"הדר קבלוה" - א יאר איז דורך, און יעצט בין איך דא צוריק

חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 10:45 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 247 מאל

"הדר קבלוה" - א יאר איז דורך, און יעצט בין איך דא צוריק

שליחה דורך חיים נחום הלוי פריעד »

שלום עליכם טייערע אידן!

עס איז היינט א יאר, מיום ליום, זינט איך האב דאס לעצטע מאל געשריבן דא אין "קאווע שטיבל". א יאר צוריק האב איך מיך געגרייט מיט עקסטאז זיך צו באטייליגן ביי דעם גרויסן "כינוס כלל ישראל", און איך האב באמת געהאפט אז עס וועט זיין א מעמד קידוש ה', וואו די רבנים און מנהיגים וועלן נעמען די זאך אין די הענט אריין און באמת אונז פירן אויף דעם ריכטיגן וועג, וויאזוי ערליכע אידן דארפן זיך פירן אין דעם היינטיגן מציאות ווען אינטערנעט דאמינירט דעם לעבן. דא אין "קאווע שטיבל" זענען געווען אסאך וואס זענען געווען קעגן דעם כינוס, מ'האט געהאלטן אז עס וועט נישט אויפטאן וואס עס דארף אויפטאן, אבער איך האב געהאלטן אז די סקעפטיקער ווייסן נישט וואס זיי רעדן, און אז פון דעם קען ארויסקומען די ישועה.

און יא, מיר דארפן א גרויסע ישועה. עס איז קלאר אז עס פלאקערט א פייער, דער אינטערנעט איז מכלה את הגוף והנפש, און ליידער האבן מיר שוין פארלוירן גאר אסאך היימישע בחורים, יונגעלייט, פרויען און מיידלעך וועלכע זענען נשפע געווארן פון די גלאנץ פון די שמוציגע גאסן און האבן פארלאזט דעם דרך התורה. איך האב געלייגט מיין האפענונג אויף דעם כינוס.

איך בין געווען ביים כינוס, און איך האב באריכטעט פאר אונזער עולם דא אלעס וואס האט זיך אפגעטאן דארטן, אבער איך בין ארויס פון דארטן שבור ורצוץ. באלד נאכ'ן כינוס האב איך מיר נישט געקענט צוזאמעננעמען מיינע מחשבות צו שרייבן. קוים וואס יעצט קען איך אויסדרוקן אויף פאפיר מיינע הרגשים און מיינע שטורעמישע, ברויזנדע געפילן.

ווען איך בין ארויס פון סטאדיום צעפלאצט ווערנדיג פון הרב דן סג"ל'ס דרשה האב איך נאך נישט פארשטאנען פארוואס איך שפיר אזוי צעשוידערט, אזוי פארגרוילט פון מיר אליין. פארוואס אין מיר איז דאס הארץ צעפלאמט - אש תוקד בקרבי, און פון אינדרויסן גיסט פון מיין שטערן גרויסע טראפנס שווייס.

איך האב א שטיק צייט שפאצירט – פאקטיש ענדלאז האסטיג געלאפן – אויף די גאסן ארום דעם סטאדיום, צעקאכט אין מחשבה. כ'האב ניטאמאל געוואוסט צו דיאגנאזירן פארוואס איך בין אזוי שיכור פון כמארע. איך האב נישט געדענקט אז לאנגווייליגקייט זאל מיר אמאל אזוי ארויסנעמען פון די גלייזן, אדער אז דאס נישט רייכערן פאר עטליכע שעה זאל מיר אזוי צערודערן. און אזוי בין איך געגאנגען ארויף און אראפ די גאסן מיט דער הוט אין דער האנט, און א שטערן פארקנייטשט פון מאיומ'דיגע קאפ-שמערצן. צו מזל איז דער וועטער געווען א גוטער, און די געשמאקע ווינטלעך האבן מיר אביסל צוריקגעברענגט דעם גלייכגעוויכט. אבער איידער כ'האב פאררויכערט א האלבן שאכטל ציגארעטלעך האב איך נישט געקענט צו זיך קומען. כ'האב אין מח באשולדיגט הרב סג"ל'ס לאנגווייליגע דרשה אין מיר אזוי צעשאקלען.

כ'האב נאכאמאל געזען די דרייסיג איינזאמע פראטעסטירער וועמען איך האב שוין באגעגנט אויפ'ן וועג אריין אין סטאדיום. יא, ער האלט נאך דעם שילד "איר האט מיר בארויבט פון בילדונג – דאס איז א פראבלעם", דער אנדערער האלט נאך זיין טאוול "שטיצט נישט קיין מנוולים". כ'האב זיי אנגעקוקט מיט רחמנות בליקן. נעבעך, אחינו ובשרינו, וועלכע זענען אזוי פארפאלן געווארן אויסצוזען ווי פאלנע גוים ר"ל. א צווייטער האט געהאלטן א טאוול מיט א ציטאט פון די גמ' אין שבת "מתוך שלא מיחה בה נקראת על שמו", און כ'האב אים געוואלט פרעגן וואס א מענטש ווי ער, וואס האט אפגעלאזט זיין גאנצע משפחה, זארגט זיך פאר חסידישע קינדער...

אנקומענדיג אהיים האט מיר מיין ווייב געפרעגט מיט התרגשות ווי אזוי עס איז געווען. כ'האב איר נישט געקענט ענטפערן. ס'איז מיר ממש געקומען טרערן אין די אויגן ווען איך האב געוואלט רעדן דערפון. איך בין אריין אין בעט און זיך געוואלגערט די גאנצע נאכט. עס האט גענומען וואכן און חדשים ביז איך האב זיך געקענט בארואיגן, ביז איך האב געקענט טראכטן וואס איך בין אריבער און עס זאל מיר נישט שלעכט ווערן. איך בין בעצם א געפילישער מענטש, אבער מיין עמאציאנעלע רעאקציע איז געווען עקסטרעם אפילו פאר מיר. איך ווייס נאך יעצט נישט אקוראט וואס עס האט מיר אזוי צעשוידערט, אבער איך מיין אז עס איז א סימפטאם פון א חלום וואס האט געקראכט, א האפענונג וואס איז אויסגערינען. מיין האפענונג אז עס וועט זיין א נארמאלער מהלך צו קאנפראנטירן די ביטערע נסיונות האט געקראכט ווי א זייפן-בלאז. דאס אז די ארגאניזירער האבן זיך בכלל נישט געזארגט אמת'דיג צו אדרעסירן די פראבלעמען, און האבן נאר פראבירט צו דערשרעקן מיט אזהרות און סטראשונגען וכו' – איך מיין אז דאס האט מיך אזוי צעשאקלט.

הערט זיך איין, איך בין נישט דער גרעסטער חכם, איך בין אבער אויך נישט דער גרעסטער נאר. איך זע דעם מצב הדור, יעדן טאג בין איך מתפלל מיט שרעק אז מיינע קינדער זאלן דורכמאכן דעם טאג ערליכערהייט. איך ציטער פאר דעם צוקונפט פון כלל ישראל. איך בין אזא סארט מענטש וואס גייט וואו מ'הייסט אים, און טוט וואס מ'הייסט אים. גדולי ישראל, ובראשם הרה"ק מסקוליען שליט"א, האבן געהייסן גיין צום כינוס, און איך בין געווען זיכער אז דא וועט זיין א געוואלדיגע סייעתא דשמיא, און עס וועלן זיין שכל'דיגע דרשות ווי אזוי צו קענען לעבן אין די היינטיגע אינטערנעט וועלט. איך בין געווען גרייט צו פאלגן אלע תקנות וואס וועלן ארויסקומען פון דעם כינוס.

איך ווייס זייער גוט אז דער ריכטיגער מהלך דארף זיין "ימין מקרבת", אויפהערן מיט שווארצע ווערטער און מאכן אידישקייט באליבט אין יעדנ'ס אויגן, און מחנך זיין דעם דור אז מ'זאל שטימען מיט די איצטיגע אומשטענדן. זיי האבן אבער אנגענומען דעם "שמאל דוחה" – פארפירן, שטורעמען, דוחה זיין יעדער וואס האלט אנדערש, סטראשען מיט דוחה זיין מלמדים, קינדער פון חדרים, שוחטים וכו' וכו'. דאס איז א ריכטיגער "אומר לך על ימין שהיא שמאל". אבער פארפאלן, מיר זענען אידישע קינדער, און מיר ווייסן וואס חז"ל זאגן "ועשית על פי הדבר אשר יגידו לך, אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאל ועל שמאל שהוא ימין."

און דערפאר, אפילו איך בין געווען אזוי צעבראכן, טראצדעם וואס דער כינוס איז געווען אזא ביטערע אנטוישונג, בין איך נאך אלץ דער איד וואס איך בין אייביג געווען. "ועשית ככל אשר יורוך" עקזיסטירט נאך, און אז דער פוסק הדור הגאון האדיר בעל שבט הלוי שליט"א זאגט א פסק, מיינט עס מיר אויך. האב איך אויף מיר מקבל געווען צו פראבירן אראפצוגיין פון דעם אינטערנעט. למעשה האב איך די גאנצע יאר גארנישט געשריבן אויפ'ן אינטערנעט אלעס ווייל איך האב מחליט געווען אז מ'דארף פאלגן וואס גדולי ישראל הייסן, און טאקע מיין לעצטע פאוסט אויף קאווע שטיבל איז געווען ביים ענדע פון דעם כינוס.

אבער פונקט ווי דער כינוס איז געווען אזא ביטערע אנטוישונג, איז די גאנצע יאר נאך געווען א גרעסערע אנטוישונג. איך קען אייך מגלה זיין אז איך ווער פאררעכנט ווי אן איש מכובד אין דער קהילה וואו איך האב א שייכות, איך האב זיך באטייליגט ביי עטליכע מיטינגען איבער דעם ענין פון אינטערנעט, ווי אויך האב איך צוגעזען דער מהלך פון די רבנים און עסקנים. איך האב געהאט א געלעגענהייט צו זען ווער עס פירט אן די אלע מערכות, ליידער קען איך עטליכע פון זיי (נישט אלע) פון דער נאנט, און איך ווייס אז אין פריוואטן לעבן זענען זיי משוקע אין די מ"ט שערי טומאה. עס איז שווער אפצושאצן וואס עס טרייבט אזא סארט מענטש צו אזא מין "עסקנות", אבער בפשטות זענען זיי עוסק אין די "מערכה" ווייל זיי קענען בהיתר רעדן וועגן שמוץ וואס "יענער" קען קוקן...

איך האב דורך דעם יאר געהאט הארצווייטאג יעדן איינציגן טאג פון יאר. איך האב געזען ווי אנגעבליכע אינטעליגענטע מענטשן פארלירן גענצליך דעם שכל ווען זיי פאנגען אן צו רעדן וועגן דעם אינטערנעט. אין א רגע ווערט עס א "טמא'נע כלי", מ'פירט א "מלחמה", ס'איז א "קענסער", וכו' וכו'. אנשטאט מ'זאל זיין א חכם הרואה את הנולד, און קוקן אויף דעם מצב אז עס קען נישט אזוי אנגיין, און טעראר וועט נאר מאכן אז עס זאלן אוועקפאלן מער מענטשן, גראבן זיי זיך אריין טיפער און טיפער אין די לאך.

דורכאויס די יאר ווען איך בין געווען אפגעשלאסן פון קאווע שטיבל, ווען איך האב נישט געשריבן דא און נישט געהאט די געלעגנהייט צו רעדן מיט די אלע טייערע אידן דא, האב איך מיך געשפירט אזוי פארלוירן, אזוי איינזאם. איך האב מיך געדרייט אין ביהמ"ד און נאר געטראפן שמועסערייען איבער די "מלחמה" און די "קענסער". אלעס האט גערעדט וועגן די "מערכה" און "שטרענגע תקנות". און מיין הארץ טריפט בלוט, א-לי א-לי למה עזבתני? וואס איז געשען מיט דעם עם חכם ונבון? ווי אזוי זעען זיי נישט וואס דא גייט געשען? ווי אזוי כאפן זיי נישט אז זיי פירן כלל ישראל אריין אין תהום?

מורי ורבותי! דער אינטערנעט איז דא, און וועט על פי דרך הטבע דא בלייבן ביז משיח וועט קומען. ניין, ניין, דער אינטערנעט גייט נישט אוועקגיין שלא עפ"י דרך הטבע. אונזער וועלט פירט זיך מיט טבע, און מיר האבן נישט די צדיקים וואס קענען טוישן די טבע. אויב איז דער פלאן פון זיך שלאגן מיט דעם אינטערנעט נאר דאס אז מ'וועט האפן אז ס'וועט קומען א ישועה שלא עפ"י דרך הטבע, דאן אוי לנו ואוי לנפשינו. דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע האט געזאגט "מ'דארף האפן אז משיח קומט היינט, אבער פלאנירן דארף מען ווי ער גייט קומען ערשט אין אסאך יארן ארום." וואו זענט איר חכמים און קלוגע רבנים?! א מהלך פון טעראר וועט אפשר ארבייטן פאר א יאר, וואס גייט איר טאן אין צוויי יאר ארום? אין צען יאר ארום? אין דרייסיג יאר ארום? אוודאי האפן מיר אז משיח גייט קומען פריער, און מיר זענען אזוי מתפלל יעדן טאג בדמעות שליש, אבער איז דאס די איינציגסטע האפענונג? ווען איך פרעג אייך "וואס איז דער 'לאנג טוירם פלאן'?" וועט אייער ענטפער זיין "ביאת המשיח"?!

איך האב זייער ליב די חסידישע לעבן. עס איז נישט דא קיין גרעסערע קדושה פון דעם. מיר זענען נבדל פון די גאנצע וועלט, און ס'איז א שטאלץ אז בשעת ביי נישט חרדישע אידן איז שוין אן אכצן יעריגער בחור אנגעפיקעוועט כל ערליי שווארץ יאר, זיך אנגעליינט מיט כל מיני טמא'נע ביכער, און געזען כל מיני מראות אסורות, איז אן ערליכער חסידישער אכצן יעריגער בחור גענצליך מופרש פון דער וועלט. ער איז מלא קדושה והתרוממות! יא, מיר זענען שטאלץ ווי "נאאיוו" א חסידיש בחור איז, און ווי ווייניג ער ווייסט פון די גאס, און ווי אנגעפילט זיין קאפ איז מיט תוה"ק און השגות און עבודת ה'. אבער יעצט איז נישט די צייט צו ראטעווען התרוממות, יעצט איז די צייט צו ראטעווען אידישקייט! קען אידישקייט אנגיין אזוי ווי ביז היינט? קענען מיר זיך ערלויבן אז יונגעלייט וואס גייען אנקומען צום אינטערנעט זאלן וויסן אזוי ווייניג וועגן די דרויסנדיגע גאס? ליידער ליידער קענען מיר זיך דאס מער נישט ערלויבן. מיר מוזן צוגרייטן אונזערע קינדער פאר די דרויסנדיגע וועלט!

אמת, דאס מיינט אז מיר וועלן מוזן אויפגעבן אויף די ערליכע תמימות'דיגקייט וואס מיר האבן אזוי ליב געהאט און וואס איז אייביג געווען אונזער שטאלץ, אבער דאס איז א ביליגע פרייז צו באצאלן אז אונזערע קינדער זאלן בלייבן שומרי תורה ומצוות, נאמנים לה' ולתורתו.

זעענדיג וואס עס גייט פאר, הוי רועי ישראל, ס'איז א פחד וואו מיר פארן און יעדן טאג פלאטערט מיר דאס הארץ מה יוולד יום. וואס גייט זיין מיט מיינע קינדער. אין די יאר וואס איך בין געווען אפגעזינדערט פון דעם אינטערנעט האבן איך מיך געטראפן איזאלירט צווישן מענטשן וואס זענען בלינד און פארשטייען נישט וואס דא גייט פאר, מענטשן וואס גייען נעבעך בלינדערהייט נאך די וואס פירן זיי אין תהום אריין ר"ל. עס איז געווען א טעות אז איך האב מיך באטייליגט ביים כינוס כלל ישראל, עס איז נישט געווען ריכטיג אז איך האב מיך פורש געווען פון דעם אינטערנעט, איך האב מיך מיאוס פאררעכנט מיט'ן אוועקגיין פון די טייערע אידן דא אין "קאווע שטיבל" וואו מ'קען יא טרעפן הערצער וואס בלוטיגן באמת אויפ'ן מצב, און טאנצן נישט נאך דעם שדים-טאנץ און גייען נישט נאך דעם גיהנום-גאנג.

איך קען נישט זיין אליין, או חברותא או מיתותא. איך דארף דיבוק חברים, איך דארף קענען רעדן מיט ערליכע אידן וואס איך זע זיך מיט זיי אויג אויף אויג. איך דארף זיך קענען מחזק זיין אז אידישקייט איז נאך נישט פארפאלן, אז עס זענען נאך פארהאן ערליכע אידן מיט שכל אין קאפ, וואס זענען נישט קיין בלינדע בת-היענות.

אין לויף פון די לעצטע יאר האב איך געשפירט ווי איך פארליר מיין קאפ, איך פארליר מיין ישוב הדעת. מיין אידישקייט איז פאר מיר אייביג געווען נאנט צום הארץ, און דאס זיין אן ערליכער איד איז אייביג געווען די וויכטיגסטע פון מיינע צילן. אבער איך קען נישט אזוי אנגיין צווישן מענטשן וואס זעען נישט וואס דא גייט פאר. איך דארף קענען אויסטוישן מיינונגען, איך דארף קענען רעדן מיט מענטשן וואס האלטן ווי מיר און וואס האלטן נישט ווי מיר. ס'דארף זיין א דעבאטע – אן אינטעליגענטע דעבאטע. דאס שארפט דעם מח, דאס העלפט דעם מענטש אנטוויקלען זיין שכל, און דאס העלפט ארבייטן אויף פארטרייבן דעם מצוות אנשים מלומדה וואס איז ליידער פארשפרייט.

עס איז דאך ידוע וואס דער רמב"ם שרייבט אז תשובה דארף זיין באותו מקום ובאותו זמן. איך האב מחליט געווען אז דאס יאר וועל איך זיך נאכאמאל באטייליגן ביים דעם כינוס; איך וועל נאכאמאל זיצן באותו מקום ובאותו זמן, ארומגענומען מיט די זעלבע מענטשן פון פאראיאר. אבער דאס מאל וועט עס זיין פאר דעם צורך פון תשובה. פאר דעם צורך פון צוריקקומען צום אינטערנעט און ווייטער קענען שמועסן צווישן חברים מקשיבים.

צוליב דעם דאטום אויף מיין בוירט סערטיפיקעיט און דער קאליר פון מיין בארד האב איך באקומען א טיקעט ביי "סעקשאן עי", און פריער בין איך אנגעקומען צו דעם פארק אויף אכצנטער עוועניו אין בארא פארק, וואו איך וועל בעזהשי"ת זיך צוריקקערן צו "קאווע שטיבל".

IMG_0912.JPG
IMG_0912.JPG (37.88 KiB) געזען געווארן 6194 מאל

מיין טיקעט

זיץ איך איצט דא אין דעם פארק אויף אכצנטן עוועניו אין בארא פארק, איך בין ארומגענומען מיט די "שיינע אידן" וואס זענען דורכאויס דעם יאר געווען אינסטרומענטאל איינצופירן טעראר תקנות, און וואס איך ווייס וואספארא משוקצים געוויסע פון זיי זענען באמת. פארנט פון מיר זיצן אויסגע׳שורה׳ט די מנהלים פון די חדרים וואס זענען ווידערמאל בעצה ובמזימה אחת צו "ראטעווען" אידישקייט פאר די קומענדיגע 15 מינוט דורך נוצן קינדער ווי וואפן קעגן זייערע עלטערן. די דרשות באמבאדירן אויף די מייקס, און דא ענדיג איך צו די לעצטע ווערטער פון דעם פאוסט, און איך שטעל עס ארויף ווי מיין ערשטער פאוסט אין "קאווע שטיבל" נאך א יאר צייט.

תהא זה כפרתי.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך האב נישט גענוג א גרויסע "ברוכים הבאים" סיין דיר צו מקבל פנים זיין.
מיר האבן שטארק געבענקט נאך דיר, און מיר קוקן ארויס ווייטער אויף אזעלכע וואוילע ערנסטע מענטשן מיט א שכל הישר, מפריש צו זיין בין טוב לרע. און נאך אזא גוטן שרייבער אויך, צו אלע מעלות.
וירח ה' את ריח הניחוח
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 494 מאל

שליחה דורך בדחן »

יהא בואך לברכה,

פארוואס האסטע א גאנץ יאר נישט געשריבען?? וועגן די קבלה וואס דו האסט געמאכט נישט צו שרייבען?? אויב יא הייב איך אויף דאס היטל פאר דיר..!!!!!
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

שליחה דורך הוגה »

ברוך שובך און שלום עליכם.

האסט געשריבן א הערליכע ארטיקל, אזוי שיין צינומען די נושא, און אזוי הערליך ארפגעליעגט אז עס זאל זיך גרינג ליינען. איך שטוין פון די פאקט אז דו זאלסט מאכן אזא פיינע דזשאב זוצנדיג אין פארק דארפנדיג טייפן אונטערן טיש. Wow!!! ;)

אין א געלעגנהייט וואלטן מיר געוואלט הערן מער איבער די פראסעס פון אייער טראנספארמאציע.

פאר יעצט בין איך נייגעריג צו פארשטיין וואס אנדערע האבן שוין געפרעגט, עד השתא אמאי לא אתי מר. דו שרייבסט אז אפילו נאכן אנערקענען דיין אנטוישונג האסטו דיר ווייטער מונע געווען פון אינטערנעט אלץ ועשית ככל וגו' נאכן פסק פון רב וואזנער. און יעצט? איך פרעג פאר נייגעריקייט.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 10:45 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 247 מאל

שליחה דורך חיים נחום הלוי פריעד »

א דאנק פאר די ווארימע אויפנאמע.

כמובן, האב איך דער עיקר פון דעם ארטיקל געשריבן פאראויס, און נאר צוגעענדיגט די לעצטע צוויי פאראגראפן ביים כינוס.
א יאר איז א זמן מסוים וואס איז גענוג צייט זיך מתבונן צו זיין אויף דעם מצב. איך האב מקבל געווען אויף מיר די הוראה נישט צו נוצן דעם אינטערנעט, און איך האב געוואלט ווייטער אנהאלטן די קבלה פאר א גאנצע יאר, און נישט עס ברעכן צוליב א ספאנטאנע רייץ פאר'ן אינטערנעט. היינט ווען איך קום צוריק צו "קאווע שטיבל" איז עס במחשבה תחילה - אויסגערעכנט פון פריער און פלאנירט. איך האלט אז דאס איז די ריכטיגע זאך, איך האלט אז דער באשעפער וויל אז איך זאל דאס טאן, און דעריבער בין איך דא צוריק.
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5131 מאל

שליחה דורך ראשעקאל »

וועלכאם בעק!!!!
אוי האט מען זיך געבענקט!
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
עסן עסט'זיך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

שליחה דורך עסן עסט'זיך »

וואו חיים נחום! פעסט!
יא, איך בין אויך געווען ביי די כיניס אבער סעזעהט אויס אסאך פאליטיק און עס זעט נישט אויס עכט ערליך איך ווייס נישט פארוואס אבער אזו שמעקט עס
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך דעינעש »

בארואיגט אייך,
[פאר א נשוא פנים ווי אייך ברויך מען רעדן בלשון מכובד. אייך],

אחדשה"ט,
..מעגליך עס איז ווי איר שרייבט, א נעגאטיווע [כלשונכם,] מערכה קעגן די אינטערנעט, למחצה לשליש ולרביע, ביי ווי איינער, לא יצוייר. בארעכטיגט עס דען אפי' בצורה קטנה, אייער נעגאטיווע אפהאנדלונג צום מעמד הכינוס המרומם בכלל. און גלייכצייטיג אייער אזויגערופענע תשובה-צוריקקער צום אינטערנעט, וואס מאכט אייער תגובה אזוי רחמנות'דיג בעוולה'ט, ווי אנטריסענד (גוט געספעלט?) אויסקוקן.
איר האט זיך געשפירט מעגליך איזאלירט אין אייער ארום ביז איצט, און בעוול'ט פון עפעס איטליכע מערכה פירער אין אייער, אדער ביי אייער פני הקהילה מיטארבייטער, קומט מן הנימוס, נישט צו געבן אזא מין קאפפע מן הצד, פאר די גאנצע און איצט בלויזע מערכה און אירע פירער, קעגן די דאזיגע געגנערישע אינטערנעט באוועגונג, וואס ביי אייך, ווי איבערצייגט, אויב אזוי וואר, איז געווען דער בלויזע שליסל, אדער שלאס, אייך צו האלטן הרחק מן הכיעור, ובירא דשתית מיני' מיא..

נאר וואס, איר זיכט עפעס מער אייך צו זעטיגן אייער טאלאנט, און מבוקש, נישט זיכער אויב איר וועט עס דא, אדער ווי טרעפן, און אויף וועלעכן אופן, איר פרובירט מיט וואס עס איז בכחכם, פיין. אבער מיט אייער נעגאטיווטעט, צו אייער באטיטלענדע נעגאוויטיווע מערכה, איז נישט דער בלויזער פאזעטיווע אופן, אויף ווי אזוי אפצושלאגן אונזער\אייער, איצט בלויז איינצעלנער, אקטיווע מערכה.

און יא, איר זענט מכובד, אזוי ווי ביז היינט, צו ווייזן אייער סאלאדיריטעט, לקדש שם שמים באיזה אופן וצורה שיכול להיות. ואדרבה, קומט ארויף אויפן שטענדער, מיר ווילן איר זאלט ווייזן אייער ענדגילטיגע, דויערהאפטיגע און זיכערע מעטאדן אויסצושרייען דעם מי לה' אלי.

הכונו, הכונו..

(ובמחילת כבודכם, גארנישט פערסאנאל, וכבודכם הרמה במקומו מונח).

ותהא זה התגובה כפרתי, אויף מיין צוריקקער.. (פאסט עס?!..)
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8115 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

א שאד אז דו האסט נישט גענוצט מיין קארטל, דו וואלט'סט ווען געקענט ווייזן פאר די ענווים אוכלי ענבים ווי א איד דארף זיין מקושר צום שטיבל.
בייגעלייגטע פיילס
נ.jpg
נ.jpg (58.95 KiB) געזען געווארן 5250 מאל
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1780 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1445 מאל

שליחה דורך אביגדור »

כאבן שאין לו הופכין.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1822 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

סאיז לעצטענס געווען באריכטעט איבער איינער וואס האט פארלאזט די אינטערנעט פאר א יאר. סאיז געוען א גאנצע נייעס. דא האבן מיר אונזער אייגענעם.
כקען נישט גלייבען אז חיים נחום האט ממש נישט געניצט די אינטערנעט א גאנץ יאר.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1423 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

דער ניק האט נישט געקענט פארלאזען? פארוואס נישט?

געדענקט, דא שרייבען ניקס, נישט מענטשען.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך דעינעש »

ס'ארא נפק"מ וואסערע שפראך, און נישט פארדרייען ס'אשכול.
פון אייער תגובה זעהט אויס אז איר האטעס גאנץ גוט פארשטאנען.

ואגב; גוגל קען טון די ארבעט פאר אייך, מעגליך צו אייער פולסטע צופרידנהייט , עס צוברענגען צו וועלעכע שפראך איר וועט אפשר בעסער פארשטיין.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 494 מאל

שליחה דורך בדחן »

מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 249 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

[justify]יישר כח חיים נחום פאר די אינהאלסטרייכע ווערטער.
אין אסאך פאראגראפן האב איך מיר געפינען אין דעם זעלבען מצב ווי דיר, א שאד אז דיינע ווערטער זענען נישט געזאגט געווארן ביים כינוס, דורך איינע פון די בעלי דרשנים, עס ווינדערט מיר שוין זייער לאנג ווי אזוי די חכמי הרבנים למיניהם, קענען נישט בטעות טראכטן אמאל גראד די זעלבע פשוטע מחשבות וואס פאלט אונז אלע איין, עפעס א מין פארדרייטע מהלך המחשבה וואס די פאר רבנים/עסקנים וואס פירן אן די מערכה פארמאגן, אתמהה ? עס מוז זיין אז די גמרא איז גערעכט, בטילה מביא לידי שיעמום.

למשל, אויס הערנדיג די תכלית האסיפה, וואס איז פארגעקומען אפאר וואכן צוריק, אין בארא פארק, איז מיר ממש קאלט געווארן אין די ביינער, די רבנים וואס האבן אונז יארן געהאלטן און איין זאגן אז מיר האבן נישט קיין השגה וואספארא חורבנות אינטערנעט מאכט אן, שלום בית קעיסעס, חינוך, וכו', ווייל צו זיי האלט מען אין איין קומען, מיט די אלע פראבלעמען, איך האב זיי אלעמאל געגלייבט אז זיי ווייסן באמת וואס זיי רעדן, אבער לאחר האסיפה החעלמאית הנ"ל, בין איך אויפגעציטערט געווארן, דלא ידעי רבנן בין ימינא לשמלא, זיי גלייבן באמת אז אינטערנעט איז גאר עפעס אנדערש ווי אין טעכנישער מציאות, ממש אזוי ווייט צו זיין פון די מציאות, ווי געוויסע פון זיי פון א בלאט גמרא.

אינטערנעט איז נישט דער פראבלעם יו טוב קליפס, mp3 פלעיערס מיט ראדיא, אדער חלילה וחס טעקסט מעסעדזשעס, בשכמל"ו, דער פראבלעם איז אז דער יונגערמאן טרעפט זאכן אויף אינטערנעט, וואס איר רבנים דארפט זיי ווען צושטעלן, צו גוטע שיעורים אין יהדות, פראקטישע עצות סיי אינעם גמשיות'דיגען לעבן און סיי אין דעם רוחניותדיגען לעבן, מאכט א באטעמטע קהלה א באטעמטע ביהמ"ד, וועט דאס ריפלעיסן, די אלע גרופס, פעיסבוק, טוויטער וכל לשון דלחישותא, און אפי' קאווע שטיבל המפוארה, ווי חיים נחום אליינס האט ערווענט, האט ער דעם ריעל לייוו וואס ער טערפט דא אין שטיבל נישט געטראפן אין ערגעץ, די קענסט דא טראכטן און זאגן וואס איז באמת דיינע מחשבות, אוון וואס יעדער נארמאלער מענטש טראכט בתוך לבו, {חוץ טאמער פייגערט איינער פאר לייקס דאן מו ער שרייבן וואס געפעלט די לייקס געבערס}.

נעם למשל אזא ווינקל ווי מאחורי, וויפיל פון די קשיות, וואס וועןר דארטן דורכגעארבעט, על פי התורה והיהדות, וואס ווען די פרעגסט ווען איינעם אין ביהמ"ד, די ענינים וועט ער דיר ענטפערן א תי' ער זאל אויסזעהן ווי מער ארטאדאקסיש, און אין די צייט וואס באמת, מוטשעט ער זיך מיט די זעלבע זאך, און אדער טוט ער מה שלבו חפץ, אדער ביטערט ער זיך מיט זיין אידישקייט, און זאגט שטילערהייט בשכמל"ו נאך די ברכה פון שלא עשני גוי.

וויפיל גוטע דרשות ספרים שיעורים, קען מען הערן/זעהן נאר דורך אינטערנעט, ווייל במחנינו איז עס מוקצה מחמת צמצום, רשעות ושיטות כרסיות.

עס איז דא נאך אסאך וואס צו שרייבן ואין העת בידי, אבער דאס איז זיכער אז די איינציגסטע וועג, צו באהאנדלען דעם אינטערנעט, איז נאר אויף דעם אופן, פון כל מה שאסרה תורה, יש בצד ההיתר דבר כנגדה, און די הנאות וואס דער אינטערנעט שטעלט צו פאר דעם נארמאלן איד, נישט קיין פורק עול, דארף מען צושטעלן באופן היתר, ולה' הישועה.[/justify]
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1707 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2308 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

לכאורה איז דער חיים נחום טאקע נישטא געווען.
איך געדענק נישט אז איינער אין קאווע שטיבל זאל האבן אזא כמעט פערפעקטן גראמאטיק, חוץ אפשר יאיר. איך גלייב שווער אז ס'איז אים, נישט אין דעם גלגול!
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6778 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

הרב פריעד, בריך מתייך לשלום, ס'איז גוט אייך צוריקצוזען דא אין שטיבל, ס'איז אויפפרישענד צו זען איינער פון די לינקע אריבערקומען צום רעכטע לאגער, פונעם שמאל דוחה צום ימין מקרבת, אנערקענענדיג אז די אינטערנעט איז א פאקט, און מ'ברויך געבן די קינדער די כלים זיי זאלן זיך קענען ספראווען דערמיט.

האסט מיר גראדע דערמאנט וואס איך האב געשריבן פאריאר.
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 10:45 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 247 מאל

שליחה דורך חיים נחום הלוי פריעד »

לרבים השואלים, איך האב יא גענוצט אינטערנעט דורך דעם יאר, אבער נאר פאר ביזנעס צוועקן, נאכפאלגנדיג דעם פסק פון מרן בעל שבט הלוי שליט"א. אביסל נאכדעם וואס איך האב אויפגעהערט שרייבן אויף קאווע שטיבל האב איך עטליכע מאל באקומען אן אימעיל אז איך האב באקומען אן אישית דא אין שטיבל, און איך בין אהערגעקומען ליינען דעם בריוול וואס מ'האט מיר געשריבן, און געענטפערט.

אויס מענטש: איך בין מסכים מיט אלעם וואס דו האסט געשריבן. נאר פאר מיר איז עס נישט נאר די נקודה אז מ'העלפט זיך דא איינער דעם צווייטן (איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אין "מאחורי"), נאר דער עצם דיבוק חברים, אז מ'קען רעדן וואס ליגט אויפ'ן הארץ און מח, און מ'דארף נישט שפילן די נארישע פאליטיקס וואס דאמינירן דעם לעבן.

לאמיך אייך זאגן נאך מער, איינער פון די רבנים וואס איז געזעסן אויבנאן נעכטן אין דעם פארק אויף אכצנטער עוועניו, האלט פונקט ווי מיר בנוגע דעם אינטערנעט, און, בלי גוזמא כלל וכלל... איך קען זיין ניק דא אין קאווע שטיבל!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חיים נחום הלוי פריעד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פרענטש וואנילע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:51 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

שליחה דורך פרענטש וואנילע »

וועלקאם בעק, הרב חיים נחום

ווי איך נעם ארויס דיין לאנגע תגובה אין א ניס שאלעכץ, אין איין ווארט, איר ווילט ארויסשיסען אייער גילטי קאנטשענס פאר'ן זיך נישט קענען אפרייסען פונעם אינטערנעט טראץ וואס ביי די כינוס ביסטו נתעורר געווארען און האסט זיך עס פארגענומען מיט א שטארקקייט זיך אפצורייסען פון די קליפת האינטערנעט והגעוועבעכץ..

הבנתי, ודו"ק, וק"ל. ודי בזה.
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 10:45 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 247 מאל

שליחה דורך חיים נחום הלוי פריעד »

פרענטש: אז דו ווילסט דינען ווי מיין אומזיסטער פסיכאלאג, יהא שכרך כפול מן השמים. אבער איך האב שוין געזאגט אז איך האב אויסגעווארט די גאנצע יאר ווייל איך האב נישט געוואלט מאכן קיין ספאנטאנער באשלוס, נאר צוריקקומען מיט די פולסטע החלטה אז דאס איז די ריכטיגע זאך. און יא, איך האב געגעבן א שאנס פאר די כינוס-רבנים, און איך האב אויסגעפאלגט זייער פסק, אבער דער יאר האט מיר נאך מער איבערצייגט ווי אומגערעכט זיי זענען, און ווי ווייט זיי זענען פון דעם מציאות.
פרענטש וואנילע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:51 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

שליחה דורך פרענטש וואנילע »

ס'נישט געפערליך צו זיין יא דא און נישט דא, איך בין חדשים לאנג נישט אריינגעטרעטען דא, איך האף עס צו טוהן נאכאמאל, אבער יא, איך האב א גילטי קאנטשענס ווען איך פארבראך טייערע צייט אויף די געוועב, טראץ וואס כ'האב א גוטען פילטער, איך פארשטיי דיך זייער גוט..
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1011 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 746 מאל

שליחה דורך לעמיל »

חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:לאמיך אייך זאגן נאך מער, איינער פון די רבנים וואס איז געזעסן אויבנאן נעכטן אין דעם פארק אויף אכצנטער עוועניו, האלט פונקט ווי מיר בנוגע דעם אינטערנעט, און, בלי גוזמא כלל וכלל... איך קען זיין ניק דא אין קאווע שטיבל!!

חיים נחום דו מיינסט דעיס ערנסט?
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 10:45 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 247 מאל

שליחה דורך חיים נחום הלוי פריעד »

יא.
רעאגיר