דער חלק האמת פון די כינוסים אנטקעגן אינטערנעט

באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

דער חלק האמת פון די כינוסים אנטקעגן אינטערנעט

שליחה דורך שמעקעדיג »

מיר זענען ביזי האקן און בראקן אויף די הדר קבלוה מאונס קאמפיינס איינמאל און נאכאמאל, מ'שטיינס געזאגט, די רבנים גייען מיטן קאפ אין וואנט און שלאגן זיך מיט א מציאות א.א.וו.

עס איז אבער פאראן א פונקט וועלכע האט אין זיך א שטארקע נקודת האמת, און מוז ארויסגעזאגט ווערן, כאטש עס וועט נישט זיין אזוי געשמאק פאר פאר אלעמען פון אונז עס צו הערן.

עס איז שוין אדורך עטליכע טעג פון די כינוסים, איך האב שוין גערעדט מיט עטליכע משתתפים פון בארא פארק און פון מאנסי. פון מאנסי בינעך געווען שטארק פאראינטרעסירט צו הערן אויב מען האט טאקע אנגעהעצט די קינדער אנטקעגן די עלטערן, און צו ר' חיים יושע האט טאקע אדורכגעפירט דעם שענדליכן פלאן. למעשה הער איך אז לא מיניה ולא מקצתיה. קען זיין ער האט עס נישט געמיינט ערנסט, קען זיין ער האט באקומען היץ דערוועגן, כ'ווייס נישט. אלענפאלס, א דרשה האט ער געהאט א גוטע, און אויך - צום וואונדער - הער איך אז פאר א טשעינדזש זענען די דרשות געווען מער פאזיטיוו געשטימט, טאקע יא גערעדט פון פילטערס, און נישט בלויז געשריגן ג-י-ו-ו-א-ל-ד כקול קורא במדבר, וואס דאס אליינס איז באגריסענס-ווערד. הרב וואקסמאן האט אויך ארומגעשמועסט די חשיבות פון א אידיש קינד.

אבער איין נקודה וועלכע ער האט גערעדט, הרב האלבערשטאם, און אין "דער איד" ברענגט ער דאס אויך ארויס שטענדיג ווען מען שרייבט אנטקעגן דעם מכת הדור, איז די חלק ה'עדיקשאן' שבו. מענטשן ווערן צוגעקלעבט צו די כלים - אפילו געפילטערטע - ווי א טישו צום שיך, און ווי א... (יואב, פארענדיג דאס איבריגע..) און מען קען זיך נישט שיידן דערפון, עס נעמט ארום דעם מענטש ווי א דראג. עס לאזט נישט נארמאל לערנען און דאווענען.

כמעט אלע פון אונז, בפרט די שטענדיגע שרייבער, וועלן מודה זיין דערין. איך זעלבסט בין שטארק געשלאגן מיט דעם, בפרט מיט אונזער שטיבל. עס איז מיין ליבלינג, איך לייג אריין שעות דערין, כאטש איך דארף ענדערש ארבעטן יענע צייטן און פארדינען מער, אבער כסדר גיי איך אריין נאר "טשעקן וואס איז נייעס" אינעם שטיבל, און איינמאל אינווייניג, דארף מען שוין ענטפערן און עס געדויערט א שיינע וויילע זיך ארויסצוזעהן אינדרויסן און צוריקגיין צום סדר היום. און חוץ מזה, שלאף איך איין מיט דעם, ביים דאווענען שמייכל איך פון א גוטן וויץ פון א ניק, ביים לערנען אייסער איך מיך אויף א געדאנק וואס איינער האט געשריבן, און ווען אימער איך שפאציר אויפן גאס זעה איך נאר די ווייסע/בלויע/און פוירפל בלעטער (פורפל איז מאחורי, פאר ווער עס איז נישט איינגעשריבן), און פרוביר צו טראכטן ווער זענען די ניקס, וואס נאך קען מען אויסשמועסן.... בקיצור, עס מאכט א תל פון מיין לעבן.

נישט יעדער איז אזוי שטארק צוגעקלעבט ווי מיר. נישט יעדער איז צום שטיבל. אנדערע גלייכן זיין אפדעיטעד מיט נייעס, אנדערע מיט סטאקס און וועטער, אסאך שפילן געימס, ליינען היסטאריע, און אסאך אפילו בלויז כשר'ע אייוועלט. הצד השווה שבהן איז זיצן צוגעקלעבט צום קאמפיוטער, טאבלעט, אדער טעלעפאן פאר שעות ארוכות, ביז אין די שפעטע נאכט שעות, און מען קען זיך שווער שיידן, און מאנכע געבן אפילו א קוש פארן טעלעפאן בשעת'ן אויסלעשן, און זאגן מיט ליבשאפט, צום ווידערזעהן מארגן! (כ'האף אז כ'טרייב איבער), און צופרי, נאך איידער מען גיסט אפ נעגל וואסער, טשעקט מען שוין די נאטיפיקאציעס אויפן טעלעפאן (נאך א וואונדער אז דאס איז א טמא'נע כלי? אודאי אזוי אויב מען רירט עס אן בעפאר נעגל וואסער...)

זאגט מיר איינער א עפיזאד וואס ר' חיים יושע האט פארציילט ביי זיין דרשה, ווי פאלגענד: ער האט איינעם פון זיינע מענטשן, א שיינע באלעבאס פון א גרויסע ביזנעס, וועלכער האט א פשוט'ן טעלעפאן. בתוך אחד השיחים, פרעגט אים ר' חיים יושע די סיבה דערצו, הלמאי אזא מענטש ווי ער מיט פארצווייגטע געשעפטן וועלכער דארף כסדר באקומען אימעילס און אנדערע אינפארמאציע, זאל נישט האבן עפעס בעסערס? ס'איז דאך שוין פאראן היינט מיט פילטערס? ער פרעגט פשוט אלס נייגעריגקייט.

דער ענטפער פונעם איד האט אים צעשטורעמט: שטעלט אייך פאר ווען איך זעה א מסוכנ'דיגע מעסער וואס הרג'עט מענטשן. דער מעסער זאל זיין ביי מיר אין קאך? קען זיין כ'קען טרעפן א היתר, א פילטער, אבער כ'עקל זיך דערפון! כ'ציטער דערפון! איך טוה אביסל אין שלום בית - זאגט דער איד ווייטער - און איך זעה וויפיל פראבלעמען און עגמת נפש דאס איז גורם, וויפיל שטובער ווערן צושטערט דערפון, זאל איך גיין מיר איינהאנדלען אזא כלי? אפילו מיט אלע היתרים און פילטערס, דארף איך דאס? קען איך עס אפילו אנקוקן?? טפוי!

ער האט אויך פארציילט אז א קינד האט אים געזאגט, אז זינט זיין טאטע האט געקויפט א נייעם טעלעפאן, האט ער פארלוירן זיין טאטן! און ער האפט, דאס קינד, אז נאך דעם כינוס התעוררות וועט ער צוריק באקומען א טאטע!

רוב שלום בית פראבלעמען קומט נישט היינט פון שמוץ. ס'רוב דערפון איז אז דער מאן (און צומאל דאס ווייבל) ווערט פארליבט אינעם כלי אנשטאט אין די בני בית. עס נעמט אוועק דעם קאפ פון אלע וויכטיגע ענינים ברוחניות ובגשמיות, קוים וואס שבת ויו"ט קען מען זיך שיידן דערפון, און מוצ"ש גלייך נאך מעריב לויפט מען כאפן דעם כלי גענוי ווי דער ציגארעטל עדיקט וואס האלט שוין נישט אויס... עפעס א מין ליבשאפט צו דעם קאליר סקרין... און בשעת מעשה פארנאכלעסיגט מען די וויכטיגע פאסט, צאמלייגן די טלית, פארהערן די קינדער, העלפן וואשן דישעס, זאגן ויתן לך, און זיך באדאנקען פאר די ב"ב פאר די געשמאקע שבת... ענדערש גייט מען זיך "אויסגעבן די טשולענט", מען זעצט זיך אריין אין ביהכ"ס פאר א שעה, און מען וואנדערט ארום... און נאכדעם איז מען ממשיך אין בעט ביז די אויגן קלעבט זיך צו....

רבותי, מיר מוזן זיך אויפוועקן פון שלאף. דער חלק איז א אמת'ער פראבלעם, און מען קען עס נישט אוועקמאכן מיט ליצנות און מיטן האקן אויפן סיסטעם. ווי אסאך פון ענק ווייסן שוין, איך האב ליב צו זעהן דעם אמת אפילו עס איז ארומגעוויקעלט מיט אסאך שקרים. איך קען עס נישט פארלייקענען.

עס איז געקומען דער צייט צו טון עפעס דערצו. נאך א יאר האבן מיין סמארטפאון און מאכנדיג א שטיקעלע חשבון הנפש, זעה איך אז דאס האט מיר געברענגט מער עגמת נפש ווי הנאה. יעדע מאל איך ווארט אין די קאר פאר 3 מינוט, קוק איך דעם טעלעפאן, שטיי איך אין די רייע אין גראסערי געשעפט, ווידעראמאל. עס פעלט מיר נישט אויס! אני הקטן האט לכבוד דעם כינוס אפגעהאקט דעם אינטערנעט פון מיין טעלעפאן. איך דארף נישט האבן עקסעס 24/6 צו אלע שטותים (און אלס א באנוס, האב איך מער נישט קיין פראבלעם מיט מיין קראום בראוזער אויפן ענדרויד...). כ'האב גענוג א קאמפיוטער אין ארבעט (אן קיין YOUTUBE צוטריט, דאס האב איך נאר ערגעץ אנדערש וואו עס איז מיר נישט גרינג אנצוקומען), אבער דאס איז ווייט נישט גענוג. מיר מוזן עפעס אויסארבעטן נישט צו פאלן פאר אונזערע תאוות, נאר מיר זאלן זיין ווי צדיקים וועלכע האבן לבם ברשותם.

האמת ניתן להיאמר. דער נקודה מוז געזאגט ווערן, און דערהערט ווערן, און לאמיר האפן אז ס'וועט עפעס אויפטון.
חבר היקר! חמול עלינו ועל עוללינו וטפינו! עשה למעניהם אם לא למענינו!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

שליחה דורך הוגה »

עס איז אן אמת'ע נקודה וואס דו זאגסט (טראץ דעם וואס עס קומט מיר שווער אן צו גלייבן די צוויי מעשיות פון רבי חיים יהושע האלבערשטאם שליט"א).

איך בין סתם נייגעריג פארוואס דו פילסט אז "מיר" מוזן זיך אויפוועקן פון שלאף? איז דאס נוגע פאר דיין פערזענליכע אויפוואכונג אז אנדערע זאלן זיך אויך אויפוועקן?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מיטן כח הרבים קען מען מער אויפטון, און צרת רבים חצי נחמה...

כ'ווייס אז אלע פראבלעמען קומען אן צו די אויערן פון די רבנים הגאונים שליט"א, אבער צו מיינע אויערן קומען אויך אן אביסל... דא אין שטיבל אליין האבן שוין עטליכע ניקס - א טייל ברבים און א טייל אין אישי - זיך אויסגערעדט איבער דעם ענין. ס'איז נישט קיין סוד. ס'איז א צרת רבים. און בכלל שטייטעך שוין כל המתפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר...
וירח ה' את ריח הניחוח
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 6085 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1736 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

שמעקעדיג, עס איז מעגליך אז משומר פילטער האט עפעס צו טאן מיט דיין באשלוס אפצוהאקן די אינטערנעט פון דיין טעלעפאן?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 245 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

כמה גדול כוחה של האינטערנעט, אז אפי' אויף מטכס עצה צו זיין וויאזוי איר מבטל זיין, ניצט מען איר אויך. :)

איך מיין אז די כינוס narrative פון איסורים וחרמות האט אביסל אריינגערעדט אין דיין נקודה, שלא בצדק. האק נישט אפ דיין פאון פין אינטערנעט. פונקט פארקערט, מען דארף דורכרעדען וואס איז די ריכטיגע זאך צו טון ווען מען ווארט אויף די ליין אין גראסערי, אדער אין קאר, און דאס דורכרעדן זאל טאקע זיין אויף דעם אופן היותר מועיל, אויפן געוועב. ווען מען זיצט א האלבע שעה אויף הכנות זאל מען קענען איבערליינען די שיינע שמעקעדיגע נקודות מריח שמניך הטובים, און ווען מען זיצט ביים קאמפיוטער זאל מען קענען מגיב זיין. מען זאל זיך מפתה זיין, נישט מאנס זיין.

די אינטערנעט עדדיקשען וואס דו רעדסט קומט בד"כ ווייל די אנדערע חלקים פון לעבן האבן נישט דעם געשמאק ווי זיך דרייען אין שטיבל. דארף מען אויב אזוי דאס טוישען, נישט אפהאקען פון די גרעסטע tool און בעסטע מתנה וואס דער אייבערשטער האט געגעבן. ניצען דעם tool אויף צו מאכן דאס לעבן זיס. האק נישט אפ פון ניצע א קאר ווייל מען קען מאכן עקסידענטס. לערן דיך אויס די ריכטיגע וועג וויאזוי צו דרייוון.
איהנ"מ אויב דערזעהט מען זיך נישט ארויס בשום אופן פון דעם עדדיקשען דעמאלט איז אן אנדערע מעשה. אבער מתחלה פארוואס נישט פרובירן מיט גוטן?
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3690 מאל

שליחה דורך יאנקל »

שמעקעדיג, דו זאגסט זייער גוט, אבער דאס האט נישט מיט אן אנגעבליכן "אמת" פון די כינוסים. די כינוסים ווערן מאטיווירט פון א דראנג צו באגרעניצן צוטריט צו אינפארמאציע. עס איז אקוראט די זעלבע מאטיוואציע וואס טרייבט אזעלכע מדינות ווי איראן און צפון קארעא צו באגרעניצן אינטערנעט-צוטריט. נישט איראן, נישט קארעא און נישט איחוד הקהילות גייט אן דיין שלום בית אדער פראדוקטיווקייט. זיי גייט נאר אן איין זאך: די המשכה פון איגנאראנץ צו ערמעגליכן דעם ווייטערדיגן עקזיסטענץ פון זייערע טאטאליטאריסטישע רעזשימען - און אין דעם איז נישט פאראן אפילו א פינטעלע אמת.
דיינע ווערטער איבער זיך קאנטראלירן און אינטערנעט צוגעבונדנקייט זענען זייער אמת, אבער האט נישט קיין שייכות מיט די כינוסים.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

שליחה דורך ידען »

איך מיין אז סע אמאל געווען א internet addiction אשכול דא
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1822 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

סדא אן עדיקשען צי לעדרענע בענקליך, טוטלען, כל העולם כולו, פארענטשעס, חסידים וכו'
סהאט שוין חרוב געמאכט אסאך שטיבער שלו בית און מענטשענס לעבענס.
אויב זארגן זיי פאר עדיקשאן איז דאס אן עלטערע עדיקשאן ווי אינטערנעט.
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

ווי האט יענער געזאגט אז צאמלייגען די טלית איז א סגולה פאר שלום בית, ווייל בשעת'ן צאמלייגן קען מען נישט זיין אויפען בלעקבערי.....
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יאנקל האט געשריבן:שמעקעדיג, דו זאגסט זייער גוט, אבער דאס האט נישט מיט אן אנגעבליכן "אמת" פון די כינוסים. די כינוסים ווערן מאטיווירט פון א דראנג צו באגרעניצן צוטריט צו אינפארמאציע. עס איז אקוראט די זעלבע מאטיוואציע וואס טרייבט אזעלכע מדינות ווי איראן און צפון קארעא צו באגרעניצן אינטערנעט-צוטריט. נישט איראן, נישט קארעא און נישט איחוד הקהילות גייט אן דיין שלום בית אדער פראדוקטיווקייט. זיי גייט נאר אן איין זאך: די המשכה פון איגנאראנץ צו ערמעגליכן דעם ווייטערדיגן עקזיסטענץ פון זייערע טאטאליטאריסטישע רעזשימען - און אין דעם איז נישט פאראן אפילו א פינטעלע אמת.
דיינע ווערטער איבער זיך קאנטראלירן און אינטערנעט צוגעבונדנקייט זענען זייער אמת, אבער האט נישט קיין שייכות מיט די כינוסים.

דאס האב איך דאך געשריבן. אז איך טרעף דעם אמת וועלכע איז באהאלטן צווישן די בארג פראפעגאנדע..

(שינאווער רב זי"ע וועלכער איז ידוע פאר זיין אויסגעשפראכענע שנאה צו א טראפעלע שקר, פלעגט זאגן, אז אפילו 99% אמת, אויב איז נאר דא 1 פראצענט שקר, פארנעמט ער עס נישט, מפני שנאת השקר. אן אנדערער צדיק (א ברודער זיינער? אדער דער קאלאשיצער אפשר? כ'געדענק נישט אויפן מאמענט) האט געזאגט פארקערט, אפילו 99% שקר, אויב איז דא אפילו בלויז 1 פראצענט א נקודת האמת, וועל איך צוכאפן דערצו מחמת אהבת האמת. זעהט אויס כ'בין מער ענליך צום צווייטן צדיק.)
וירח ה' את ריח הניחוח
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 6085 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1736 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

די הגדרה האט רבי ברוך'ל גארליצער געזאגט די חילוק צווישן אים און דער שינאווער רב. דער שינאווער רב וועט פאר איין פינטעלע אמת אינעם בארג שקר זיך צוכאפן דערצו, בעת דער גארליצער רב (וועלכער איז כידוע געווען גאר א שארפער) וואלט ממאס געווען א גאנצן בארג אמת צוליב א פינטעע שקר.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יישר כח פארן אויסקלארן, דעת תורה.
(הגם מיר ליגט אין קאפ אז די מעשה איז פארקערט)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

https://www.cnbc.com/2018/02/04/early-f ... built.html

כמעט 5 יאר שפעטער -
# אפילו די גוים זענען שוין מודה....
וירח ה' את ריח הניחוח
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 575 מאל

Re: דער חלק האמת פון די כינוסים אנטקעגן אינטערנעט

שליחה דורך טרויבן88 »

ווי איך האב שוין מעורר געווען דא

http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=384467#p384467
לעב אין לאז לעבן.
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 396 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 301 מאל

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

שמעקעדיג האט געשריבן:כמעט 5 יאר שפעטער -
# אפילו די גוים זענען שוין מודה....

רעדט פון די יוגנט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הוגה האט ארויף געברענגט גאר א וויכטיגער פאוינט. יעדער איז געשלאגען מיט זיין אדיקשען. ווען שמעקעדיג וועט עס באזיגען, וועט עס נישט העלפען פאר לפ"ב. עס איז נישט קיין צרת רבים, און די אסיפות פראבירען דאס ארויס צו נעמען פון דער תחום היחיד און דאס מאכען פאר א צרת רבים.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אן עצה קעגען אינטערנעט אדיקשען, האב איך געזען באשריבען ערגעץ אן עפפ מיט'ן נאמען habitLab. ווער ס'ווייסט עפעס, ביטע אונז אויסלערנען.
רעאגיר