כינוס כלל ישראל - אויך פאליטיק??

באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל

כינוס כלל ישראל - אויך פאליטיק??

שליחה דורך א איד »

דאס פאלגענדע האט מיר איינער אריינגעשיקט.

איז דאס אמת אדער נישט?

וואס זאגט דער עולם דערצו?

אביסל אמת וועגן וואס עס גייט פאר הונטער די קוליסן ביי די הכנות צו כינוס כלל ישראל, ווי ס'פלאקערט אן ערנסטער געפעכט און מאכט געראנגל צווישן די חסידישע עסקנים וועלכע פירן מיט סוקסעס דעם כינוס, און צווישן דעם מייסד פונעם גאנצען געדאנק פונעם כינוס און די מהלכים אויף נאכן כינוס, נחמיה גוטליב.

ווי באקאנט גייען די הכנות אהן צום כינוס שוין אריבער א יאר צייט, דער געדאנקט איז ארויפגעקומען דורך אן פריש ערשינענם ליטווישער עסקן אויפן האריזאנט ר' נחמיה גוטליב, וועלכע האט איין מטרה, פרנסה קלה ונקיה, און קענען חתונה מאכן די קינדער בריווח אהן קיין עקסטערע עגמת נפש.

זיין פלאן איז צו עפענען אן ארגאזאציע אדער קאמפעני, וויאזוי מען וויל עס נאר רופן, וועלכע וועט האבן קאנטראל אויף די טעכנעלאגיע פונעם גאנצען יהדות החרדית, און דער קאמפעני וועט מאכן גרויס געלט, סיי דורכן שנארען פאר אזא הייליגע וויכטיגע ארגאנזאציע, און אויך מיט די צייט דורכן ארויפלייגן א פרייז פארן לייגן פילטערס און פארזיכערן ברוחניות יעדן קאמפיוטער.

אבער וויאזוי גייט מען מאכן זיכער אז גאנץ כלל ישראל ווערט אינטערטעניגט אונטער מר. גאטליב? אויף דעם איז גאטליב'ס עצה געקומען, צו מאכן א כינוס אנגיבלעך דורך די גדולי התורה וישראל, און צוזאמרופן אלע שיכטן פונעם יהדות החרדית און דארט כופה זיין עליהם הר כגיגית, אז מען מוז פאלגן וואס דער נייער ארגאנעזאציע פארלאנגט, און אזוי ארום מיט אזא שטארקע יסוד פון דעם מעכטיגן כינוס, וועט ר' נחמיה זיין א חשוב'ער איד, און אויך א שיינער בעל פרנסה.

האט אבער פאסירט, אז אויף צו פירן אזא כינוס פעהלט זיך אויס מעכטיגע עסקנים, נישט נאר אז פארהייליגטע גדולי ישראל זאלן עס פארופען, נחמיה קען דאך נישט, און דעראיבער איז במשך חדשים לאנג אלעס געגאנגען מיטן פיטום אראפ, אויף אזוי ווייט אז ביז נאך פסח האט זיך נאך קיין איין קהילה בישראל נישט געהאט צוגעשטעלט צום זייט פונעם כינוס, וועלכע איז געוועהן א שרעקליכער דורכפאל פאר ר' נחמיה און אויך פאר די גדולי ישראל וועלכע זענען פארמישט געווארן דא, און פרובירן נעבעך זייער בעסטע צו טוהן אלעס קעגן דעם נגע הטעכנעלאגיע.

אין די זעלבע צייט האט ר' נחמיה זיך דערזעהן אין א גרויסער סכנה, וועלכע האט באדראעט זיין גאנצער פלאן פון מאכן גרויס געלט, עטליכע פריוואטע קאמפיוטער טעקנישענס, האבן זיך גענומען צו דער ארבייט, אהן קיין שום שייכות צום גרויסען ערווארטעטן אסיפה, האבן זיי אומר ועושה פארופן אן אווענט אין קארלסבורגער ביהמ"ד, ווי מען קען קומען פילטערן און פארעכטן קאמפיוטערס צו פארמיידן צוטריט צום אינטערנעט, דער אווענט איז געוועהן א ריזיגער סוקסעס, און האט געהאט די שטיצער פון הגאון ר' יחזקאל ראטה און נאך רבנים, און דורכאויס די נאכט האבן צעהן טעקנישענס פאראכן און כשר געמאכט עטליכע הונדרעט קאמפיוטערס.

נחמיה איז באלד ווילד געווארן, און באשלאסן צו טוהן אלעס וואס ער קען דאס אפצושטעלן, און טראץ וואס עס איז קלאר געוועהן ביי יעדן, אז אזלעכע אווענטן ווי מען רייניגט די קאמפיוטערס קען ראטעווען הונדרעטער און מעגליך טויזענטער אידן פונעם אינטערנעט, איז עס אבער פאר נחמיה נישט אנגעגאנגען, ווייל זיין איינציגע מטרה איז בלויז ביזנעס, און די זענען אומשטאנד חרוב צו מאכן זיין פרנסה חלילה, און ער האט זיך געשטעלט און די לענג און אין די ברייט, אפצושטעלן די חברה טעקנישענס וועלכע ארבייטן אויף די אייגענע האנט, מיט אלעס סארטן טעראר און לחץ, ביז עס אים געלונגען, און מער האבן זיי אזעלכע אסיפות נישט געמאכט...

(די חוצפה איז דאך אין לשער, ווען היינט נעמט נחמיה קרעדיט אויף דעם אסיפה וואס די איינציגסטע שייכות ער האט געהאט דערמיט, איז געוועהן אז ער האט עס סוקסעספול אונטערגעברענגט)

ווייטער צוריק צום כינוס כלל ישראל, וועלכע האט אויסגעזעהן צו ווערן א קאטעסראפע און דורכפאלן און ח"ו א בזיון פאר די גדולי ישראל וועלכע זענען אריינגעדרייט געווארן אין דעם, האבן זיי עטליכע וואכן שוין נאך פסח נאכן נישט האבן פארקויפן קיין איין טיקעט, באשלאסן אויפצונעמען א שטאב פון עטליכע עקספירענסד חסידשע עסקנים, וועלכע האבן דעם כינוס ב"ה ארויפגעפירט אויף די רעלסן, און אצינד עטליכע וואכן נאכן אנקומען פון די פרישע עסקנים, איז שוין נישט דא קיין איין פלאץ צו באקומען ביים כינוס...

וואלט דאך דער נחמיה געדארפט זיין צופרידן, פון די ארבייט וואס די עקספירענסד חסידישע עסקנים האבן אים געמאכט, אבער ניין, פארקערט, נחמיה שפירט זיך גאר שטארק באדרעט פון זיי, נחמיה וועלכע איז אליינס אחראי אויף צו ברענגען דעם ליטווישן ציבור, שטייט בעפאר א גרויסער דורכפאלן, אנדערשט ווי דער חסידישע ציבור, איז דער ליטווישער ציבור זייער זייער קאלט צום מצב, פילע ראשי ישיבות פון די עולם הליטא, שטעלן זיך בכלל נישט צו צום כינוס, צווישן זיי הגאון ר' שמואל קמינצקי און נאך פילע, נחמיה האט אנגעהויבן שפירן אז ער האט פארלוירן דעם מאכט, די חסידים האבן אים צוגענומען דעם פאוער, און סוף פארגאנגאנע וואך האט נחמיה געכאפט אן אטקע, און אנגעהויבן א קאמף על לא דבר מיט די עסקנים בראש פון שלמה אליעזר מייזליש!!!

איינס פון די פעלער אויף וואס נחמיה מיט שלמה אליעזר האבן זיך געשלאגן איז געוועהן, ווען נחמיה האט ג'טענה'ט, אז פולע קהילות גייען זיך נישט צושטעלן צו זיין קאמפעני נאכן כינוס, מילא דארף ער זיי נישט, און האט באפוילן אז ער איז נישט אינטרעסירט אז סאטמאר זאל זיך באטייליגן, ווייל נאכן כינוס גייען זיי זיך נישט צושטעלן צו אים, פארשטייט זיך אז שלמה אליעזר מייזליש האט נישט מסכים געוועהן צו זיין טפשות, און דער צייט וואס ער האט אריינגעלייגט בלוט און שווייס צו ברענגען סאטמאר וועט ער נישט לאזן אז דער ליטווישער געלט גייציגער זאל אים אפ'הרג'נען זיין ארבייט.

דער צווייטער טייל פון די מלחמה איז געוועהן דער צייטונג 'הצלת הדורות', וועלכע די חסידישע עסקנים האבן ארויסגעגעבן, וועט גאטליב האט באשלאסן אז ער לאזט עס נישט ארויסגעבן, און האט באשלאסן אז ער באצאהלט נישט פאר די קאסטן, טראץ וואס דער צייטונג איז שוין געוועהן ארויס פון דרוק, גאטליב וועלכע זעהט דא אצינד פאר זיך א קאמף אנצוהאלטן זיין בענקל אלץ בעל הבית פונעם כינוס און פונעם ארגאנזאציע וועלכע ער שטעלט אויף וועלכע איז בעצם זיין גאנצע מטרה, און האט זיך געשטעלט און די לענג און אין די ברייט קעגן דעם אויסגאבע, מיט די טענה, אז ער ווערט נישט גענונג דערמאנט דארט... און אז מ'מאכט צו גרויס דעם סקולענער רבי גרעסער ווי דעם משגיח ר' מתתיהו סאלאמאן, נחמיה האט טאקע אויסגעפירט אז די קאמפעניס האבן טאקע נישט ארויסגעשיקט דעם צייטונג, אבער די חסידישע עסקנים האבן עס אליינס פארשפרייט...

דערווייל גייט אהן נאך שטרייטן, ווען וואס די חסידישע עסקנים זאגן הייסט גוטליב פארקערט נאר זיי צו ווייזן אז ער איז בעל הבית, ווען דאס קלאפט אויס, אויף טיקעטס וואס אנשטאט צו פארן קיין וומסב"ג, זענען זיי אנגעקומען קיין פלעטבוש, און אצינד ווען עס איז שוין נישט דא קיין טיקעטס ווילן די עסקנים פרובירן מטכס עצה צו זיין וויאזוי צו צולייגן זיצן דורך שאטער'ס וכדומה, אבער גוטליב וועלכע איז דער בעל הבית אויף די געלט, וויל נישט בשום אופן, און שעמט זיך נישט צו זאגן קלאר די סיבה דערצו איז ווייל די אלע אידן וואס מיר גייען קענען האבן קאנטראל אויף זיי זענען שוין פון לאנג איינגעשריבן, די אלע שפעט קומערס דארף ער נישט.

אויך שלאגן זיי זיך, אבער דעם עקספאו וואס דאס דארף זיין איינס פון די שטארקע שטופעס אויף פאראויס פאר גאטליב'ס ארגאנזאציע, אבער דערווייל גייט עס עפעס נישט ווי געפלאנט, און ער באשולדיגט די חסידישע עסקנים און זיין פארנומען מיטן טפל (דער כינוס) און נאכלאזן דעם עיקר (דער עקספאו פון זיין קאמפעני).

אצינד ציילן די עסקנים שוין די טעג ביז קומעדיגן זונטאג נאכן כינוס, ווען זיי וועלן זיך קענען אפטראגן פון דעם דיקטאטורשאפט פון נחמיה גאטליב, און לאזן פירן אליינס זיין ביזנעס, און זעהן ווי ווייט ער גייט אנקומען מיט זיין געלטגייציגקייט...
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 1006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

דער ענטפער אין א ווארט איז: שקר. שקר די רעפוטאציע וואס דער אימעיל פרואווט אנקלעבן אויף ג-טליעב.

דעם לאנגען ענטפער וויל איך נישט שרייבן, ווייל ס'קומט מיט פאטשקען אין בלאטע. היות איך האב זיך שוין היינט איינמאל פארשמירט (אריינגעטראטן אין א קאמופלאזשירטער בלאטע-מאסע), בין איך נישט מוכן עס צו טאן נאכאמאל.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

שליחה דורך טעלעפאן »

א (פארלעסליכער) מקור ביטע?? אנדערש קומט עס נישט אויפן שכל, אויף ווי ווייט מיר קענען גאטליעב
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל

שליחה דורך א איד »

א מקור פון וואס?

פונעם גאנצן טעקסט?

א חבר מיינער האט עס באקומען אין אימעיל פון זיין חבר?

דאס איז זיכער אז עס ליגט דערין פאליטיק, ביודעי ומכירי קאמינא.

אבער אזא מין שמוציגע מעשה, גלייב איך אויך נישט, וועגן דעם האב איך עס דא ארויפגעלייגט צו הערן חוות דעת פונעם עולם
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך chasid »

טעלעפאן האט געשריבן:א (פארלעסליכער) מקור ביטע?? אנדערש קומט עס נישט אויפן שכל,

איך בעט די זעלבע זאך.
אויב דו האסט נישט קיין מקור ביטע נעם אראפ די גאנצע מעשה פון דא, געב נישט צו שטאף פאר די מתנגדי הכינוס (אויב ס'קומט נישט פון זיי...)
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך זלמן זאפיר »

איך האב געהערט אז דער עסקן ש"א מייזעלס פין מאנסי שטייט אונטער דעם אין באשמיצט אים
דער נחמי גאטליב איז גאר אן ערנסטער מענטש אין די אלע שמועות פין דעם אז ער זאל מאכן געלט איז הויל שקר
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3690 מאל

שליחה דורך יאנקל »

איך האב קיין מושג נישט צי די פרטים פון דעם אימעיל זענען אמת, אבער עטליכע דעטאלן זענען זיכער אמת. איינס אז דער "איחוד הקהילות" האט געקאכט קעגן דער אסיפה אין קארלסבורגער ביהמ"ד, צוויי אז די צייטונג "הצלת הדורות" וואס איז ארויסגעקומען די וואך איז נישט געשיקט געווארן אויף דער פאסט, נאר איז פארשפרייט געווארן אין גראסעריס און אין בתי-מדרשים. א דריטע זאך וואס איז אויך אמת איז אז ש"א מייזעלס האט געטוישט די דירעקציע פון דעם גאנצן קאמפיין. זינט ער איז אריינגעקומען אין בילד האבן אלע פלאקאטן אנגענומען א מיליטאנטישן טאן, און דער סלאגאן "הצלת הדורות" האט איבערגענומען דעם פריערדיגן סלאגאן "כלל ישראל". אויך איז אמת א בלויז אין די לעצטע צוויי וואכן איז דער ציבור געווארן אנגעווארימט פאר דער זאך.
דאס אז די דעטאלן זענען אמת צייגן אבער נישט אז די איבעריגע זענען אויך אמת.
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 625
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 349 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך smart »

איך קאן ניטש קיינעם פון זיי

קודם כל דאס איז זעכער אז דו שמוץ וויאזוי עס קומט ארויס פונעם שיינעם ארטיקעל איז עס זעכער נישט

ווי איך פארשטיי איז ווי געוונדליך ביי אזעלכע גרויסע מעמדים אייביג דא אזעלכע ראביריי און דאס איז זעכער אז די חסידים זענען אריינגעקומען אביסעלע שפעטער און ווי נישט ווי צו מעמדים פארשטייען זיי און זענען מער געשאלט ווי די ליטוואקעס במילא איז אויסגעקומן אז זיי ווערן מער און מער על הגובה און א מענטש איז א מענטש און זיי ווערן אנגעווייטאגט און אייינס ברענגט דעם צווייטען
א גוטן טאג אייך!
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

שליחה דורך ידען »

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:דער ענטפער אין א ווארט איז: שקר. שקר די רעפוטאציע וואס דער אימעיל פרואווט אנקלעבן אויף ג-טליעב.

דעם לאנגען ענטפער וויל איך נישט שרייבן, ווייל ס'קומט מיט פאטשקען אין בלאטע. היות איך האב זיך שוין היינט איינמאל פארשמירט (אריינגעטראטן אין א קאמופלאזשירטער בלאטע-מאסע), בין איך נישט מוכן עס צו טאן נאכאמאל.

ווי האסטו דיך שוין פארשמירט?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך זלמן זאפיר »

איינער האט מיר געזאגט אז סקווירא איז זייער אנגעווייטאגט אויף די כינוס עסקנים
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 1006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

ידען האט געשריבן:
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:דער ענטפער אין א ווארט איז: שקר. שקר די רעפוטאציע וואס דער אימעיל פרואווט אנקלעבן אויף ג-טליעב.

דעם לאנגען ענטפער וויל איך נישט שרייבן, ווייל ס'קומט מיט פאטשקען אין בלאטע. היות איך האב זיך שוין היינט איינמאל פארשמירט (אריינגעטראטן אין א קאמופלאזשירטער בלאטע-מאסע), בין איך נישט מוכן עס צו טאן נאכאמאל.

ווי האסטו דיך שוין פארשמירט?


נישט דארט. (דארט טרעט איך בכלל נישט אריין!) ס'איז געשען ערגעץ אנדערש. אבער וואס א חילוק פינקטליך וואו? בלאטע דארעא חד הוא!
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1078 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

איך האב ביז היינט נישט געוואלט שרייבן קיין ווארט איבער דעם ווייל איך האב נישט געוואלט זיין דער וואס ברעכט דאס דא, כאטש איך הער אז אסאך ווייסן פון דעם. אבער אז מען האט שוין געשריבן וועל איך אויך שרייבן.

דאס ווייס איך אז ש"א מייזעלס און נחמי' גאטליב זענען זיך ביידע ווערט זייער געלט. ש"א איז א גרויסער מומחה אין בעל בית'ווען אויף א איווענט און שטופן אין די זייט די וואס לאזן אים נישט, און נחמי' גטליב איז אויך נישט קיין מפיל קינד. זייט ער איז ארויפגעקומען אויף די ארענע איז ער ביזי בולי'ען און בלעקמעילן רבנים און מוסדות צו גיין אין שפאן מיט אים. דעריבער מאכט אסאך סענס וואס מען האט דא געשריבן, צו עס איז אמת צו נישט, דאס ווייס איך שוין נישט.

ביי הרה"ק מ'סאטמאר זצ"ל איז אמאל געווען א מעשה, אז א געוויסער א"י שנארער איז צו אים אריין, און מען האט גערעדט דעמאלס אז ער האט ארויסגעשלעפט פון אים א אסטראנאמישע סומע געלט. אבער דער איד האט זיך ארומגעדרייט אין בית מדרש און געשריגן אז עס איז שקר וכזב. האט א איד אים געגעבן א זאג אזוי: דאס אז דו שלעפסט פון יעדן געלט בכח דאס איז דאך אמת, און דאס אז סאטמאר רב האט ליב צו געבן יעדן איינעם דאס איז דאך אויך אמת, און דאס אז דו ביסט צו אים אריין שנארן און פארברענגט דארט א שטיק צייט איז דאך אויך אמת, נו וויפיל פעלט נאך אז די איבריגע זאל אויך זיין אמת? ממילא דאס קען איך זאגן לגבי דעם רייבעריי צווישן נחמי' גאטליב און ש"א מייזלס.

אבער וועגן די אנדערע זאך וויל איך זאגן אז איך ווייס קליפ און קלאר אז דאס איז אמת. אבער דער געדאנק קומט נישט פון גאטליב נאר פון ישראל משה דירנפעלד פון סקווירא (ער האט זיך דערנאך צאמגעשטעללט מיט גאטליב) וועלכער האט שוין דעם פלאן פאר יארן, צו מאכן איין גרויסן צענטראלן קאמפיוטער, א ריזיגער סערווער, וועלכע וועט פון היינט אן דינען אלס דער קאמפיוטער פון כלל ישראל, און אנשטאט וואס יעדער האט ביז היינט אן איינגענעם קאמפיוטער, וועט מען פון היינט אן האבן נאר א סקרין מיט א קיבארד, און דורכן אינטערנעט וועט מען אריינסיינען צו זייער קאמפיוטער, ווי יעדער וועט - פאר א חודש'ליכע אפצאל - באקומען א אקאונט (א שטייגער ווי אימעיל), און מען וועט דיר דארט צושטעלן אלע פראגראמס וואס דו דארפסט. און דאס וועט זיין געפילטערט ווי עס דארף צו זיין און דאס גייט ראטעווען כלל ישראל פון אונטערגאנג.

ער האט דעם פלאן ארום גענומען צו אסאך גבירים, אבער קיינער האט נישט געוואלט אינוועסטירן אין דעם, האט ער געטראפן אן אינטער טיר, די גדולי ישראל, וועלכע פארשטייען די עניינים ווי א לאך אין קאפ, און אזוי ווי מען האט דא געשריבן, איז זיין פלאן קלאר אז אזוי גייט ער רייך ווערן, טאקע צו ערשט דורך נדיבים וואס גייען געבן געלט ווייל די גדולים וועלן הייסן און עווענטועל האפט ער וועט עס זיין א גוטער ביזנעס.

איך האב נישט קיין פראבלעם אז זיי ווילן מאכן געללט, אבער פארוואס נוצט ער אויס די גדולי ישראל אויף א זאך וואס ער האט נישט געקענט אויספירן געהעריג אלס ביזנעס, און פארוואס טרייעט ער אפצושטעלן אנדערע. איך ווייס דאס קלאר אז זיי האבן בכח אפגעשטעלט דאס מאכן נאך אזעלכע אסיפות אזוי ווי דאס וואס איז פארגעקומען אין קארלסבורג'ער ביהמ"ד. און ווען א געוויסער אדמו"ר האט זיי פארגעהאלטן היתכן, האבן זיי געענטפערט אז די וואס האבן עס געמאכט האבן נאר געמיינט געלט...

און טאקע דערפאר זענען זיי נישט אינטערעסירט אויסצוהערן וואס רביס און רבנים זאגן זיי, און דאס וואס איך און אנדערע שרייבן אין דעם כינוס אשכול, לגבי גיין צום שורש פון דעם פראבלעם, ווייל דאס וועט נישט דינען זייערע אינטערעסן. און יעצט וועט איר פארשטיין אויך וואס איך שרייב אין מיין ערשטן תגוב אין דעם כינוס אשכול, אויף זייט צוויי, נאך גלייך ווען מען האט אנגעהויבן רעדן פון דעם כינוס, אז די אנפירער ווילן מען זאל נוצן דעם אינטערנעט וואס מער, דאס איז זייער ביזנעס. אזוי האבן איך דארט געשריבן, ווייל איך האב געוויסט פון דעם קאמפאני וואס זיי ווילן מאכן.

והדא הוא דכתיב, אז עס אינטערעסירט זיי נישט דער הצלת כלל ישראל און דער הצלת הדורות, נאר זייערע אייגענע אינטערעסן און זייער אייגענעם טאש.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6779 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ווער איז דער מייזעלס? פון ווי קומט ער, ווי באלאנגט ער?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4717 מאל

שליחה דורך יידל »

עס איז הוילע שטותים, פאלש דורך און א דורך. נעכטן נאכט איז פארגעקומען אן אסיפה אין בארא פארק ווי אינגעלייט וואלונטירן האבן זיך באטייליגט און א טעקנישאן פון לעיקוואוד משה דרו וועלכער ארבעט דירעקט אונטער גאטליעב, האט געגעבן טרענירינג וויאזוי צו אינסטאלירן און אנשטעלן לעוועלס פאר k9. היינט נאכט גייט ער געבן טרענינג אין וויליאמסבורג. נאכן אסיפה גייט זיים צענטערן אין וומסב"ג, ב"פ, פלעטבוש און מאנסי ווי מ'גייט אינסטאלירן בחנם k9 פילטערס.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך גדעון »

דאכטס זיך מיר אז ער איז עס, טאמער נישט בעט איך אים שוין איבער..
בילד
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6779 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

גדעון האט געשריבן:דאכטס זיך מיר אז ער איז עס, טאמער נישט בעט איך אים שוין איבער..

שקויעך, האב איך שוין א פנים צום נאמען, איז ער א לאנגיעריגע עסקן? א רביש קינד? א אנדרייער?
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 308 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

Yes, he's the man, he's face says alot (כמיין נישט גארנישט)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4717 מאל

שליחה דורך יידל »

געפילטע פיש האט געשריבן:
גדעון האט געשריבן:דאכטס זיך מיר אז ער איז עס, טאמער נישט בעט איך אים שוין איבער..

שקויעך, האב איך שוין א פנים צום נאמען, איז ער א לאנגיעריגע עסקן? א רביש קינד? א אנדרייער?

דו קענסט א קורצ-יעריגע עסקן?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6779 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יידל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
גדעון האט געשריבן:דאכטס זיך מיר אז ער איז עס, טאמער נישט בעט איך אים שוין איבער..

שקויעך, האב איך שוין א פנים צום נאמען, איז ער א לאנגיעריגע עסקן? א רביש קינד? א אנדרייער?

דו קענסט א קורצ-יעריגע עסקן?

ווי אזוי זאגט יענער? איך פלאן צו עפענען א גויאינג גראסערי...
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3690 מאל

שליחה דורך יאנקל »

הדד בן בדד האט געשריבן:
אבער וועגן די אנדערע זאך וויל איך זאגן אז איך ווייס קליפ און קלאר אז דאס איז אמת. אבער דער געדאנק קומט נישט פון גאטליב נאר פון ישראל משה דירנפעלד פון סקווירא (ער האט זיך דערנאך צאמגעשטעללט מיט גאטליב) וועלכער האט שוין דעם פלאן פאר יארן, צו מאכן איין גרויסן צענטראלן קאמפיוטער, א ריזיגער סערווער, וועלכע וועט פון היינט אן דינען אלס דער קאמפיוטער פון כלל ישראל, און אנשטאט וואס יעדער האט ביז היינט אן איינגענעם קאמפיוטער, וועט מען פון היינט אן האבן נאר א סקרין מיט א קיבארד, און דורכן אינטערנעט וועט מען אריינסיינען צו זייער קאמפיוטער, ווי יעדער וועט - פאר א חודש'ליכע אפצאל - באקומען א אקאונט (א שטייגער ווי אימעיל), און מען וועט דיר דארט צושטעלן אלע פראגראמס וואס דו דארפסט. און דאס וועט זיין געפילטערט ווי עס דארף צו זיין און דאס גייט ראטעווען כלל ישראל פון אונטערגאנג.

איז דאס טאקע דער פלאן אויף נאך דער אסיפה? ס׳זעט בכלל נישט אזוי אויס.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1011 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 746 מאל

שליחה דורך לעמיל »

ווער איז די מייזליש? וי ווי געהערט ער? האט עפעס מיט די שאפראן מייזליש??
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1558 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

לעמיל האט געשריבן:ווער איז די מייזליש? וי ווי געהערט ער? האט עפעס מיט די שאפראן מייזליש??

מיש נישט אויס מייזעלס מיט מייזליש.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1078 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

יידל האט געשריבן:עס איז הוילע שטותים, פאלש דורך און א דורך. נעכטן נאכט איז פארגעקומען אן אסיפה אין בארא פארק ווי אינגעלייט וואלונטירן האבן זיך באטייליגט און א טעקנישאן פון לעיקוואוד משה דרו וועלכער ארבעט דירעקט אונטער גאטליעב, האט געגעבן טרענירינג וויאזוי צו אינסטאלירן און אנשטעלן לעוועלס פאר k9. היינט נאכט גייט ער געבן טרענינג אין וויליאמסבורג. נאכן אסיפה גייט זיים צענטערן אין וומסב"ג, ב"פ, פלעטבוש און מאנסי ווי מ'גייט אינסטאלירן בחנם k9 פילטערס.


יידל, שרייען הויך שטותים פאלש לינגט טוישט נישט קיין מציאות. זיי האבן בכח אפגעהאלטן דאס פארקומען פון נאך אזעלכע אסיפות, און רבנים האבן זיי פארגעהאלטן אויף דעם און דער תירוץ איז געווען אז זיי מיינען נאר געלט.

יידל, צו אינסטאלירן k9 דארף מען זיין אזא טעקנישאן ווי איך בין א ראקעט סייענטיסט. יעדער אינגעלע קען אריינגיין צו קעי ניין און אראפ לאודען זייער פילטער בחינם. עס איז פשוט'ער פון פשוט און גרינגער פון גרינג.
רעאגיר