דער דאזיגער צעטל וואס איך האב ערהאלטן פון איינעם אין אישי, האט לעצטע וואך געהאנגען אין מערערע שולן.
די הארץ וואקסט פון פרייד צו ליינען ווי דער עולם ווערט קאלט צו די וואנזיניגע מערכה, עשירים געבן נישט די געלטער עס צו שטיצן, אנדערע פליקן אראפ די צעטלעך פון די ווענט (אפשר איז עס [tag]פליקער[/tag]?), און די צייטונגען ווערן צעביסלעך סיק ענד טייערד פון די נארישע פראפעגאנדע, וכו' וכו'.
נישט צום גלייבן ווי עס שעמען זיך נישט אפאר בני בליעל, נידערטרעכטיגע עקסטרעמיסטן, וואס פירן שטילערהייט אנאנים א מיאוס'ע שאנדפולע מערכה, מיט אלע סארטן בעבישע בילדער פון שלענג און סוער לעכער, מענטשן וואס זייער קאפ איז א פערד מיט שרעקעדיגע אויגן און שארפע ציין, און נאך מאדנע צעדרייטע בילדער מיט זאכן וואס מאכט נישט קיין סענס, צב"ש א טאטע וואס לאזט די קינדער זיך דערטרונקען אדער צעשניידן מיט א מעסער און טרינקען איזי-אףף בשעת דאס קינד שרייעט פאר הילף, ווייל ער איז כלומר'שט צו ביזי מיט זיין סמארטפאון.... די צעטלעך האבן קינדער און בחורים געזען, מען האט פארשעמט טאטעס און זיידעס בפומבי, זיי געמאכט צו שאנד און צו שפאט! און דא קומען זיי וויינען קאזאק הנגזל אז דער עולם וויל נישט מיטארבעטן מיט זייערע משוגעת'ן נעבעך!!
איר האפט אויף א נחמו נחמו עמי?? סארי, איר וועט עס נישט זוכה זיין צו זעהן. אבער מיר זעהען שוין יא א נחמו נחמו עמי.
כה לחי, נאר אזוי!עס ליגט א הייליגע פליכט אויף יעדן ערליכן איד טאקע ווייטער ממשיך צו זיין מיט די דרכים, אראפפליקן די צעטלעך, און זיי ח"ו נישט שטיצן, באשייגעצן די שומרים קארטלעך טיילערס, און טון אלעס וואס מעגליך אפצוהאלטן די שמוציגע חברה אויסצופירן זייערע נידערטרעכטיגע פלענער, און די רבנים זאלן טאקע רעדן דערפון ביי די שבת שובה דרשות, און דאס וועט זיכער מקרב זיין משיח צדקנו, ווען עס וועט מקויים ווערן דער "והשיב לב בנים על אבותם", און עס וועט מקויים ווערן בשלימות
נחמו נחמו עמי!!