דורך שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 25, 2016 2:14 pm
אמת אין א"י איז די מערכה שטארק, אבער אין אמעריקע? רעד זיך נישט איין. לעיקוואד, סקווירא, אא"וו, א ריזיגע עולם האט, און די נומערן פון די סמארטפאון באנוצער וואקסט כסדר לפי הצורך, שטייצעך מיט פילטערס, און אסאך באהאלטן אויך, זיי זענען נישט באקוועם זיך צו דרייען אין סמעדרעש מיט המנ'ס און עמלק'ס, אבער ביודעי ומכירי, מיין (ביסעלע) ריסערטש ווייזט מיר אז עס איז אזוי,
אודאי אין ביהמ"ד איבעראל קוקט אויס ווי די "מגיפה" פון די המנ'ס זענען אויסגעראטן, ווייל די רבנים וואס האקן דערויף קענען אסר'ן בתוך שלהם, און מען נעמט צו הילף די פרומע מתפללים וואס זאלן מוחה זיין (בדרכי נועם... וואטעווער), אבער גיי גיב א קוק ביי סיי וועלכע אידישע מסיבה אינדרויסן פון ביהמ"ד, צב"ש שמחות, דינערס, און אפילו רבי'שע חתונות, און גיב א קוק וויפיל פראצענט פארמאגט מאושר פליפ-פאונס אן טעקסט און וויפיל האבן סמארטפאונ'ס.
ס'איז קלאר ווי די טאג אז די חברה טראכטן נישט שכל'דיג, זיי אליינס זענען דאס מודה, זיי ווייסן אז מען דארף עס לצורך פרנסה (כאטש לדעתי מיט א פילטער מעג מען אויך שלא לצורך פרנסה, ואכמ"ל), אבער זיי זאגן אז פרנסה איז פון הימל ממילא זאל מען אוועקווארפן דעם פאון, און די וואס דארפן דעם אינטערנעט זאלן נוצן "שבת גויים"... עס איז אן אבסורד, דער פראבלעם איז וויבאלד נאר זיי מעגן לייגן זייערע פלאקאטן אויף די ווענט און ליפלעטן אין די בתי מדרשים קען זיך דאכטן אז זיי האבן די אויבערהאנט, און ווען משיח וועט קומען וועט מען זעהן אז נאר 2-3 פראצענט פון כלל ישראל האט גענומט די כלים פון המן, אבער די איבריגע זענען געווען מופרש פון די אלע זאכן... אבער צו די מערכה האט עפעס מיט רעאליטעט? זייער שוואך.
וירח ה' את ריח הניחוח