בלאט 31 פון 43

נשלח: זונטאג אפריל 08, 2018 4:36 pm
דורך נקודה
א נייע תפילה

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 9:40 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מגלה פנים בתורה, צו נתגלה העטרה?

האם סמארטפון מקבל טומאה.jpeg

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 9:48 am
דורך בן אדם
.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 11:53 am
דורך א שרייבער
איינער ווייסט וואס דאס איז? איז דאס א נייער טאקטיק פון די עקסטרעמיסטן, צו נערווירן די מענטשהייט?

בילד

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 7:39 pm
דורך יין שרף
[center][/center]

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 3:51 am
דורך בן ישי
יין שרף האט געשריבן:[center][/center]

איך האב אמאל געזעהן ביי הרב יצחק מאיר מארגענשטערן ווי מ'זאגט יעדע וואך די תפילה ביי פתיחת הארון, אז ער האט צוגעלייגט ווערטער איך געדענק נישט פונקטליך אבער עפעס שתציליני מן כל הכלים...

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 10:16 am
דורך Gimpel
יישר כח פאר די מודעה

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:19 am
דורך רביה''ק זי''ע
יעצט געזען א קליפ פון שאול יצחק ראבינאוויטש, און איך מיין אז ער איז הונדערט פראצענט גערעכט. אונזער סאסייעטי איז קורופטירט, איך צי מיך שוין אריבער אויף פענסילוועיניע.

#לעבןזאלדירעוואלוציע

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:24 am
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: פונקטליך וואו אין פענסילוועיניע..?! וואו איז דער אוויר צח ונקי. און די טומאת אמעריקע האט נישט דערגרייכט אהין...?! איך וויל אויכעט אהינגיין.אנישט וועל איך מוזן גיין קיין נעוואדא אין מדבר. און זיך דארט באזעצן אין עפעס א הייל...!

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:28 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט 'טומאת אמעריקע', די טומאה וואס שטערט מיר געפינט זיך נאר אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, מאנרא און נאך אפאר פלעצער.

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 4:25 pm
דורך בן ישי
יותר מ-70% מהרבנים החרדים מחזיקים מחשב, חצי מהם גולשים
http://www.ch10.co.il/news/441157/#.WyAru1ApBoN

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 7:38 pm
דורך mevakesh
איך פארשטיי נישט וויאזוי דאס קען זיין פארלעסליך, איך קען נישט קיין רב חוץ אפשר ר' אשר ווייס וואס וועט אפילו ענטפערן אויף אזא סקר

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 10:38 am
דורך שמעקעדיג
קוריאז און רשעות געמישט!

.

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 4:16 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ. זייער שיין. אויב די יוצרות און דער מח זענען פארדרייט. דרך אגב. מ'קען אנשרייבן די זעלבע סצענע אויף א סאך אנדערע נעמען פון די היינטיגע צדיקים. ואי אפשר לפורטם קיא רבים הם...!

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 4:31 pm
דורך יין שרף
שמעקעדיג האט געשריבן:קוריאז און רשעות געמישט!

.

ברענג שוין די אנדערע מעשה אויך, נישט געוואלט געבן א ניר פאר א צווייטן ווייל ער האט א סמארטפאון..

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 6:58 pm
דורך וואלווי
אדער דער אנדערע מעשה מיט דער יוד וואס ב"ה האט געהאט א נארמאלע לעבן אן עפעס עקסטער צרות, וראה זה פלא, ער האט געהאט א סמארטפאון, ויהי לנס!

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 7:38 pm
דורך berlbalaguleh
די ציונים זענען דאך שוין (ב"ה) געפייגערט. נאר אפשר האט מהר"א שליט"א מקר"י נישט געהערט פון דעם. איינער קען איהם גיין מודיע זיין. אבער מ'מוז דאך זיין ביזי מיט עפעס. מ'דארף עפעס אויפטון פאר אידישקייט. האט דער אייבישטער צוגעשיקט אזא זאך ווי סמארטפאונס. וואס א יעדער ערליכער איד מוז קעמפן אקעיגן דעם...!

איך האב נאר איין קליינע שאלה. וואס איז געווארן מיט די גדר און משומר פילטערס וואס די קהילות קדושות האבן אזוי שטארק טרומפייטערט דעריבער...!

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2018 3:49 pm
דורך יין שרף
כדי צו איבערגיין די הלכות בכובד ראש, על אף עס איז אביסל קליין. תילי תילי הלכות איבער די נייע פליפ פאונס און אלטע אימעיל אקאונטס, הררים התלוים בשערה!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 10:39 am
דורך שמעקעדיג
שטיצט די הייליגע מערכה...... קויפט דעם זכות פון 10,000 הערליכע עקלהאפטיגע חוצפה'דיגע קארטלעך וואס איז "בהסכמת ועידוד גדולי הרבנים" פאר בלויז $100..... אזא מציאה טרעפט זיך נישט יעדן טאג...

.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 10:45 am
דורך סקרן
שמעקעדיג האט געשריבן:שטיצט די הייליגע מערכה...... קויפט דעם זכות פון 10,000 הערליכע עקלהאפטיגע חוצפה'דיגע קארטלעך וואס איז "בהסכמת ועידוד גדולי הרבנים" פאר בלויז $100..... אזא מציאה טרעפט זיך נישט יעדן טאג...

.

וויאזוי ווערן די קרעדיט קארדס געפראסעסט?
אדער אפשר נעמען זיי נאר אהן קעש אדער טשעקס דורך די פאסט?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 10:57 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פרנסה בדרך כבוד. אנשטאט זיך רעגן, מאך דו א שנארר אפאראט פאר הבל הבלים, און קויף דיר א נייעם הויז.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 11:41 am
דורך שמעקעדיג
בדרך כבוד? איך זעה עס ליבערשט ווי דרך בזיון.
ווען (אויב) דער יעניגער איז מתפלל פאר פרנסה בהיתר ולא באיסור, בכבוד ולא בבזיון, בנחת ולא בצער, האט ער געהאט מחשבות זרות, ווייל די פרנסה איז פונקט די פארקערטע.

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2018 6:26 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פרנסה בדרך כבוד. אנשטאט זיך רעגן, מאך דו א שנארר אפאראט פאר הבל הבלים, און קויף דיר א נייעם הויז.

נאר נאכדעם וואס ער וועט שוין האבן געקויפט א הויז (אפילו פאר זיינע קינדער) און געפארן 2 מאל אויף וואקאציע קיין מדינת ישראל, רח"ל מהאי דעתא. און 3 מאל קיין אוקריינא אויף די מקומות הקדושים. וועט זיך דער פעטער שמואל נעמען צו זיינע ביינער. און ער וועט מוזן אפגעבן דין וחשבון אויף א יעדע פרוטה וואס ער האט פארתכלי'וועט. וועט מען מוזן מאכן נאך א שנאר קמפיין איהם ארויסצוראטעווען פון גיין זיצן יארן אין תפיסה...!