ראשעקאל האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב ס'איז גערעכט ארויפצולייגען די בילד , אפילו פארמעקט
גערעכט וואלט געווען ווען דו עפענסט בכלל נישט די אשכול, האסט דאך אבער יא געעפענט און דערמיט שטארק נייגעריג געמאכט דעם עולם פון וואס די רעדע איז דא, אלזא קום נישט מיט קיין טענות.
די בילד איז שוין עניוועי געוועהן זייער שטארק צושפרייט. דארף מען כאטש ערגעץ לייגן די עכטע מעשה אז מ'זאל וויסן וואסערע שייגעץ שטיק מען האט געטון מיט א וואוילע איד!!
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
איך האב נישט געזען דאס בילד אדער געלייענט די נייעס. איך האב עס באקומען (מער פון איינמאל) און באלד אויסגעמעקט. יעדן וואס האט עס מיר געשיקט, האב איך געענטפערט מיט א פסק פאר'ן עס שיקן, מיט א בקשה ער זאל אין דער צוקונפט עס מער נישט טאן.
ניין, כ'בין נישט קיין אויסגעארבעטער מענטש. איך האב נאר נישט ליב דעם טעם פון מענטשליך בלוט. ס'איז פלעין -- פעכי. א געבראטן שטיל פלייש על הגריל מיט א לאפא און ספייסי פרייס זענען מער צו מיין געשמאק.
איך שרייב עס דא, ווייל ביי אן אנדערער אזא סארט געשיכטע האט א חבר מיינער שפעטער מיר געזאגט אז מיין ענטפער צו אים (=ער זאל מיר אזעלכע מער נישט פארווארדן) האט אים געמאכט טראכטן, און ער האט טאקע אויפגעהערט. אויב וועט מיין תגובה יעצט גורם זיין עמיצן עס נישט צו טאן, אפילו נאר איין מאל, וועט די תגובה זיך מיר האבן אויסגעצאלט.
אנדערע זאגען אז דן לכף זכות זיין איז נאר ווען עס מאכט סענס וכו' , איך מיין אז דא מאכט סענס מען קען זאגן עטליכע זאכן איינס טאקע וואס דער בעל מחבר האשכול האט געזאגט אז עס איז געשען פרצופל ( בעיני איז דע גרסה סענסליסט ווייל עס איז צו ניכר און אויך איז עס נישט אויפן גאס)
יאך וואלט געזאגט אז צוליב ביזנעס וכודמה האט ער זיך געלאזט פאטאגראפירן און נישט חלומדיג אין וויסטין חלום אז עס וועט ווערן פאבלעסירט
אז שוין יא צוריק אויבן, לאמיך נאר צולייגן א צוויי-דריי נקודות וואס איך וואלט דעם יונגערמאן געזאגט:
וואס ער זאל נאר יא אדער נישט האבן געטאן, איז נישט ערגער און נישט בעסער ווי עבירות וואס רוב היינטיגע יונגעלייט טוען אמאל. (איך מיין נישט דווקא איין ספעציפישן סוג פון עבירות, נאר בכלל.)
א סך יונגעלייט וואס באגייען הארבע עבירות, שעמען זיך נישט אויפצוטאן דערמיט פאר זייערע נאענטע חברים. (אחוץ אויב האט ער פון וואס מורא צו האבן. בכל אופן, איז עס אין א סך פעלער נישט די בושה וואס האלט אים אפ פון דערציילן.)
יעדער ווערט אמאל נכשל אין עפעס אן עבירה. רוב פון אונז זענען שוין נכשל געווארן אין אן עבירה וואס ע"פ איין פלאץ אין זוהר העלפט נישט קיין תשובה, און ווערט בכל אופן באטראכט אין אונזער לאגער ווי איינע פון די הארבסטע זאכן.
אלא מאי, מיט וואס איז אזא געשיכטע אנדערש? צוויי זאכן: קודם, דאס געפיל פון ווערן געכאפט ביי דער מעשה; צווייטנס, אז יעדער רעדט דערפון. למעשה אבער, מענטשן לייגן נישט קיין אכט אויף די צוויי פרטים. מענטשן האבן ליב "גאסיפ". זיי מיינען נישט דעם מענטש. רוב וועלן אים אפילו נישט דערקענען אויב וועלן זיי אים זען. אויך: היינטיגע צייטן געדענקט מען אזא געשיכטע מערסטנס פאר א פאר וואכן. קיין פערמאנענטער פלעק בלייבט זיכער נישט, ווייל דער היינטיגער דור יונגעלייט "גיט נישט קיין damn" (שטימט?); ווי אויך, וועט מארגן און איבערמארגן און נעקסטע וואך און קומענדיגן חודש זיין פרישע נייעס...
איך האב באקאנטן וואס איז אמאל געווען אין דעם יונגערמאנ'ס שיך. יענער איז פשוט אנגעגאנגען מיט'ן לעבן, מער-ווייניגער, ווי נארמאל. ער האט פרובירט נישט טראכטן פון די "בושות". ביז 2 וואכן האט קיינער נישט געדענקט זיין נאמען.
שמואל הלוי האט געשריבן:ס'איז שוין געווען אויפן וועג אראפ אין בעיסמענט, ווער האט דיר עס געהייסן צוריק ארויפשלעפן?
גוט אז מ'האט עס ארויפגעברענגט ווייל בדידי הוא עובדא.
מיט עטליכע יאר צוריק בין איך געווען אויף א משפחה נסיעה צום הייליג לאנד ארץ ישראל און איינע פון די טעג בין איך געווען ביי קברי צדיקים און כ'בין געווען מלובש מיטן הוט און רעקל.
אינמיטן זענען מיר געגאנגען בשכינות פארבייסן און שפאצירנדיג האב איך באגעגנט א רוס וואס איז געגאנגען מיט זיין נקיבה און ער האט זיך אפגעשטעלט און מיר געפרעגט אויב ער קען כאפן א בילד פון מיר, היות ער זעט נישט קיין סאך אזעלכע חסידים (כאטש אין ישראל זענען דא פיל פון די "שווארצע הוטן", איז ער אבער געווען פריש דארט) און איך האב פארשטייט זיך מסכים געווען. שטייענדיג אזוי גרייט, און ער מיטן קאמערא אין דער האנט, געט ער א זאג פאר זיין שיקסע אין רוסיש אז זי זאל זיך אהינרוקן צו מיר, און תוך כדי דיבור האט זי זיך צו מיר צוגערוקט און ארויפגעלייגט איר האנט ארום מיין האלז, אקוראט ווי מ'זעט אויף דעם בילד.
ממילא איז פאר מיר בכלל נישט שווער אים צו דן זיין לכף זכות, ווייל א בילד פון מיר ליגט ביי איינעם א רוס און קען עס אין א ליאדע טאג ארויפלייגן אויף דער אינטערנעט, און נאך צולייגן א שמאלציגע מעשה דערצו.
איך האב געזעהן דעם בילד ביי מיין חבר אויפן טעלעפאון און כ'מוז זאגן כ'האב געכיכקעט פאר קאטאוועס. אבער יעצט אז איך זעה דעם אשכול טוה איך דעפענטלי אים דן זיין לכף זכות, אויך נאכדעם וואס כהאב דורך געלייענט אלע תגובות פון די וואס באלעקן זיך און האבן א אמונה פשוטה און אזעלכע שמאלציגע זאפטיגע לשון הרע מעשה'לעך. אלזא ס'האט זיכער יא עפעס אויפגעטוהן .
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.