א געזעגענונגס שמועס מיטן בלעקבערי...

מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

א געזעגענונגס שמועס מיטן בלעקבערי...

שליחה דורך מיין מיינונג »

אין ליכט פון די געוואלדיגע התעוררות ביים כלל ישראל וועגן דעם נגע האינטערנעט, און ספעציפיש ביי תלמידי וחסידי מהרי"י מסאטמאר וועלכע וועלן באקומען די הוראות בקודש פון זייער רבי'ן די היינטיגע וואך סוף וואך, מיט א איסור חמור אויף טעלעפאן'ס מיט אינטערנעט פון סיי וועלכע סארט, האט א סאטמארער חסיד אפגעשריבן א קליין אבער אמת'דיגער מאמר, א שמועס מיט זיין בלעקבערי...

מיין בלעקבערי פילט שוין פרעמד צו מיר. ער פילט אז זיינע טעג זענען געציילטע און מיר גייען זיך שיידן. זה הבלעקבערי ילך למיתה ואני אכנס לחיים טובים ארוכים.

ער וויינט פאר שרעק. ער בעט זיך ביי מיר: חיים (ער רופט מיך שוין ביים נאמען, אן דאס מינדעסטע דרך ארץ), האב רחמנות, ווארף מיך נישט צו די הינט ווי א נבילה טמאה. איך האב דיך געבעטן גיי נישט צום כינוס; איך האב דיך געבעטן זיי אן ארוני און מאך לצנות פון דעם כינוס. איך בעט דיך, איך וויל נאך בלייבן ביי דיר אנגעהאנגען אויפן ברוסטקאסטן אין דיין העמד טאש; ברענג מיך ווייטער אין שול, אין בעט, ביים עסן, ביים שמועסן מיט די פרוי און קינדער, אין ביה"כ. איך וועל דיר געבן צו ליינען גענוג צו זאט מאכן דיין געפערליכן דארשט צו ליינען. ער וויינט שוין אזוי צו מיר פאר צוועלף שטונדען.

און איך ענטפער: בלעקבערי בלעקבערי, דו ביסט א פגר טמא; דו ביסט א פערטיגער; מער גייט מען דיך נישט מיטנעמען אין ערגעץ; מער גייסטו נישט שטערן יעדע נארמאלע שמועס וואס מען האט מיט די פרוי, קינדער און חברים; מער גייסטו נישט אוועקנעמען מיין קאפ און מח פון לערנען, דאווענען און ארבעט. דו פארדינסט פיל ערגער ווי דיך אריינווארפן אין מיסטקאסטן ווי פארדארבענע שפייז; מען דארף ווען דיך הענגען אין שטאט-צענטער און שטיין דארט די אלע וואס זענען טיף אפעקטירט געווארן דורך דיר, ווי למשל מיין פרוי און קינדער. מען גייט פון דיר מאכן א כלי מאוס ונמאס. דו ביסט גרעסטער לשה"ר און רכילות טרעגער; דו ביסט אין א גרויס חלק אין די מחלוקת'ן וואס גייט פאר ביים אידישן פאלק דער עם קודש; דו ביסט דער גרעסטער מבטל תורה פון אידישע קינדער אין דער וועלט'ס היסטאריע. טפוי!
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4717 מאל

שליחה דורך יידל »

ענטפערט דער בלעקבערי: חיים חיים, ווי לאנג נאך וועסטו לעבן אין א דמיון? צו ווייסטו נישט אז אין געציילטע יאר, עכ"פ נישט שפעטער ווי 2020, וועט שוין נישט עקזעסטירן די לענדליין טעלעפאן סיסטעם? דעמאלטס וועסטו קומען זיך בעטן ווי א גזלן צו מיר אז דו ווילסט מיר צוריק נעמען... אבער ווער ווייסט וואס וועט דעמאלטס זיין? צו וועל איך, דיין געטרייער בלעקבערי, זיין אויסגעשטעלט צו פילטער? וועסטו פשוט אנהייבן לעבן ווי די אמיש לייט און זיך מתנזר זיין גענצליך פון אלע טאג-טעגליכע כלים ווי קאמערעס (וועלכע וועלן שוין נישט עקזעסטירן דאן צוליב'ן פארגעשריטענקייט פונעם סמארטפאון קאמערע), פאסט (וועלכע וועט דאן שוין נישט עקזעסטירן צוליב'ן אינפלוענס פון אימעיל), צייטונגען (וועלכע וועלן נישט עקזעסטירן צוליב'ן אינסטענט אינטערנעט נייעס), ביכער (כנ"ל), קאלקיולעטערס (כנ"ל), איינקויפן אין אלע געשעפטן (כנ"ל) ועוד ועוד?

(נ.ב. איך מיין ח"ו נישט חוזק צו מאכן אדער קאלט מאכן, איך וויל נאר ארויסברענגען אז גענצליך אסר'ן סמארטפאונס איז דער זעלבער מהלך מיט וועלכע מיר זענען געגאנגען ביז היינט, נעמליך, באגראבן די קאפ ביזן הארץ אין זאמד. סמארטפאנוס זענען נישט נאר היער טו סטעי, נאר זיי זענען היער טו טעיק אווער די גאנצע מארקעט. סעלפאון מיט פילטער - דאס איז די איינציגסטע לעזונג. אויפגעבן די סעלפאון מיינט - מפטירין כדאתמול.)
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

דער סאטמאר רבי האט געמאכט א קלארער חשבון. ממה נפשך דארף א אינגערמאן אינטערנעט פאר די ביזנעס, האט ער דאך מן הסתם א אפיס וואו ער האט צוטריט צום אינטערנעט. דארף ער דאס סתם פאר שוואוילטאג, איז דאך דאס ממש אסור מן התורה. ווייטער פאר די ביזנעס-לייט וואס דארפן טאקע יא צוטריט צו אימעיל און טעקסט כסדר, ארבעט מען יעצט אויף א פארגעשריטענע מאושר טעלעפאנען וואס מ'זאל קענען באקומען אימעיל'ס דערויף.

די סיבה פארוואס דער רבי האט זיך אזוי פארלייגט אויף די טעלעפאונען איז פארשטענדליך הן פון תורה'דיגן שטאנדפונקט און הן פון מענטשליכן שטאנדפונקט. פון תורה'דיגן שטאנדפונקט איז דאך פשוט, ע"פ רוב זענען די אינטערנעט אויף די טעלעפאונען בלויז פאר שוואוילטאג, קיין גרויסע "ביזנעס" קען מען אויף דעם טעלעפאון אינטערנעט נישט מאכן. און צוגאב איז דאך דא דער פאקט אז דער טעלעפאון איז די ווינציגסטע אפגעהיטן פון די הענט פון קינדער, ווייל אנדערש ווי א קאמפיוטער וואס אפילו איינער האט שוין אין שטוב, קען ער נאך זאגן אז ער האט דערויף א גוטן שלאס, מיט א גוטן פעסווארד, איז א טעלעפאן אז זאך וואס דרייט זיך מיד ליד. א קינד קען אמאל נעמען דעם טאטן'ס טעלעפאן אין די האנט פאר פינעף מינוט און באקומען צוטריט צו דאס ארגסטע. דעריבער איז ע"פ תורה דער טעלעפאון סאך מער שעדליך ווי א קאמפיוטער.

יעצט ווייטער פון מענטשליכן שטאנדפונקט זענען מיר דאך בני מלכים, און נישט קיין בני שפחות. דער טעלעפאון מאכט אונז קנעכט געבינדענע. ס'נישטא קיין שטוב קיין ביהמ"ד, אלעס ווערט געשטערט דורכן טעלעפאון. דעריבער וועט זיין א ברכה בגשמיות וברוחניות אז די משוגענע טעלעפאון עמפידיע וועט קומען צו א שטיקל אפשטעל.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 661 מאל

שליחה דורך שרייבער »

לויט דיינע הסברים בין איך שטארק חושש אז דו האסט בכלל נישט קיין בלעק בערי
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

איך האב שוין איינמאל א בלעקבערי, און נישט פון היינט נאר א שיינע פאר יאר. ממש פון ווען בלעקבערי איז ארויס אויף די מארקעט.

איז אפשר צייגסטו מיר אן פונטקליך וואו פון מיינע ווערטער איז משמע אז דער פראבלעם איז נישט נוגע פאר אינטערנעט באנוצער?
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 661 מאל

שליחה דורך שרייבער »

מיין מיינונג האט געשריבן:איך האב שוין איינמאל א בלעקבערי, און נישט פון היינט נאר א שיינע פאר יאר. ממש פון ווען בלעקבערי איז ארויס אויף די מארקעט.

איז אפשר צייגסטו מיר אן פונטקליך וואו פון מיינע ווערטער איז משמע אז דער פראבלעם איז נישט נוגע פאר אינטערנעט באנוצער?

אז דו זאגסט מען קען נישט מאכן קיין ביזנעס דערויף
באניצער אוואטאר
John Doe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

שליחה דורך John Doe »

מיין מיינונג האט געשריבן:אין ליכט פון די געוואלדיגע התעוררות ביים כלל ישראל וועגן דעם נגע האינטערנעט, און ספעציפיש ביי תלמידי וחסידי מהרי"י מסאטמאר וועלכע וועלן באקומען די הוראות בקודש פון זייער רבי'ן...


מיין מיינונג האט געשריבן:דער סאטמאר רבי האט געמאכט א קלארער חשבון...


ביזט אזוי לאקי צו זיין א סאטמערער, מאכסט מעך געפערליך דשעלעס.
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:22 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

שליחה דורך ברוין »

ספרינט וועט זיך זיכער מחי' זייו ווען אלע חסידישע פלענס גייען גיין פייפן
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6779 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

נאכן פארשטוישען בייזע בליקן אהין און צוריק, זע איך אז מיין בלעקבערי האלט זיך איין פון זאגן עפעס, "רעד רעד, שעם זיך נישט" זאג איך עם.
הער זיך איין חיים'ל, רופט ער זיך אן בעניוות חן, שוין יארן וואס איך בעט זיך איין ביי דיר זאלסט מיר אוועקלייגען ביים דאווענען? וויפיל מאל האב איך דער געוויזען מיין סיילענט מאוד פיעטשור? וויפיל מאל האב איך דיר מרמז געווען אז מיינע מעסעדשעס וועלן ווארטן געדולדיג ביז נאך נאכטמאל, זיי וועלען אין ערגעץ נישט אנטלויפן, דערמאן דיך ווי איך פלעג מיך באגראבן פאר בושה ווען דו האסט זיך אין מיר איינגעקוקט ווען דאס ווייב האט פראבירט צו רעדן מיט דיר?
איי עמערדזענסי'ס? בין איך ארויס פון מיין וועג דיר צוצושטעלן אז זאלסט קענען אלעמען שטיל מאכן חוץ פון אפאר קאנטעקטס.
אבער דו האסט מיינע הצעות נישט געוואלט אננעמען, מיינע רמזים איגנארירט, דיר איז געווען וויכטיגער יעדע דריזל וואס איך האב געגעבן מער ווי דיין באליבטע ווייב און קינדער.

האסטו אמאל געבלעמט דיין קאר פאר דיין ווילדע דרייווען? האסט באשולדיגט די ברוינפען גלעזעל אין דיין הענג-אווער פון פאריגע וואכ'ס קידוש? האסט אוועקגעווארפען די סייד-וואק ווי דו האסט זיך איבערגעקערט ווען ביזט געווען צו ביזי צו קוקן אויף מיין סקרין אנשטאט קוקן ווי דו גייסט? נאר מיר באשולדיגסטו אין אלע אומרעכטן וואס דו, חיים'ל באגייסט.

איך טרייסט מיך נאר מיט די צרת רבים ווען איך ווייס אז מיינע טעג אויף דעם עולם השקר, און די טעג פון מיין פאמיליע, די בלעקבערי פאמיליע, זענען געציילטע, מיר ווערן ריפלעיסט מיט קאלירפולע עפלעך און אנדרוידעס, מיט גרעסערע סקרינס און שנעלערע בראוזערס, געים בוי'ס לכל דבר. ס'וועט נאך קומען א טאג ווען דו וועסט זיך בענקען צום פשוטן סטריקטלי ביזנעס פאון, אבער מיר וועלן נישט זיין דא צו הערן דיין געשריי, מ'וועלן שוין זיין בעלמא דקשוט.

און יעצט לגבי דיר רופן ביים ערשטען נאמען, זיי מיר מוחל, אבער עולם הפוך ראיתי, באמת וואלסטו מיר געדארפט רופן רבי ומורי הרב בלעקבערי. געדענקסט נאך ווען, פריש ארויס פון כולל, ווי אזוי דיין ספעלינג האט אויסגעקוקט? איך פלעג מיך איינהאלטן פון לאכן ווען איך האב פאראכטן גרייז נאך גרייז, ווען דו האסט געגוגעלט how to spell groseri ווען דו האסט געוואלט צייגן דאס ווייב אז דו קאנסט יא ספעלען, וויפיל ידיעות איך האב דיר געפיטערט פון וויקיפידיע און פון דעם ברייטן געוועב, וויפיל מאל דו האסט נאכגעקוקט א מראה מקום פאר א פארשטופטע מאמר חז"ל, מיין איך אז דו האסט פול מער געלערענט פון מיר ווי איך פון דיר.

אלזא אז מיר גייען זיך שיידן, וויל איך דיר ווינטשען א זיס לעבן, און ביטע זיך נישט עפעס אנדערש צו טוהן ביי נאכטמאל, צינד נישט אן מארק לעווין אדער מייקל סעוויטש, קוק די ווייב אין די אויגן, און מאך איר פילן ווי זי עקזעסטירט.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4717 מאל

שליחה דורך יידל »

געפילטע פיש, שפתיים ישק. :לייק
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך אברעמעל »

געפילטע פיש, שפתיים ישק. :לייק
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6779 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יידל האט געשריבן:געפילטע פיש, שפתיים ישק. :לייק

שקויעך, אבער ס'נישט מיך, ס'די בלעקבערי.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3690 מאל

שליחה דורך יאנקל »

געפילטע פיש האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:געפילטע פיש, שפתיים ישק. :לייק

שקויעך, אבער ס'נישט מיך, ס'די בלעקבערי.

דערמאנסט מיך פון א קרובה מיינע וועלכע האט געזאגט אז איר טאטע ז״ל איז נישט דער ״טיפ״ צו קומען אין חלום לאחר פטירתו. האב איך איר געזאגט אז עס ווענדט זיך נישט וואספארא טיפ דער נפטר איז געווען, נאר וואספארא טיפ דער בעל החלום איז.
לענינינו, מיין בלעקבערי האט צו מיר נאך קיינמאל נישט אזוי גערעדט...
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6779 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יאנקל האט געשריבן:לענינינו, מיין בלעקבערי האט צו מיר נאך קיינמאל נישט אזוי גערעדט...

בהמתן של צדיקים...
משה רוקח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 434
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 7:45 pm
געפינט זיך: רואיגערהייט ביים וואסער
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך משה רוקח »

יידל האט געשריבן:געפילטע פיש, שפתיים ישק. :לייק
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די כשרות פון אונזערע תגובות. מיר זיפן די מעל און באקוקן די אייער.
רעאגיר