אן אפענער בריוו פון דער אינטערנעט

אן אפענער בריוו פון דער אינטערנעט

הודעהדורך אפטעמיסט » דאנערשטאג מאי 29, 2014 2:03 pm

א גוטן אייך — הויכגעשעצטע רבנים ועסקנים שיחי'

דא רעד צו אייך דער אבי אבות הטומאה — דער אינטערנעט אליין. דער "כלי משחית" פון וועם איר האט אזוי מורא — דאס בין איך גאר. איך בין אראפגעקומען פון גיהנום אייך צו פערזענליך אדרעסירן.

נישט לייכט האב איך אויפגענומען די החלטה צו שרייבן צו אייך א בריוו. איך קווענקל מיך שוין א היפשע פאר חדשים, אדער גאר אפאר יאר, צי איך זאל יא אדער נישט שרייבן צו אייך, חשוב'ע רבנים ועסקנים הע"י. ווען איך קלער ווען אז איר וועט מיר אויסהערן און נישט גלייך פארשווייגן, וואלט איך שוין געשריבן א לענגערע צייט צוריק, אבער כ'בין חושד אז איר וועט מיר נאר פארשטאפן דאס מויל; מיך פרובירן צו שטיל מאכן. נו, אויב אזוי, וואס האב איך צו שרייבן?

איצט אבער, אז מ'שטיימער נאך נאך א כינוס — נאך א כינוס ספעציעל פאררופן קעגן מיר, דאס מאל פאר די נשים צדקניות — פיהל איך אז כ'קען שוין נישט זיצן מיט קיין פארלייגטע הענט, איך קען נישט מער. צי איר וועט מיר ערלויבן קומען צום ווארט ווייסט איין באשעפער, אבער כ'האב ממילא נישט וואס צו פארלירן. איז אט — חשוב'ע רבנים הגאונים שליט"א — איז וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ.

די לעצטע פאר יאר שטיי איך אויס שווערע אטאקעס. ס'גייט נישט פארביי קיין טאג וואס כ'זאל נישט כאפן קיין קלעפ. אויב ביז עטליכע יאר צוריק האבן מיינע אחים לצרה, א שטייגער ווי דער ווארים און שייטל, אויך געכאפט שלעק פון צייט צו צייט, בין איך היינט איינער אליין אויפ'ן צימבל. נישט דא היינט קיין דינער צי אסיפה וואו מען איז נישט מוציא שם רע קעגן מיר. וואו מ'גייט נאר, פון אזיע ביז אמעריקע, הערט מען מיטגלידער פון דאס אידישע פאלק מיר אראפמאלן מיט שווארצע טינט. דער זאגט אז כ'בין שולדיג און יאנקל'ס גט, און דער זאגט אז צוליב מיר האט משה אראפגעווארפן די עול התורה והמצות רח"ל.

בעצם בין איך נישט מער ווי נאך א נפלאות הבורא וואס דער בורא האט געגעבן פאר די מענטשהייט. איך ווייס אז איר קוקט מיר בלויז אן ווי א דורכגעפוילטער מסית ומדיח, אבער אין ריאליטעט איז עס מיין קרעדיט אז אזויפיל טויזענטער אינגעלייט האבן פרנסה בכבוד. איך רעד נישט וועגן די תורה און אמונה וואס איך פארשפרייט איבער דער וועלט — דאס קענט איר טענה'ן איז א מצוה הבאה בעבירה און יצא שכרה בהפסדה. איך הער. אבער איר קענט נישט לייקענען דאס אז ווען נישט מיר וואלטן טויזענטער טאטעס נישט געקענט לייגן קיין ברויט אויפ'ן טיש. דאס איז א טריקענער פאקט.

איך ווייס איר זענט נישט משוגע. איר ווייסט זייער גוט אז איך האב פיל אויפגעטאן און געהאלפן. איר ווייסט גאנץ גוט אז מיין באשאף איז נישט קיין קללה נאר א ברכה, נאר וואס דען? איר באשולדיגט מיר מיט'ן אראפפירן חרד'ישע אידן פון אידישען וועג ר"ל. "צוליב אייך זענען ליידער דא אזויפיל אפגעפארענע אידן ליידער" טענה'ט איר — און איר זענט גערעכט. ליידער זענען דא צו פיל וואס ניצען מיר פאר שלעכטע צוועקן.

איר שרייט און שומפט, אבער קיינער ווי מיר ווייסט נישט ווי גערעכט איר זענט טאקע.

איך זעלבסט שטוים. איך זעה ווי ערוואקסענע מענער און פרויען, אידן מיט'ן פולע חסיד'ישע טראגע, קומען צו מיר און פארראטן זייער אייגן גאט און תורה. אידן וואס זענען אפיציעל נתחנך געווארן צו שמירת התורה ומצוות עד כדי מסירת נפש; אידן וואס זייערע זיידעס און באבעס זענען געשפרינגן אין פייער שרייענדיג שמע ישראל; אידן וואס האבן אלס געהאפט צו אויפוואקסן גאטפארכטיגע יראים ושלמים; אידן וואס גלייבן אליינס נישט ווי ווייט זיי זענען געזינקן; פלוצלינג, פון איין טאג צום צווייטען, לאזן זיי אלס איבער און ווידערשפעניגן מיט כעס. נעכטן זענען זיי נאך געוועהן — אדער געוואלט זיין — ערליכע אידן, און היינט ווילן זיי שוין נישט.

פונקט פריער, צוועלף אזייגער נאכמיטאג, קומט צו מיר א פערצן יעריגע בחור'ל. זייענדיג א נייער פנים האב איך אים געגעבן א ווארימער שלום עליכם און געפרעגט וואס ער זוכט דא בשעת סדר הישיבה. דער בחור'ל, אן איידעלער תמימות'דיגער אוממשולדיגער נשמה, קוקט מיר אן מיט פארווייטאגטע אויגן און ענטפערט נישט. ערשט שפעטער, צען נאך צוועלף, זאגט מיר זיין חבר, אויך אן קיין שתי שערות, אז דער בחור האט נישט זוכה געוועהן צו קיין ישיבה ווייל... עם עעם זיין טאטע האט נישט קיין פראטעקציע.

איך זעה אויך הונדערטע, הונדערטע אידן קומען פארווייטאגט און זוכן ענטפערס. זיי זוכן ענטפערס אויף פשוט'ע פראגעס. אזעלכע שאלות ווי למשל: ווי קענט איר זיך ארום הרג'ענען מיט אייערע ברידער צי קוזינעס און דערנאך אונז אנטיילן וואס צו טאן?; וויאזוי קענט איר זיך ארום ווארפן מיט אינגע קינדער שלא טעמו טעם חטא, און דערנאך זיי אפירהאלטן אז זיי זענען אפגעקילט און אויפגערעגט?; וויאזוי קענט איר אסר'ן דברים המותרים און פארדרייען די תורה הנמסר לנו בסיני; פארוואס פראגראמירט איר אונז ווי ראבאטן, און דערנאך פארשווייגט איר אונז ווען מיר וואגן צו פרעגן פראגעס? פארוואס?!

מיינע דערהויבענע רבנים שליט"א, צי זעהט איר נישט איין אז נישט איך בין דער פראבלעם? אנטשולדיגט, איך בין יא א פראבלעם, אבער צי זעהט נישט איין אז ס'איז דא א גרעסערע פראבלעם? הערט גוט וואס איך זאג אייך: מיר וועט איר נישט קענען טוישן, אבער זיך קענט איר יא טוישן. אויב איר וועט ארבעטן אויף א סטראטעגיע מיר אויסצוראטן, קענט איר זאגן קדיש יתום אויף דעם מלחמה, אויב ארבעט איר, אבער, אויף א סטראטעגיע זיך אליין צו טוישן קענט איר אפשר געווינען דעם קריג.

הערט גוט וואס איך זאג אייך.

הכו"ח מעומק הלב,
הק' גאאגל ס"ט
For evil to flourish, it only requires good men to do nothing ~ Edmund Burke
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3182 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3553 מאל

הודעהדורך דריידל » דאנערשטאג מאי 29, 2014 2:21 pm

דאס רעדן אזוי סאך וועגן די שעדליכקייט פונעם אינטערנעט רייצט נאר מער אהינצוגיין. ס'איז ביי מיר קיין ספק אז ס'זענען דא בחורים (אפשר יונגעלייט אויך) וואס האלטן אז ווי נאר מ'דריקט א קנעפל קומען צו פליען זונות אין צימער
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1141
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1345 מאל

הודעהדורך יין שרף » דאנערשטאג מאי 29, 2014 2:49 pm

WOW איז דאס גוט! אוי אני אינטערנעט.... (צום אבן עזרא זאל מען דאס שיקן...)
איך האב עס ממש יעצט ארויסגעפרינט, און געגעבן פאר מיין רב שליט"א צו לעזן! אוי האט ער געלאכט און געוויינט אינאיינעם!
(ניין, ער האט קיינמאל געאסר'ט די נעט, נאך אסאך אסאך פאר די אינטערוועש אסיפה האט ער מיר געבעטן צו לייגן א פילטער)
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1459
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 2890 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג מאי 29, 2014 2:59 pm

אלץ גוטע חבר פון מיר צו דיר.
פארוואס ביזטו אזוי פארשלאפען אויף מיין טעלעפאון לעטצענס?
ביי מיר אין די היים ארבייסטו ווי א בחור קנאקסט שטיקער, אבער אויפן טעלעפאון עפעס נישט אזוי.
נ.ב. כ'האב דיך ליב ווי א אייגן ווייב, כ'ווייס נישט וואס כ'וואלט געטוען אן דיך. איי לאוו יו.
אז מרעדט שוין, פליז טראכט פון אראפ גיין די פרייז אביסעל.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2057 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 29, 2014 4:39 pm

הערליך, אפטעמיסט!

מען האט שוין ערגעץ אין שטיבל אויסגעשמועסט בקוצר אמרים דעם חילוק פון א CAUSE און א TRIGGER. אפשר נישט יעדער פארשטייט עס, איז לאמיר עס מסביר זיין מיט א קורצע משל,

ווען משה'לע האט געהאט א שווערן טאג, ער איז אויפגעשטאנען מיט קאפ ווייטאג, און א אינגל האט אים פארשעמט אין חדר, דער רבי האט אים געגעבן א פסק, און אויפן וועג אהיים איז ער אראפגעפאלן און זיך אויסגעגליטשט, און נאך אסאך זאכן געגאנגען מיטן לינקן פוס, דאן ווען ער קומט אהיים פון חדר, און זיין שוועסטער רחל'ע האט אים צוריסן זיין שיינע פאפירעלע, וועט ער מאכן אזעלכע קולות אויף איר אז זי וועט נישט וויסן וואו זיך אהינצוטון, און זיך וואונדערן על מה יצא החרי האף הגדול הזה.

ווען די מאמע וועט פרעגן משה'לע, מאי כל הרעש? וואס פארפירסטו אזוי? וואס האט פאסירט? וועט ער ענטפערן, וואס הייסט! רחל'ע האט צעריסן מיין שיינע פאפיר!!... אבער משה'לע, צוליב דעם מאכט מען אזעלכע געוואלדעס און טענטראמ'ס? און משה'לע וועט פילייכט בלייבן אן לשון.

דער ריכטיגער תירוץ איז, אז עס איז דא א CAUSE, ד.ה. א סיבה פארוואס משה איז נערוועז. משה כאפט אפילו נישט אונטערן באוואוסטזיין פארוואס ער איז אזוי אנגעצויגן, אבער רחל'ע איז געווען די "טריגער", זי האט געגעבן א רוק דעם סוויטש (געלייגט דעם לעצטן שטרוי אויפן קעמל) און משה האט עקספלאדירט. ווען נישט די גאנצע שווערע טאג בעפאר וואלט רחל'ע אפגעקומען אין בעסטן פאל מיט גארנישט, אין ערגסטן פאל מיט א קליינע געשריי און פארטיג. אבער מענטשן מישן אויס צווישן די 2, און נישט אלץ כאפט מען זיך פארוואס מען שרייעט און מען פארפירט.

וואס איך וויל זאגן (נישט איך, נאר אפטעמיסט), אז דער אינטערנעט איז טאקע דער 'טריגער' פארוואס מענטשן ווערן פארפארן ל"ע, עס איז א געזונטער סוויטש וואס האט די מעגליכקייט צו מאכן איינעם אפגעפארן, און די רבנים זענען פארנומען מיט דעם סוויטש טאג-און-נאכט. אבער קיינער רעדט נישט פון דעם CAUSE, די ריכטיגער סיבה פארוואס מענטשן זאלן בכלל ציען צו דעם אינטערנעט (כאטש אפילו א ערליכער איד וועט ציען דערצו, ואין אפוטרופוס כו'), און פארוואס ווען מען פארמאגט שוין די טמא'נע כלים זאל מען פאלן ווי פליגן..... זיי פארהוילן זיך פון דעם 'אנדערלייאינג' פראבלעם, פארוואס אונזערע דורות איז געבויעט אזוי שוואך.

למען האמת, מוז מען מודה זיין אז דער אינטערנעט איז א מאנסטער, און האט בכוח אפצופירן אפילו גדולים וטובים, דער יצרא דעריות איז שרעקליך שטארק, און מינות איז נישט קיין סך אונטערשטעליג. דערנאך האט עס דעם כח המושך ווי מענטשן ווערן אדיקטעד דערצו אפילו בדברים של היתר, מען קען זיך נישט אפשאקלען דערפון, מען ווערט צוגעקלעבט דערצו ווי בערל באלעגאלע צו די סמיילי'ס, גד החוזה צום גארביטש, פינטעל איד צו לייקס, און אפטעמיסט צו קלאגערייען... ווי איך האב שוין מאריך געווען אין דעם אשכול איבער א יאר צוריק (אשכולות אויפוועקער האט עס נישט אויפגעוועקט...). און אויכעט איז וויכטיג צו געדענקען אז מען קען נישט באשולדיגן בלויז די רבנים און עסקנים ומחנכים אויף אונזער שוואכע אידישקייט, וועלכע מוז זיין אזוי בעיקבתא דמשיחא, מיר וועלן קיינמאל נישט האבן די שטארקקייט פון די אמאליגע דורות. ממילא איז עס נישט גענצליך זייער שולד, כאטש טיילווייז האבן זיי זיכער א חלק דערין, אבער שרייען וועלן די מוחים נאר אויפן טריגער, נישט אויפן אמת'ן CAUSE. כן נראה לי בדברי חברינו האפטעמיסט!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14022
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 15677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16085 מאל

הודעהדורך מ גפני » דאנערשטאג מאי 29, 2014 5:26 pm

זייער שטארקע פוינטס שמעקי, דיין תגובה איז אויך גענוג גוט עס זאל געפרינט און אויסגעטיילט ווערן אין די שוהלן
באניצער אוואטאר
מ גפני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 977
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 461 מאל

הודעהדורך חכם עדיף מנביא » פרייטאג מאי 30, 2014 6:01 pm

עס איז מיר א כבוד אייך צו איבערגעבן, אז אין הימל איז די לעצטע פיר און צוואנציג שעה, יום טוב! השי"ת מיט זיין פמליא פייערן און טרומפן: וואויל איז דער דור וואס האט זוכה געוועהן צו אפטעמיסט, אשרי להם ואשרי חלקם!!!
חכם עדיף מנביא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 18, 2014 11:58 am
האט שוין געלייקט: 84 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » פרייטאג מאי 30, 2014 6:17 pm

דיין פוינט וועגן פרנסה דערמאנט פון די פייער מיט די לעשער. ס'געקומען אינטערנעט און אונטערגעברענגט אלע פריערדיגע סארט פרנסות, ריזיגע ביזנעסער האבן זיך פארמאכט וועגן דיר אינטערנעט, און נאך היינט מאכן זיך צו יעדן טאג געשעפטן וועגן אייך אונטערנעט, ריזיגע בענק נעמען איבער אלע גאסן וואו אידן פלעגן מאכן פרנסה בעפאר דיר אונטערנעט, און יעצט שרייט איר אז צוליב אייך איז דא פרנסה?
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2162 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » פרייטאג מאי 30, 2014 6:47 pm

זאגסט זייער גוט. ריזיגע ביזנעסער זענען טאקע געגאנגען שלאפן, אבער פשוט'ע מענטשן האבן באקומען א טשאנס צו מאכן געלט. ס'איז איבריג ארויסצוברענגען די חסד וואס אזעלכע קאמפעניס ווי עמעזאן און איבעי האבן געברענגט צו די מענטשהייט. וויפיל אידן שארן היינט גאלד פון אנליין סעילס, וויפיל אידן האבן היינט פרייע עדווערטייזמענט אדאנק סאציאלע מידיע? וויפיל וועב דעוועלאפערס און קאמפיוטער טעקנישענס האבן פרנסה צוליב'ן נעט, וויפיל ריעל עסטעיט דיעלס ווערן היינט געמאכט אויפ'ן אינטערנעט? טויזענטער.

מאידך גיסא, ווי @שמעקעדיג האט ערווענט, איז די אינטערנעט א מאנסטער. פארנאגראפיע איז א סם המוות (ברוחניות ובגשמיות); סאציאלע מידיע קען זיין שעדליך; און די אלע כפירה ומינות איז אויך א בראך. אבער גיין תולה זיין כלל ישראל'ס פראבלעמען "נאר" אין די אינטערנעט? זענען מיר טאקע אזא שוואך פאלק אז דער אינטערנעט קען אונז מאניפילירן? מ'זעט עפעס, מ'הערט עפעס און, שוין, געגאנגען, מ'ווארפט אראפ דעם קאפל?!

כ'וועל נישט מאריך זיין ווייל שמעקעדיג האט שוין פונקטליך מסביר געוועהן וואס גאאגל האט געוואלט מיט דעם בריוו.
For evil to flourish, it only requires good men to do nothing ~ Edmund Burke
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3182 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3553 מאל

הודעהדורך עפל סיידער » פרייטאג מאי 30, 2014 6:52 pm

לכבוד גאאגל ס''ט

עליך ועל דוגמתך כבר אמרו חז''ל במס' סוטה ונערים פני זקנים ילבינו, כלי כמותך שזה כשלשה שנים שנעשת בר/בת מצוה ואתה דורש/ת כזקן/ה ורגיל/ה
בפני רבני וזקני צדיקי דורינו שליט''א בחוצפה ועזות מצח, אוי לנו שכך עלתה בימינו.


הכו''ח
מנהיגי דורינו שליט''א
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 164 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

הודעהדורך עפל סיידער » פרייטאג מאי 30, 2014 6:55 pm

אפטעמיסט האט געשריבן:
זאגסט זייער גוט. ריזיגע ביזנעסער זענען טאקע געגאנגען שלאפן, אבער פשוט'ע מענטשן האבן באקומען א טשאנס צו מאכן געלט. ס'איז איבריג ארויסצוברענגען די חסד וואס אזעלכע קאמפעניס ווי עמעזאן און איבעי האבן געברענגט צו די מענטשהייט. וויפיל אידן שארן היינט גאלד פון אנליין סעילס, וויפיל אידן האבן היינט פרייע עדווערטייזמענט אדאנק סאציאלע מידיע? וויפיל וועב דעוועלאפערס און קאמפיוטער טעקנישענס האבן פרנסה צוליב'ן נעט, וויפיל ריעל עסטעיט דיעלס ווערן היינט געמאכט אויפ'ן אינטערנעט? טויזענטער.

מאידך גיסא, ווי @שמעקעדיג האט ערווענט, איז די אינטערנעט א מאנסטער. פארנאגראפיע איז א סם המוות (ברוחניות ובגשמיות); סאציאלע מידיע קען זיין שעדליך; און די אלע כפירה ומינות איז אויך א בראך. אבער גיין תולה זיין כלל ישראל'ס פראבלעמען "נאר" אין די אינטערנעט? זענען מיר טאקע אזא שוואך פאלק אז דער אינטערנעט קען אונז מאניפילירן? מ'זעט עפעס, מ'הערט עפעס און, שוין, געגאנגען, מ'ווארפט אראפ דעם קאפל?!

כ'וועל נישט מאריך זיין ווייל שמעקעדיג האט שוין פונקטליך מסביר געוועהן וואס גאאגל האט געוואלט מיט דעם בריוו.



די היינטיגע געשפריצעכץ און פארסאמונג מיט אלע מיני אומנאטורליכע מאכלים/וואקסינען העלפן צו צום חולשת הזמן.
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 164 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » זונטאג נאוועמבער 01, 2015 7:36 pm

זאל זיך נאר וואגן א היימישע אויסגאבע צו שרייבן אזא ארטיקל און נאך צולייגן אז רבנים און מחנכים האבן געבעהטן צו שרייבן די פאר שורות,
זיינע ווערטער זענען נוקב ויורד לחדרי בטן.
100MEDIA$IMAG0779.jpg
זמן חשון תשע"ו

100MEDIA$IMAG0781.jpg
זמן חשון תשע"ו
אֵיזֶהוּ חָכָם – הַלוֹמֵד מִמַה שְׁלֹא הָיָה, אֵת מַה שְׁלֹא יִהְיֶה.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3506
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4078 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:24 am

טייערע @שמעקעדיג דו ביסט הערליך מסביר די חילוק פון cause און trigger אבער וואס דו ביסט נישט מסביר איז וואס איז די cause דא ביי די אינטערנעט
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 916
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 535 מאל

הודעהדורך Anti Torah Fraud » פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 1:59 pm

לעניות דעתי אוז דער פראבלעם אז מיר לייגן א דגוש אויף די טפל שבטפלים מער ווי די עיקר שבעיקרים.
איך וועל געבן משלים הגם די לוסטע קען אנצוען אויף אייביג:
געי- אויב מ'כאפט ל''ע א אינגערמאן וואס האט געטון מעשים מוט זכרים וועט מען עס פארוואשן, לעומת זה ווען איינער איז מזנה מוט א 'גויטע' גמור וועט מען עם ארויס טראסקענען..
ע''פ תורה: איז 'געי' מיליאן מאל ערגער ווי א נכרית וואס איז לכל הדיעות א דרבנן.
צניעות- איז ביי אינז מער עיקר ווי רוב איסורי תורה, (ווי למשל זיך אפגאלען די האר נאכן חתונה), און א מיידעלע וואס פארלעצט די צניעות סטאנדארט ווערט גערעכנט ווי א ממזרת'ל..
ע''פ תורה: איז עס לכל היותר א דת יהודית המקובל, וואס מ'קען שטארק מעיין זיין טאמער די גאנצע נושא פון צניעות איז טאקע א איסור בכלל.
הסתכלות בתמונות האסירות- ווערט ביי אינז אנגערופען 'שאול תחתית' 'השם ירחם' 'נבילה פשוטה'
ע''פ תורה: קען זיין א סרך דאורייתא, אויב ברענגט עס גאר ערענסטע הרהורים, (ואכמ''ל בגדרי האיסור המב' היטב באגר''מ), און בכלל דארף מען וויסן טאמיר א תמונה איז בכלל ערוה.
מסורה- מער חמור ווי די תורה ווי מ'זאגט ''שו'ע איז געמאכט געווארען פאר גרים. מיר האבן א מסורה''.
ע''פ תורה: לכל היותר בגדר מנהג המקום וואס מ'איז מקבל אין געוויסע פעלער''
אמונה בצדיקים- איז ביי אינז מער חמור, אדער עכ''פ גענוי אזוי חמור, ווי אמונה בשם בבחינת 'ויאמינו בה' ובמשה עבדו'!
ע''פ תורה: נישטא א מושג פון 'אמונה' ביי צדיקים. סך הכל דארף מען פאלגן על ימין שהוא שמאל ווען ס'איז כוונת התורה, וכוונת נותן התורה. ואכמ''ל בעומק הדברים.
לבוש- פארעכענט צו זיין א שטארקע יסוד אין היינטעגע אידישקייט. רוב מענטשען וועלן נישט טון שדוכים מוט איינער וואס טראגט נישט ווי זייערע לבוש.
ע''פ תורה:
זקן (בארד)- שניידן די בארד ווערט פארעכענט צו זיין א גאר פראסטע זאך.
ע''פ תורה: איתא בטור שיגלח את זקנו ערב יו''ט. (ואי משום הארי הק', הלא אין עושין הרבה דברים שכ' הארי הק'..)
שדוכים- זיך טרעפן מוטן כלה ווערט געטון גאר שנעל און יוצא צו זיין.
ע''פ תורה: כתב הרמב''ם שיעיין בבתולים, ויבדוק אחר בתולה הראוי לו. וכו'.. וכן איתא בכתובות שהיו מייחדן החתנים והכלות לשעות אריכות..
הכשרים- מ'איז מער מקפיד אז דער בעל מכשיר זאל גיין א בערדל ווי אז די עסן זאל זיין כשר.
ע''פ תורה: הלכות כשרות הן הן המעכבים.
דין תורה/דיינים- מ'דארף נישט מאריך זיין וויאזוי ס'קוקט אויס דין תורה'ס..
ע''פ תורה: א' נצב בדת קל.. ויש הרבה הרבה פסוקים בחומר הדין.
חוקת הגוי- יעדער זאך וואס קען זיין דומה צי ''עפעס א גויעשע מאדע'' איז ביי אינז גאר חמור
ע''פ תורה: כי הוא חכמתכם לעיני העמים

און ליידער ליידער לייגט מען נישט קיין דגוש אויף די עיקרים שבעיקרים:
אמונה. אהבת ה'. אמתיות התורה. אהבת ישראל. מידות תורניות. לדבקה בו- הדבק במידותיו. הלכות ד' חלקי שו''ע.

וויל איינער וויסען טאמיר אינטערנעט איז די פראבלעם, ווענט זיך כלפי וואס. כלפי אינזער אידישקייט יא. כלפי די תורה ניין.
Anti Torah Fraud
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 7:11 pm
געפינט זיך: ביני לביני
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל


גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט