טיטאניק האט געשריבן:ברוך ה' אשר הסיר חסדו מאיתנו און ציגעשטעלט פאר אלע סארט ליידיגעייער וואס צי טין מיט זייער צייט
דער פרימער ליידיגע שטריק שרייבט אין אייוועלט
דער אויפגעקלערטער (לעבט נישט אין באקס נאר אין א סורקעל) ליידיגער שרייבט אין קאווע
דער שייגעץ (וואס פארט מיט א שייגעץ בייק און רעד שייגעצדיג) שרייבט אין פאליש
דער וואס האט שוין אויסגעדראשען אלע 3 און האט נאך אלץ ליידיגע צייט (און די קנעפלעך אויף זיין קי באורד איז נאך נישט פלאך פון אזוי סאך טייפען) שרייבט אויף קרעטשמע
בקיצור עס איז א עולם השלם
יעדער איז ביזי און מען האט נישט קיין צייט צי די קינדער
טיטאניק. דו ביסט מורא'יג. בלעה"ר. עמו"ש. דו האסט אריינגעטראפן אין פינטל. את חטאי אני מזכיר. כ'האב נעכטן אריינגעשמעקט אין "די קרעטשמע" כ'האב מיר אפילו געמאכט א ניק. נאר איך בין שנעל צוריקגעלאפן דא אהער. דער גאנצער אויסלייג (דארט) האט נישט קיין טעם. און זייערע תקנות האבן נישט קיין הענט און קיין פוס. כ'ווייס נישט. עולם ביצה מאכט מיך ממש דיפרעסט. ווען זיי טרייען נאכצומאכן קאווע שטיבל, נניח. אבער זייער פארמאט איז ענליך צו ביצה עולם... עמיר זעהן צו זיי וועלן אנציען גוטע שרייבער!