נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מען קען באצאלן דורך פעיפעל אדער ביטקוין?
וירח ה' את ריח הניחוח
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2066 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

נאך עפעס
בייגעלייגטע פיילס
20190703_215720.jpg
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
לולקע באנוצער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 13, 2019 11:10 pm
האט שוין געלייקט: 1112 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

שליחה דורך לולקע באנוצער »

אישתישבי האט געשריבן:נאך עפעס
פשי, הרב מאסקאוויטש האט אפילו געזאגט. כ'וויל נאר פרעגן הרב מאסקאוויטש פארוואס ער האלט אז עס צוגלייכן צו עבודה זרה וואלט עס געמאכט. איך אין זיין פערטל שיך וואלט עס צוגעגליכן צו פיל הארבערע עבירות, ווי די וויליאמסבורגע עירוב, אפענע שייטלען, באשמירטע אויגן, אדער וואס האלט איר אויף "אייער חבר האט א ציוניסטישע פאן אין טאש!"? לבי אומר לי אז דער ציפער פון סמארטפאונס צווישן חרדישע אידן וואלט שוין געווען נעגאטיוו ווען די רבנים טראכטן ווען מיט דעם מהלך.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2513
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 5049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3289 מאל

שליחה דורך יין שרף »

[center][/center]
בייגעלייגטע פיילס
c59fad67db544c1db18b6f22cd7a2795.jpg
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ'דארף קענען ליינען די ווערטער. לאמיר איבערטייטשען אויף פלעין אידיש.

היות אז פאריגע סיום הש"ס, מיט זיבען יאר צוריק, האבען מיר זיך פלוצלונג געזען מיט א קאנקורענץ, א צווייטע האט פראבירט איבערצונעמן די פאזיציע אלס פארטרעטער פון ש"ס און די אמוראים, האבען מיר געזוכט א וועג צו קאנקערירען מיט זיי, אן זיך צו שלאגען אפיציעל. מיר האבען נאך נישט געלערנט די סוגיא וויאזוי צו מאכען א מחלוקת אין גאדדער און דערצו רעדן לשם שמים, עס נעמט אביסל צייט ביז מ'וועט דארט אנקומען.

אבער וויסען דארף מען אז די סיום הש"ס ברענגט אריין ריזיגע געלטער פאר די אגודה. מ'זאגט אז מ'האט געמאכט $13m יענס מאל. מ'דערציילט אז איינער א יונגער עושר האט באצאלט א גאנצע מעלאנע פאר די זכות פון זאגען קדיש ביים נעקסטן סיום. דער קידוש ה' קען מען נישט נאכגעבען פאר דער מחוצף פון טאראנטא וואס צאלט אלס פון קעשענע.

האבען מיר זיך אוועק געזעצט, א גרופע פארשטאפטע גווירים מיט ראש הקהל בייכער, אין א קאפפי שאפ אין ברוקלין, מיט כלערליי קעיז קוכען און קאוועס, הייס און קאלט, און מיר האבען דן געווען בכובד ראש וויאזוי אונזער סיום וועט אנקומען צו מער מענטשן. האבען מיר מחליט געווען צו טון ווי דרשו טוט, אבער נישט אויפטון וואס זיי טון אויף. זיי האלטען אן עולם אלע זיבען יאר מיט פראגראמן, בחינות און געלט טיילען. זיי לייגען א וואכענטליכע רעקלאמע אין צייטונג מיט בילדער און רעדעס פון דער ראש ישיבה וואס האט באקומען א טשעק. זיי מאכען שבתון'ס פאר די לערנערס, און דערנאך באריכטען זיי די שבתון פאר א פאר וואכען אין צייטונג. בקיצור, זיי האבען א שטארקע ארבעט פון יח"צ, און מיר האבען גאנץ ווייניג.

ויאר ה' את הלילה, און מ'האט מחליט געווען צו כאפען דער עולם אין צוויי וועגן. קודם, גייט מען אריין אין די חדרים און מ'שלעפט די קינדער. מ'מאכט אז יעדער קען מאכען אן אייגענעם סיום ביי זייערע סיום, מ'לייגט רעקלאמעס און קונטרסים אין אלע שולן במשך ימי חג השבועות, מ'פארשפרייט די נעמן פון די חדרים און די קינדער וואס שטעלן זיך צו. און פאר די ערוואקסעסנע, האבען מיר געמאכט אן עפפ. פאר עפעס א סבה האבען מיר זיך איינגערעדט אז דער עולם וויל אן עפפ מיטצוהאלטען לייו די 'פיבערישע הכנה דרבה' פאר'ן גרויסען מעמד. און מ'האט פארשפרייט די שמועה פון די עפפ איבעראל.

דרשו איז נישט געבליבען שטיל, און זיי האבען געלייגט א ריזיגע רעקלאמע א בילבארד אויף די אויטערברידזש, אז יעדער וואס קומט פון לעיקוואד קיין ברוקלין זאל וויסען אז דף היומי און סיום הש"ס באלאנגט צו זיי, און די אגודה האט א חוצפה זיך אריין צומישען.

אפאר מאנאטן שפעטער און די אגודה זעט זיך אויף צרות. קיינער לאדענט נישט אראפ זייער נארישע עפפ, קיינער ווייסט נישט וואס איז די תכלית.

קודם, דארף מען זיך זען ארויס פון די בזיונות פון די עפפ, און נאכדעם וועט מען גיין ווייטער. האט מען פאבריצירט א פאר מחנכים מיט פראבלעמן, אן אסיפה פון די מועצת, א החלטה און אן אנאנס, און פון די דורכפאל איז מען שוין פטור. יעצט וועט מען זען ווייטער וויאזוי מרבה צו זיין די קידוש הוי"ה דורך אראפ קלאפן יענעמ'ס סיום.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6287
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8977 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2859 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ווען דו שרייבסט צו דער זאך (ליין: זאכן וואס דו האסט אביסל א אהנונג וואס דו רעדסט) ביסטו ציקער זיס, זעה עס אנצוהאלטן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך אויך האט געשריבן:ווען דו שרייבסט צו דער זאך (ליין: זאכן מיט וואס איך בין מסכים צו וואס דו רעדסט) ביסטו ציקער זיס, זעה עס אנצוהאלטן.


FTFY
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

שליחה דורך הוגה »

וואס זאגט דער עולם צו דער "הארצרייסנדע" בריוו פון די מאנסי קומיוניטי קאנעקשאנס די וואך?

.
בייגעלייגטע פיילס
page0195.pdf
(290.76 KiB) אראפגעלאדנט 329 מאל
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 759 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 515 מאל

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

שליחה דורך גראף »

דער איז אליינס א רחמנות. מאן יאמר דער סמארטפון האט עם אראפ געפירט אפשר האט ער עס באקומען נאך דעם? פאר דער אינטערנעט זענען נישט געווען קיין אפגעפארענע? וויפיל איז דער שיעור פאר זיך מאכן אזוי? איך האלט אז זיי וואלטן עס נישט געדארפט צו דרוקען.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גראף, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3742
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5725 מאל

שליחה דורך וואלווי »

הוגה האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם צו דער "הארצרייסנדע" בריוו פון די מאנסי קומיוניטי קאנעקשאנס די וואך?

.


איך קום יעצט פון רט. 306 ס'איז באמפער טו באמפער אלס פארט צו די ציונים הקדושים. די גרעסטע געדרענג איז טאקע ביים סקולענער זי"ע...

די זכות פון די צדיקים זאל מגין צו היילן דאס שווער הארץ פון די דאזיגע יודענע וואס בליטיגט פאר יודישע קינדער ואעפ"כ איז זי גרייט זיי מפקיר צו זיין אז מ'פאלגט נישט איר באקוועמליכע מהלך מחשבה, מיט אזא מין מסירות נפש, ובלבד שלא יתקיים נפש אחת בישראל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
ישן מלא חדש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

שליחה דורך ישן מלא חדש »

די ליצנות איז דאך געוואלדיג.בילד

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1377 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

ס'פעלט נאר א מעשה פון א קינד וואס איז געפארן מיט א גויאישע קאר סערוויס און ער האט נישט אויפגעהערט צו קוקן אויף די דרייווערס גלעזער. פאר אפאר וואכן נאכדעם האט ער נישט אויפגעהערט צו עסן נאש.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

שליחה דורך הוגה »

ישן מלא חדש האט געשריבן:די ליצנות איז דאך געוואלדיג.בילד

Sent from my SM-T113 using Tapatalk


לא"ה :lol:

דער שרייבער פון דער שטיקל פעראדיע איז געוואלדיג! די פראבלעם איז אז יעצט וועל איך שוין חושד זיין אין אלעס אז עס איז בלויז א וויץ געשריבן דורך א לץ. יעצט טראכט איך שוין אז די בריוו וואס איך האב אויבן געברענגט איז נאר פאראדיע.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
ישן מלא חדש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

שליחה דורך ישן מלא חדש »

ישן מלא חדש האט געשריבן:די ליצנות איז דאך געוואלדיג.בילד

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
רבותי מצווה לפרסמו וזכות הרבים תלוי בו..

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נעכטן האב איך געוואלט גיין צו טעג׳ס וועבסייט, און מיין פילטער אויף מיין פאון האט נישט צוגעלאזט!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א ישועה אין לעיקוואד

בילד
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3742
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5725 מאל

שליחה דורך וואלווי »

נישט יוצא געווען די פירסום. ווען ער האט ווען נאך עקסעס צו גוגל, וואלט ער געזעהן אז "ילמדי" שרייבט מען מיט א "ו" צום סוף...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הרב משה הלל הירש, ראש ישיבת סלאבאדקא, איז געווען אין לעיקוואד נאך געלט פאר זיין ישיבה. א חדר האט איהם געברענגט צו רעדן צו די עלטערן וועגען פארשידענע ענייני חינוך. איינער פון די שאלות איז געווען – א מיידעל איז געגאנגען מיט א פאר חברתה'ס ערגעץ און זי זעט פלוצלונג אז די שקיעה קומט און זי האט נאכנישט געדאווענט. זי קען נישט שמו"ע אויסערווייניג, און זי האט נישט קיין סידור. זי דאווענט יעדען טאג מנחה (כמו שפסק המ"ב) און זי וויל נישט פארפעלן. איינער האט איהר געמאלדען א סמארטפאון פון וואס זי קען דאווענען. זאל זי דאווענען דערפון צו נישט?

הרב הירש האט געזאגט אז טאמער עס האט א פילטער, מעג זי. טאמער נישט, זאל זיי זיין זייער פארזיכטיג יענעם נישט צו באליידיגען, אבער זי זאל ענדערש דאווענען צוויי שמו"ע'ס ביי מעריב.

א לאקאלע צייטונג אין לעיקוואד האט געדרוקט די שמועס, אבער זיי האבען עס צענזורירט. איינער פון די צענזורירונגען איז געווען אין די שאלה. זיי האבען געשריבען 'טאמער עס האט פילטער מעג זי. טאמער נישט, זאל זי נישט דאווענען, זי מעג דאווענען צוויי מאל מעריב'.

מ'קען עס ליינען דא אויף דף 206.

ערגעץ האבען די שומרים פארטיילערס זיך אריין גערוקט דארט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1392 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1665 מאל

שליחה דורך חתם סופר »

מיינסט צו זאגן זיי האבן אויסגעלאזט די חלק אז מ'טאר נישט באליידיגען?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יא, אוודאי.

איך האב זיי געשריבען א בריוו, לאמיר זען צו זיי וועלען עס דרוקען.

דער אמת איז, די גאנצע תשובה זיינער האב איך אויך נישט פארשטאנען. א מיידעל וויל דאווענען מנחה, וואס גייט עס איהר אן צו עס האט א פילטער? סיידענס אז ער האלט אז זי גייט למעשה נישט דאווענען דערמיט, נאר ארום שפאצירען די נעט. אבער אויסצולאזען די בין אדם לחבירו איז א פשע.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 176 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך טראכטכמוני »

ביסט גערעכט מיט די טענה. אבער אויפן עצם פסק יש לומר דהנה געוויסע ענדרויד עפפס מאכן אז ס'זאל ארויפפאפן עדס דורכאויס די גאנצע פאון. ווי אויך איז דא געוויסע עפפס וואס ווייזן א "בעננער" עד די גאנצע צייט. ממילא אויב ממאכט א בלענקעט-היתר צו דאווענען פון אזא פאון קען עס גרינגעהייט צוברענגען צו א מצב וואס וועט אריינגיין אינעם גדר פון איינער וואס שטעלט זיך דאווענען במקום וואס ער גייט נישט קענען מכוון זיין - למשל אויף א שמאלע פלאץ א.א.וו. - וואס דאס איז אסור ע"פ הלכה. איך רעד שוין נישט פון דעם וואס קען אמאל ארויפאפן אן עד וואס עפ"י הלכה איז אסור צו דאווענען בפניו (דעפענדינג אויף וואס יענער מיידל האט געקויפט אויף עמעזאן נעכטן וכדו'...).
והגם דקרוב לודאי אז ר' משה הילל האט נישט דאס געמיינט מ"מ אפי' דברים בטלים של ת"ח צרי' לימוד כש"כ ד"ת.
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 1187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 372 מאל

שליחה דורך chosen people »

טראכטכמוני האט געשריבן:ביסט גערעכט מיט די טענה. אבער אויפן עצם פסק יש לומר דהנה געוויסע ענדרויד עפפס מאכן אז ס'זאל ארויפפאפן עדס דורכאויס די גאנצע פאון.


[justify]איך קען נישט אלע עפּפּס, אבער איך נאך מיין רב האט גע'פסק'נט אז היינטיגע צייטן מוז מען דאווענען בימות החול מיט א סמארטפאון, היות אז זיי שטעלן אויס די דאווענען נאר וואס איז שייך ביי די תפלה, קומט אויס אז ווער עס דאווענט אינעם סמארטפאון, איז נישט שייך צו פארגעסן קיין יעלה ויבוא וכדומה, און דאס פארמינערט צו איבער דאווענען צוויי מאל שמונה עשרה און מען איז נישט עובר פון איבערזאגן גאט'ס נאמען אומזינסט, און נאכדערצו וואס לויט געוויסע פוסקים איז די גאנצע איבער דאווענען היינט צוטאגס א שאלה וויבאלד רוב מענטשן האבן נישט אינזין אפילו די ערשטע ברכה פון שמונה עשרה. ע''כ האב איך געטראפן אן עפּפּ אויף מיין ענדרויד פאון וואס הייסט סמארט סידור, איך בין זיך מחי' דערמיט און איינע פון די מעלות וואס עס האט, ווען איך גיי אריין צו די עפּפּ דאווענען מאכט עס מיין פאון אויף do not disturb מאוד און עס קען נישט אריינקומען קיין מעסעדשעס אדער פאון קאולס. היוצא לנו מכל זה, מען וועט מוזען נאכאמאל אריינטראכטן און די דברים בטלים של ת''ח וואס עס האט געמיינט.[/justify]
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2066 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אבער מען טאר נישט דאווענען נעבן א דבר ערוה, און א סנארטפאן לדעתם האט א הלכה פין א דבר ערוה, ממילא קען מען נישט דאווענען אין דעם, ווייל אפילו אויב מען דאווענט דארף מען איבער דאווענען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
רעאגיר