דורך יעלה ויבא » זונטאג אוגוסט 09, 2015 6:28 pm
C/P
איך וואלט אנשטאט דעם געשריבען גיטין
וועגען די עלטערן ווערן ציריסען פין צאלען אזא הויכען שכר לימוד,
גיטין וועגען די הויכע רענט פרייזען.
גיטן וועגען מען געט נישט קיין חינוך אין שולע,
גיטין אז מען דארף נישט לעבען אזא אונגערישען פלאנצעריי לעבען מיט די לעצטע סטיילס.
גיטן ווייל מען זיצט אינדערהיים מיט אלטע בחורים אין כלה מוידס אין עס איז נישטא ווער עס זאל טאן פאר זיי,
גיטן ווייל מען געט זיי נישט קיין חינוך אז מען מיז נישט האבען קיין קינד יעדעס יאר מיט אזעלכע שוואכע נערווען אין אזעלכע קליינע דירות אין מען געט שווער א היתר,
גיטין ווייל מען זארגט זיך נישט פאר זייערע פרנסות,
אין ווען איך וועל זען אנשטאט דעם גרויסען משומר טעוועלע וואס עס קאסט אפ 15 אלפים רענט א חודש, א שילד שידוכים אפיס פרנסה, אפיס, דירות אפיס, הילף פאר שכר לימוד אפיס, אט...... דענסמאל וועל איך וויסען אז די רעבנים מיינען עס ערענסטע, און ביז דעמאלט זאלן זיי מיך מנשק זיין ווי די אידן האבען גערוט, אין פראבירען זאלען זיי וועלן אוועקנעמען מיין טעלעפאן ווי מען זאגט אין ענגליש over my dead body