בלאט 33 פון 43

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2019 9:57 am
דורך חתם סופר
.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2019 10:20 am
דורך יין שרף
העשטעג משומר...

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2019 6:02 pm
דורך רביה''ק זי''ע
"Kosher phones blocking [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] abuse helplines"

יעצט האט שוין קיינער נישט קיין צד צל של ספק ספיקא וואס זענען די מאטיוון אונטער דעם אינטערנעט מערכה...

נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 10:47 am
דורך אישתישבי
רב וואזנער איז אויך געווען א בעל דמיון?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 10:57 am
דורך זאפטיג
אישתישבי האט געשריבן:רב וואזנער איז אויך געווען א בעל דמיון?

ניין דער שרייבער איז

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2019 11:26 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אין די המודיע פון יענער וואך

נשלח: זונטאג מאי 26, 2019 9:51 am
דורך זאפטיג
פארוואס קען ער נישט זאגן א מיינונג מיט א נאמען אזוי איתמר'ן

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2019 5:32 pm
דורך chosen people
תורת חכם, ירושלים

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2019 6:57 pm
דורך וואלווי
chosen people האט געשריבן:תורת חכם, ירושלים


ווי אזוי גייט נאר די ניגון? כ'וויל זיין א רבי...

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2019 6:31 pm
דורך שמעקעדיג
מען קען באצאלן דורך פעיפעל אדער ביטקוין?

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2019 10:49 pm
דורך אישתישבי
נאך עפעס

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: זונטאג יולי 07, 2019 4:39 am
דורך לולקע באנוצער
אישתישבי האט געשריבן:נאך עפעס
פשי, הרב מאסקאוויטש האט אפילו געזאגט. כ'וויל נאר פרעגן הרב מאסקאוויטש פארוואס ער האלט אז עס צוגלייכן צו עבודה זרה וואלט עס געמאכט. איך אין זיין פערטל שיך וואלט עס צוגעגליכן צו פיל הארבערע עבירות, ווי די וויליאמסבורגע עירוב, אפענע שייטלען, באשמירטע אויגן, אדער וואס האלט איר אויף "אייער חבר האט א ציוניסטישע פאן אין טאש!"? לבי אומר לי אז דער ציפער פון סמארטפאונס צווישן חרדישע אידן וואלט שוין געווען נעגאטיוו ווען די רבנים טראכטן ווען מיט דעם מהלך.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2019 9:00 pm
דורך יין שרף
[center][/center]

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2019 9:28 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'דארף קענען ליינען די ווערטער. לאמיר איבערטייטשען אויף פלעין אידיש.

היות אז פאריגע סיום הש"ס, מיט זיבען יאר צוריק, האבען מיר זיך פלוצלונג געזען מיט א קאנקורענץ, א צווייטע האט פראבירט איבערצונעמן די פאזיציע אלס פארטרעטער פון ש"ס און די אמוראים, האבען מיר געזוכט א וועג צו קאנקערירען מיט זיי, אן זיך צו שלאגען אפיציעל. מיר האבען נאך נישט געלערנט די סוגיא וויאזוי צו מאכען א מחלוקת אין גאדדער און דערצו רעדן לשם שמים, עס נעמט אביסל צייט ביז מ'וועט דארט אנקומען.

אבער וויסען דארף מען אז די סיום הש"ס ברענגט אריין ריזיגע געלטער פאר די אגודה. מ'זאגט אז מ'האט געמאכט $13m יענס מאל. מ'דערציילט אז איינער א יונגער עושר האט באצאלט א גאנצע מעלאנע פאר די זכות פון זאגען קדיש ביים נעקסטן סיום. דער קידוש ה' קען מען נישט נאכגעבען פאר דער מחוצף פון טאראנטא וואס צאלט אלס פון קעשענע.

האבען מיר זיך אוועק געזעצט, א גרופע פארשטאפטע גווירים מיט ראש הקהל בייכער, אין א קאפפי שאפ אין ברוקלין, מיט כלערליי קעיז קוכען און קאוועס, הייס און קאלט, און מיר האבען דן געווען בכובד ראש וויאזוי אונזער סיום וועט אנקומען צו מער מענטשן. האבען מיר מחליט געווען צו טון ווי דרשו טוט, אבער נישט אויפטון וואס זיי טון אויף. זיי האלטען אן עולם אלע זיבען יאר מיט פראגראמן, בחינות און געלט טיילען. זיי לייגען א וואכענטליכע רעקלאמע אין צייטונג מיט בילדער און רעדעס פון דער ראש ישיבה וואס האט באקומען א טשעק. זיי מאכען שבתון'ס פאר די לערנערס, און דערנאך באריכטען זיי די שבתון פאר א פאר וואכען אין צייטונג. בקיצור, זיי האבען א שטארקע ארבעט פון יח"צ, און מיר האבען גאנץ ווייניג.

ויאר ה' את הלילה, און מ'האט מחליט געווען צו כאפען דער עולם אין צוויי וועגן. קודם, גייט מען אריין אין די חדרים און מ'שלעפט די קינדער. מ'מאכט אז יעדער קען מאכען אן אייגענעם סיום ביי זייערע סיום, מ'לייגט רעקלאמעס און קונטרסים אין אלע שולן במשך ימי חג השבועות, מ'פארשפרייט די נעמן פון די חדרים און די קינדער וואס שטעלן זיך צו. און פאר די ערוואקסעסנע, האבען מיר געמאכט אן עפפ. פאר עפעס א סבה האבען מיר זיך איינגערעדט אז דער עולם וויל אן עפפ מיטצוהאלטען לייו די 'פיבערישע הכנה דרבה' פאר'ן גרויסען מעמד. און מ'האט פארשפרייט די שמועה פון די עפפ איבעראל.

דרשו איז נישט געבליבען שטיל, און זיי האבען געלייגט א ריזיגע רעקלאמע א בילבארד אויף די אויטערברידזש, אז יעדער וואס קומט פון לעיקוואד קיין ברוקלין זאל וויסען אז דף היומי און סיום הש"ס באלאנגט צו זיי, און די אגודה האט א חוצפה זיך אריין צומישען.

אפאר מאנאטן שפעטער און די אגודה זעט זיך אויף צרות. קיינער לאדענט נישט אראפ זייער נארישע עפפ, קיינער ווייסט נישט וואס איז די תכלית.

קודם, דארף מען זיך זען ארויס פון די בזיונות פון די עפפ, און נאכדעם וועט מען גיין ווייטער. האט מען פאבריצירט א פאר מחנכים מיט פראבלעמן, אן אסיפה פון די מועצת, א החלטה און אן אנאנס, און פון די דורכפאל איז מען שוין פטור. יעצט וועט מען זען ווייטער וויאזוי מרבה צו זיין די קידוש הוי"ה דורך אראפ קלאפן יענעמ'ס סיום.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:48 am
דורך איך אויך
ווען דו שרייבסט צו דער זאך (ליין: זאכן וואס דו האסט אביסל א אהנונג וואס דו רעדסט) ביסטו ציקער זיס, זעה עס אנצוהאלטן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2019 2:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך אויך האט געשריבן:ווען דו שרייבסט צו דער זאך (ליין: זאכן מיט וואס איך בין מסכים צו וואס דו רעדסט) ביסטו ציקער זיס, זעה עס אנצוהאלטן.


FTFY

נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 1:55 am
דורך הוגה
וואס זאגט דער עולם צו דער "הארצרייסנדע" בריוו פון די מאנסי קומיוניטי קאנעקשאנס די וואך?

.

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 2:20 am
דורך גראף
דער איז אליינס א רחמנות. מאן יאמר דער סמארטפון האט עם אראפ געפירט אפשר האט ער עס באקומען נאך דעם? פאר דער אינטערנעט זענען נישט געווען קיין אפגעפארענע? וויפיל איז דער שיעור פאר זיך מאכן אזוי? איך האלט אז זיי וואלטן עס נישט געדארפט צו דרוקען.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 2:22 am
דורך וואלווי
הוגה האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם צו דער "הארצרייסנדע" בריוו פון די מאנסי קומיוניטי קאנעקשאנס די וואך?

.


איך קום יעצט פון רט. 306 ס'איז באמפער טו באמפער אלס פארט צו די ציונים הקדושים. די גרעסטע געדרענג איז טאקע ביים סקולענער זי"ע...

די זכות פון די צדיקים זאל מגין צו היילן דאס שווער הארץ פון די דאזיגע יודענע וואס בליטיגט פאר יודישע קינדער ואעפ"כ איז זי גרייט זיי מפקיר צו זיין אז מ'פאלגט נישט איר באקוועמליכע מהלך מחשבה, מיט אזא מין מסירות נפש, ובלבד שלא יתקיים נפש אחת בישראל.

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 4:57 pm
דורך ישן מלא חדש
די ליצנות איז דאך געוואלדיג.בילד

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 6:38 pm
דורך איסר האטלקי
ס'פעלט נאר א מעשה פון א קינד וואס איז געפארן מיט א גויאישע קאר סערוויס און ער האט נישט אויפגעהערט צו קוקן אויף די דרייווערס גלעזער. פאר אפאר וואכן נאכדעם האט ער נישט אויפגעהערט צו עסן נאש.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 03, 2019 11:16 pm
דורך הוגה
ישן מלא חדש האט געשריבן:די ליצנות איז דאך געוואלדיג.בילד

Sent from my SM-T113 using Tapatalk


לא"ה :lol:

דער שרייבער פון דער שטיקל פעראדיע איז געוואלדיג! די פראבלעם איז אז יעצט וועל איך שוין חושד זיין אין אלעס אז עס איז בלויז א וויץ געשריבן דורך א לץ. יעצט טראכט איך שוין אז די בריוו וואס איך האב אויבן געברענגט איז נאר פאראדיע.

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2019 8:46 pm
דורך ישן מלא חדש
ישן מלא חדש האט געשריבן:די ליצנות איז דאך געוואלדיג.בילד

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
רבותי מצווה לפרסמו וזכות הרבים תלוי בו..

Sent from my SM-T113 using Tapatalk