט איז די גרעסטע באווייז אז נצח ישראל לא ישקר, מען קען זיך באנוצן מיטן היינטיקע טעכנאלאגיע אויף א הערליך פארנעם. והעולה על רוחכם היו לא תהיה,די פלענער צו חאפן אונזערע ווייבער און קינדער אלץ משכונות וועט עקספלאקירן אין זייערע פנים'ער. לאמיר האפן אז ילמדו תועים בינה, איידער עס איז צו שפעט זאלן זיי קומען צום שכל.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1839 מאל

הודעהדורך אביגדור » דינסטאג מאי 07, 2013 5:20 pm

זקנים עם נערים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אביגדור אום דינסטאג מאי 07, 2013 6:20 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1704 מאל

הודעהדורך היימישער ליטוואק » דינסטאג מאי 07, 2013 5:25 pm

רבותי, אויב איז דאס טאקע כצעקתה ווי דער עולם שרייבט דא, דאן זענען אייערע תגובות דא נישט מער ווי גסיסה-שטויסלעך איידער איר מוזט פארמאכן אייערע אינטענט קאננעקשן. חוץ, אויב איר האט שוין חתונה גמאכט אלע אייערע קינדער.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1166 מאל

הודעהדורך שלשלת » דינסטאג מאי 07, 2013 5:40 pm

סופר ומונה: דו רעדסט ווי א רוסישע איד פון די קעי דזש בי עפאכע. די ווענט האבן דראטן, די בתי מדרשים זענען אנגעפיקעוועט מיט אונטערהער אפאראטן, מען קוקט דיר נאך, מען לאקערט נאך דיין באנק אקאונט וכו' וכו' וכו'
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
באניצער אוואטאר
שלשלת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 284
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

הודעהדורך איציק » דינסטאג מאי 07, 2013 6:59 pm

שלשלת האט געשריבן:סופר ומונה: דו רעדסט ווי א רוסישע איד פון די קעי דזש בי עפאכע. די ווענט האבן דראטן, די בתי מדרשים זענען אנגעפיקעוועט מיט אונטערהער אפאראטן, מען קוקט דיר נאך, מען לאקערט נאך דיין באנק אקאונט וכו' וכו' וכו'


איך האב נישט ליב צו אטאקירן פערזענליך, אבער אדער האסטו נישט געלייענט וואס סופר'ל האט געשריבן, אדער ביזטו א גולם.
ווער רעדט פון אונטערהער אפאראטן? איז דען נישט וואר אז דיין ISP קען זעהן פונקטליך וועלכע סייט'ס דו באזוכטס און אלע דיין אינטער-געוועב אקטיוויטעטן? ביזטו ווירקליך אזוי טעכנאלאגיש-אומוויסנדיק אדער דו מאכסט זיך?

אז דיין ISP (און גוגל) קען און גיבט איבער די אינפארמאציע פאר די רעגירונג אויב זיי בעטן, אפילו אן א סורטש ווארענט, האסטו שוין געלייענט אין די לעצטע נייעס באריכטן? פארוואס קען א היימישער ISP עס נישט איבערגעבן צום מנהל אויפ'ן פארלאנג פון דיין קינד'ס מוסד? וואס וועסטו טוהן? אים אנקלאגן אין געריכט? דו מסור איינער! אדער קלאפן על חטא פאר'ן אויסלאכן סופר'ל ווי אן אויבער חכם?

וואס וועסטו דאן טוהן?
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 185
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 3:57 am
האט שוין געלייקט: 485 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

הודעהדורך zurich » דינסטאג מאי 07, 2013 7:35 pm

איך בין אויסטערליש צומישט,ווער האט אויסגעזאגט פאר די עסקנים אז די עולם האלט נישט איין די תקנות?? זיי באטראכטן דען יעדעמס פאן אלא מאי.....
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 809
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

הודעהדורך קינות גירושין » דינסטאג מאי 07, 2013 8:27 pm

וואס וויינט דא דער עולם מהאט דאך שוין פריער געשריבען אז מגייט האבען 2 אינטערנט סערוויסעס איינס פאר די מוסד און איינס פאר זיך צו ניצען ווי א מענטש, לענ״ד קען מען באצאלען די ערשטע מיט מעשר געלט
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 11:36 am
האט שוין געלייקט: 473 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 447 מאל

הודעהדורך יואליש » דינסטאג מאי 07, 2013 9:03 pm

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:וואס איז דאס "אינטערנעט"? עס קען זיין אז איך האב. איך ווייס דאך אבער, טאטע זיסער, נישט וואס דאס איז. פאראיאר האב איך געקויפט א מעדזשיק מארקער, איז אינעם פעקל מיטגעקומען א באנוס א פעקעלע "סטעישאנערי" פאפיר. זעסט, סטעישאנערי פאפיר ווייס איך וואס דאס איז; קען איך זאגן בפה מלא: יא, ביי מיר אינדערהיים געפינען זיך פון די דאזיגע פאפירלעך. אויב ווילט איר, חשוב'ע חברי הנהלה, וויסן צי איך האב אינטערנעט, דארפט איר מיר מסביר זיין וואס דאס איז. (אפשר איז עס געקומען צוזאמען מיט'ן בוש-מיקסער וואס כ'האב געקויפט לכבוד שבועות.)

א פאקס-מאשין האב איך אויך. והא ראי', איך שרייב אויף קאווע שטיבל. (איך ניץ דעם פאקס פאר נאך זאכן; אבער בעיקר האב איך עס געקויפט פאר קאווע שטיבל.)


דערמאנט מיך פון אן אמת'ע מעשה. דער מנהל האט אריינגעריפן א בחור און אים געזאגט אז ער האט געהערט אז ער טוט וואס מ'טאר נישט. דער בחור האט ארויפגעצויגן א תמימות'דיגע מינע און זיך געאייסערט, "כ'זאג צו פארן ראש ישיבה אז כ'האב קיינמאל נישט גערייכערט."
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2407
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1547 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3585 מאל

הודעהדורך DotCom » דינסטאג מאי 07, 2013 10:44 pm

די פילטער גזירות זענען נאר א שפיל אקעגן די קומענדיגע גזירות, לויט ווי איך האב געהערט פון א ערשט האנטיג מקור, ארבעטן יעצט די עסקנים אויף א קאמפיוטער וואס וועט נישט אנטהאלטן מער ווי א סקרין און א קיעבאורד (terminal computer), גארנישט וועט נישט קענען אינסטאלירט אדער אריינגעלייגט ווערן לאקאל, ניטאמאל א סידי אדער קעמרע קארטל, אה, אחוץ איין זאך יא, א נעטווארק קעיבל! עס וועט זיין באהאפטן סטרעיט צו די עסקנים העדקוואטער'ס, און עני פראגראם וואס א מענטש וועט דארפן וועט מוזן אהינגעגעבן ווערן און נאר אויב זיי אינסטאלירן עס וועט עס דער מענטש קענען נוצן, פארשטייט זיך אז וועבזייטלעך וועט זיין אונטער זייער פולע קאנטראל.

דאס איז נישט קיין חלומות, זיי האבן שוין אינוועסטירט איבער 2 מיליאן דאלאר אין דעם פראיעקט, נדבת לבם פון עטליכע נגידים, מען האט פאר דעם צוועק געהייערט א גרופע טעקנישאנ'ס פון די גרעסטע קאמפיוטער מעניפעקטשורער'ס, און די ארבעט איז אין פולן שוואונג.

איין זאך וואס זיי ווייסן נאכנישט איז וואס אינטערנעט מיינט, און לאמיר זיך מסביר זיין, אינטערנעט איז איינע פון די חכמות וואס איז ערפונדן געווארן דורך די אמעריקאנער ארמיי, און איר איינציגער ציל איז צו בלייבן אייביג פארבינדן, בשעת די קאלטע קריג יארן ווען אמעריקע האט געציטערט פון א נוקלעארע אטאקע און די דעמאלטסטיגע וועג פון קאמיונקאציע איז געגאנגען דורך איינצעלנע דירעקטע ליניע'ס פון און צו געציילטע הויפט סטאנציע'ס אין געוויסע שטעט, די מיליטער האט געזארגט אז וואס וועט געשעהן ווען א נוקלעארע אטאקע וועט ח"ו אפווישן א גאנצע שטאט ערגעץ אינמיטן אמעריקע, וויאזוי וועלן די מערב גענעראלן זיך קענען פארבינדן מיט'ן פרעזידענט אין מזרח? דעמאלט איז אויסגעטראפן געווארן די אינטערנעט וואס איז געבויט אזוי זיך צו קענען פארבינדן דורך עטליכע סטאנציעס (היינט מיליאנען), אזוי אז אפילו איינס אדער מערערע גייט ארויס פון באנוץ טוט ער זיך זעלבסט צוריק פארבינדן דורך אנדערע וואס זענען יא אקטיוו, מיט די יארן האט עס די מיליטער ארויסגעגעבן פארן פובליק און איז היינט די שטערקסטע וועג פון קאמיוניקאציע, ווי גרעסער די אינטענעט באנוץ ווערט אלס שטערקער ווערט דער טעכנאלאגיע און אלס שווערער ווערט די מעגליכקייט פון ווערן אפגעהאקט.

אלנפאלס, די נקודה איז אז איינמאל ס'איז דא א קאנעקשן קען מען בויען דערויף גאנצע בנינים מיט פילטער'ס גארנישט וועט העלפן, אט קום איך מיט אביסל הילף פון גוגל-איז-דיין-חבר און איך מאך א קליין טאנעל (Tunneling בלע"ז) און איך בין ווייטער אפען, זיי די עסקנים פרובירן צו נעמען א זאך וואס איז דירעקט געבויט אויף א סיסטעם פון זיך פאבינדן ווי מער, און זיי ווילן עס פארמאכן, טו בעד עס קען אבער נישט גיין, איך האב שוין געבראכן אסאך פילטער'ס אריינגערעגנט געי-נעט און סאניקוואל, פאר אלעם איז געווען קלארע אינסטראקשענ'ס און טאקע אויף כשר'ע סייטס, פאר אלעם איז דא א וועג ווייל אינטערנעט בלייבט אינטערנעט.

ואדרבה, איך האף אז די 'טערמינאל קאמפיוטער' פראיעקט זאל זיך יא אויסארבעטן אזוי וועלן מיר שוין קענען האבן קאמפיוטער'ס אינדערהיים אן קיין פחד פון די אייגענע ווייב און קינדער, און מי יתן והי' אפשר וועלן עס נאך די נדבנים מנדב זיין, לאמיר טראכטן פאזיטיוו!.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 11:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 723 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג מאי 07, 2013 11:34 pm

המממ... איך גיב עס א קלענערע טשאנס ווי די KDC מערכה.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14022
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 15677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16085 מאל

הודעהדורך אביגדור » דינסטאג מאי 07, 2013 11:54 pm

איך וואונטש זיי.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1704 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מיטוואך מאי 08, 2013 1:16 am

כקען באשטיין צי שלאפן אין א גלאזנער שטוב אויב די וואס לייגן מיר אריין אונעם גלאזן שטוב גיען אויך אריין אין א גלאזנער שטוב און מיר קענען כסדר זען וואס דארט טוט זיך אפ.
נישט ווי די ווייבער שול גלאז מקען נאר זען איין וועג.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3564
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3743 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1611 מאל

הודעהדורך Atgan » מיטוואך מאי 08, 2013 5:37 am

כמיין דער עולם האט דא אומזינסטע נערווען, זיי גייען נישט קריכן אויף אינזער הינעראויג, ווייל סאיז גזירה שאין הציבור יכולין לעמוד.
סה"כ וועט מען "אפשר" דארפן אנדייטן וועלכע פילטער מ'נעמט. די קאמפאניס גייען "קיינמאל" נישט ריסקן און ארויסגעבן אומלעגאלע אינפארמאציע פון א מעמבער, פאר א פשוט'ע חדר-ישיבה-פאליציאנט. מ'קען פאר דעם געסועט ווערן אויף מיליאנען דאלארן, און זיי ווילן נישט מארגן זיין אוט אף ביזנעס.
ווען איר סובסקרייבט צו א אינטערנעט פרוביידער, איז איינס פון די הונדערטע טערמ"ס ענד קאנדישענ"ס וואס איר און די קאמפאני עגריען, איז Data Protection Law,וועלכע איז מחייב די קאמפאני נישט צו ארויסגעבן אייערע אינפארמאציע צו קיינער אין די וועלט. (א חוץ אויב איז דא א חשד אז איר האט באגאנגן קריים, אויפן פארלאנג פון די יוסטיץ).
ממילא זעה איך נישט די גרויסע פחד. אה"נ מ'וועט מוזן אנדייטן א פילטער, אבער קיין אינפארמאציע וועט נישט ארויסגעגעבן ווערן....
עד כאן היו הנביאים מתנבאים ברוח הקודש, מכאן ואילך הט אזנך ושמע דברי חכמים.

דיסקלעימער. מיינע תגובות ווער נישט געשריבן פערסאנעל, נאר פארן פובליק. ווען איך ענפער איינעם איז עס בבחינת שלא בפניו, און כאילו ער וואלט נישט געהערט.
Atgan
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 15, 2013 8:13 am
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

הודעהדורך DotCom » מיטוואך מאי 08, 2013 7:43 am

נישט ווען דער מאטא איז "לשם שמים", דעמאלטס האט מען "מסירת נפש" און מ'זאגט אז ענדערש זאל איך גיין זיצן אבי יענער זאל נישט זעהן וואס איך האלט אז ער טאר נישט.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 11:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 723 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מיטוואך מאי 08, 2013 8:30 am

דער סופר טרייבט איבער.

זיי קענען נישט זעהן וואס מען קויפט אויף אמאזאן, סך הכל קענען זיי זעהן אז מען איז דארט געוועהן. והוא הדין ק"ש.

לכאורה קענען זיי נישט זעהן וואס דיין ניק איז, און דער אמת אז מען וואלט שוין געמעגט דא מאכען א סעקיור קאננעקשין, אז זיי זאלען גארנישט קענען זעהן.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1585 מאל

הודעהדורך אךשמח » מיטוואך מאי 08, 2013 9:24 am

DotCom האט געשריבן:די פילטער גזירות זענען נאר א שפיל אקעגן די קומענדיגע גזירות, לויט ווי איך האב געהערט פון א ערשט האנטיג מקור, ארבעטן יעצט די עסקנים אויף א קאמפיוטער וואס וועט נישט אנטהאלטן מער ווי א סקרין און א קיעבאורד (terminal computer), גארנישט וועט נישט קענען אינסטאלירט אדער אריינגעלייגט ווערן לאקאל, ניטאמאל א סידי אדער קעמרע קארטל, אה, אחוץ איין זאך יא, א נעטווארק קעיבל! עס וועט זיין באהאפטן סטרעיט צו די עסקנים העדקוואטער'ס, און עני פראגראם וואס א מענטש וועט דארפן וועט מוזן אהינגעגעבן ווערן און נאר אויב זיי אינסטאלירן עס וועט עס דער מענטש קענען נוצן, פארשטייט זיך אז וועבזייטלעך וועט זיין אונטער זייער פולע קאנטראל.

דאס איז נישט קיין חלומות, זיי האבן שוין אינוועסטירט איבער 2 מיליאן דאלאר אין דעם פראיעקט, נדבת לבם פון עטליכע נגידים, מען האט פאר דעם צוועק געהייערט א גרופע טעקנישאנ'ס פון די גרעסטע קאמפיוטער מעניפעקטשורער'ס, און די ארבעט איז אין פולן שוואונג.

איין זאך וואס זיי ווייסן נאכנישט איז וואס אינטערנעט מיינט, און לאמיר זיך מסביר זיין, אינטערנעט איז איינע פון די חכמות וואס איז ערפונדן געווארן דורך די אמעריקאנער ארמיי, און איר איינציגער ציל איז צו בלייבן אייביג פארבינדן, בשעת די קאלטע קריג יארן ווען אמעריקע האט געציטערט פון א נוקלעארע אטאקע און די דעמאלטסטיגע וועג פון קאמיונקאציע איז געגאנגען דורך איינצעלנע דירעקטע ליניע'ס פון און צו געציילטע הויפט סטאנציע'ס אין געוויסע שטעט, די מיליטער האט געזארגט אז וואס וועט געשעהן ווען א נוקלעארע אטאקע וועט ח"ו אפווישן א גאנצע שטאט ערגעץ אינמיטן אמעריקע, וויאזוי וועלן די מערב גענעראלן זיך קענען פארבינדן מיט'ן פרעזידענט אין מזרח? דעמאלט איז אויסגעטראפן געווארן די אינטערנעט וואס איז געבויט אזוי זיך צו קענען פארבינדן דורך עטליכע סטאנציעס (היינט מיליאנען), אזוי אז אפילו איינס אדער מערערע גייט ארויס פון באנוץ טוט ער זיך זעלבסט צוריק פארבינדן דורך אנדערע וואס זענען יא אקטיוו, מיט די יארן האט עס די מיליטער ארויסגעגעבן פארן פובליק און איז היינט די שטערקסטע וועג פון קאמיוניקאציע, ווי גרעסער די אינטענעט באנוץ ווערט אלס שטערקער ווערט דער טעכנאלאגיע און אלס שווערער ווערט די מעגליכקייט פון ווערן אפגעהאקט.

אלנפאלס, די נקודה איז אז איינמאל ס'איז דא א קאנעקשן קען מען בויען דערויף גאנצע בנינים מיט פילטער'ס גארנישט וועט העלפן, אט קום איך מיט אביסל הילף פון גוגל-איז-דיין-חבר און איך מאך א קליין טאנעל (Tunneling בלע"ז) און איך בין ווייטער אפען, זיי די עסקנים פרובירן צו נעמען א זאך וואס איז דירעקט געבויט אויף א סיסטעם פון זיך פאבינדן ווי מער, און זיי ווילן עס פארמאכן, טו בעד עס קען אבער נישט גיין, איך האב שוין געבראכן אסאך פילטער'ס אריינגערעגנט געי-נעט און סאניקוואל, פאר אלעם איז געווען קלארע אינסטראקשענ'ס און טאקע אויף כשר'ע סייטס, פאר אלעם איז דא א וועג ווייל אינטערנעט בלייבט אינטערנעט.

ואדרבה, איך האף אז די 'טערמינאל קאמפיוטער' פראיעקט זאל זיך יא אויסארבעטן אזוי וועלן מיר שוין קענען האבן קאמפיוטער'ס אינדערהיים אן קיין פחד פון די אייגענע ווייב און קינדער, און מי יתן והי' אפשר וועלן עס נאך די נדבנים מנדב זיין, לאמיר טראכטן פאזיטיוו!.

איך האב שוין געשריבן דערוועגן דא אין שטיבל א צייט צוריק. מען האט גאר אסאך אינוועסטירט דערין. פארט גלייב איך נישט אז זיי וועלן גיין ווייטער דערמיט.
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

הודעהדורך אביגדור » מיטוואך מאי 08, 2013 9:39 am

געבט נאר א קוק!
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1704 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך מאי 08, 2013 9:59 am

איחוד פעלד האט געשריבן:דער סופר טרייבט איבער.

זיי קענען נישט זעהן וואס מען קויפט אויף אמאזאן, סך הכל קענען זיי זעהן אז מען איז דארט געוועהן. והוא הדין ק"ש.

דיין ISP קען זען יעדע HTTP Packet וואס ווערט געשיקט פון\צו דיר און די אינטערנעט, אבער פארשטייט זיך אז ס'לוינט נישט פאר זיי צו לאג'ן אלעס ווייל ס'וועט אויפנעמען אסאך סטארידזש, ממילא האלטן זיי נאר א URL log, ממילא קענען זיי זען, אויב זיי זענען שטארק אינטערעסירט, אז 9:56 בין איך געווען אין די גלאזערנע שלאף צימער אשכול, 9:57 בין איך געווען אין די רעדאגיר פעידזש פון די אויבענדערמאנטער אשכול, און 9:59 האב איך געדרוקט "שיק".
דאס איז אלעס ביי די גרויסע ISPs, אבער אויב איז דא א היימישער ISP וואס מיין קינדס מנהל האט א חשד אויף מיר אז איך קויף אומצניעותדיגע וויבראטארן, איז נישט דא גארנישט וואס האלט עם צוריק פון אריינקוקן אין יעדע packet און זען פונקטליך וואס איך טייפ בשעת מעשה.
איחוד פעלד האט געשריבן:לכאורה קענען זיי נישט זעהן וואס דיין ניק איז, און דער אמת אז מען וואלט שוין געמעגט דא מאכען א סעקיור קאננעקשין, אז זיי זאלען גארנישט קענען זעהן.

די סלאט מנדב צו זיין אן SSL סערטיפיקעט איז נאך אפען, קענסט מנדב זיין לע"נ דיין זיידע.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6912
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7211 מאל

הודעהדורך איציק » מיטוואך מאי 08, 2013 10:03 am

Atgan האט געשריבן: די קאמפאניס גייען "קיינמאל" נישט ריסקן און ארויסגעבן אומלעגאלע אינפארמאציע פון א מעמבער, פאר א פשוט'ע חדר-ישיבה-פאליציאנט. מ'קען פאר דעם געסועט ווערן אויף מיליאנען דאלארן, און זיי ווילן נישט מארגן זיין אוט אף ביזנעס.

די עלטערן וועלן "קיינמאל" נישט ריסקן און סוען די קאמפאניס, ווייל זיי ווילן נישט מ'זאל ארויסווארפן זייערע קינדער פון די מוסדות.
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 185
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 3:57 am
האט שוין געלייקט: 485 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מיטוואך מאי 08, 2013 10:08 am

די פאקט איז אז רוב מענטשען חרידישע אידן ווילן מ'זאל זיי קאנטרעלירן אפי' אין בעדרום.
סא פארוואס זאלן זיי דאס נישט באקומען.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3564
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3743 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1611 מאל

הודעהדורך newkave » מיטוואך מאי 08, 2013 10:13 am

ביסט גערעכט. איך האב שוין געהאט אסאך מאל וואס מענטשן האבן מיר געבעטן צו קומען קאנטראלירן זייערע בעדרום.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 473 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל

נעקסט

גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט