בלאט 9 פון 43

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 4:26 pm
דורך זעמיל מילכיגער
מיין רבי אין חדר פלעגט כסדר דערציילען א מעשה, ווי א שידוך איז בטל געווארן די לעצטע מינוט הערענדיג אז די צווייטע צד עסט קעטשאפ ביים סדר.. אינמיטען שולחן עורך...

ראו מה בין אלו לאלו ווי די דורות האבן זיך געריקט.

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 4:33 pm
דורך אבי גערעדט
לאכטס און מאכטס חוזק, למעשה ביי אונזער ציבור ווי האבן א אייגענע מיינונג איז בבל יראה, און אלץ ווענדט זיך וויאזוי די פארפירערס דרייען אן, איז זייער מעגליך אס דאס וועט ווערן די נארמע

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 6:04 pm
דורך יואליש
פרייוויליג, נישט געפערליך די געבאקענע מעשיות. לויטן ווארשעווער איז די זשאוק אויפן בעקער. אפגע'נער'ט האלב ווארשע אז ערגעץ האט א מחותן זיך משוגע געמאכט אעבעראיבער סעלפאנס. הי הי, די זשאוק איז אויפן שרייבער.

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 8:12 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יואליש - אליינ'ס באשליסען?! ביסט אין גאנצען משוגע?! דאס איז נאך טויזענט מאל ארגער ווי אינטערנעט, טוויטער, קלוגע פאון'ס, וכל שום וחניכא דאית להו.
פוי פוי פוי. ברענגסט ציונות אריין ביי אונז!

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 11:34 am
דורך יעלה ויבא
בילד

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 11:44 am
דורך קאווע טרינקער
ס'דא אן ענין פון זיך גט'ן דאנערשטיג?

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 12:50 pm
דורך משולם שטיינפעלד
איז דא צוועלעף מסדרי גיטין אין ברוקלין?

טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 12:54 pm
דורך קאסטנער
גאנץ אינטערסאנט,
נארמאל ווען איינער אין די קאמיונטי חלומט נאר פין זיך גטן ווייסט שוין די גאנצע שטאט בפרט מיט די היינטיגע וואטסעפפ עפאכע, אין דא ווייסט קיינער נישט דערפין..

אבי קיין איין פין דעי איז נישט פין מיינע באקאנטע (וועמען׳ס יא ווייס איך נישט),

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 1:06 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
כקען א גרוש וואס זיכט א שידוך קען איינער אפירברענגן די גרושה'ס

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 1:43 pm
דורך רויטע וואנצעס
.

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 1:46 pm
דורך שמעקעדיג
לסדר נותן לפניכם היום קללה :lol: :lol:
און מארזשארין?? דאס האט דאך אומגעזונטע פעטנס :P

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm
דורך משולם שטיינפעלד
דאנערשטאג ואתחנן איז געווען די גיטין פריי צו מאכן די פעלד לכבוד חמשה עשר באב

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 3:43 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין נייגעריק. די כותבים פון די צעטיל האבען געשמועס'ט וואס צו שרייבען.
'יענקל, וויפיל גיטין זאל מען שרייבען איז געשען?'
'איך ווייס? שרייב פינעף הונדרעט'
'נעה, קיינער וועט דאך נישט גלויבען'.
'שרייב צוועלף. דאס איז א גוטע נומער'.

שטותים קענט עץ אויך נישט!?

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 3:50 pm
דורך פריעד באטשי
איך מיין אז די סיבה איז פשוט, יעדע גט איז דאך א 12׳ער, שרייבן יענע בהמות אז עס איז געווען 12 גיטין.....
זיי שרייבן נאך די אמת אויכעט......

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 4:13 pm
דורך שמעקעדיג
איך וויל וויסן פשט אין די לעצטע 3 ווערטער, "ומדה טובה מרובה".
איינער ווייסט?

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 4:17 pm
דורך קאסטנער
שמעקעדיג האט געשריבן:איך וויל וויסן פשט אין די לעצטע 3 ווערטער, "ומדה טובה מרובה".
איינער ווייסט?


מיט א כשרע פאן קען מען נאך אפשר זוכה זיין צי מער ווי איין ווייב?.. ווער ווייסט

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 4:33 pm
דורך רויטע וואנצעס
איינער אויף פעיסבוק פרעגט א באמבע קשיא :lol:

Let's do some math, shall we.
80
percent of 12 equals: 9.6, shouldn't it have been a whole number
This guy is not only bad at math he is bad at lying too. He just made up the numbers.

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 5:30 pm
דורך סביב העולם
שטייעך נעבן א יונגארמאן פרייטאג און ער ליינט אפ דאס צעטל, ער נעמט זיך קראצן דעם קאפ. וואו בין איך געווען דאנערשטאג ואתחנן!?!?

.

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 6:28 pm
דורך יעלה ויבא
C/P
איך וואלט אנשטאט דעם געשריבען גיטין

וועגען די עלטערן ווערן ציריסען פין צאלען אזא הויכען שכר לימוד,

גיטין וועגען די הויכע רענט פרייזען.

גיטן וועגען מען געט נישט קיין חינוך אין שולע,

גיטין אז מען דארף נישט לעבען אזא אונגערישען פלאנצעריי לעבען מיט די לעצטע סטיילס.

גיטן ווייל מען זיצט אינדערהיים מיט אלטע בחורים אין כלה מוידס אין עס איז נישטא ווער עס זאל טאן פאר זיי,

גיטן ווייל מען געט זיי נישט קיין חינוך אז מען מיז נישט האבען קיין קינד יעדעס יאר מיט אזעלכע שוואכע נערווען אין אזעלכע קליינע דירות אין מען געט שווער א היתר,

גיטין ווייל מען זארגט זיך נישט פאר זייערע פרנסות,

אין ווען איך וועל זען אנשטאט דעם גרויסען משומר טעוועלע וואס עס קאסט אפ 15 אלפים רענט א חודש, א שילד שידוכים אפיס פרנסה, אפיס, דירות אפיס, הילף פאר שכר לימוד אפיס, אט...... דענסמאל וועל איך וויסען אז די רעבנים מיינען עס ערענסטע, און ביז דעמאלט זאלן זיי מיך מנשק זיין ווי די אידן האבען גערוט, אין פראבירען זאלען זיי וועלן אוועקנעמען מיין טעלעפאן ווי מען זאגט אין ענגליש over my dead body

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 10:31 pm
דורך יהושע חיים
ווער זאגט אז גיטין איז אזא שלעכטע זאך אז א פאר פאלק קומט זיך נישט אויס פארוואס זאלן ביידע האבן א ביטער לעבן נעבעך פאר די וואס קענען זיך נישט אפשיידן (ווייל עס וועט זיין א בושה פאר די משפחה וכו' וכו')

אפשר קען מען מאכן א ישועה ווינקל ווי אידן זענען געהאלפן געווארן בזכות כך וכך צו האבן די געלעגנהייט אנציהייבן א פריילעך לעבען
רק כתבתי בדרך אפשר

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:16 am
דורך קרעקער
ביים סוף פון נחומס האטליין דרשה דע וואך האט ער א רעקארדונג פון א יונגערמאן וואס זאגט וועגען וואס סגעשעהן היינט אזויפיהל גטין
ווער סקען עס מעתיק זיין די רעקארדונג און ארויפלייגען למצוה גדולה יחשב

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:44 am
דורך ירא שמים
בילד

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 8:19 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'האט אזוי אויפגערעגט די פרייער מיט דער נערישע צעטל