נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 11:15 am

לאור די הצלחה פון מיין אשכול טעראר מיטלען אינעם אינטערנעט מערכה ווי מען באריכטעט כסדר איבער טעראר מיטלען און רשעות וואס ווערט געטוהן דורך די משתלטים על הציבור בשם מלחמת האינטערנעט, און לאור דעם וואס ליינענדיג די חרדישע (אינטערנעטישע) פרעסע טרעף איך זיך אן טאג איין מיט טאג אויס מיט נייע נייעס און ענינים צו באריכטען, אבער נישט אלע פאסען אריין אין די טעראר אשכול, ווארום עס זענען דא זאכען וואס זענען שוין נישט קיין טעראר נאר לויטער קינדערישע נארישקייטן, עפן איך דא דעם אשכול ווי מען וועט באריכטען און ארומרעדן נארישקייטן און קוריאזן פון מענטשען אינם פעלד פון דעם אינטערנעט מערכה.

וזה יצא ראשונה: לכבוד די הייליגע טעג, באריכטעט דער Lakewood Scoop האט אן ערליכער איד אין לעיקוואד מחליט געווען אז עס איז עם נישט גענוג סימבאליש אריינווארפען די עבירות אין וואסער, נאר ער מוז ממש אריינווארפען זיין עבירה אין וואסער אריין, און ווער איז דען דער אבי אבות הטומאה? אוודאי, זיין טריפה'נע טאבלעט קאמפיוטער, און וויבאלד דער טאבלעט איז מוקצה האט ער נישט געקענט ווארטן אויף ראש השנה ביי תשליך עס אריינצוווארפען אין וואסער נאר האט מקיים געווען זריזים מקדימים למצוות און האט עס שוין אריינגעשליידערט אין לעיק. זייענדיג אזא עניו מפורסם און וועלנדיג מזכה זיין נאך אידען מיט דער געדאנק איז עם נישט גענוג געווען עס סתם אריינווארפען בצנעא נאר האט זאפארט אנגערופען די אלע גרויסע נייעס אגענטורען מיט די וואונדערליכע נייעס. זעהט אויס אז די אנטיסעמיטען שליחי השטן פון די גרויסע נעטווארקס וואס ווערן געשטיצט דורך עפל און סעמסונג האבען נישט געוואלט מפרסם זיין דער מעשה, און אזוי איז ארויסגעקומען אז דער איינציגסטער ברכיים אשר לא כרע לבעל, דער לאקלער היימישער לעיקוואדער אינטערנעט סקאפס סייט, איז גרייט געווען ארויפצולייגען די נייעס.

דער איד געט איבער אז א סמארטפון האט ער נאך, ווארשיינליך האבען די פיש אין וואסער עס נישט געוואלט, אבער ער האט ארויפגעלייגט אויף דעם א שטרענגע פילטער, און דורך דעם האט ער געקענט מקיים זיין מפרסמים עושה מצווה מפרסם זיין די וויכטיגע נייעס.

פארפאסט נישט די קאמענטס אין לינק, עס איז מובטח א זיס יאר פאר ווער עס ליינט זיי, ער וועט שמייכלען ביז די אנדערע יאר.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3635
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5314 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 11:55 am

די רבנים ווילן ארויסקומען מיט א איסור אויף פיש, אויב האט דער טאבלעט נישט געהאט קיין פילטער אויף זיך.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14117
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 15923 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16324 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 11:55 am

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4719
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8962 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 11:59 am

שמעקעדיג האט געשריבן:די רבנים ווילן ארויסקומען מיט א איסור אויף פיש, אויב האט דער טאבלעט נישט געהאט קיין פילטער אויף זיך.

יעצט פארשטיי איך שוין וואס מיינט אינטערנעט און אימעיל fishing.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4719
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8962 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 12:01 pm

לאכט לאכט, די לעצטע לאכן פון א געמיינדע פארן חורבן. איך זעה בעיני רוחי א מאדערנע אינקוויזיציע ווי מיר וועלן אלע ליידן, איסלאם האט זיך אויך נישט גערוקט אזוי עקסטרעם אין איין נאכט, די קריסטן האבן אויך נישט פארברענגט מכשפים אין איין טאג, עקסטרעמיזם זאמלט זיך אן ביז צו די קלימאקס, מיר קוקן צו ווי חרדיזם רוקט זיך צו על קאידא סטיל, און מיר לאכן, א ביטער געלעכטער!


פארשטייט זיך אז מיר קענען זוכה זיין און אידישקייט זאל זיך רוקן לינקס, צו א משמאלי גבריאל'דיגע פון וואצעפס, מואוויס, נארישקייטן און פרעסעריי, אדער גאר א שכינת אל'דיגע פון נייע מוסדות ווי מען לערנט ערליך טיפע קונטרסים פון לעיקוואד און מען הערט דעבאטעס פון שליח און יאיר, אפשר גאר וועט הרב יונתן סאקס זיין דער גדול הדור לעת זקנתו, אבער וואס ווייסן מיר?

די אינטערנעט מערכה איז א בלוטיגע און רשעות'דיגע און בכלל נישט קוריאז און נאריש, און לאמיר נאכמאל אויסשרייען די אלטע ווארט וואס די גוטע לייט זאגן "אז שלעכטס זאל זיגן פעלט זיך בלויז אויס די שטילקייט פון פאסיווע גוטע לייט".
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2951 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4092 מאל

הודעהדורך דעת תורה » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 12:06 pm

הבלים. איסלאם האט זיך אנגעהויבן עקסטרעם, זיי האבן אויסגעשאכטן גאנצע מדינות פארן צוריק ווייזן איסלאם.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 3263 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1704 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 12:12 pm

לאמיר נישט צוריקגיין צו מיליאן יאר צוריק, ווייל עס קלינגט מיר אין קאפ אריין די פסוק פון צעטיל קטן הכנעני החיתי האמורי הפריזי והיבוסי והעמלקי.
איך רעד פון די סייקעל וויאזוי רעליגיעס האבן נארמאלע צייטן און דאן א שפרונג צו עקסטרעמיזם, איסלאם האט געהאט גלארייכע צייטן פון חכמה, זיי האבן געהאט בתי חכמה און שטודירט מאטעמאטיק, לעצטנס איז עס געלאפן כלפי עקסטרעמיזם, וכן לא ייעשה ביהדות'נו בעזרת ה' אם נחנו נעבור חלוצים.
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2951 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4092 מאל

הודעהדורך דעת תורה » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 12:44 pm

דאס איז א אינטערעסאנטע אבזערוואציע. ס'איז זיכער אז אין מיטל אלטער איז די אראבישע ועלט געווען מער געלערנט ווי די קריסטליכע. שפעטער איז די קריסטליכע וועלט געווארן סעקיולער און מער געלערנט אויטאמאטיש. בעת די מוסולמענער האבן זיך צוטיילט, א חלק לענדער סעקיולער און א חלק האבן נישט משנה געווען קיין זיז כל שהוא. איז למעשה דא היינט א חילוק צווישן די פרומע און די פרייע אראבישע לענדער בנוגע עדיוקעישאן? און וואס איז דער קאמפעריסאן צווישן עגיפטן, טערקיי לעומת ענליך מצב'דיגע קריסטליך גענויגטע לענדער?

אבער ככלל, זענען די אראבישע - פרומע - לענדער אונטערשטעליג אין חכמה קעגן טויזנט יאר צוריק לפי ערך? אגב, מיין נישט אז אין די שטודירטע תקופות ביי די מוסולמענער איז קנאות הדת געווען שוואכער.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 3263 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1704 מאל

הודעהדורך נאר,,פרייליך » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 3:10 pm

כ'זעה רב שטינמן פון ב''ב איז אול דע וועי פאר ענק דא

ער האט גאר שארף אוועקגעמאכט און פארדאמט די פלאקאטען קעגן אינטערנעט באניץ
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 261 מאל

הודעהדורך I'm back » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 3:16 pm

נאר,,פרייליך האט געשריבן:כ'זעה רב שטינמן פון ב''ב איז אול דע וועי פאר ענק דא

ער האט גאר שארף אוועקגעמאכט און פארדאמט די פלאקאטען קעגן אינטערנעט באניץ


פון ב'ב? און רב שטיינמאן פון ירושלים האלט וואס?
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 707
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2026 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 351 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 3:22 pm

במקום אחר אין שטיבל האב איך טאקע געשריבן בזה הלשון:


ווען רבי שלמה זלמן אויערבאך איז נפטר געווארן האט מען געשריבן אויף אים ריזיגע שבחים, האט זיין תלמיד רבי משה הלברשטאם געזאגט : לאז אפ די אלע טיטלען, מען דארף שרייבן "הנורמאלי האחרון", יא ער איז געווען א גאון און צדיק, אבער מיר גייען זיך בענקען צו א נארמאלע מענטש,אנגעטון ריין, צוזאמענגענומען, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה, אוהב את אשתו כגופו ומכבדה יותר מגופו, בורח מפני המחלוקת, אנטלויפט פון כבוד, גלייכט א גוטע ווערטל, פירט זיך אויף נארמאל ומקדש שם שמים בכל תהלוכותיו.
ראויים הדברים למי שאמרם, רבי משה איז אויך געווען משרידי הנורמאליים, א נארמאלער מענטש,א צדיק בסדום אין מאה שערים.
הרב שטיינמאן איז נישט "נארמאל" פאר זיך, ער איז א עובד און סגפן, גייט אנגעטון ארים און לעבט ווי מיליאן יאר צוריק, אבער אין הנהגה איז ער דער לעצטער נארמאלער, מען האלט אין איין הערן פון אים נארמאלע זאכן, ער איז ממש דער לעצטער נארמאלער וואס זאגט עפעס אויסער יהרג ואל יעבור, מיר גייען זיך בענקען נאך אים און וויינען פארוואס מען האט אים נישט געלאזט ווערן רבן של ישראל און נארמאליזירן א סאסייעטי וואס לויפט צו שגעון.
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2951 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4092 מאל

הודעהדורך הוגה » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 3:59 pm

סקווירא איז מקנא בני ברק, האבען זיי געבעטן מאטקע בלוי זיי צו שוקן אפאר פלאקאטן.

מיין שאלה איז, ווי אזוי קענען זיי דען וויסן אויב מען האט א פילטער אדער נישט? האבן זיי א דיטעקטאר ביים טיר?
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20130903-WA0007.jpg
IMG-20130903-WA0007.jpg (78.69 KiB) געזען געווארן 4523 מאל
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2580
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5771 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 4:31 pm

אפשר מאך מיר א קאונטער-קאמפיין? למשל :
בילד

ווער איז זיך מנדב דאס ארויסצופרינטען און פארשפרייטען?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3635
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5314 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 5:21 pm

נאך איינס: בילד
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3635
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5314 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 5:51 pm

בילד
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3635
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5314 מאל

הודעהדורך שליח » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 6:07 am

לעיקוואד האט געשריבן:אפשר מאך מיר א קאונטער-קאמפיין? למשל :
בילד

ווער איז זיך מנדב דאס ארויסצופרינטען און פארשפרייטען?


די עצה קעגן עקסטרעמיזם איז קאונטער-עקסטרעמיזם?
איך פארמאג נישט קיין סמארטפאון. קען זיך איינער מתנדב זיין און מיר מסביר זיין וואס ס'פעלט מיר און פארוואס איך דארף זיך שעמען?
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
באניצער אוואטאר
שליח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 488 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 6:13 am

העי, קיינער מיינט נישט דא אזוי ערנסט.. קוק די קעפל פון אשכול..

(די פראבלעם איז אז דער וואס האלט אז ווער עס האט יא א סמארטפאון דארף זיך שעמען, מיינט יא ערנסט, און עס האט נישט מער זין ווי דאס. דאס ווייזט פשוט א שפיגל אין פנים אז די זעלבע זינלאזע לאזונגען קען מען מאכען פונקט פארקערט.)
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3635
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5314 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 2:14 pm

עס קומט נישט בעצם אזוי אריין דא, אבער עס האט א שייכות צו'ם ענין, זייענדיג א נארישקייט וואס מען טוהט במסגרת די מלחמה אין אינטערנעט און טריפה'נע טעלעפאנען. און איך האלט נישט ביים עפענען א נייער אשכול/סומאטאכע וועגן דער ענין, לייג איך עס דא.

אין ישראל איז קיים שוין עטליכע יאר אן ארגון בשם הל"ל- האגודה ליוצאים לשאלה, וואס טוהט העלפען אידישע קינדער וואס גיין או טי די זיך מסדר זיין אין לעבן. (זיי העלפען דירעקט נישט דער וואס איז זיך מתלבט און זייער מטרה איז בכלל נישט אפםירען מענטשען, נאר פשוט צושטעלען הומאנאטירישע הילף פאר די וואס געפינען זיך נעבאך אין דער סיטואציע), דער ארגון האט שוין אויף זיין רעזומעי אינטרעסאנטע צאמשטויסען מיט דער חרדישע ציבור ווען דער מייסד זיינער האט אין א טאג תשובה געטוהן און מיטגענומען מיט זיך די ליסטע פון די וואס דער ארגון האט געהאלטען בקשר און דאס איבערגעגעבן פאר 'עסקנים' וכו''.

על כל פנים, זיצען אונזערע חכמי חעלעם די וואולטעטיגע עסקנים משגיחים און צדיקים וואס האלטן א שטרענגע אויג אויפ'ן ציבור און מאכען זיכער קיינער זאל נישט ארויס פון שפאן ח"ו, און טראכטען צו זיך, וואס טוהן מיר אפצושטעלן די מגפה פון יציאה בשאלה ח"ו, פאלט זיי איין א געניאלער געדאנק! הערטס וואסארא מורא'דיגע עצה די מנהיגי ישראל זענען אויפגעקומען מיט: די ערשטער קשר מיט דער ארגינעזאציע ווערט דאך געמאכט דורך א טעלעפאן, זיי פירען אן א האטליין ווי מען רופט אריין און רעדט זיך דורך און אזוי קומט מען צו זיי. האבען זיין דאך א פשוטע'ר עצה וויאזוי אפצושטעלן די גאנצע פראבלעם! די וועדת הרבנים לעניני תקשרות האט דאך א שליטה אויף אלע כשר'ע טעלעפאנען (בעיקר סעלפאונען אבער אויך היים טעלעפאנען), קענען זיי דאך פשוט בלאקען די מעגלכקייט צו קליגנען דער נומבער, און אזוי מיט איין פשוט'ע שריט אפשטעלן די גאנצע מגיפה.

עס אז ערווארטעט אז דאס איז דער שריט וואס וועט ראטעווען כלל ישראל, אויב האט איר מורא פאר אייערע דורות, מאכט זיכער נאר צו האבען א כשר'ע טעלעפאן כהוראת גדולי ישראל שליט"א. און מער דארפט איר זיך נישט זארגען.
בייגעלייגטע פיילס
תמונה ללא שם.png
די הודעה פון ה.ל.ל. אויף זייער פעיסבוק פעידזש.
תמונה ללא שם.png (27.38 KiB) געזען געווארן 4344 מאל
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3635
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5314 מאל

הודעהדורך אביגדור » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 2:18 pm

ברצותו מרחיב ברצונו מקצר וכו', כחומר ביד היוצר, כן אנחנו בידכם.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1704 מאל

הודעהדורך הוגה » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 3:07 am

Wow! ווי ווייניג שכל דארף א מענטש האבן צו קענען מיינען אז איינער וואס רופט הלל האט א כשר'ע סעלפאון?
:shock:
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2580
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5771 מאל

הודעהדורך שליח » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 9:34 am

כ'גלייב נישט אז דאס איז אן אקט פון מלחמה קעגן הלל, אדער א פרואוו אפצוהאלטן די יוצאים לשאלה, ס'לייגט זיך עפעס נישט אויפן שכל אזא נארישקייט.
מער מסתבר איז אז ס'איז בכלל נישט געווען בכוונה תחילה, נאר סתם אזוי אלס נומער וואס אן ערליכער איד דארף סייווי נישט רופען איז עס ארויף אויפן בלעק-ליסט, בבחינת פארוואס נישט. (ווען א פילטער בלאקירט סייטס וואס פארקויפן דראגס, רעדט זיך די קאמפאני נישט איין אז די וואס זענען אדיקטעט צו דראגס וועלן אפגעהאלטן ווערן, נאר א מענטש וואס האט א פילטער איז געווענליך נישט אינטערעסירט אין די סארט זאכן).
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
באניצער אוואטאר
שליח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 488 מאל

הודעהדורך טעפל » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 9:54 am

און וואס איז מיט קול הציבור/ קול מבשר וכו'? קענסט מיר מסביר זיין פארוואס זיי בלאקען דאס??
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 816 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 15, 2013 3:29 pm

א פרישע גאונות
בילד
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3635
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5314 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג אקטאבער 15, 2013 3:37 pm

לכבוד די חשוב'ע מערכת פון די עלטצטע סגולה פון איבער דריי לאקאציעס,
שוין יארן וואס איך דריי זיך ארום אן א קאפ, נישט וויסנדיג ווי אזוי איך וועל קענען באהאלטן דעם סמארט פאון פון מיינע קינדער. איין טאג, את אשר יגרונו הוא בא, און מיין זון האט מיר געכאפט ארויסגעקומען פון ביסקיסע און באהאלטן דעם סמארט פאון. פארלוירענערהייט האב איך שנעל צוגעזאגט צען טויזנט דאלער פאר אלע דריי לאקאציעס פון די עלטצטע סגולה, פאר קופת העיר, און פאר מוסדות קבר רחל, ביז עס איז מיר איינגעפאלן א געדאנק, איך האב געזאגט פאר מיינע קינדער אז איך האב עס פשוט געקויפט כדי זיי זאלן וויסן אז איך האב אסאך געלט, און איך האב זייער ליב א סמארט פאון, דערנאך האט מען געמאכט אן אקטיוויטי און יעדער האט געגעבן א זעץ מיט א האמער אויפ'ן סמארט פאון. מה עשה הקדוש ברוך הוא, איך בין געגאנגען דעם נעקסטן צופרי און געקויפט א נייע.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4757
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7575 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 15, 2013 9:12 pm

נאך א מזל ס'נאך געווען אונטער וואראנטי.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6921
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7255 מאל

נעקסט

גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט