רעזאלוציעס פונעם כינוס און איר אפעקט

רעאגיר
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

רעזאלוציעס פונעם כינוס און איר אפעקט

שליחה דורך אךשמח »

איך בין דא ביים גרויסן כינוס און איך הער די דרשות און רעדעס און איך קען קוים ווארטן צו הערן וואס מען גייט ארויסגעבן.

וועלכע תקנות גייט מען אויפברענגען?

ווי אזוי גייט מען עס אינפארסירן?

די אלע שאלות און פאראויסשאצונגען האט מען שוין פיל אויסגעאקערט, יעצט לאמיר זען וואס גייט טאקע זיין? וואס גייט מען מעלדן?

אט אט און דער מצב דארף זיך טוישן!
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 10:45 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 247 מאל

שליחה דורך חיים נחום הלוי פריעד »

דערווייל איז אחעס זייער פרעדיקטעבל. עס קומט גארנישט ארויס.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

שליחה דורך דבילה »

Jnet האט היינט געהאלטן א מיטינג פאר טעקנישענס אין ווילי און פארגעשטעלט זייערע נייע פראדוקטען\סאלושענס פאר די אינטערנעט.

דריי פראדוקטען האבן זיי פארגעשטעלט. איינס א הארדווער שטיקל וואס קען סערווען טויזענטער קלייענטס און האלטן אלע לאגס לאקאל. צוויי, א קלענערע הארדווער שטיקל וואס דינט צען באנוצערס, און דערנאך א סאפטווער מיט א נייערע מהלך אין פילטערן וואס פילטערט די קאנטענט ענדערש ווי די url אין מעטא אינפא. דער סאפטווער דארף צו זיין גאר שנעל, נישט מער ווי 5 ms א בלעטל.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1558 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

כפי השמועה גייט די עיקר זיין נאכן כינוס, ווען מ'גייט נאכטשעקן יעדן איינעם באזונדער וואסערע פאון ער האט און וואסערע פילטער ער פארמאגט, און אויב מ'וועט זיך נאך אלס נישט צושטעלן, וועט מען מפרסם זיין די נעמען, און מ'וועט זיך נישט וועלן משדך זיין מיט זיי, ע"כ מה ששמעתי.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

שליחה דורך דבילה »

ביג בראדער אין אקשען... אלעס וואס גייט געשען נאכען כינוס שטייט שוין דא קלאר פאראויסגעשריבן פון איבער 50 יאר צוריק!

http://www.openculture.com/2008/06/geor ... rsion.html
קרעמער1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 246
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:04 am
האט שוין געלייקט: 274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך קרעמער1 »

איין זאך איז זיכער אז טויזענטער חסידישע בחורים האבן ב"ה געהערט אז מיט א בלויע העמד קען מען אויך זיין אן ערליכע איד
דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

שליחה דורך דבילה »

(מתוך דברי סקולענער רבי)
רעזאלאציע נומער 1: די עולם זאל תשובה טוהן (זאגט נישט וויאזוי)

(מתוך דברי רב וואזנער)
רעזאלאציע נומער 2: ס'איז דא אינטערנעט באיסור און ס'איז דא אינטערנעט בהיתר

רעזאלאציע נומער 3 (פאר די מוסדות): ווער ס'האט אינטערנעט באיסור איז אסור אריינצונעמען זייערע קינדער

רעזאלאציע נומער 4 (פאר די עלטערן): אויב האט איר אינטערנעט באיסור שרייבט ביטע איין אייערע קינדער אין פובליק סקול
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

שליחה דורך דבילה »

(מתוך דברי ר' אפרים וואקסמאן)
רעזאלאציע נומער 5: מ'מעג טראגן א בלויע העמד
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

שליחה דורך דבילה »

(מתוך ניגוני העדה הקדושה)
רעזאלאציע נומער 6: ר' מתתיהו סאלאמאן = מלך ישראל!
צוויבל מיט איי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 09, 2012 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך צוויבל מיט איי »

מ׳גייט מאכן א טיילונג, ווער ס׳ווארפט ארויס די אינטערנעט אדער ווער עס האט געלט קען בלייבן אין כלל ישראל.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

שליחה דורך דבילה »

מפטירין כדאתמול. גארנישט קיין נייעס. דער אסיפה האט געקענט פונקט אזוי נישט פאסירן.

'ך גיי שוין שלאפן.
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5132 מאל

שליחה דורך ראשעקאל »

נישט צו גלייבען. אז מ׳האט שוין יא צאמגענומען אזויפיל אידן - זאל מען גארנישט קענען זאגן?! גארנישט פארקויפן?! אזוי פיסט און ליידיג זענען זיי?!
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1078 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

שמואל הלוי האט געשריבן:כפי השמועה גייט די עיקר זיין נאכן כינוס, ווען מ'גייט נאכטשעקן יעדן איינעם באזונדער וואסערע פאון ער האט און וואסערע פילטער ער פארמאגט, און אויב מ'וועט זיך נאך אלס נישט צושטעלן, וועט מען מפרסם זיין די נעמען, און מ'וועט זיך נישט וועלן משדך זיין מיט זיי, ע"כ מה ששמעתי.


זיסע חלומות. ויקץ ... וישן וחלום שנית.

דבילה דו האסט פאר איין רגע געטראכט אנדערש?
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

שליחה דורך דבילה »

הדד בן בדד האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:כפי השמועה גייט די עיקר זיין נאכן כינוס, ווען מ'גייט נאכטשעקן יעדן איינעם באזונדער וואסערע פאון ער האט און וואסערע פילטער ער פארמאגט, און אויב מ'וועט זיך נאך אלס נישט צושטעלן, וועט מען מפרסם זיין די נעמען, און מ'וועט זיך נישט וועלן משדך זיין מיט זיי, ע"כ מה ששמעתי.


זיסע חלומות. ויקץ ... וישן וחלום שנית.

דבילה דו האסט פאר איין רגע געטראכט אנדערש?


איך (אדער מיין ניק) שאצט נישט אונטער די יכולות'ן פון מענטשן. כבר היה לעולמים אז מענטשן זאלן איינפעדעמען אזא ביג בראדער סיסטעם. ווי באקאנט האט קריסטאפאר היטשענס גע'טענה'ט אז די איל פאמיליע אין צ. קארעא האט איינפאך געליינט דעם ביכל און זיך אנגעקלערט דאס צו טון למעשה.
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

שליחה דורך איינער »

דבילה האט געשריבן:איך (אדער מיין ניק) שאצט נישט אונטער די יכולות'ן פון מענטשן. כבר היה לעולמים אז מענטשן זאלן איינפעדעמען אזא ביג בראדער סיסטעם. ווי באקאנט האט קריסטאפאר היטשענס גע'טענה'ט אז די איל פאמיליע אין צ. קארעא האט איינפאך געליינט דעם ביכל און זיך אנגעקלערט דאס צו טון למעשה.


דבילה, איז גערעכט, די אסיפה וועט לכאורה זיין די יסוד פון וואס מען וועט פראבירן צו מאכן אזא סיסטעם. זעהט אויס עס איז נאך נישט געווען גרייט אדער אז די פירער האבן נאך נישט געהאט מסכים געווען אויף א סיסטעם גענוגט פאר די אסיפה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום איינער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך אךשמח »

איך זע נישט גארנישט אנדערש ווי פאר דעם.

דער כינוס קען גערעכנט ווערן אלס סוקסעס אין נומער פון מענטשן וויפיל עס זענען אנגעלאפן, אבער ביז אהער.

פארן כינוס האב איך געקלערט אז מעגליך וועלן מענטשן אוועקלייגן דעם אינטערנעט אויף עטליכע טעג, אבער יעצט בין איך קלאר אז עס גייט נישט קיין סאך געטוישט ווערן.

...אויסער, אויב דער כינוס איז נאר דער ערשטער חלק פונעם פלאן און עס האט א המשך וואס איז נאכנישט באקאנט פארן עולם.
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

סך הכל פון די אסיפה

שליחה דורך איינער »

די רבנים לעבן אין אנדערן פלאנעט.

דאס האט מיר איינער געשיקט ביי אימעל

The Skulener warns about shidduchim from houses with "the keilim tmeiyim". Is he at least half as worried about Choson Kallah actually being attracted to each other? for a change in our Shidduch system that gives boys and girls choice? that lets them make informed decisions based on actual life rather then parental wishes and expectations? them having something in common other then chassidus? That Sholom Bayis and NOT driving the spouses crazy is a far greater "geder" to "zech nisht metamne zaan"?

Rav Don Segal is busy how even for Business Internet is OOser, Is he at least half as busy trying to make sure that yungeleit have parnoose? thats they have the "keilim" (raed education) to have parnoose? Is he skipping breakfast before demanding that the almost every businessman/ employee find parnose without Keilim temeyim"?

Does Wosner really think that his issurim have a remotest chance of being enforced? doesn't he realize that internet has ALREADY switch to hanheld devices such as Phone, GPS, IPods, etc? Doesn't he realize that WiFi makes a mockery of all that? and where is he flinging charoomes when he should endeavoring to make yiddishkeit palatable and make life of his followers sweet rather then vying for control?


מען דארף שיקן די רבנים ארבייטן פאר א פאר וואכן און נאכדעם וועלן זייל קענען רעדן פון די אינטערנעט.

פון די אסיפה שטארק אויסגעקוקט אז אנשטאט מען זאל ארבייטן אויף די חרדים פון ארץ ישראל זאלן גייען ארבייטן ווילן זיי אונז מאכן ווי זיי אז מיר זאלן אויכט נישט ארבייטן.

רבנים, וועק אופ!
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4717 מאל

שליחה דורך יידל »

הרב וואקסמאן האט געזאגט " די רבנים ווייסן אפשר נישט וואס די אינטערנעט מיינט, אבער זיי ווייסן וואס מיינט לעבן ריכטיג". איך וויל ח"ו נישט זיין פון די "כת ליצים" ווי ער רופט עס, איך וויל אבער פרעגן מיט אויפריכטיגקייט - וויפיל רבנים ווייסן וואס דאס מיינט גיין ארבעטען פאר פרנסה אן קענען בעיסיק ענגליש פשוט דערפאר ווייל זיין מוסד איז על טהרת הקודש?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך אךשמח »

מיין ידיד ברענגט גוט ארויס דעם אנטוישטן מצב:

http://veltelech.blogspot.com/2012/05/b ... t.html?m=1
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2679
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1549 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4315 מאל

שליחה דורך יואליש »

אלע סטראשונגן און מייקראמענעדזשינג פון די מוסדות התורה וואלט ממילא פאסירט אפי' אן די אסיפה. טייל האבן עס שוין אנגעהויבן, און אנדערע וואלט ממילא אהין אנגעקומען.
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

שליחה דורך gehlungen »

שמואל הלוי האט געשריבן:כפי השמועה גייט די עיקר זיין נאכן כינוס, ווען מ'גייט נאכטשעקן יעדן איינעם באזונדער וואסערע פאון ער האט און וואסערע פילטער ער פארמאגט, און אויב מ'וועט זיך נאך אלס נישט צושטעלן, וועט מען מפרסם זיין די נעמען, און מ'וועט זיך נישט וועלן משדך זיין מיט זיי, ע"כ מה ששמעתי.

I hope u know you are talking hoidl boidl. In these times this is impossible to do by FORCE
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3690 מאל

שליחה דורך יאנקל »


דער איד רעדט דאך אזוי אויפריכטיג. לאמיר אהערברענגען זיינע פערלווערטער:

ויהי ממחרת
עס האט געזאלט זיין דאס ערשטע מאל וואס אונזערע פירערס וועלן קוקן דאס מציאות אין פנים און אנערקענען אז זיך אוועקדרייען און פרום אויסשפייען וועט העלפן ווי א טויטן באנקעס. געזאגט האט מען אונז אז מיר וועלן איינמאל פאר אלעמאל נעמען די אינציאטיווע און זוכן א וועג וויאזוי צו גיין פון דא ווייטער. אזוי האט מען אונז געזאגט. 

סארא אנטוישונג. 

איך בין אנטוישט פון דער פארפאסטער געלעגנהייט -- מעגליך די לעצטע פון דעם מין. א שאד -- אזא שאד. מאסן מענטשן, וואס זענען ע"פ רוב געקומען פולשטענדיג פרייוויליג און מיט'ן איינציגן ציל צו הערן עפעס קאנסטרוקטיוו, זענען ארויס פונעם זאל אזוי ליידיג ווי ביים אריינקומען -- מיט א צוגאב פון א יאוש-געפיל, אין מיין פאל. 

עס איז פאר מיר צום וויפילטן מאל קלאר געווארן אז אונזער ישועה וועט נישט קומען פון דער מזרח-וואנט. דארט ווייסט מען פון נארישע פאליטישע חשבונות; דארט קריגט מען זיך איבער פוסטע נארישקייטן; דארט איז וויכטיג וואס פאליטיש-מאטיווירטע עסקנים האבן צו זאגן. די וואס מיינען עס יא ערנסט און טיילן דעם רצון פונעם ציבור צו פארבעסערן אונזער לעבן און צוגרייטן אונזערע קינדער צום נייעם מציאות, זיי זאלן בלייבן אידן און מענטשן אין א תקופה פון אפנקייט און הפקרות, יענע ווייסן נישט וואו מיר שטייען אויף דער וועלט. אזא איינדרוק באקומט זיך. 

עס איז א נייע תקופה, רבותי. מיר קענען נישט זיצן און ווארטן אויף אנווייזונגען פון די עיני העדה. מיט יענע אויגן איז דער כלל א בלינדער אן קיין וועגווייזער. זיי זענען מיט אונז אינאיינעם אריינגעקראכן אין דעם חושך. מיט אונז אינאיינעם זוכן זיי א וועג ארויס פון א פרעמדן הויז וועמענס וועגן זענען זיי אומבאקאנט. 

די פראבלעם ליגט ביי אונז, דורכשניטליכע מענטשן, אידן פון א גאנץ יאר. דער תיקון וועט נאר קומען פון אונז, דורך אונז. יעדער דארף אנהייבן טראכטן פאר זיך אליין וואס ער וויל און וויאזוי אנצוקומען אהין. ווארט נישט אויף קיין דירעקציעס, ווייל זיי וועלן נישט קומען -- נישט פון דער ריכטונג פון וואו מיר דערווארטן זיי. 

דער אויבנאן איז שטעקן געבליבן אין א תקופה ווען מען איז פארנומען שיצן די ווענט, וואס זענען געבויט געווארן מיט'ן ציל אפצוהאלטן די דרויסנדע קולטור פון זיך אריינרייסן צו אונז. דארט איז מען פארנומען אויסשטאטן די וועכטערס ביים טויער מיט מאדערנעם געווער, אפצוהאלטן די וואס ווילן ארויס פון אנטלויפן. 

דא, וואו מיר זענען במציאות, זענען די ווענט און די שומרים 100 פראצענט נישט רעלעוואנט. דער חורבן איז דא און די וועכטערס שטייען אט פאר'ן אריינפאלן אינעם גרוב וואס אונטער די שווערע טויערן. 

מיר האבן זיך געפינען אין א אידישקייט וואס איז באזירט אויף א סטרוקטור, אונטערגעבעט מיט עצות צו פארזיכערן אז אלע בלייבן אינעווייניג. מיר שטייען אבער פאר א מציאות וואס צילט יחידים וואס בלייבן ווייטער באקוועם דא. דער בנין איז פעסט און די מויערן זענען באוואכט; אבער די גאנצע פעסטונג שווימט אויף וואסערן און קיינער ווייסט נישט וואוהין זי טראגט זיך.

תיקונים פאר'ן ציבור זענען גוט און וואויל -- אזוי לאנג ווי מיר ווייסן אז דאס זענען צייטווייליגע מאסנאמען. מיר דארפן זיך נעמען אויפבויען יחידים; לערנען א אידישקייט וואס באשטייט פון מער ווי בלויז אזהרות און התראות. דער נייער דור דארף אויסגעשטאט ווערן מיטן געצייג וואס שטימט מיט די פראבלעמען מיט וואס ער ספראוועט זיך. א יונגערמאן זאל נישט פארלירן דאס גלייכגעוויכט ווען ער שטויסט זיך אין דיעות און השקפות אנדערש ווי ער האט אייביג געהערט; א פרוי זאל נישט פארלירן די באלאנץ ווען א פרעמדער שמייכלט זיך צו איר. 

ווי עס איז, דרייען זיך ארום טויזנטער גייסטיגע זאמבּיס וואס זענען פראגראמירט צו פונקציאנירן ווי אויטאמאטיקס. קיינער האט זיי נישט געזאגט פארוואס ער דארף טאן דאס וואס ער איז מיט'ן-לעבן געווארנט געווארן צו טאן. קיינער האט אים נישט צוגעגרייט צום מציאות פון לעבן מיט וועלכן ער האט זיך געטראפן ספראווען א טאג נאכ'ן ארויסגעשיקט ווערן פון דער ישיבה-וועלט. פון א לעבן דיקטירט דורך זינלאזן צוואנג, פאלט מען אריין אין א שטורמדיגן ים, אן וועלכער-עס-איז צוגרייטונג. 

דער רוב פון אונז וויל זיין גוט. דער נעכטיגער ציבור האט עס באשטעטיגט מיט'ן קומען -- און געדולדיג איינזיצן דורכאויס דער פוסטער רעטאריק וואס האט אויסגעפילט דעם גרעסערן חלק פון דער "פראגראם". 

 דער גוט-מיינענדער ציבור, וואס וויל זען א תיקון, וואס וויל בלייבן ערליך, וואס ווארט נישט אויף דער מינוט ווען אונזער וואקלדיגער בנין וועט זיך איבערקערן כדי צו קענען זיך אנשליסן אין א מאסן עמיגראציע -- יענע דארפן וויסן אז מען דארף אליין טאן, אליין זיך צוגרייטן, אליין זאגן די קינדער, אליין רעדן צום אויבערשטן, אליין באשליסן, אליין אונטערנעמען מיטלען און מאסנאמען. 

קיינער וועט די ארבעט נישט טאן. די וואס ווילן, קענען נישט; די וואס קענען, האבן אנדערע פריאריטעטן אין לעבן. פון גלאצן צום אויבנאן וועלן מיר אויף קיין האר נישט קלוגער ווערן. מיר דארפן זיך אליין אין די הענט נעמען. 

"ראה נתתי לך ..." די תורה רעדט צום יחיד. די תורה און דאס לעבן באשטייען נישט פון מיסטעריעזן דאקומענט געמאכט פאר אן עקסלוסיווען קלוב. יעדער מענטש לעבט זיין אייגן לעבן, פרייט זיך ווען ס'גייט אים גוט, און פייניגט זיך ווען עפעס טוט וויי. יעדער איד איז אליין מחיוב וואס ער איז מחיוב. דאס התחייבות פון טאג-טעגליכן לעבן איז א יחיד'שע התחייבות, געוואנדן צו יעדן מענטש באזונדער. 

ס'האט זיך געענדיגט די צייט פון זיך אריינשטעלן אין א כלל און מיטפארן. דער כלל פארט נישט גוט. דער כלל ווי א כלל וועט נישט זען קיין תיקון כל זמן ער פאלגט נאך בלינדע מענטשן וואס ביים קלארסטן דעת ווייסן נישט וואס זיי ווילן. דער כלל וועט גוט ווערן ווען די יחידים וואס פורמען אים וועט זיך נעמען טראכטן און טאן וואס ער דארף, אן ווארטן אויף רשות און דירעקציע פון אונזערע בלינדע אויגן.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1558 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

(קרעדיט פאטאש פון איי וועלט)

מיט א פאר שעה צוריק בין איך געווען איינער פון פערציג טויזענט אידען, היינט בין איך איינער אליין, ארויס געווארפען פון כלל ישראל, מען טאר זיך נישט משדך זיין מיט מיר, מען טאר אפילו נישט אריין קומען ביי מיר שטוב.

נעכטען האבען איך זיך גע'ישוב'ט צו איך וועל עובר זיין אויף התבדלות מיטן גיין צום כינוס, היינט איז גאר דא אן איסור התבדלות אויף מיר.
רעאגיר