די חכמי לאנדאן וואס זענען נארמאל היפש אינטערשטעליג, זענען זיי אבער די מערסטע פארגעשריטן ווען ס'קומט צו איסורים אויף די "טעכענאלאגיא"..
נישט צו לאנג צוריק איז איינעם בייגעפאלן צו מאכן א תקנה, אז מ'טאר נישט ארויס נעמען קיין סמארטפאון אין ביהמ"ד, מיט די טענה אז ס'נאר פאר פרנסה, און דער ביהמ"ד איז נישט קיין אפיס. איי די פאון ניצט מען צו רעדן, טעקסטן און אהן א שיעור נאן ביזנעס רילעיטעד עניינים, דאס האבן זיי נישט געטראכט. בכל אופן, די תקנה איז געווען זייער סוקסעספול און ס'האט זיך אריבער געכאפט צו אנדערע חסידות'ן אין קהילות, און דאס איז היינט די סטענדערד, ב"ה..
יעצט איז מען דא מיט א פרישע תקנה! נישט ארויס נעמען די פאון אויפן גאס! אויב וויסט טשעקן דיין אימעיל אויפן גאס, זיי מוחל גיי זיך אפיר דעם נעקסטען פאבליק טוילעט, און באהאלט דיך דארט אינעווייניג.
דאס פרישע תקנה וועט אי"ה נתקבל ווערן בקרוב בקרב כלל ישראל במלוא תקפו. נעקסטע מאל כ'זעה דיר וואקן אויפן גאס מיט דיין סמארטפאון, און פלוצלינג פילסטע א שטיין אויפן רוקן, זיי וויסן אז ס'קומט זיך דיר. הפורץ גדר ישכנו נחש.
משנכנס אדר מרבים בשמחה.