וואס טוט "טע"ג" (TAG) מיט אייער אינפארמאציע?

וואס טוט "טע"ג" (TAG) מיט אייער אינפארמאציע?

הודעהדורך שיטה מקובצת » מאנטאג יוני 23, 2014 10:50 pm

מען האט שוין עטליכע מאל געשמועסט דא אין שטיבל איבער די נושא אויב טע"ג גיבט ארויס פריוואטע אינפארמאציע וואס זיי באקומען פון מענטשן וואס קומען תמימות'דיג "כשר'ן" זייערע טעלעפאנען.

מיר האבן געהערט די מעשה פון דעם בחור וואס איז געגאנגן צו טע"ג צו פילטערן זיין סעלפאון אויף די העכסטע דרגא, און טע"ג איז געגאנגן איבערגעבן אז ער האט א סעלפאון צו זיין ראש הישיבה, און דער בחור איז ארויס געשליידערט געווארן פון ישיבה די נעקסטע טאג.

אויך אין דעם אשכול האט מען ארומגערעדט אויף דעם נושא:
זענען מיר מסכים צו לעבן אין א שלאף-שטוב פון גלאז?


איז וואס זענען די פאקטן הלכה למעשה? ווערט טע"ג געפירט מיט א פראפעשאנעל עטיק, מיט קאנפידענטשיאליטי, אדער איז עס טאקע ווי @סופר ומונה האט עס גערופן "א שלאף שטוב פון גלאז"?

ביי א לעצטיגע אינטערוויו אויף "קול מבשר" האט די טע"ג חבריא פעסט געלייקענט אז זיי טיילט מיט די אינפארמאציע מיט אנדערע. זיי האבן אויך אפגעלייקענט די אנדערע באריכטען פון מענטשן וואס זענען געפאלן קרבנות פון זיי. זיי טענה'ן אז זיי זענען נאר דא ארויס צו העלפן א יעדן ערליכן איד מיט זייערע באדערפענישן און זיי געבן נישט ארויס די אינפארמאציע פאר קיינעם.

יעצט האב איך אבער אליין געהערט מיטגעהאלטן א מעשה פון די נאנט, וואס וועט אייך דא קלאר מאכן דעם אמת איבער טע"ג'ס אקטיוויטעטען.

איך גיי יעצט נישט אריין גיין אין די נושא אויב טע"ג האט א רעכט עס צו טון אדער נישט, מיר ווילן וויסן די פאקטן - יא אדער ניין. קען מען זיי טראסטן אדער נישט?

איז רבותי, זאלט איר וויסן אז זיי האלטן זיך נישט צוריק פון טוהן אלעס אריינצוקריכן אין אייערע קישקעס אין מיטצוטיילן מיט אייער רב, מנהל, רבי, עלטערן, עסקנים, וואס עס געפעלט זיי. מען קען זיי נישט טראסטען מיט גארנישט. זוכט אייך בעסערע וועגן צו פילטערן אייערע דעווייסעס, אבער גייט נישט צו טע"ג ודומיהן!

פאלגענד איז די מעשה וואס איך האב נאנט מיטגעהאלטן: א יונגערמאן באקומט א טעלעפאן קאל פון זיין חבר וועלכער דינט אויף די וועד הרוחני פון איינער פון די תלמוד תורה'ס אין מאנסי. זיין חבר זאגט אים אז ער האט יעצט באקומען א טעלעפאון קאל פון טע"ג אז די סעלפאון וואס איז געפילטערט געווארן פאר זיינעט וועגן דורך טע"ג ווערט שוין נישט באנוצט פאר א גוטע 6-8 חדשים. דער טע"ג חברה מאן האט מסביר געוועהן אז דאס ווייזט קלאר אז דער יונגערמאן האט זיכער אן אנדערן סעלפאן, און ממילא זאל די וועד וויסן אז ער האט נישט אריינגעברענגט זיין אנדערע סעלפאן צו טע"ג!!

זיין חבר, דער פון די וועד, האט אים געזאגט, "הער מיר צו, עס אינטערסירט מיך נישט וואס דו טוסט, מאך נאר זיכער אדער צו נוצן טעגליך דיין אלטע סעלפאן אדער צו פילטערן דיין נייע ביי טע"ג, איך קען נישט האבן טע"ג אויף מיין קאפ און גארנישט טון וועגן דעם". עד כאן המעשה.

זאלט איר אלזא וויסן:
1) אויב נוצט איר טע"ג קוקן זיי אייך נאך וואס איר טוט.
2) זיי וועלן איבערגעבן אייער אינפארמאציע פאר דעם וואס זיי פילן נויטיג - אן אייער רשות.


ראו הוזהרתם!
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 501
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 474 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1165 מאל

הודעהדורך טיטאניק » דינסטאג יוני 24, 2014 12:56 am

א עוולה גדולה
אבער איך טראכט קען זיין אז איך בין ראונג
אבער אז מען וועט אריין קיקען אין די מחנה פון מאלעסטערס וועט מען זען אז רובם זענען מער פון די פארפרימטע סארט צווישען אינז. סארט מענטשען וואס שפילען פרים און האבען ליב צי פאטשקענען אין יענעמס קישקע
די אלע מאלעסטערס /פרימע זענען לעצטענס אין א זייער שווערער situation ווען פון אלע זייטען שפירען זיי זיך באדראעט פון אלע וואס זענען לוחם קעגען די מגיפה
ממילא מיזען זיי סטאפען צי מאלעסטען... אבער א בעל תאווה בלייבט א בעל תאווה און א שלעכסט בלייבט ביים ליב האבען שלעכטס. די אלע פרימע האבען געזיכט א נייע וועג צי קענען שפילען פרימער און נאך אלץ פייניגען אידען מיטען פאטשקענען מיט זייערע קישקעס
ענדליך זענען זיי אויפגעקומען מיט א נייע זאך וואס גייט זיי ערפילען זייער פרימקייט און תאוות רעות

ויקרא שמו בישראל טעג!!!!!!!
דארט קען מען שפילען פרימער. עוסק זיין בנבלות. און פאטשקענען אין יעמעמס קישקעס אן איין מעלה מער! מען ווערט נאך באצאלט פאר דעם אויך.......
:)
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1265 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג יוני 24, 2014 6:43 am

וויאזוי וויייסען זיי אויב מען נוצט א געוויסע טעלעפאן?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3637
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5320 מאל

הודעהדורך פלעין יודיש » דינסטאג יוני 24, 2014 7:04 am

טיטאניק האט געשריבן:א עוולה גדולה
אבער איך טראכט קען זיין אז איך בין ראונג
אבער אז מען וועט אריין קיקען אין די מחנה פון מאלעסטערס וועט מען זען אז רובם זענען מער פון די פארפרימטע סארט צווישען אינז. סארט מענטשען וואס שפילען פרים און האבען ליב צי פאטשקענען אין יענעמס קישקע
די אלע מאלעסטערס /פרימע זענען לעצטענס אין א זייער שווערער situation ווען פון אלע זייטען שפירען זיי זיך באדראעט פון אלע וואס זענען לוחם קעגען די מגיפה
ממילא מיזען זיי סטאפען צי מאלעסטען... אבער א בעל תאווה בלייבט א בעל תאווה און א שלעכסט בלייבט ביים ליב האבען שלעכטס. די אלע פרימע האבען געזיכט א נייע וועג צי קענען שפילען פרימער און נאך אלץ פייניגען אידען מיטען פאטשקענען מיט זייערע קישקעס
ענדליך זענען זיי אויפגעקומען מיט א נייע זאך וואס גייט זיי ערפילען זייער פרימקייט און תאוות רעות

ויקרא שמו בישראל טעג!!!!!!!
דארט קען מען שפילען פרימער. עוסק זיין בנבלות. און פאטשקענען אין יעמעמס קישקעס אן איין מעלה מער! מען ווערט נאך באצאלט פאר דעם אויך.......
:)

ok
סא @טיטאניק האסט אינז נישט אינגאנצן פארלאזט כצאן בלי רועה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך פלעין יודיש אום דינסטאג יוני 24, 2014 8:37 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 906 מאל

הודעהדורך פלעין יודיש » דינסטאג יוני 24, 2014 7:34 am

פון ווי ווייסט טע"ג ווער איך בין
וויאזוי איך הייס
און צי וועלעכע קרייז איך געהער
איך האב זיי דאך קיינמאל נישט געגעבן מיין נאמען?
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 906 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג יוני 24, 2014 8:19 am

וויזוי פלעגט דער ראצפערטער זי''ע זאגן: פון ווי האט ער געוויסט איך בין א איד?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5240
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 6581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2344 מאל

הודעהדורך פלעין יודיש » דינסטאג יוני 24, 2014 8:41 am

איך מיין עס ערנסט
איז דא א וועג וויאזוי זיי קענען זעהן ווער איך בין?
איך האב זיי בס''ה אנגעריפן צו אינסטאהלן א פילטער אהן ארויסגעבן קיין שום אינפארמאציע פון מיר, פון ווי זאלן זיי וויסען ווער איך בין
קענען זיי ליינען מיינע אימעילס אויך
אדער אפשר ווייסען זיי ווער ס'ליגט אויסבאהאלטן אינטער מיין ניק דא אין ק''ש.....
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 906 מאל

הודעהדורך מצטמק ויפה » דינסטאג יוני 24, 2014 9:09 am

אנהייב פלעגן זיי נישט בעטן די אינפארמאציע, אבער היינט בעטן זיי נאמען, אדרעס, אימעיל.
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:31 pm
האט שוין געלייקט: 975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1018 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » דינסטאג יוני 24, 2014 11:57 am

האט זיך דוין איינער מטריח געוועהן צו ריווערס ענדזשענירען זייער פילטער? ווער ווייסט וואסארא באגס און אונטערטירלעך זיי שטעלן אריין.
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2354 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג יוני 24, 2014 12:28 pm

איך גלייב נישט די אלע קאנספיראציעס וניכרים דברי אמת אז די מעשה מיט'ן בחור איז געווען אויפגעבאקן והיינו טעמא דסיפורו של שיטה מקובצת.
מענטשן קענען זייער גרינג אנהויבן דמיון אזעלכע זאכן און אויב דער מוסד רופט אים ווייל ער האט נישט געצאלט שכר לימוד איז זיכער טעג שולדיג ווייל משטיינס געזאגט ער האט דאך געפילטערט זיינע כלים ביי טעג.
ארי' פישמאן איז א נארמאלע מענטשן. די חברה דארט האבן נישט קיין צייט אפילו. זיי האבן נישט קיין שום וועג צו טרעקן יענעמס אינפארמאציע. זיי פארשטייען אויך אז ס'איז נישט קיין וועג און ס'וועט נאר שטערן די הצלחה פון דער זאך, און ביטע אויפהערן שניידן די קרעפלעך מיט לופטיגע אילוזיעס אן קיין שום האפט.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2282
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6233 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דינסטאג יוני 24, 2014 1:46 pm

כוכב, די מעשה פון די בחור איז ארומגעפארען אויף וואטעפפ , אין קיינער ווייסט נישט ווער די מחבר איז. דא זאגט דאך שיטה אז ער האט עס אליינס מיטגעהאלטען. איי עם סארי, אונז קענמיר דא שיטה שוין לאנג און איך גלייב נישט אז ער האט סתם אזוי אויסגעטראכט א מעשה
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6078
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5281 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » דינסטאג יוני 24, 2014 1:46 pm

איך זעה נישט וויאזוי טעג זאל קענען דערגיין צי א מענטש ניצט יא אדער נישט א טעלעפאן. עפעס מאכט נישט קיין סענס דא.
און ווי כוכב זאגט, האב איך קיינמאל נישט געגלייבט יענע מעשה וואס איז ארום געפארן אויף וואטסעפפ. פלוצלינג ווערט מיר יעדער אזוי גאלעבאל. אלע צייכענס ווייזן אז די מעשה איז אן אויסגעזויגענע פארבריקאציע גענוי ווי רוב לעגענדס וואס קורסירן ארום פון איין גרופע צום צווייטען.
For evil to flourish, it only requires good men to do nothing ~ Edmund Burke
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2291
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3566 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג יוני 24, 2014 1:56 pm

איך בין אויך געגאנגען מיט איינע פון מיינע טעלעפאנען צו טעג. זיי האבן נישט געבעטן קיין שום אינפארמאציע פון מיר, נאר בלויז געבלאקט און/אדער געלאזט אפן לויטן פארלאנג, מיט א שמייכל אויפן געזיכט.
עפעס מאכט נישט קיין סענס דא.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16231 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16680 מאל

הודעהדורך הוגה » דינסטאג יוני 24, 2014 2:00 pm

איך זעה נישט וואס איז דא נישט צו פארשטיין. סיי ביי די בחור'ס מעשה און סיי ביי שיטה מקובצת'ס מעשה איז די בעל העובדא אראפ געגאנגן צו די טעג אפיס און זיי געגעבן די סעלפאון צו פילטערן וכדומה. ווי שווער איז פאר זיי צו וויסן אלע אקטיוויטעטן אויפן טעלעפאון? איך ווייס פאר א פאקט אז דזשעי-נעט קען זעהן וואס דו טוסט, פארוואס זאל טעג נישט קענען וויסן?

לעצם הענין, כ'האב הנאה, ווייל פאר א יאר צוריק האט מיין שווער מיר געפרעגט פארוואס איך נוץ K-9, פארוואס גיי איך נישט אראפ צו טעג און זיי וועלן עס גערן פילטערן פאר מיר. האב איך געזאגט אז איך טראסט זיי נישט אז זיי וועלן מיר נישט מסר'ן פאר מיינע קינדער'ס מוסד. זאגט ער מיר אז זיי האבן א פאליסי נישט צו פארציילן פאר קיינעם, האב איך געזאגט אז מיין חשש איז אז אין די צוקונפט וועלן זיי יא. לדוגמא, וואס טו איך אויב אין א יאר פון יעצט פארלאנגט מיין מוסד אז מען טאר נישט האבן קיין טעקסט מעסעדזשעס, און איך שרייב אונטער אז איך האב נישט, אבער טעג איז זיי מודיע אז איה"נ איך האב געפילטערט אבער מעסידזשעס האב איך יא? ווי אזוי קען איך זיין פארזיכערט פאר די קומענדע צוואנציג יאר?

ברוך שכיוונתי ונזהרתי.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2596
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6467 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5817 מאל

הודעהדורך עפל סיידער » דינסטאג יוני 24, 2014 2:12 pm

@הוגה עס פאסט נישט פאר דיר בכלל צו ענטפערן פאר דיין שווער אויף אזעלכע שאלות.
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 164 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

הודעהדורך גנדי » דינסטאג יוני 24, 2014 2:29 pm

אפשר זאל מען פארלאנגען פון טעג א לעגאלע פרייוואסי פאליסי אזוי ווי אלע קאמפאניס שטעלן צו.

איך ווייס נישט וויפיל עס וועט העלפן. אבער אפשר וועט עס זיי מאכן מורא האבן פאר ליגעל פראבלעמס.
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1180
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:21 am
האט שוין געלייקט: 2577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1417 מאל

הודעהדורך outspoken » דינסטאג יוני 24, 2014 2:42 pm

:cry: :cry:
עפל סיידער האט געשריבן:@הוגה עס פאסט נישט פאר דיר בכלל צו ענטפערן פאר דיין שווער אויף אזעלכע שאלות.

האסט מיר אויגעכאפט, @הוגה :cry:
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 792 מאל

הודעהדורך יתרו » דינסטאג יוני 24, 2014 3:04 pm

איז דא ערגעץ אינפארמאציע איבער הוגה'ס שווער וואס איך האב פארפאסט?
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 412 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 539 מאל

הודעהדורך יתרו » דינסטאג יוני 24, 2014 3:06 pm

אויף שיטה'ס מעשה וואלט איך געזאגט כווייס נישט צו ס'אמת אבער ס'קען זיין אמת און דאס אליין געט מיר א סקרוך אין די ביינער.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 412 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 539 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 24, 2014 3:20 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:איך בין אויך געגאנגען מיט איינע פון מיינע טעלעפאנען צו טעג. זיי האבן נישט געבעטן קיין שום אינפארמאציע פון מיר, נאר בלויז געבלאקט און/אדער געלאזט אפן לויטן פארלאנג, מיט א שמייכל אויפן געזיכט.
עפעס מאכט נישט קיין סענס דא.

ר' שמעקעדיג שליט"א: ילמדנו רבינו. אויף וועלכע זייט מאכט עס נישט קיין סענס. זענען זיי (טע"ג, בלע"ז) יא באגלייבט אדער נישט באגלייבט. זענען די שמועות איבער די קרומע זאכן וואס גייען ארום אמת, אדער סתם אויסגעזויגן פון פינגער. ס'א פאקט אז מענטשן קענען גוט אויספאנטאזירן זאכן. א יעדער לייגט נאר צו (אדער נעמט אראפ) א קליין חלק פון די מעשה, און ס'באקומט שוין הענט און פיס. איך, כשאני לעצמי דארף ב"ה נישט די אללע זאכן. איך האב א גוטן פילטער אויף מיין קאמפיוטער וואס שטערט מיך נישט אנצוקומען צו א יעדן נארמאלע פלאץ. און די סייטס אדער חלקים וואס ער בלאקט, בין איך טאקע צופרידן. לגבי מיין טעלעפאן. איך בין א פארצייטישער בעל עגלה. איך האב ב"ה נישט קיין סמארטפאון, און ס'פעילט מיר בכלל נישט אויס. איך בין נאכנישט געוועין באזוכן ביי טע"ג. אבער איך פלאן בקרוב יא צו גיין אי"ה. נאר ווייל מיין קהילה פארלאנגט דאס... :? 8-) :roll: :?: :!: :?: :!: :P :oops: :cry: ;) :( :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9731
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5968 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג יוני 24, 2014 3:23 pm

ביזטו נארמאל, דו האסט נאך קינדער אין מוסד אדער זיי לאזן נישט אריין אין עטרת זקנים נאר מיט א פילטער?
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2282
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6233 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 24, 2014 3:37 pm

כוכב האט געשריבן:ביזטו נארמאל, דו האסט נאך קינדער אין מוסד אדער זיי לאזן נישט אריין אין עטרת זקנים נאר מיט א פילטער?

כוכב: כ'האב בכלל נישט פארשטאנען דיין דזשאוק. אבער איך קוילער פאר געלעכטער...מה ענין שמיטה אצל הר סיני... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :P :oops: ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9731
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5968 מאל

הודעהדורך שרייבער » דינסטאג יוני 24, 2014 4:02 pm

עפל סיידער האט געשריבן:@הוגה עס פאסט נישט פאר דיר בכלל צו ענטפערן פאר דיין שווער אויף אזעלכע שאלות.

כ'מיין ס'פאסט נישט פאר א שווער צו פרעגן אזעלכע קשיות פון א איידעם
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 915 מאל

הודעהדורך מצטמק ויפה » דינסטאג יוני 24, 2014 5:35 pm

אנדערש ווי דשזעי נעט, האט טע"ג נישט קיין אייגענע פילטער, נאר זיי ניצען קעי 9, עפפ לאק, קוואסטודעאו"י וכדומה. ממילא איז זייער שווער צו זאגן אז זיי זאלן קענען מיטהאלטן וואס דו טוסט.
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:31 pm
האט שוין געלייקט: 975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1018 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג יוני 24, 2014 7:31 pm

פאר וועמען געבן זיי די קאודס אימיילס וכדומה פון k9 ? זיי שרייבען דאס איין אויף אייער נאמען? אויף זייער נאמען? וויאזוי ארבעט דאס?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3637
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5320 מאל

נעקסט

גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט