Kool man האט געשריבן:און אז מ'רעט, על'יך אויפברענגען נאך מענין לענין, מ'קען נישט בעטען קיין פאטא איידי ביים אננעמען א שרייבער, אבער איך ווייס פאר א פאקט אז ס'זענען דא שרייבער אין אסאך יודישע בלאגס און וועבזייטלעך וואס זענען פורקי עול אינגאנצען, צו נאך פארשטעלט מיט עפעס פון יודישען לבוש נאר עובר כל עבירות שבתורה, און אויכעט אזעלעכע וואס פירען א פרייע גויאיש לעבען אינגאנצען, און זיי קומען אויף די יודישע וועבזייטלעך אויסגיסען דאס ברעכאכץ וואס איבעלט זיי אין די קישקעס אגאנצען טאג, ס'מוז זיין עפעס א סיסטעם דא אז פרייע יודען זאלען גיין צו די געשמאקע גויאישע וועבזייטלעך וועמען זיי שעצען און ליבען אזוי שטארק, און נישט זיך דרייען דא צווישען די עקעלדידע שמוציקע גלויביקע זשידען פון וועמען זיי גרוילען זיך אזוי שטארק,
קאאל מאן, האסט מיר אויסגעכאפט מיין מחשבה, ביודעי ומכירי קאמינא, איך ווייס פון דעפרעסטע אידישע גויים וואס זיצן אויף די היימישע סייטס וואו מ'גיט זיי א באקוועמע פלאטפארמע, נישט נאר וואס זיי קענען דא אויסגעבן זייערע נבילה אנגעגעסענע איבלען, נאר אפאר נארישע "מאראנען" און וואנעבי אפיקורסים'לעך קומען נאך צולויפן מיט די צונג ארויסגעשטעקט זיי צו "לייקן" ביי יעדע שטיקל נארישע השכלה אפיקורסות אדער סתם קינדערישע ליצנות פון כל הקודש, און די וואס ווערן עקסייטעד פאר אביסל "אויפגעקלערטקייט" (כפירה בלע"ז) קומען לעקן און שרייען "ס'איז דעלישעס, געוואלדיג", נאדיר א לייק, וואס איז די רעסעפי? ...