נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

הודעהדורך פליקער » מוצ"ש יולי 23, 2016 11:30 pm

איך בין געפערליך אנגעווארעמט געווארן פונעם אידעל וואס איז פארווארעמט געווארן פונעם בילבארד, וואס האט באשלאסן מפרסם זיין מסתם פאר סגילה אדער אנציווארעמען דעם ציבור, יוש איז געווען ווארעם די שבת
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1596
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3290 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 07, 2016 6:49 pm

וואס איז דאס לעצטיגע משוגעת מיט א.ג. 'שומרים' קארטלעך וואס מען טיילט פאר די יונגווארג?

@רימון אלערט
#שוין צייט צו שליסן שומרים
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14216
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16569 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 07, 2016 8:43 pm

שמעקעדיג האט געשריבן::דיסלייק: :דיסלייק:

ממש א עקל, אוי לעינים שכך רואות.
עס דערמאנט די העצע פון די נאצי'ס אין די שטורמער, ווי מען האט אפגעמאלן חוזק קארטונ'ס פון די אידן מיט די לאנגע נעזער און שפיציגע בערד.

עס וואונדערט מיר וועלכע אידן האבן דעם קאפ צו די נארישע שטותים און ספענדן נאכאנאנד צייט, כח און געלט פאר די עקלהאפטיגע נארישקייטן.

שמעקעדיג: ייש"כ. דו האסט מיר ממש אויסגעכאפט די וועטער. ברוך שכיוונתי לדעתך הקד(ו)שה... :lol:
נאר דאס ווייזט אויף איין זאך. אז די משוגעים לאותו דבר וועללן זיך נישט צוריקהאלטן פון נאכקאפירן קארטונ'ס פון דעם נאצישן שטירמער אדער פון די אנדערע אנטיסעמיטישע צייטונגען. דאס איז די זעלבע פארפוילטע מענטאליטי וואס די נטורי חרתא האבן. זיי שטערט נישט צו גיין צוזאמען מיט רוצחים און אנטיסעמיטן. אבי זיי זאללן דערגרייכן זייער ציהל... :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5857 מאל

הודעהדורך לייבעלע » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 2:39 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז דאס לעצטיגע משוגעת מיט א.ג. 'שומרים' קארטלעך וואס מען טיילט פאר די יונגווארג?

@רימון אלערט
#שוין צייט צו שליסן שומרים

לעצטע וואך קימט מיין קליינע אינגעל צו מיר און זאגט מיר טאטי די טרינקסט סוער וואסער, פרעג איך עם וואס מיינסטי, זאגט ער מיר אויף די שומרים קארד'ס וואס איך האב שטייט אז איינר וואס האט א סמארטפון טרינקט סוער וואסער, זאג איך עם מיין פאון האט א פילטער, זאגט ער מיר עס שטייט אפילו מיט א פילטער, איך בין געווארען רויט און ווייס פין כעס און בושה,מיין אינגעל האט ביז היינט נישטאמאל געוויסט וואס איז א סמארטפון ער איז א קליין אינגעלע פון כיתה ג', וויל איך דא זיך ווענדען צו דעם ארויסגעבער פון די שומרים קארד'ס וואס פאר אפאר גראצער פארקופט ער זיין נשמה צום שטן און איז מחנך א דור פון מחוצפים'לעך, איך ווייס נישט ווער די ביסט אבער זאלסט וויסען איך בין דיר נישט מוחל בזה ובבא, שעם זיך, ביסט א פארדארבענע מענטש מיט מידות מגונות, און איך וויל נישט באלאנגען צי א כלל ישרא' וואס האט אזעלכע מענטשען ווי דיר,
באניצער אוואטאר
לייבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 3:42 pm

ווען מיין איגעל איז אהיים פון חדר מיט מימרות אויף סמארטפאונ'ס און אינטערנעט, האב איך איהם געגעבען צו פארשטייען וואס איז דאס אינטערנעט, א פלאץ ווי מ'קען אלס ארויפלייגען, און דעריבער איז דארטן דא חכמה און כסלות, מצוות מיט עבירות. דעריבער דארף מען זיך היטען פון די עבירות דארט מיט א פילטער. דער וואס האט נישט קיין ילטער קען מעגליך זינדיגען. נישט דער אינטערנעט איז דער עבירה, נאר דאס מ'וועט מעגליך טוהן דערמיט. א קינד קען דאס פארשטייען. מ'קען איהם אויך זאגען אז מאנכע רעדען עקסטרעמע און מ'רופט עס אן א דבר טמא, אבער דאס מיינען זיי מיט די ווערטער. זיי קענען פארשטייען, און טאמער נישט, גיבט מען זיי צו פארשטייען
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 1993 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4990 מאל

הודעהדורך ווייל אזוי » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 11:23 am

א בילד פון שומרים קארדס.
בייגעלייגטע פיילס
Shomrim.jpg
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 229
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 218 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 1:04 pm

די המספיק גאזעט (איינע פון מיינע איינציגסטע אידישע אויסגאבעס וואס אין ליין) האט די חודש אן אינטרעסאנטע אנטווארט צו א לייענער'ס בריוו.

דיסקלעימער: איך מיין אז המספיק'ס ברייווען זענען אייגענטליך אמת'ע.

קודם, פאלגענד איז די בריוו וואס א לייענער האט אריינגעשיקט:
שרייבער 5780 האט געשריבן:א צייט צוריק האט א ליינער רעקאמענדירט א וועבזייטל leakygutcure.com. צו מיין איבערראשונג האט מיין אינטערנעט פילטער מיר געווארנט אז דער זייטל איז פארדעכטיגט. איך האב פארט אריינגעקוקט דערין, און די וועג וויאזוי די רפואה ווערט דארט אדווערטייזט איז אויך פארדעכטיגט (לויפט און קויפט, באלד וועט עס מער נישט זיין! עס וואלט רואיג געקענט קאסטן 300$ , אבער מיר געבן עס אוועק פאר בלויז 40$.) איך האב געזוכט אויפ'ן געוועב אויב די גאנצע זאך איז א שווינדל, און איך בין פארפלייצט געווארן מיט אומצאליגע לינקס וועלכע פרעגן די שאלה, און אלע פירן נאר צו קויפן דעם פראדוקט. איך בין צומישט. איך האף שטארק אז עס איז נישט קיין שווינדל וויבאלד צופיל מענטשן פארלאזן זיך אויף אייער אדורכזיפן וואס עס גייט אלץ אריין אין גאזעט. א דאנק פאר'ן נעמען די צייט צו ליינען מיינע ווערטער.


די רעדאקציע ענטפערט:
המספיק האט געשריבן:אדאנק פאר'ן זיך פארבינדן מיט אונז איבער אייער זארג. ערשטנס דער גאזעט רעקאמענדירט קיינמאל נישט הלכה למעשה וואס מענטשן זאלן טון. יא, מיר פרובירן אייביג זיכער צו מאכן א די טעלעפאן נומערן אד"ג וואס גייען אריין זענען ריכטיג און אויסגעהאלטן, אבער ווי נאכאנאנד דערמאנט, טוען מיר פערזענליך קיינעם נישט אינדארסירן אדער רעקאמענדירן. דער רובריק איז פון ליינער צו ליינער, ווען די רעדאקציע נעמט בלויז די מינימאלסטע שריט צו רעדאגירן די בריוון צום געשמאק פונעם ציבור. מיט די אויסגעהאלטענע באגרעניצטע צוטריט וואס המספיק שטאב האבן צום אינטערנעט קענען מיר נישט נאכקוקן אלעס וואס ווערט אריינגעשיקט, און אודאי טוען מיר חלילה נישט רעקאמענדירן פאר קיינעם צו גיין אויפ'ן אינטערנעט זאל עס זיין פאר רוחניות אדער גשמיות. אבער, ווי געשמועסט, דער גאזעט נעמט נישט פערזענליך קיין שטעלונג.


עס איז מיר געווען גאר אינטרעסאנט אז המספיק, א סטעיט-או-די-ארט גאווערמענט-באזירטע ארגעניזאציע, זאל זיך מאכן בא'טעמ'ט אז זי האבן "באגרעניצטע צוטריט ... צום אינטערנעט".
בייגעלייגטע פיילס
Hamaspik Gazette 141 Yiddish Page 13.pdf
המספיק 141 אידיש - דף 13
(180.23 KiB) אראפגעלאדנט 35 מאל
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 977
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 910 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 2:50 pm

כנראה אז פאר זייערע שטירן מוזן זיי אזוי פארקויפן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5184
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 6452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2314 מאל

הודעהדורך בן אדם » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 9:23 am

.
בייגעלייגטע פיילס
yy.jpg
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2625
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2672 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1230 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 4:56 pm

איך אויך האט געשריבן:כנראה אז פאר זייערע שטירן מוזן זיי אזוי פארקויפן.

איך אויך. און שלום על ישראל: זיי. דער המספיק גאזעט זענען זייער אייגנארטיג מיט דעם אז אפילו ווען זיי ענטפערן אויף פשוט'ע מעדיצינישע שאלות אדער ווען זיי שרייבן סתם א מעדיצינישן ארטיקל, (חוץ, פארשטייצעך ווען זיי באשרייבן ביי א רייכע סעודה מיט די רעגירונג'ס מענטשן זייערע אויפטוען) אז זיי זאללן נישט אריינמישן זייער שטארקע קנאות און אנטי-ציונות...! און אויב דער סטייל איז אקעיגן אינטערנעט. (דאמאלץ איז נאכנישט געווען דער חרון אף אזוי שטארק אויסגעגאסן אויף די טעכנאלאגישע כלים און וואטסעפפ, ווייל די רבי שליט"א האט נאכנישט גערעדט איבער די נושא) וועט מען אומדירעקט ארויסהייבן וואספארא ערליכע אידן און אויכעט ענוים זיי זענען...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5857 מאל

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

הודעהדורך פליקער » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 6:00 pm

בן אדם האט געשריבן:.

די קינה איז שקר און פוסטע דעמעגאגיע, איך האלט ווי די מאן דאמר אז עס איז יא א גיטע זאך.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1596
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3290 מאל

הודעהדורך וואלווי » מוצ"ש אוגוסט 13, 2016 11:01 pm

פליקער האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:.

די קינה איז שקר און פוסטע דעמעגאגיע, איך האלט ווי די מאן דאמר אז עס איז יא א גיטע זאך.

ועל כולם דער באבובער רב אויף וועם דער קונן פאר רופט זיך איז געווען היבש א קלוגער מנהיג און וואלט ממאס געווען אין די גאנצע זאך, אדער עכ"פ אנדערש געהאנדעלט.
Occupation: I'm a florist and yes, weed IS a plant
באניצער אוואטאר
וואלווי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1100 מאל

הודעהדורך ליפא » מוצ"ש אוגוסט 13, 2016 11:28 pm

נאך פאר על גאור איז געבוירן האט שוין סאטמאר געהאט אינטערנאט, זאגאר פאר בחורים

rps20160813_232643.jpg

rps20160813_232624.jpg
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1715
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1487 מאל

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

הודעהדורך יהושע חיים » זונטאג אוגוסט 14, 2016 2:15 am

ושניהם לדבר אחד מוכשר וד"ל

Sent from my Fire Phone using Tapatalk
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 841
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 446 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 6:12 am

שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז דאס לעצטיגע משוגעת מיט א.ג. 'שומרים' קארטלעך וואס מען טיילט פאר די יונגווארג?

@רימון אלערט
#שוין צייט צו שליסן שומרים

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=31296
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14216
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16569 מאל

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

הודעהדורך פליקער » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 7:34 am

שמעקעדיג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז דאס לעצטיגע משוגעת מיט א.ג. 'שומרים' קארטלעך וואס מען טיילט פאר די יונגווארג?

@רימון אלערט
#שוין צייט צו שליסן שומרים

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=31296

שמעקי טייערע פארוואס האסטו געלינקט אהין, איך האב געליינט אין ס'בליט איז מיר פארגאסן געווארן, כמעט שלא פרצא נשמתי, די האיך מעשרין שאלה, און די רשעותדיגע תירוצים, און אלעס אויף אייוועלט, פארשטייט זיך פאר פרנסה, נאר קדשב''ה קען אויסהיטן זיין שכינתיה

Sent from my VS987 using Tapatalk
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1596
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3290 מאל

הודעהדורך העניך » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 7:41 am

שמעקעדיג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז דאס לעצטיגע משוגעת מיט א.ג. 'שומרים' קארטלעך וואס מען טיילט פאר די יונגווארג?

@רימון אלערט
#שוין צייט צו שליסן שומרים

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=31296


אויב מ'האט געמיינט אז מ'האט שוין געזען און געהערט יעדן סארט השחתה - לייענט און וויינט.
"לך לך" אויף אייוועלט:
די ציהל פון די קארטלעך איז לכאורה אריינצוברענגען אין די קינדער אן עקל און אן אפשיי קעגן די אלע סארט כלי מכשירים, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א סוקסעספולע פראיעקט.

רובא דרובא פון די אינגעלייט און פרויען וואס דרייען זיך ארום מיט די כלי מכשירים דארפן דאס נישט לצורך פרנסה, און פונדעסטוועגן האלטן זיי זיך נישט ביים שיידן דערפון פאר סיי וועלכע פרייז. עס איז נישט קיין שום חסרון אויב א קינד קוקט אראפ זיין טאטע אדער מאמע פארן האבן א סמארטפאון מכלומרש'ט לצורך פרנסה, ווען למעשה נוצט זיי עס אויף אנדערע שוואוילטאגן.

פארשטייט זיך אז אזעלכע עלטערן ווערן אויפגעהיצט היתכן מען נידערט זייער אימעדזש, זייער רעספעקט, ביי חברים און ביי די אייגענע קינדער. אבער איהו דאפסיד אנפשייהו. זיי ווילן גיי בשרירות ליבם און די קינדער זאל איהם נאך רעספעקטירן? זיי ווייסן דאך גאנץ גוט מיט וויפיל ראויות אסורות, שפיכות דמים, רציחה, לשון הרע, זיי ווערן נכשל מידי יום ביומו, אפילו ווען מען האט שוין א פילטער, און מיט דעם אלעם נוצן זיי דאס ווייטער. מען רעדט נישט דא פון קיין מנהגים, חומרות, תקנות, וכדומה, דאס רעדט מען דאך פון איסורי דאורייתא אויף וועלכע מען טרעט בשאט נפש ובריש גלי.

מען האט שוין אלע מיטלען פרובירט, עס איז בלויז געבליבן צו ראטעווען די קינדער זייערע. עס איז צום האפן אז אויב וועט מען אריינגעבן אן עקל אין די קינדער צו די כלים וועט דאס אסאך העלפן אויף זיי שפעטערע יארן זיי זאלן דאס נישט וועלן אין די הענט נעמען. און פאר די עלטערן, כולי האי ואולי אז אויב וועלן זיי אנערקענען אז זיי ווערן אראפגעקוקט וועלן דאס זיי אפשר אויפטרייסלן און צווינגען זיך צו שיידן מיטן באליבטן בערעלע.

שפראכלאז.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1381 מאל

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 8:15 am

מיין ווערטער ממש. איך האב געמיינט איך האב שוין געזען שאול תחתית, קומט א פרשת לך לך אין אייוועלט און ווייזט וואס מיינט דאס מעמיקין לו גיהנם, אז דער שאול תחתית איז נאך טיפער ווי געראכטען מיט אזא עקעלדיגע מיינונג

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 1993 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4990 מאל

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

הודעהדורך mevakesh » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 8:24 am

איך פלעג אמאל האלטן אזוי ווי רוב דא אז די מלחמה איז א נערישער און עס וועט ממילא נישט מצליח זיין אבער איך האב איינגעזעהן אז איך האב מיר ביטער גענערט
יעדער נער ווילאנג ער ציהט אויף רעכטס איז ער הייליג און אנגענומען אויב ציהסטו אביסעל אויף לינקס מעגסטו זיין קליג ווי קורח און פרום ווי טאשער רבי וועסטו נישט זיין לעגיטים
איך געדענק פאר די כינוס כלל ישראל האב איך געשמועסט מיט א חשובער רב א היבש גראדער מענטש ער האט געברענט פאר אויפרעגעניש וואס מען טוט מיט אונז
מיט די צייט האט ער געזעהן ווי דער ווינט בלאזט און ער האט אנגעהויבען זינגען אנדערש
היינט האלט ער פייערדיגע דרשות פאר אלע סארט פרומע תקנות
איך האב נישט קיין טענות אויף איהם ער האט אוודאי פארשטענען אז אנדערש האט ער נישט קיין עתיד אבער דער רחמנות איז אויף אונז
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 800
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 11:27 am

דער איד

.
בייגעלייגטע פיילס
001.jpg
002.jpg
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14216
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16569 מאל

הודעהדורך ביבער » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 1:51 pm

פארפירערישע העדליין, ווי צו ווארענען די בהמות כאילו דער גאווערמענט שטייט אונטער און שטיצט די מוסדות מיט די תקנות און דערוואגן זאל זיך איינער צו קעגנשטעלן ווארום ער שלאגט זיך מיט די פעדעראל גאווערמענט. אבער דער אמת איז אז דער פסק האט דא גארנישט מחדש געווען, אז א רעליגיע זאל קענען ענפארסן סיי וועלכע תקנה אויף זייער אייגענע פראפערטי (ווילאנג ס'ווייאלעיט נישט יומען רייטס) איז דא אסאך שטערעקערע פסקים ווי דעם. דער פסק זאגט גארנישט איבער תקנות פון א מוסד אויף דעם תלמיד'ס אייגענע שטוב אדער איבעריגע משפחה מיטגלידער וואס דאס איז דער עיקר וואס אונזערע מוסדות טוען.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 579
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 506 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:14 pm

נשתוממתי אז מען האט אנגעהויבן צו שעלטן אידישע קינדער, איבערהויפט מען פארקויפט שקרים אין נאמען פון גדולי ישראל.
בייגעלייגטע פיילס
image.jpeg
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1461
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1205 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1694 מאל

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

הודעהדורך mevakesh » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:32 pm

פארוואס ביסטו איבערצייגט אז עס איז שקר?
אה זעהט אויס האסט נאך מער אמונת חכמים ווי מיר
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 800
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:54 pm

עס איז לא יאומן אז א גדול ומרביץ תורה זאל שעלטן א איד.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1461
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1205 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1694 מאל

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

הודעהדורך mevakesh » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:58 pm

אויף ר' חיים וועט מיר כמעט גארנישט זיין א חידוש
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 800
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט