מאסיווע פילטער אויפוואכונג נאך "כינוס כלל ישראל"

קארלסבורג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:09 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

מאסיווע פילטער אויפוואכונג נאך "כינוס כלל ישראל"

שליחה דורך קארלסבורג »

אין די טעג קומט פאר א מאסיווע אויפוואכונג ביי צענדליגער טויזנטער חרד'ישע אידן צו אינסטאלירן פילטערס אויף אינטערנעט וואס געפינט זיך אין קאמפיוטערס און סמארטפאנס. 
די אסיפה "כינוס כלל ישראל" וואס איז פארגעקומען אנפאנג די וואך האט באוויזן שטארק אויפצואוועקן דעם דעת הקהל אויף דער וויכטיגקייט פון פילטערס, און וואו מ'גייט און שטייט רעדט מען פון די פארשידענע אפציעס וועלכע זענען פאראן פאר פילטערינג.
דער "איחוד הקהילות למען טוהר המחנה" שטעלט צו לאקאלן אין אלע חרדישע גענטער וואו מ׳קען אומזיסט באקומען פילטערס פאר אלע ערליי קאמפיוטערס. יעדן טאג שטראמען צו די לאקאלן הונדערטער אידן וועלכע זענען נתעורר געווארן אין די טעג, און בעטן אז מען זאל פאר זיי אינסטאלירן פילטערס לויט זייער געברויך. 

פילע רבנים האבן גענומען די רעזאלוציעס פון דער אסיפה א שטאפל ווייטער, און האבן ארויסגעגעבן אייגענע תקנות אין זייערע בתי-מדרשים, און האבן שטרענג אויפגעפאדערט די מתפללים צו אינסטאלירן פילטערס דאס פריעסטע וואס מעגליך  

עס איז קלאר אז אין דער נושא פון פילטערס איז דער כינוס געווען א שטארקער סוקסעס, און עס וועלן יעצט העלפן מענטשן זיך אפגעוואוינען פון פארנאגראפיע און אנדערע איבלען און אז מ׳זאל זיך בטעות נישט אנשטויסן אין שמוציגע וועבסייטס, כאטש עס איז נאכנישט קלאר וויאזוי דאס וועט לאנג-טערמיניג אפעקטירן א געזעלשאפט וואס איז א סתירה צו דעם פלוס פון אינפארמאציע בכלל. 
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5131 מאל

שליחה דורך ראשעקאל »

חכם עדיף מנביא...

דאס האט יאנקעל געשריבן א וואך פאר די כינוס
יאנקל האט געשריבן:איך גלייב אז די אסיפה וועט זיין גענוג גוט אויספלאנירט אז א ריזיגער ציבור וועט ווערן עמאציאנעל, און וועט אוועקגיין פון דארט מיט פעסטע החלטות זיך צו באווארענען פון דעם אינטערנעט. טראכט אריין, מ'דארף נישט זיין דער גרעסטער געני צו קענען נוצן אזא מעמד אויף צו שפילן מיט די געפילן. צענדליגער טויזנטער מענטשן וועלן שרייען "שמע ישראל", "ה' הוא האלוקים" - מ'וועט צוזאמען זאגן תפילת השל"ה וכו'. ס'וועלן דארטן זיצן מענטשן וועלכע וועלן זיך ארומקוקן און זען צענדליגער טויזנטער מענטשן פון פילע שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, ס'וועט זיי ארומנעמען א געפיל פון "שאי סביב עינייך, וראי כולם נקבצו באו לך." גענוג מענטשן וועלן קומען מיט אן ערנסטקייט צו הערן וואס די רבנים האבן צו זאגן, און וועלן פון דארטן אוועקגיין דערהויבן.
דעריבער קען מען זיך גרייטן אז אין לויף פון עטליכע חדשים נאך דער אסיפה וועלן זיין מענטשן וועלכע וועלן זיין עקסטרעם לגבי דעם ענין פון אינטערנעט. איר וועט זיי בכלל נישט קענען דערציילן אז איר האט עפעס געזען אויף יו-טוב. זיי וועלן אייך אנקוקן ווי רשב"י וועלכער האט ביים ארויסגיין פון דער מערה געקוקט אויף אנשים שחורשים וזורעים את שדותיהם, און געזאגט "מניחין חיי עולם, ועוסקים בחיי שעה".
איך בין מסכים מיט ראשעקאל אז א יאר-צוויי נאך דער אסיפה וועט גארנישט זיין; ווייל אפילו א טאג נאך דער אסיפה גייען נישט זיין קיין ממשות'דיגע שינויים, חוץ א התעוררות אויף פילטערס און נישט צו נוצן דעם אינטערנעט נאר אויף דברים הכרחיים דווקא - וואס די זאכן זענען בעצם נישט די לייזונג פאר דעם גרויסן פראבלעם.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
אלבערט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 241
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 8:36 pm
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

שליחה דורך אלבערט »

קארל, אין די ערשטע טעג נאך די אסיפה האסטו נישט געשיינט צו זיין אזוי אנציקט.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

שליחה דורך ידען »

איך לייען די לעצטע שורה פון יאנקל און קארל שרייבט אויך ענדליך, און איך פרעג, וואס איז יא די לעזונג?

איין זאך וואס איך פארשטיי נישט אז די פילטערס אזוי ווי K9 לאזט דורך facebook, און איך מיין אז די רבנים האבן יא א פראבלעם מיט דעם. ניין?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
שמיטה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 14, 2012 4:57 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך שמיטה »

באלד נאך די אסיפה בין איך אויך נישט געווען אזוי אנטציקט פון די תוצאות הכינוס. למעשה הער איך פון כמה וכמה מקורות נאמנים, אז א גאר גרויסע ציבור, אינגעלייט און בעלי בתים, האבן גענצליך אויפגעגעבן זייער אינטערנעט (בעיקר אויפן סעלפאן), אדער זיך איינגעהאנדלט גוטע פילטערס.
כ'ווייס אויך פון עטליכע ביזנעסער וואס האבן ביז איצט אויך געהאט פילטערס, און אצינד האבן זיי דאס ארויפגערוקט צו מער פארזיכערטע שטאפלען וכדומה.

מי כעמך ישראל!
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

שליחה דורך דבילה »

צו דער עולם האט אויפגעגעבן די אינטערנעט איז זייער א גרינגע זאך צו דערגיין. אויב וואסאיזנייעס, ישיבהוועלט, אייוועלט, מצב, וכדו' פארנעמען א פארלוסט אין וויזיטארס, דאן איז אמת אז ס'איז בכלל דא אן עולם וואס האט "עפעס" אויפגעגעבן. אויב די אלע וועבזייטלעך פארנעמען נישט קיין שום פארלוסט, איז די גאנצע מעשה להד"ם.
קארלסבורג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:09 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

שליחה דורך קארלסבורג »

אלבערט האט געשריבן:קארל, אין די ערשטע טעג נאך די אסיפה האסטו נישט געשיינט צו זיין אזוי אנציקט.

איך בין נאך אלץ נישט אנציקט. פילטערס איז א געוואלדיגע זאך און א וויכטיגע זאך, אבער ווייט נישט דער גרעסטער חלק פון דעם פראבלעם. איך האלט נישט אז די אויפטו פון דעם כינוס, נעמליך פילטערס, איז גענוג צו בארעכטיגן די אסטראנאמישע סכומים געלט און ענערגיע וואס אריין דערין. מען קען זיך אבער נישט פארהוילן פון דעם מציאות. ווי יאנקל האט אזוי אקוראט פאראויסגעזאגט, האבן די עסקנים מצליח געווען צו נוצן דעם כינוס מעורר צו זיין איבער פילטערס, און די דאזיגע פאזיטיווע ערשיינונג האב איך דא באשריבן.  
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קארלסבורג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

שליחה דורך ידען »

קארל האט געשריבן:
אלבערט האט געשריבן:קארל, אין די ערשטע טעג נאך די אסיפה האסטו נישט געשיינט צו זיין אזוי אנציקט.

איך בין נאך אלץ נישט אנציקט. פילטערס איז א געוואלדיגע זאך און א וויכטיגע זאך, אבער ווייט נישט דער גרעסטער חלק פון דעם פראבלעם. איך האלט נישט אז די די אויפטו פון דעם כינוס, נעמליך פילטערס, איז גענוג צו בארעכטיגן די אסטראנאמישע סכומים געלט און ענערגיע וואס אריין דערין. מען קען זיך אבער נישט פארהוילן פון דעם מציאות. ווי יאנקל האט אזוי אקוראט פאראויסגעזאגט, האבן די עסקנים מצליח געווען צו נוצן דעם כינוס מעורר צו זיין איבער פילטערס, און די דאזיגע פאזיטיווע ערשיינונג האב איך דא באשריבן.  

וואס איז נישט די גרעסטע חלק פונעם פראבלעם? די פילטערס?

עפעס איז נישט קלאר דא.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
קארלסבורג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:09 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

שליחה דורך קארלסבורג »

דער פראבלעם וואס א פילטער לייזט איז נישט דער גרעסטער חלק פון דעם פראבלעם וואס אינטערנעט איז פאר חרדישע אידן. דער עיקר פראבלעם איז, ווי איך האב דערמאנט אין מיין ערשטער הודעה, דער עצם פלוס פון אינפארמאציע.
.Cogito ergo sum
René Descartes -
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

שליחה דורך איינער »

אמת א טייל פונעם עולם, האבן פון גוטן ווילן אינסטאלירט פילטער'ס, אבער אסאך א גרעסער טייל איז עס בחינה פון "כפה עליו הר כגיגת" די טעראר וואס א גרויסער חלק רבנים/עסקנים פראקטעצירן אדער פלאנען פאר צוקופנט, איז נישט צו אויסצוהאלטן.

זיי ניצען די כינוס צו פארבאטן די אינטערנעט און צו אינפארסירן דעם פארבאט מיט פארשידענע טעראר מיטלן, וואס איז נישט צוגלייבן אז עס קען פאסירן און 2012 אין אמעריקע.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

שליחה דורך ידען »

קענסט גארנישט טוהן און איך מיין אז זיי גייען געווינען ווייל זיי זענען באלעבאס אויף אונזרע קינדער און קענען זיי נוצן צו אונז סטראשענען.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 623
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 349 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 156 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך smart »

איינער האט געשריבן:אמת א טייל פונעם עולם, האבן פון גוטן ווילן אינסטאלירט פילטער'ס, אבער אסאך א גרעסער טייל איז עס בחינה פון "כפה עליו הר כגיגת" די טעראר וואס א גרויסער חלק רבנים/עסקנים פראקטעצירן אדער פלאנען פאר צוקופנט, איז נישט צו אויסצוהאלטן.

זיי ניצען די כינוס צו פארבאטן די אינטערנעט און צו אינפארסירן דעם פארבאט מיט פארשידענע טעראר מיטלן, וואס איז נישט צוגלייבן אז עס קען פאסירן און 2012 אין אמעריקע.

אנטשולדיג במחילת כבודך צווינגען אריינצולייגען א פילטער איז נישט קיין טעראר בפרט אז עס קומט פון רבנים נישט ווי ביי אנדערע טעראר וואס שטייט אונטער א פאר טעראריסטעם וכו'
א גוטן טאג אייך!
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

שליחה דורך דבילה »

סטראשען ארויסצוווארפען קינדער פון די מוסדות (רב וואזנער) איז טעראר וויאזוי נאר דו ווילסט דאס דרייען, וה"ה די נושא פון שידוכים (הרה"ק מסקולען).

אז דו נעמסט א שטעלונג אז טעראר איז אויסגעהאלטן אויב ס'קומט פון רבנים איז שייך מיט דיר זיך צו טענה'ן. אבער אויב דיין שטעלונג איז אז טעראר קומט בכלל נישט פאר דא ביזטו פשוט נישט מן היישוב.

און אגב, א'מרעדט שוין, האבעך געהערט פון היבש א קראנטע מקור אז רב וואזנער איז נישט סתם געקומען צו אזא החלטה פון זיך אליין און פון איין מינוט אויפן צווייטן, נאר ער האט דאס אדורך געטוהן מיט עסקנים און דן געווען אין דעם פאר איבער 15 שעה. א"כ שטעלט זיך די פראגע, בלייבט דאס א הלכה'דיגע שאלה, צו האבן די עסקנים מצליח געווען אראפצוריקן אפילו אזא רב ווי רב וואזנער אליין צו די דרגא פון אלע אנדערע "עסקנים-מדברים-מתוך-גרונם" רבנים.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6778 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

די רבנים האבן זיך שוין צאמגעזעצט פאר די נעקסטע אסיפה, די חורבן פון ערקאנדישאן'ס. עס קילט אפ אידישקייט אפילו מיט א פילטער.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1416 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1682 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

דבילה האט געשריבן:צו דער עולם האט אויפגעגעבן די אינטערנעט איז זייער א גרינגע זאך צו דערגיין. אויב וואסאיזנייעס, ישיבהוועלט, אייוועלט, מצב, וכדו' פארנעמען א פארלוסט אין וויזיטארס, דאן איז אמת אז ס'איז בכלל דא אן עולם וואס האט "עפעס" אויפגעגעבן. אויב די אלע וועבזייטלעך פארנעמען נישט קיין שום פארלוסט, איז די גאנצע מעשה להד"ם.


וואס טוט זיך טאקע מיט אונזער קאווע שטיבל? האט זי פארלוירן באזיכער זייטן כינוס, די זעלבע, אדער גאר מער?
אשכולות אויפוועקער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 5:30 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

שליחה דורך אשכולות אויפוועקער »

בן תמליון האט געשריבן:
דבילה האט געשריבן:צו דער עולם האט אויפגעגעבן די אינטערנעט איז זייער א גרינגע זאך צו דערגיין. אויב וואסאיזנייעס, ישיבהוועלט, אייוועלט, מצב, וכדו' פארנעמען א פארלוסט אין וויזיטארס, דאן איז אמת אז ס'איז בכלל דא אן עולם וואס האט "עפעס" אויפגעגעבן. אויב די אלע וועבזייטלעך פארנעמען נישט קיין שום פארלוסט, איז די גאנצע מעשה להד"ם.


וואס טוט זיך טאקע מיט אונזער קאווע שטיבל? האט זי פארלוירן באזיכער זייטן כינוס, די זעלבע, אדער גאר מער?

שוין פארענטפערט?
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

שליחה דורך כוכב »

פון די אלע אויפגעוועקטע אשכולות איז דאס די נארמאלסטע.
עס איז נישטא איין רעכטדענקיגער איד וואס וועט נישט מודה זיין אז א פילטער איז א וויכטיגע זאך, אפילו אין די גוישע וועלט איז דא פערנטל קאנטראל, און א נארמאלע גוי האלט א קאנטראל אז זיינע קינדער זאלן נישט זיין אפן צו אלעס וואס דער אינטערנעט פארקויפט. און אשריכם איחוד הקהלות פאר'ן אויפוואכן דעם ציבור.
פארשפארט